וועכענטליכע צייטונגען/מאגאזינען; פראנט קאווער

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג נובעמבער 21, 2014 11:58 am

מיסטעריעז האט געשריבן:די דיסקוסיע איז אינגאנצן נישט דאס געווען (פאסט נישט פאר דיר מיטגעכאפט צו ווערן, חילי), מ'האט נישט דן געווען צו מ'דארף אוועקגעבן דעם גאנצן פראנט פעידזש דערפאר, צו נישט.
דער דיון איז געווען צו אזא זאך ווי דער בלאט האט געטון - א דראמאטישע פעידזש אן א תמצית פון וואס ער רעדט - איז א צייטונג סטייל, אדער זיי וואלטן געדארפט שרייבן כאטש א פאר ווערטער.
הלשון האט געברענגט די המודיע פון די דריי בחורים, און איך האב געוויזן אז זיי שרייבן טאקע יא א תמצית (דער צווייטער המודיע וואס ער ברענגט צו, מיין איך אז איינמאל מ'שרייבט אויף א גאר באקאנטער פערזאן 'זצ''ל' וועט יעדער - אפי' איינער וואס האט נישט געהערט קול מבשר אדער געליינט איי-וועלט - כאפן די נייעס, אז ער איז נישט מער בין החיים און אויב אזוי איז דאס א תמצית פון די נייעס וואס די קאווער טראגט אויף זיך, משא''כ ווען עס קומט פאר א גרויליגער שחיטה, אין א ביהמ''ד, אינמיטן דאווענען, איז שרייבן קדושי הר נוף מיט פיקטשערס נישט קיין שום תמצית, און א אומאינפארמירטער וועט מוזן אליינס דמיון'ן).


סך הכל האסטו איין טענה: ס'העט געדארפט זיין די זעלבע פעידזש נאר די ווערטער למשל: אידישע וועלט אויפגעטרייסעלט נאך שוידערליכע שחיטה אין ירושלים.

קאן זיין ביזט גערעכט, אבער סוכ"ס ווערט קיינער נישט געוואר די נייעס פונעם בלאט היינט, יעדער ווייסט שוין דערפון, אדער אויפן אינטערוועש אדער פון קול מבשר, איז אסאך וויכטיגער אז דער בלאט זאל מאאכן א אויסגאבע און ברענגען פאר די ליינער עפעס וואס זיי האבן נאכנישט געזעהן ערגעץ אנדערש!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1584
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » פרייטאג נובעמבער 21, 2014 12:04 pm

ביי די מומביי טעראר אטאקעס
צוגעלייגטע
2008125_22175929783_IMG_1517-50.jpg
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

אוועטאר
מיסטעריעז
שר ששת אלפים
תגובות: 6786
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

תגובהדורך מיסטעריעז » פרייטאג נובעמבער 21, 2014 12:14 pm

יאפ שמעלקא.
נאר אויב איז דאס אזוי ווי איר זאגט דאן איז דאס נישט קיין צייטונג, נאר נאך א אייטעם וואס די גראסערי פארקויפט...
וואו איז דָוִי?

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2738
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » פרייטאג נובעמבער 21, 2014 12:16 pm

אזוי ווי שמעלקא שרייבט, כאטש עס וואלט נישט געשאדט עטליכע ווערטער, מיט דעם אלעם ווער עס זעהט די בלאט ווייסט גענוי פון וואס עס רעדט זיך דא.

ווידער דער איד שרייבט יא ווערטער, אבער אפגעזעהן וואס די סיבה איז, האט די העדליין דאסמאל נישט די ריכטיגע אפקלאנג. שוואך!
אפשר ווען ער שרייבט ווייניגער (לדוגמא ער לאזט אויס "קהלת בני תורה") און די אותיות גרעסער וואלט עס געווען מער שרייעדיג
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

אבי.גערעדט
שר חמש מאות
תגובות: 951
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 13, 2009 12:07 pm

תגובהדורך אבי.גערעדט » פרייטאג נובעמבער 21, 2014 12:38 pm

אקעי ערגעץ האלט מיר שוין, מ'טענהט זיך צו די בלאט האט געטון גוט געטון צו נישט, אנדערש ווי געווענליך אז וואס די בלאט טוט איז אויטאמאטיש אפגעסטעמפלט אלץ קינדיש און בעיביש

אלענפאלס האט מען דא גענימען א אשכול וואס איז אויסשליסליך פאר קאווערס און מ'האט עס אנגע'תגובה'ט, וואלט כדאי געווען מ'זאל ארויסנעמען די טשעט און לאזן ס'פלאץ פאר קאווערס

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג נובעמבער 21, 2014 12:44 pm

דע מה שתשיב האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:ווען ס'שטייט ווען אויך: (למשל) 'שרעקליכע שחיטה אין הר נוף', וואלט דאס געווען געלונגען.
א דראמאטישע פעידזש אן קיין שום רמז צו נייעס איז נישט פאר די קאווער פון א צייטונג.


שמעלקא טויב האט געשריבן:און אזוי פירן זיך כמה וכמה גרויסע צייטונגען.

למשל‎ וועלעכע‎?


משפחה די וואך.

משפחה איז דאך א מאגאזין, ניין?
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג נובעמבער 21, 2014 12:45 pm

אבי.גערעדט האט געשריבן:אקעי ערגעץ האלט מיר שוין, מ'טענהט זיך צו די בלאט האט געטון גוט געטון צו נישט, אנדערש ווי געווענליך אז וואס די בלאט טוט איז אויטאמאטיש אפגעסטעמפלט אלץ קינדיש און בעיביש

אלענפאלס האט מען דא גענימען א אשכול וואס איז אויסשליסליך פאר קאווערס און מ'האט עס אנגע'תגובה'ט, וואלט כדאי געווען מ'זאל ארויסנעמען די טשעט און לאזן ס'פלאץ פאר קאווערס


דער אשכול איז געווידמעד צו האבן ווי מער זאכפולע תגובות איבער די קאווערס פון די היימישע צייטונגן, נאר קאווערס אן קאמענטס?!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג נובעמבער 21, 2014 12:45 pm

ירוחם האט געשריבן:אפילו ביי 9.11 האט עס נישט אויסגעקוקט אזוי אין די גויאישע פאפירן. דאס איז טאבלויד סטיל. נאר וואס דען? אונזערע צייטונגן זענען עתים צייטונג ועתים טאבלויד.

כ'מיין אז ירוחם האט עס גענוגעלט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » פרייטאג נובעמבער 21, 2014 12:45 pm

שמעלקא טויב האט געשריבן:
אבי.גערעדט האט געשריבן:אקעי ערגעץ האלט מיר שוין, מ'טענהט זיך צו די בלאט האט געטון גוט געטון צו נישט, אנדערש ווי געווענליך אז וואס די בלאט טוט איז אויטאמאטיש אפגעסטעמפלט אלץ קינדיש און בעיביש

אלענפאלס האט מען דא גענימען א אשכול וואס איז אויסשליסליך פאר קאווערס און מ'האט עס אנגע'תגובה'ט, וואלט כדאי געווען מ'זאל ארויסנעמען די טשעט און לאזן ס'פלאץ פאר קאווערס


דער אשכול איז געווידמעד צו האבן ווי מער זאכפולע תגובות איבער די קאווערס פון די היימישע צייטונגן, נאר קאווערס אן קאמענטס?!

100% אגרי.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מוצ"ש נובעמבער 22, 2014 8:28 pm

די פרעסטידזשפולער צייטונגען וואס האלטן זיך העכער און קלאסישער פון די טעגליכע גאסיפ ניוז פעיפערס הייבן אן זייער באשרייבונג אויפ׳ן דעקל אפילו ביי היסטארישע געשעענישן און ווי אויך האלטן זיי זיך נישט אפ פון דעקן אויך אנדערע נייעס אויפ׳ן קאווער.

נאדיר א ביישפיל
צוגעלייגטע
image.jpg
ישראל אשר בך אתפאר

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מוצ"ש נובעמבער 22, 2014 8:31 pm

די ניו יארק טיימס
צוגעלייגטע
image.jpg
ישראל אשר בך אתפאר

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מוצ"ש נובעמבער 22, 2014 8:34 pm

די ניו יארק פאוסט און דעילי ניוז
צוגעלייגטע
image.jpg
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
כאפצעם
שר שמונת אלפים
תגובות: 8980
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

תגובהדורך כאפצעם » זונטאג נובעמבער 23, 2014 1:15 am

שמעלקא טויב האט געשריבן:
אבי.גערעדט האט געשריבן:אקעי ערגעץ האלט מיר שוין, מ'טענהט זיך צו די בלאט האט געטון גוט געטון צו נישט, אנדערש ווי געווענליך אז וואס די בלאט טוט איז אויטאמאטיש אפגעסטעמפלט אלץ קינדיש און בעיביש

אלענפאלס האט מען דא גענימען א אשכול וואס איז אויסשליסליך פאר קאווערס און מ'האט עס אנגע'תגובה'ט, וואלט כדאי געווען מ'זאל ארויסנעמען די טשעט און לאזן ס'פלאץ פאר קאווערס


דער אשכול איז געווידמעד צו האבן ווי מער זאכפולע תגובות איבער די קאווערס פון די היימישע צייטונגן, נאר קאווערס אן קאמענטס?!

קלאר אזוי!
אן קיין קאמענטס האט עס נישט קיין טעם.
"וואס איר זעהט און הערט איז נישט וואס פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

סראלי
שר ששת אלפים
תגובות: 6104
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

תגובהדורך סראלי » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 3:21 pm

.
צוגעלייגטע
image.jpg
ישראל אשר בך אתפאר

אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2257
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

תגובהדורך ירוחם » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 6:36 pm

moment.jpg
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מיטוואך נובעמבער 26, 2014 11:37 pm

בס"ד,

"מאמענט" מאכט זייער דראמאטישע טריט פאראויס, אבער - אבער - זייט נישט קיין אויבער חכמים.

"גויים" מיט צוויי יודעלעך איז אדער גראב אמעראצעס אדער גראב איווריטיזם. קיין איינס איז ניט ווילקאמען ביי אייערע קליענטן, די שויניגע אדער פאטענציעלע.

שויניגע, נייע ווארט, הא? און איר מעגט מאכן נייע ווערטער, אנטי-חרדיזם, ניטאמאל מיט א שטרעכל?

נאכאמאל, א טאפ קוואליטי אויסגאבע, איז איין זאך, אבער שטעלן פאר א ציל צו רעפארמירן די געשריבענע שפראך ביים חרדישן אידענטום, איז שוין גאר אן אנדערע מעשה. די חרדישע ניו יארק איז נישט ביראבידזשאנ.

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 12:40 am

.
צוגעלייגטע
unnamed (13).jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
אינטעליגענט
שר חמש מאות
תגובות: 876
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 02, 2008 6:23 pm

תגובהדורך אינטעליגענט » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 11:35 am

יוםטובערליך האט געשריבן:בס"ד,

"מאמענט" מאכט זייער דראמאטישע טריט פאראויס, אבער - אבער - זייט נישט קיין אויבער חכמים.

"גויים" מיט צוויי יודעלעך איז אדער גראב אמעראצעס אדער גראב איווריטיזם. קיין איינס איז ניט ווילקאמען ביי אייערע קליענטן, די שויניגע אדער פאטענציעלע.

שויניגע, נייע ווארט, הא? און איר מעגט מאכן נייע ווערטער, אנטי-חרדיזם, ניטאמאל מיט א שטרעכל?

נאכאמאל, א טאפ קוואליטי אויסגאבע, איז איין זאך, אבער שטעלן פאר א ציל צו רעפארמירן די געשריבענע שפראך ביים חרדישן אידענטום, איז שוין גאר אן אנדערע מעשה. די חרדישע ניו יארק איז נישט ביראבידזשאנ.


"גויים" איז מלא, "גוים" איז חסר. רוב ווערטער זענען אין די תורה חסר. אבער אין שריפט ניצן מיר נישט שטענדיג ווי אין פסוק. צב"ש רוב שרייבן נישט פינחס ווי אין פסוק, נאר פנחס. און נאך פיל.

"שויניגע"? וואו האסטו געזען דעם ווארט?

"חרדיזם" ווילסטו אלץ "חרד'יזם"? וויאזוי שרייבסטו, ציוניזם אדער ציונ'יזם?

אונטערשטע שורה. ס'שיינט אז דו ליינסט נישט אינענווייניג, נאר דעם דעקל, ווייל אויב יא, גלייב איך וואלסטו געטראפן עפעס מער זאכליכע גרייזן…
פליז נעם עס נישט פערזענליך…

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4155
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 2:07 pm

עמי מאגאזין פראנט פעידזש די וואך איז א גרויל, כ'קען עס נישט ארויפלייגן דא מיט'ן עפפ.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 20, 2011 8:17 pm

תגובהדורך ניק ניק » דאנארשטאג נובעמבער 27, 2014 7:29 pm

איך פארשטיי נישט די גאנצע דיון איבער די אויסשטעל פונעם פראנט פעדזש. בעסער געזאגט איך פארשטיי נישט פארוואס מ'זאל מאכן כללים אין די מהלך פון א צייטונג פראנט פעדזש.
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 12:45 am

ווישוואש האט געשריבן:עמי מאגאזין פראנט פעידזש די וואך איז א גרויל, כ'קען עס נישט ארויפלייגן דא מיט'ן עפפ.
צוגעלייגטע
IMG_00001153.jpg
IMG_00001154.jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 12:47 am

.
צוגעלייגטע
IMG_00001155.jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
סביב העולם
שר שלשת אלפים
תגובות: 3762
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 27, 2011 1:05 pm

תגובהדורך סביב העולם » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 12:48 am

.
צוגעלייגטע
IMG_00001156.jpg
AROUND THE WORLD AROUND THE CLOCK
ארום די (איי) וועלט - רונדע דעם זייגער

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4090
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 8:17 am

ווער/וואס איז די מענטש אויפן עמי קאווער?

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4155
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » פרייטאג נובעמבער 28, 2014 10:46 am

derech eretz האט געשריבן:ווער/וואס איז די מענטש אויפן עמי קאווער?

ווי סזעט אויס פונעם דעקל, איינער פון די פרישע יתומים
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט