דער טאג בוך פון א מחנך - הרב שאול קליין

די אחראים: אחראי, געלעגער

שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

תגובהדורך שצם_חנכל » זונטאג מארטש 09, 2014 4:54 pm

כ'האב יעצט צום ערשטען מאל געליינט דעם אשכול, אנגעהויבן פון מילערס תם'ישע 'מה זאת' עפענונגס תגובה ביז זיין היינטיגע ערעהפולע מעלדונג, קוקט אויס אז נאכן פילעווען א שטיק צייט אין ר' שאול'ס קאלום קומט מען אריין אין טעם.
די לעצטיגע סעריע איז טאקע געווען צו באלעקן אבער צומאל נישט אראפצושלינגן, איך גלייך בעסער זיינע (אומ)רעגולארע חינוך ארטיקלען.

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » זונטאג מארטש 09, 2014 4:59 pm

ליינענדיג זיינע געדאנקען איבער די 'שטארק' פרשה, האב איך געזען אז ער האלט אז מען וואלט זיך מער געדארפט ארויסשטעלן פארדאמען דעם "ניו יארק פאוסט" אויף זייער מיאוס'ן פראנט פעידזש, טענה'נדיג אז אזעלכע סארט זאכן ברענגן אן א שנאת ישראל און מיר זענען מחויב צו לאזן הערן אונזער מחאה דערקעגן.

שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

תגובהדורך שצם_חנכל » זונטאג מארטש 09, 2014 5:05 pm

מען האט פרובירט צו רידערן, אבער אזויווי יעדע שטורמישע געשיכטע ווערט דאס אויך צוביסלעך אראפגעווישט פון טאג ארדענונג צוליב אומאויפהערליכע פרישע נייעס, אזויווי א אלטע דראמאטישע אשכול וואס זינקט צוביסלעך במצולות אייוועלט.

אוועטאר
דעת זקנים
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 20, 2012 7:39 pm

תגובהדורך דעת זקנים » זונטאג מארטש 09, 2014 8:00 pm

שצם_חנכל האט געשריבן:כ'האב יעצט צום ערשטען מאל געליינט דעם אשכול, אנגעהויבן פון מילערס תם'ישע 'מה זאת' עפענונגס תגובה ביז זיין היינטיגע ערעהפולע מעלדונג, קוקט אויס אז נאכן פילעווען א שטיק צייט אין ר' שאול'ס קאלום קומט מען אריין אין טעם.
די לעצטיגע סעריע איז טאקע געווען צו באלעקן אבער צומאל נישט אראפצושלינגן, איך גלייך בעסער זיינע (אומ)רעגולארע חינוך ארטיקלען.

זיין עצם שרייבעריי האט א שטארקן חן און געשמאק, אפגעזעהן פון וואס ער שרייבט.
(און אפגעזעהן צו כ'בין מסכים צו וואס ער שרייבט צו נישט (כמ"פ)).

שצם_חנכל
שר מאה
תגובות: 152
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2013 11:43 am
לאקאציע: און די הויכע רוימען

תגובהדורך שצם_חנכל » מאנטאג מארטש 10, 2014 10:26 am

אין הכי נמי אז ס'איז געשמאק געשריבען, אבער וואס עס טוט זיך אין די בלאגס און אין די מידיע ווייס איך אויך משא"כ זיינע חינוך ארטיקלען זענען מלא חידושים.

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25459
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » זונטאג מאי 11, 2014 3:53 pm

דער טאג בוך פון פארגאנגענעם נומער (בהר תשע"ד) איז א "מוז" פאר יעדן שרייבער צו ליינען! און א געוואלדיגע זאך פאר יעדן וואס איז אינטערעסירט אביסל אין די נושאים פון שפראך און שרייבעריי.

ר' שאול איז ממש א יחיד מינו, צו באלעקן!

אוועטאר
ידיד
שר שלשת אלפים
תגובות: 3813
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 16, 2012 6:37 pm

תגובהדורך ידיד » זונטאג מאי 11, 2014 4:25 pm

יא, האמיר עס געליינט, ער רעדט וועגן איבערטייטשן פון איין שפראך צום אנדערן.

יעדע ארטיקל זיינע איז מתוק! ער שרייבט זייער נאטורליך און ארגינעל.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג מאי 15, 2014 9:46 am

כ'האב געליינט אין די צייטונג אינעם אינטערוויאו מיט ר' ישעי' רידער, ברענגט ער בתוך הדברים אז ער האט מציל געוועהן די קליין'ס, דארט בין איך געוואר געווארן אז ר' שאול איז א ברודער מיט ר' הערשל פון וומס"ב, פון איין טאטן,
נאכן ליינען דאס האב איך באקומען א קלארער'ער בילד אויף ר' שאול, דאס מיינט אז ער האט געהאט גאר אן אלטן טאטן, און דערפאר האט ער נאך אזא געוויסע פארצייטישקייט, עכ"פ א שמעק צו דעם אמאליגן זיסן לעבן,
ועוד, אז ער האט מסתמא "זיך אליין" שטארק אויפגעבויעט ווייל אז ס'איז דא אזא מרחק אין יארן צווישן א קינד און א טאטן מוז מען האבן אייגענע כוחות און כשרונות.

כה לחי,
די בריוו'ן די וואך (בחוקותי) איבער דעם דעברעצינער רב איז הפלא ופלא.

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » דאנארשטאג מאי 15, 2014 10:16 am

שאץ מאץ האט געשריבן:כה לחי,
די בריוו'ן די וואך (בחוקותי) איבער דעם דעברעצינער רב איז הפלא ופלא.

די צווייטע בריוו וויאזוי דער דעברעצינער רב האט מיט חכמה און געפיל געראטעוועט א שטוב האט מיר כמעט געברענגט טרערן.

אגב, איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די בריוו צום מחנך זענען גאר אינהאלטספול און עס דערקענט זיך אז זיי ווערן געשריבען דורך אינטעלעגענטע מענטשען. צוליב וואס די בריוו האבן א שמעק פון ר' שאול שרייבעריי, וואונדערט מיר אויב זיי זענען ארגינעל אדער צוגעפיצט.

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » דאנארשטאג מאי 15, 2014 12:21 pm

בס"ד,

מען דערקענט אויף די בריווען אז זיי זענען נישט צוגעפיצט, און בכלל איז ר' שאול (ווי זיין רעדאקטער ר' אברהם) צו אן ערנסטער מענטש צו "פוצן" בריווען, חוץ אפשר אביסל גראמאטיק אד"ג ממש די מינימום.

די בריווען זענען אינטעליגענט, אוודאי אזוי, ווער עס ליינט אזוי גרונטליך ר' שאול צו קענען שרייבן א בריוו דערוועגן מוז אויטאמאטיש זיין אינטעליגענט, ניין?

וועגן דעברעצינער רב זצ"ל, איך האב געהאט די זכי' אז ער האט מיך פארהערט אלס בחור, אין זיין שטוב, דארט ביי 14 אדער 15'טע עוועניו, און 49-50 בערך, טאקע געווען פלא והפלא די באשיידנקייט פון הויז, קיין זכר פון היינטיגע זאכן, לוקסוס, מאדעס, דעקאר, נאר ווי הונדערט יאר צוריק, און ער איז געווען מורא'דיג צוגעלאזן און שמייכלדיג - געווען פון די הויכפונקטן פון די בחורישע יארן.

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2884
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » דאנארשטאג מאי 15, 2014 4:24 pm

חיים צבי האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:כה לחי,
די בריוו'ן די וואך (בחוקותי) איבער דעם דעברעצינער רב איז הפלא ופלא.

די צווייטע בריוו וויאזוי דער דעברעצינער רב האט מיט חכמה און געפיל געראטעוועט א שטוב האט מיר כמעט געברענגט טרערן.

אגב, איז אינטערעסאנט אנצומערקן אז די בריוו צום מחנך זענען גאר אינהאלטספול און עס דערקענט זיך אז זיי ווערן געשריבען דורך אינטעלעגענטע מענטשען. צוליב וואס די בריוו האבן א שמעק פון ר' שאול שרייבעריי, וואונדערט מיר אויב זיי זענען ארגינעל אדער צוגעפיצט.


קלאר אז ער ארבעט עס אויס די בריוו'ן, ווייל ער לייגט אריין אינעם בריוון פונקטליך די ווערטער אות באות ציטירט פון די פאריגע ארטיקל אויף וואס דער בריוו באציט זיך, זאג נאר דו קענסט איינער וואס שרייבט נאך א צייטונג ווארט ביי ווארט כדי מגיב צו זיין אין א בריוו?......

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » דאנארשטאג מאי 15, 2014 5:26 pm

מיר האט עס אויסגעקוקט איבערגעשריבען צוליב די איינגערינגעלטע וויצן און שפראך, אבער יוםטוב ערליך האט א פוינט, עס קען זיין אז איינער וואס ליינט אן קאלום און שרייבט א בריוו וועט ער עס שרייבן אין דעם קאלומניסטס שפראך.
שאץ מאץ האט געשריבן:קלאר אז ער ארבעט עס אויס די בריוו'ן, ווייל ער לייגט אריין אינעם בריוון פונקטליך די ווערטער אות באות ציטירט פון די פאריגע ארטיקל אויף וואס דער בריוו באציט זיך, זאג נאר דו קענסט איינער וואס שרייבט נאך א צייטונג ווארט ביי ווארט כדי מגיב צו זיין אין א בריוו?......

נישט אינגאנצען א ראי', אזויווי יוםטוב האט געשריבן
יוםטובערליך האט געשריבן:מען דערקענט אויף די בריווען אז זיי זענען נישט צוגעפיצט, און בכלל איז ר' שאול (ווי זיין רעדאקטער ר' אברהם) צו אן ערנסטער מענטש צו "פוצן" בריווען, חוץ אפשר אביסל גראמאטיק אד"ג ממש די מינימום.

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » דאנארשטאג מאי 15, 2014 6:24 pm

חיים צבי האט געשריבן:די צווייטע בריוו וויאזוי דער דעברעצינער רב האט מיט חכמה און געפיל געראטעוועט א שטוב האט מיר כמעט געברענגט טרערן.

עס איז טאקע א מורא'דיגע מעשה, דאס ליינען די מעשה אליין קען העלפן אפראטעווען גאנצעטע דורות!

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25459
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » פרייטאג מאי 23, 2014 12:51 pm

כאטש עס קוקט אויס ווי חוזר חזרה קען איך זיך נישט צוריקהאלטן פון ארויסברענגען מיינע געפילן כלפי ר' שאול הי"ו פאר זיינע שורות יעדע וואך, אויך די וואך דערציילט איבער מצוות ביקור חולים פון דעברעצינער רב, יעדעס ווארט, דער וועג וויאזוי עס איז געשריבן, און די געדאנקען דערביי איז ווערט א מאיאנטעק.

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » מוצ"ש מאי 24, 2014 11:30 pm

יקוםפרקן האט געשריבן:
חיים צבי האט געשריבן:די צווייטע בריוו וויאזוי דער דעברעצינער רב האט מיט חכמה און געפיל געראטעוועט א שטוב האט מיר כמעט געברענגט טרערן.

עס איז טאקע א מורא'דיגע מעשה, דאס ליינען די מעשה אליין קען העלפן אפראטעווען גאנצעטע דורות!

וואס איז די מעשה?

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 389
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » זונטאג מאי 25, 2014 4:47 pm

משנה מקום האט געשריבן:
יקוםפרקן האט געשריבן:
חיים צבי האט געשריבן:די צווייטע בריוו וויאזוי דער דעברעצינער רב האט מיט חכמה און געפיל געראטעוועט א שטוב האט מיר כמעט געברענגט טרערן.

עס איז טאקע א מורא'דיגע מעשה, דאס ליינען די מעשה אליין קען העלפן אפראטעווען גאנצעטע דורות!

וואס איז די מעשה?


מחמת חיבת המעשה - דא איז א קאפיע:
צוגעלייגטע
Untitled Extract Pages.jpg

משנה מקום
שר שלשת אלפים
תגובות: 3504
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 14, 2010 4:13 pm
לאקאציע: משנה מקום יעדע שטיק צייט

תגובהדורך משנה מקום » זונטאג מאי 25, 2014 4:51 pm

א גרויסע יישר כח פארען טרחה
טאקע א מורא'דיגע מעשה

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » זונטאג מאי 25, 2014 5:15 pm

איך באלעק זיך אויך די פינגער מיט ר' שאול קליין יעדע וואך.

אבער עס הערשט ביי מיר אן אומקלארקייט איבער דאס אייגנארטיקייט פון דער טאגבוך פון א מחנך:

ר' שאול קליין האט געטון אין חינוך מיוחד, ער האט אויסגעפארעמט א וועג פאר קינדער מיט לערנען דיסעביליטיס זיי קודם אויסצולערנען א וועקעביולערי (אוצר המילים) אז נאכדעם זאלן זיי אויטאמטיש כאפן וואס מען זאגט.

נאך אן אייגנארטיגקייט וואס ר' שאול קליין האט איז אז ער שרייבט טאגבוכער פון אלעס און אלעמען, א זאך וואס מען זעהט זייער ווייניג ביי אונזערע אידן, די אויפטוה פון א טאגבוך איז איז נישט שייך צו באגרייפן, א ביישפיל פון די אידישע פרוי גליקל פון העמלן
http://en.wikipedia.org/wiki/Gl%C3%BCckel_of_Hameln
וואס האט בעצם גארנישט פארקויפט מער ווי א געווענליכע פרוי אין איר צייט מיט א משפחה מיט קינדער, אבער איר טאגבוך אינעם אידישן שפראך איז מקור פאר היסטאריע, און די זעלבע איז מיט אנא פראנק וואס האט געליטן פונקט ווי טויזנטער אידן הי"ד נאר זי האט עס אפגעשריבן, און נאך פילע משלים, וואס געבט אריין אן אומשאצבארע אריינבליק אינעם עבר.

אויף א געוויסע אופן האט זיך ר' שאול איינגעגעסן אלץ א שרייבער וואס שרייבט איבער אלעס און אלעמען פון זיין פרעספעקטיוו, (א שטייגער ווי די "אויפפאסונגען" אין די צייטונג - אבער מער קאסטומעזירט צו א בליק פון א יחיד).

עס קוקט מיר אויס אז די צוויי אויבנדערמאנטע זאכן האבן אויסגעפארעמט ר' שאול אלץ א שרייבער, ווען מען האט נישט וואס צו שרייבן שרייבט מען פון חינוך מיוחד, און דאן גייט מען אריבער צום טאג בוך כדי צו איבערצייגן געוויסע נקודות (והא ראיה ער האט אליינס געשריבן אזוי אמאל), און פון דארט גייט שוין א קייט פון בריוון און ענטפערס, און דאן ווידמעט מען אן ארטיקל באזירט אויף פריערדיגע דיסקאסיעס אדער פרישע געשעהנישן. אבער דער עיקר מטרה איז: שרייבן פון אלעס און אלעמען.

מיין שאלה איז צו ר' שאול איז טאקע דער אדרעססע נומער 1 ווען עס קומט צו לערנען דיסעביליטיס? אדער ווען עס קומט צו הערליכע ארטיקלען? אדער צו ביידע?

אני כשלעצמי וואלט אנגערופן דעם ארטיקל אינעם צייטונג: "מיינע אויפפאסונגען", ווייל "דער טאגבוך פון א מחנך" איז נישט אזוי אקוראט, און עס צעמישט וואס דער מטרה איז דא.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » זונטאג מאי 25, 2014 6:28 pm

דאס מיינט אז אויב איך נעם זיך שרייבן א טאגבוך קען איך נאך איין טאג זיין א היסטארישע בלאט אויף וויקי?

אגב, מיט א שטיק צייט צוריק איז געלאפען אין 'מעלות' א צענזורירטע ווערסיע פון גליקל'ס טאג בוך, עס איז זייער אינטערסאנט צו זען פארשידענע היסטארישע געשעענישען פון א אינווידועלע פערספעקטיוו.

אוועטאר
מילכיגער
שר האלפיים
תגובות: 2585
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 20, 2011 4:41 pm

תגובהדורך מילכיגער » זונטאג מאי 25, 2014 6:36 pm

חיים צבי האט געשריבן:דאס מיינט אז אויב איך נעם זיך שרייבן א טאגבוך קען איך נאך איין טאג זיין א היסטארישע בלאט אויף וויקי?

זיכער. הייב שוין אן...

אגב, מיט א שטיק צייט צוריק איז געלאפען אין 'מעלות' א צענזורירטע ווערסיע פון גליקל'ס טאג בוך, עס איז זייער אינטערסאנט צו זען פארשידענע היסטארישע געשעענישען פון א אינווידועלע פערספעקטיוו.

הישטגעוויסט ס'צענזורירט. ווי קען מען האבן ס'ריכטיגע?
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » זונטאג מאי 25, 2014 7:09 pm

איך האב נישט געליינט די ריכטיגע, אבער כפי ששמעתי קען עס נישט ווערן אריינגעלייגט אין אזא אויסגאבע וואס קומט אן צו די גאנצע פאמיליע.

יוםטובערליך
שר חמש מאות
תגובות: 672
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 31, 2007 12:32 pm

תגובהדורך יוםטובערליך » מאנטאג מאי 26, 2014 11:36 am

בס"ד,

גרויזאמער האט געשריבן:איך באלעק זיך אויך די פינגער מיט ר' שאול קליין יעדע וואך.

אבער עס הערשט ביי מיר אן אומקלארקייט איבער דאס אייגנארטיקייט פון דער טאגבוך פון א מחנך:
אני כשלעצמי וואלט אנגערופן דעם ארטיקל אינעם צייטונג: "מיינע אויפפאסונגען", ווייל "דער טאגבוך פון א מחנך" איז נישט אזוי אקוראט, און עס צעמישט וואס דער מטרה איז דא.


ר' שאול קליין איז ארגינעל א מחנך נפלא, א פיאניר אין חינוך מיוחד, וועלכער האט, מ'קען זאגן, מיט זיינע צען פינגער און געוואלדיגע סייעתא דשמיא אויפגעבויט די חינוך מיוחד וועלט פון חרדישן אידענטום איבער די וועלט. עס זענען דא שיטות אהער אהין, אזא מהלך, אן אנדערע, אבער דעם גרויסן בילד האט ער מייסד געווען.

צו דעם איז ער אויך א וועלט'ס שרייבער - און דאס מיינט, א גוטער שרייבער אויף יעדע טעמע. אין ערשטע יארן האט ער געשריבן אין צייטונג "ביזנעס - פון: סוחר," וואס ווערט נאך היינט דערמאנט ביי מיין דור און עלטער מיט געוואלדיגע נאסטאלגיע.

ער שרייבט פון אלעם, אבער ערשט איז ער בעל מחנך, און ער שרייבט א טאג-בוך, ממילא איז דער טיטול דער טאג בוך פון א מחנך וואס נעמט אריין אלעס. און גראדע, יעדע זאך אין דעם ארטיקל האט די צוגאנג פון א מחנך, דער אפרוף צום יונגערן דור, ממילא אפילו ווען ער שרייבט פון פאסט אפיס אדער פון אנטיסעמיטישע אטאקעס, און נישט פון חינוך דירעקט, איז עס אויך מתוק מדבש און א דירעקטע לעקציע אין חינוך.

אוועטאר
גרויזאמער
מ. ראש הקהל
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
לאקאציע: אויף די באלעמער שטיגן

תגובהדורך גרויזאמער » מאנטאג מאי 26, 2014 1:14 pm

א שטיקל פשעטיל, אבער נישט שווער צו פארשטיין.

בנוגע חינוך מיוחד מיין איך נישט צו רעדוצירן זיינע געוואלדיגע אויפטוען, - וואס בשעתו איז ער טאקע לכאורה געווען דער איינציגסטער היימישער אין דעם געביט - אבער איך האב עס אנגעקוקט ווי לכבוד דעם וואס היינט איז שוין אסאך ברייטער די פעלד, די אויגן זענען שוין אפען היינט צו אסאך מער פראבלעמען ווי בלויז לערנינג דיסעבילעטיס, און עס זענען שוין דא מהלכים און מערערע שיטות אויף אלעמען, געבט ר' שאול אויס זיינע כוחות אויף אנדערע ענינים. - מוז נישט זיין איך בין גערעכט.

עס וואלט געדארפט זיין אינטערסאנט די ארטיקל פון ביזנעס וואס דו רעדסט, אויב האסטו פערצופאל א קאפי וואלט געווען א געוואלדיגע זאך עס ארויפצולייגן דא.

אויך וואלט געדארפט זיין אינטערסאנט די ערשטע ארטיקל וויאזוי ער האט אנגעהויבן מיטן טאגבוך פון א מחנך.
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender

לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

אוועטאר
חיים צבי
שר חמש מאות
תגובות: 591
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 24, 2013 12:18 pm

תגובהדורך חיים צבי » דאנארשטאג מאי 29, 2014 10:48 am

נו? איינער האט שוין געליינט? צוקער זיס! די וואך'ס ארטיקל איז אויסערגעווענליך אפילו פאר ר' שאול נ"י. ער פאנגט אן מיט ליין מאטריאל אין אלגעמיין דערנאך גייט גייט ער אריבער צו די סיסטעם וויאזוי די ווייבער זענען זיך מסדר מיט זייער מאגאזינען, זייער געשמאק.
דאן צולייגט ער איין ספעציפישע ארטיקל אין א אנגלא-אידישע אויסגאבע (כמדומה אז דאס איז געווען אין משפחה) איבער משפחות מיט ספעציעלע קינדער ווי עס ווערט דערמאנט א מעשה מיטן דעברעצינער רב ז"ל. עס איז שוין די צווייטע מאל וואס א מעשה פונעם רב ז"ל אין ר' שאול'ס קאלום בארירט מיר כמעט צו טרערן.

דער טאג בוך די וואך איז פון דעם יאר שושן פורים עס איז זיס, לאכעדיג, וויינעדיג, און צו אלעם ברענגט עס אויך ארויס אקטועלע פונקטן איבער משפחות מיט ספעציעלע קינדער.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 20274
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דאנארשטאג מאי 29, 2014 11:31 am

נעכטן נאכט נאכן קויפן "די צייטונג" און כדרכי אויפמישן גראד צו הרב [א איד וואס רבו ז"ל האט געהאלטן אז ער איז ראוי להורות הוראה בישראל] ר' שאול'ס ארטיקל, גראדע די אייציגסטע וואס איך נעם מיר אראפ פון די טייערע צייט צו לעזן, האב איך דאס געשריבן לא' מידידיי היקרים:

א גוטן אווענט, דער ר' שאול מיט זיינע טאגבוכער, קען אפילו א פארשלאפ"ן הארץ בארירן, שרייבט ענינים וואס מען ברויך זיך אוועקשטעלן אין שופלאד זארגפעלטיג פערפאקט אויף ווען מען ברויך עס, כ'קאן נישט דעם רב רייזמאן בכלל אבער ער האט רעכט, מען טאר נישט לאזן דעם פנים פאר'מסר'ן וואס עס ליגט אלץ אויפן געוויסן אויבצוואר אז אמאל איז דאס היבש שווער צו טאן.

דעם דעברעצינער רב'ס מאנירן טוען מיר בארירן, דאס באדייט א פארצייטישער רב און מורה הוראה בישראל, א איד וואס האט געקאנט טרערן גיסן על צרת ישראל און תוך כדי דיבור צייגן א פריילעך פנים און דאס נאך בעהאלטן אויך פון חתנו החביב וואס האט אים געטראגן און געברענגט, הערשט הבנתי דעם באדייט פון "החסיד אבלו בלבו וצהלתו בפניו". א גוטע נאכט.


ר' שאול, איך ברויך זיך נעמען די מיה און אייך פערזענליך אראפשרייבן א בריוו מעמקי לבבי.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 12 געסט