דער טאג בוך פון א מחנך - הרב שאול קליין

די אחראים: אחראי, געלעגער

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » פרייטאג יולי 31, 2015 1:12 am

שצם_חנכל האט געשריבן:כ'האב יעצט צום ערשטען מאל געליינט דעם אשכול, אנגעהויבן פון מילערס תם'ישע 'מה זאת' עפענונגס תגובה ביז זיין היינטיגע ערעהפולע מעלדונג, קוקט אויס אז נאכן פילעווען א שטיק צייט אין ר' שאול'ס קאלום קומט מען אריין אין טעם.
די לעצטיגע סעריע איז טאקע געווען צו באלעקן אבער צומאל נישט אראפצושלינגן, איך גלייך בעסער זיינע (אומ)רעגולארע חינוך ארטיקלען.

קוק וואס דער כוכבי לכת האט גענטפערט
למה זה תשאל לשמי...

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2882
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » זונטאג אוגוסט 02, 2015 6:39 pm

קען זיין עפעס איז מאדנע מיט מיר,
אבער איך פלאג מיך צו פארשטיין זיין ארטיקל, בתחילה ולבסוף....
ס'איז בכלל נישט פליסיג צו ליינען ווי סתם א באשרייבונג, ער האקט אריין טויזנט אנדערע זאכן וואס מאכט סתם נערוועז,
למשל די וואך, אז ער וויל פארציילן וויאזוי דער רבי האט פארהערט אין חדר, זכרונות פון קרוין הייטס, מסכים, מ'הארט געלערנט אין האלבע טונקעלע ווייבער שול, שיין, זכרונות וואס איז גוט,
אבער ער דרייט א קאפ פארדעם חי, ארויף, חי אראפ, זאג מיר וואס ווילסטו דא?
פארצייל דיין מעשה און זיי געזונט,
איך פלאג מיך אויף זיינע ארטיקלען ווי א תוספות....

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25326
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג אוגוסט 02, 2015 6:42 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:קען זיין עפעס איז מאדנע מיט מיר,

מדארף קומען צום טעם, דאס איז א שטיקל ר' שאול, מ'מוטשעט זיך, מליינט עס איבער, מלייגט זיך אריין בדמיונו, און מ'פארט מיט מיט זיין 'רייד'.

איך פארשטיי אבער וואס אייך באדערט, אנדערע גלייכן דאס דייקא יא.

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » זונטאג אוגוסט 02, 2015 8:22 pm

ר' אברהם אליין דער רעדאקטאר ווען כהאב אים אמאל געפרעגט איבער אן ארטיקל, האט ער געענטפערט:
אין גראסערי גלייכסטו דען אלע פראדוקטן?
דאס זעלבע א צייטונג דארף האבן פארשידענע סארטן, נישט אלעס אויפ'ן זעלבן שניט.

אויפ'ן קעסטל רעטעניש צ.ב.ש. וועט דער לייענער גרייט זיין צו זיצן א שעה! - פונעם געלונגענעם בדחן, וויל מען הערן טיפזיניגע חרוזים וואס ברענגט ארויס מחשבה! נא, פון ר' שאול ערווארט מען אביסל צו נוצן דעם מח, עס איז געזונט. - עס איז געשריבן אין סטיל פון א "טאג בוך", עס מוז נישט זיין פליסיג און עס טאר נישט זיין צוגעפיצט.
יא כ'האב מיך באמוהט און טאקע נאגעקוקט דעם רמב"ם אין הל' יסודי התורה איבער'ן חילוק פון חֵי און חַי - עס איז געווען א פארגעניגן.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19704
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 03, 2015 8:34 am

שאץ מאץ האט געשריבן:קען זיין עפעס איז מאדנע מיט מיר,
אבער איך פלאג מיך צו פארשטיין זיין ארטיקל, בתחילה ולבסוף....
ס'איז בכלל נישט פליסיג צו ליינען ווי סתם א באשרייבונג, ער האקט אריין טויזנט אנדערע זאכן וואס מאכט סתם נערוועז,
למשל די וואך, אז ער וויל פארציילן וויאזוי דער רבי האט פארהערט אין חדר, זכרונות פון קרוין הייטס, מסכים, מ'הארט געלערנט אין האלבע טונקעלע ווייבער שול, שיין, זכרונות וואס איז גוט,
אבער ער דרייט א קאפ פארדעם חי, ארויף, חי אראפ, זאג מיר וואס ווילסטו דא?
פארצייל דיין מעשה און זיי געזונט,
איך פלאג מיך אויף זיינע ארטיקלען ווי א תוספות....

גראדע דאהי איז שוין געוועזן אמאל א שמועס איבער חי מיטן ציר"י ווס. דער מיטן פת"ח, און איר האט א טעות הרב ר' שאץ, ס'איז נישט אזוי שווער ווי א תוס', נאר פיל שווערער, וראיתי גדולים וטובים שבלמדם ענין הנ"ל לא הבינו במחילת כבודם בין ימינם לשמאלם.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

purple knish
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 24, 2014 8:14 am

טאג בוך

תגובהדורך purple knish » זונטאג אוגוסט 16, 2015 11:44 pm

Saul klein's article this week is a killer! It moved me

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19704
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 17, 2015 8:31 am

רב ארגמן, כדבריך.

דער משל'ט אראפ דעם תורה אטמאספערע בין האחים הבאר משה והבצל החכמה, ווי האט סאטמאר רב געזאגט? קאנסט דאך גוט רעכענען? די גמ' זאגט דאך "לעולם ימכר אדם כל אשר לו וישא בת תלמיד חכם"
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:02 pm

ר' שאול האט אראפגעלייגט אן אינטערוויו אויף קולמע איבערן טאהשער רבי זי"ע (געראדע האט ער מער גערעדט איבער אפריקא וואו טאהש)
ווען אינצווישן האט מר. דרעזנער א פרעג געטוהן צו ער פלעגט פארן מיט א באס אדער מיט א פליגער?
ר' שאול האט זיך געגעבן א כאפ אויף און געזאגט פאר דרעזנער MIND YOUR OWN BUISSNESS סארא מין פראגע איז דאס?!
כמיין פאר דעם אליינס איז ווערט אויסצוהערן די אינטערוויו

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25326
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:20 pm

מר. גרין האט געשריבן:ר' שאול האט אראפגעלייגט אן אינטערוויו אויף קולמע איבערן טאהשער רבי זי"ע (געראדע האט ער מער גערעדט איבער אפריקא וואו טאהש)
ווען אינצווישן האט מר. דרעזנער א פרעג געטוהן צו ער פלעגט פארן מיט א באס אדער מיט א פליגער?
ר' שאול האט זיך געגעבן א כאפ אויף און געזאגט פאר דרעזנער MIND YOUR OWN BUISSNESS סארא מין פראגע איז דאס?!
כמיין פאר דעם אליינס איז ווערט אויסצוהערן די אינטערוויו

וועלכע # אויף קול מבשר?

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 12:34 pm

ביי 3-1
איינער פון די טאהשער אינטערווי'ס

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3812
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » דינסטאג אוגוסט 25, 2015 1:00 pm

3-1-1271

אויסהערן דעם אינטערוויא איז א מאסט פאר חובבי ר' שאול. די אייגנארטיגע חן וואס ליגט אין זיין שפראך, די געפילן וואס ער לייגט אריין, די מעשה'לעך וואס קומט כסדר אריין אינמיטן. עפעס געוואלדיג.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25326
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג דעצמבער 18, 2015 12:18 pm

דער טאג-בוך היי וואך פר' ויגש תשע"ו - א מוז צו ליינען! דער בארימטער שריפטשטעלער און דענקער ר' שאול הי"ו גיט "טיפס" און אנווייזונגען פאר "שרייבער" (הלוואי זאלן די וואס דארפן דאס ליינען טאקע ליינען און כאטש אננעמען טייל פון זיינע אנווייזונגען).

עס האט וויי געטאן צו ליינען ווי ר' שאול "פריעטשט צום קווייער" אנהייבנדיג מיט דעם אז "אידישע שרייבעריי" איז בדיוטא התחתונה, מ'צאלט דערפאר גארנישט וכו', עס ציפט

אוועטאר
פאפיגיי
שר מאה
תגובות: 241
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2007 5:07 pm
לאקאציע: בויבעריג האטצן-פלאטץ
פארבינד זיך:

תגובהדורך פאפיגיי » פרייטאג דעצמבער 18, 2015 1:06 pm

ווער עס קען זאל עס ביטע ארויפשטעלן, להנות בהם בני אדם.

יישר כח.
איך פלאפעל נאך.
עס פלאפעל באל'ס.
געפון זיך אין בויבעריג, האטצן-פללאטץ.

א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1063
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 04, 2009 11:07 pm

תגובהדורך א טענצל! » זונטאג דעצמבער 20, 2015 1:48 pm

פאפיגיי האט געשריבן:ווער עס קען זאל עס ביטע ארויפשטעלן, להנות בהם בני אדם.

יישר כח.

גם אני מצטרף בבקשה.

לא לנו
שר האלף
תגובות: 1333
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

תגובהדורך לא לנו » זונטאג דעצמבער 20, 2015 11:03 pm

מיללער האט געשריבן:דער טאג-בוך היי וואך פר' ויגש תשע"ו - א מוז צו ליינען! דער בארימטער שריפטשטעלער און דענקער ר' שאול הי"ו גיט "טיפס" און אנווייזונגען פאר "שרייבער" (הלוואי זאלן די וואס דארפן דאס ליינען טאקע ליינען און כאטש אננעמען טייל פון זיינע אנווייזונגען).

עס האט וויי געטאן צו ליינען ווי ר' שאול "פריעטשט צום קווייער" אנהייבנדיג מיט דעם אז "אידישע שרייבעריי" איז בדיוטא התחתונה, מ'צאלט דערפאר גארנישט וכו', עס ציפט

אזוי פאלש איבערצוגעבן.
ער שרייבט נישט אז ס'איז בדיוטא התחתונה.
און אויב מ'מאכט ווייניגער פון א גראסערי אייגנטומער, מיינט נישט אז מ'מאכט גארנישט.
וואס ס'ציפט יא, אז מ'קען אזוי ליגנעריש איבערגעבן ציטאטן פון א געלונגענעם ארטיקל פונעם אלעמען באליבטן שרייבער ר' שאול.

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 386
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » מאנטאג דעצמבער 21, 2015 8:40 am

מיללער האט געשריבן:דער טאג-בוך היי וואך פר' ויגש תשע"ו - א מוז צו ליינען! דער בארימטער שריפטשטעלער און דענקער ר' שאול הי"ו גיט "טיפס" און אנווייזונגען פאר "שרייבער" (הלוואי זאלן די וואס דארפן דאס ליינען טאקע ליינען און כאטש אננעמען טייל פון זיינע אנווייזונגען).

עס האט וויי געטאן צו ליינען ווי ר' שאול "פריעטשט צום קווייער" אנהייבנדיג מיט דעם אז "אידישע שרייבעריי" איז בדיוטא התחתונה, מ'צאלט דערפאר גארנישט וכו', עס ציפט

טאקע א "מאסט" פאר אלע אונזערע שרייבער צו לייענען און דערליינען!
צוגעלייגטע
klein.jpg

אוועטאר
פליגל
שר שלשת אלפים
תגובות: 3880
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

תגובהדורך פליגל » מאנטאג דעצמבער 21, 2015 9:38 am

לא לנו האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:דער טאג-בוך היי וואך פר' ויגש תשע"ו - א מוז צו ליינען! דער בארימטער שריפטשטעלער און דענקער ר' שאול הי"ו גיט "טיפס" און אנווייזונגען פאר "שרייבער" (הלוואי זאלן די וואס דארפן דאס ליינען טאקע ליינען און כאטש אננעמען טייל פון זיינע אנווייזונגען).

עס האט וויי געטאן צו ליינען ווי ר' שאול "פריעטשט צום קווייער" אנהייבנדיג מיט דעם אז "אידישע שרייבעריי" איז בדיוטא התחתונה, מ'צאלט דערפאר גארנישט וכו', עס ציפט

אזוי פאלש איבערצוגעבן.
ער שרייבט נישט אז ס'איז בדיוטא התחתונה.
און אויב מ'מאכט ווייניגער פון א גראסערי אייגנטומער, מיינט נישט אז מ'מאכט גארנישט.
וואס ס'ציפט יא, אז מ'קען אזוי ליגנעריש איבערגעבן ציטאטן פון א געלונגענעם ארטיקל פונעם אלעמען באליבטן שרייבער ר' שאול.

וואוו! סארא אויפרייס דאס!

ציפן ציפט ווען מען נעמט איינעמס הערה און מען רייסט'ס אראפ כאילו ווער ווייסט וואס ער האט דא ראנג געזאגט, סך הכל האט'ר נישט גענוצט דעם אויסדריק וואס מיללער האט גענוצט, אבער ליינענדיג זיין ארטיקל די וואך האט דאס מיר אויפגעהויבן די אויגן ברעמען און טראכטען וואס טיעפקייט דא ליגט אין די שורה, יא, מען צאלט נישט קיין סך פאר אידישע שרייבעריי אז ס'אל זיך לוינען אזןיפיל כוחות אריינלייגן אין שרייב ארבייט. ס'יז א פאקט און ער דערציילט דאס הויך און מילער האט חיזוק לדבריו וואס ער טענה'ט שוין לאנג. און ס'ציפט...
נאט אייך א גרינע...

אוועטאר
farshlufen
שר עשרת אלפים
תגובות: 19704
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג דעצמבער 21, 2015 9:45 am

זאת ועוד, ר' שאול, אין פונקט 9 דוכט זיך, ברענגט ארויס ווי עס פארלאנגט צו שרייבן ערליך אן חנופה נגיעות גוזמאות וכו' "כאטש וואס פאר די דערמאנטע פארדינט מען מער".
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5326
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » מאנטאג דעצמבער 21, 2015 11:07 am

מיללער האט געשריבן:דער טאג-בוך היי וואך פר' ויגש תשע"ו - א מוז צו ליינען! דער בארימטער שריפטשטעלער און דענקער ר' שאול הי"ו גיט "טיפס" און אנווייזונגען פאר "שרייבער" (הלוואי זאלן די וואס דארפן דאס ליינען טאקע ליינען און כאטש אננעמען טייל פון זיינע אנווייזונגען).

עס האט וויי געטאן צו ליינען ווי ר' שאול "פריעטשט צום קווייער" אנהייבנדיג מיט דעם אז "אידישע שרייבעריי" איז בדיוטא התחתונה, מ'צאלט דערפאר גארנישט וכו', עס ציפט

אזויויי די וואך האב איך נאכנישט געהאט געלייענט ר' שאול'ן וואלט עס לכאו' נישט געלייענט געווארן ווען נישט די הערה פון ידידי הרב מיללער שליט"א, ישר כח גדול ונורא על זה, די ווערטער זענען טייער שבתוך הטייער, מ'דארף דאס חזר'ן פאר ווער עס זוכט צו שרייבן און מצליח זיין.

זייער זייער שטארק זיינע ווערטער. ווער עס קען מזכה זיין זאל ביטע ברענגען א PDF דערפון אז מ'זאל זיך עס קענען סעיוון און ליינען ווען מען ברויך.

ר' שאול איז א מוסטער פון א שרייבער מיט "זיין" סנגון די אלע יארן און ער האט טאקע מצליח געווען צו ציען א ליינער באזע וואס ווייניג היימישע שרייבער האבן.

א דאנק אייך נאכאמאל הרב מיללער שליט"א
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

צייטונג
שר חמישים
תגובות: 82
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 30, 2014 2:03 pm

תגובהדורך צייטונג » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 1:06 pm

א טענצל! האט געשריבן:
פאפיגיי האט געשריבן:ווער עס קען זאל עס ביטע ארויפשטעלן, להנות בהם בני אדם.

יישר כח.

גם אני מצטרף בבקשה.

ג"א

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 2:12 pm

אינטערסאנט ווי פונקט די לעצטע 3 וואכן האב איך אויפגעהערט קויפן מיין באליבטע צייטונג, צוליב די אומפאויפהערליכע דעקונג פאר אייסיס און טעראר מיט אלע קאלירן. אבער פארט האב איך נישט געקענט מוותר זיין אויף ר’ שאול’ס בריוון, וואס דארט געווענליך צעלאזט ער זיך געפערליך… בין איך געגאנגען בשתיקה אין קלייט

(טאגבוך: איך וויל נישט זאלסט דיך וואונדערן וואס די ווארט מיינט. טייערע טאגבוך, קלייט קומט פונעם סלאווענישן שפראך, אין ווערטערליכע איבערטייטש מיינט עס “סעללער” https://translate.google.com/?tl=sl#sl/en/klet, און פלעגט מייסטנס באנוצט ווערן אינעם רוסישע אוקריינישע יידיש צו באצייכענען א געשעפט, וועלכע פלעגט זיין אינעם סעללער אין דארף).

...און געכאפט בילדער פונעם ארטיקל. איך גיי עס דא ארויפלייגן.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 2:15 pm

SK_03.jpg
SK_06.jpg
SK_07.jpg
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 2:21 pm

SK1_06.jpg
SK1_05.jpg
SK1_08.jpg
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3582
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 2:25 pm

גראדע, מיך האט געצויגן די נייגער זיין "ענקריפשען" וואס ער דערמאנט צום סוף. לכאורה מיינט ער צו זאגן אז ער באהאלט ראשי תיבות און סופי תיבות אינעם ארטיקל וואס די נאמען פונעם באטרעפענדעם ווערט דארט מרומז. אויב איז עס אזוי איז עס א חידוש נפלא.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דינסטאג דעצמבער 22, 2015 2:28 pm

א שיינעם דאנק אייך.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט