דער טאג בוך פון א מחנך - הרב שאול קליין
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
-
- שר האלף
- תגובות: 1006
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 8:24 pm
יישר כח גרויזאמער.
נ.ב. א רחמנות אויפ'ן שרייבער מיט זיין בעל הבית - עס גייט ארום אן אינטערעסע צ זיין ארטיקל, אבער אנשטאט צו לויפן קויפן האב'ן מיר דאס באקומען צוגעשטעלט! (טאקע גרויזאם...)
מצד שני קען מען אבער זאגן אז א צייטונג עיקר פארדינסט איז פון אדווערטייזמענט, והא ראי' די צייטונג איז דאך אומזינסט אויף זייער וועבזייטל מיט די אדווערטייזמענט צונאזאם. איז דער פאזיטיווער פרסום גאר שטארק געזונט פאר'ן צייטונג.

אלץ א שרייבער (נישט קיין ספעלער) האב איך זייער הנאה פון זיינע ארטיקלן אבער איך האלט און איך הער אז דער אלגעמיינער גאס פארשטייט נישט פינקטלעך וואס ער וויל, איך האלט אז ער דארף שרייבן אויף אזא מהלך אז אלע זאלן דאס פארשטיין און אזא איינער וואס איז נישט אויסגעקאכט מיט שרייבעריי זאל אויך קענען גרינג פארשטיין וואס ער שרייבט און וואס ער וויל,
מיינע צוויי סענט.
מיינע צוויי סענט.
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ער הויבט טאן מיט די די.פי תקופה, אין ווארהייט ווייסן מיר די אייניקלעך פון די דיספלעיסד פערסאנס גאר ווינציג איבער יענע תקופה, ווארט מיר מיט אפענע מיילער צו לעזן א טראפקעלע פון ר' שאול'ס טיפע ידיעות בנושא.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
farshlufen האט געשריבן:ער הויבט טאן מיט די די.פי תקופה, אין ווארהייט ווייסן מיר די אייניקלעך פון די דיספלעיסד פערסאנס גאר ווינציג איבער יענע תקופה, ווארט מיר מיט אפענע מיילער צו לעזן א טראפקעלע פון ר' שאול'ס טיפע ידיעות בנושא.
אויסער די ידיעות זיינע, און זיין גאלדענע שפראך, איז ער א מומחה נפלא ווען עס קומט ארויסצוברענגען די טיפע פיין און ליידן פון די "ניצולי השואה", און די שרעקליכע דורכגאנג וואס מיר קענען קוים משיג זיין באפס קצהו, ר' שאול זז"ג - וואס דרך אגב איז ער מגלה אז דין רפיש מדבית אבא, זיין פאטער ע"ה איז געווען א געבילדעטער מענטש און זיין מוטער א געלונגענע שרייבערין - האט מורא'דיגע טאלאנטן אדורכצונעמען דעם ליינער און אריינברענגען א לעבעדיגען געפיל, עס האט זיך ביים ליינען געשפירט ווי איך זעלבסט בין געבוירן געווארן דאס ערשטע יאר נאכן קריג אין א די. פי לאגער, איך האב דעם גענעראל פעטטאן ימ"ש געוואלט צושניידן אויף שטיקער ליינענדיג זיינע אנטיסעמיטישע באהויפטונגען באלד נאכן קריג, צוגלייכנדיג די אידישע פליטים צו בהמות רח"ל, און דאס איז שוין אן אמעריקאנער הויכראנגיקער גענעראל וואס האט מחד גיסא אויף זיין קאנטע די סוקסעס פון באזיגן די נאצישע שדים, אבער לאידך גיסא איז ארורים הרשעים שאין טובתם שלימה, ווען מ'ליינט וויאזוי אזא איינער האט געקענט שרייבן אפענע אנטיסעמיטיזם כאחד הרשעים, ראה ה' והביטה מה היה לנו, לא יאומן כי יסופר.
- גרויזאמער
- מ. ראש הקהל
- תגובות: 3628
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 06, 2006 4:03 pm
- לאקאציע: מאלי הויז ארעסט
די פיילס וואס האבן זיך אויסגעמעקט איז פיינע נייעס, עס איז ארויסגעקומען גוטע זאכן דערפון. איך האב הנאה געהאט וויאזוי ער איז מסביר פאר'ן אינגערן דור וואס CLOUD באדייט... (אדער אפשר איז עס פאר'ן עלטערן דור)
זייער זיס די וואך
זייער זיס די וואך
איינגעשריבענע באנוצער וועלכע האבן באדאנקט די תגובה:
קרעמער | צום זאך | צייטליך | גרויזאמער | וויכטיג מאכער | אויפריכטיג | מאשקע | bloomberg4mayor | arender
לחץ כאן למסור תודה על תגובה זו | דווח על תוכן פגעוני

מיללער האט געשריבן: איך האב דעם גענעראל פעטטאן ימ"ש געוואלט צושניידן אויף שטיקער ליינענדיג זיינע אנטיסעמיטישע באהויפטונגען באלד נאכן קריג, צוגלייכנדיג די אידישע פליטים צו בהמות רח"ל, און דאס איז שוין אן אמעריקאנער הויכראנגיקער גענעראל וואס האט מחד גיסא אויף זיין קאנטע די סוקסעס פון באזיגן די נאצישע שדים, אבער לאידך גיסא איז ארורים הרשעים שאין טובתם שלימה, ווען מ'ליינט וויאזוי אזא איינער האט געקענט שרייבן אפענע אנטיסעמיטיזם כאחד הרשעים, ראה ה' והביטה מה היה לנו, לא יאומן כי יסופר.
פאר אינטערעסאנטקייט, איז די אנטיסעמיטיזם פון פעטאן געווען א נייעס פאר אייך? כהאב געמיינט ס'איז דברים ידועים
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
מילכיגער האט געשריבן:מיללער האט געשריבן: איך האב דעם גענעראל פעטטאן ימ"ש געוואלט צושניידן אויף שטיקער ליינענדיג זיינע אנטיסעמיטישע באהויפטונגען באלד נאכן קריג, צוגלייכנדיג די אידישע פליטים צו בהמות רח"ל, און דאס איז שוין אן אמעריקאנער הויכראנגיקער גענעראל וואס האט מחד גיסא אויף זיין קאנטע די סוקסעס פון באזיגן די נאצישע שדים, אבער לאידך גיסא איז ארורים הרשעים שאין טובתם שלימה, ווען מ'ליינט וויאזוי אזא איינער האט געקענט שרייבן אפענע אנטיסעמיטיזם כאחד הרשעים, ראה ה' והביטה מה היה לנו, לא יאומן כי יסופר.
פאר אינטערעסאנטקייט, איז די אנטיסעמיטיזם פון פעטאן געווען א נייעס פאר אייך? כהאב געמיינט ס'איז דברים ידועים
עס איז מסתם דברים ידועים, אבער פאר מיר איז עס געווען נייעס, הודה ולא בוש
די "לימוד זכות" אויף אים איז אז ער איז נישט נאר געווען א אנטיסעמיט נאר א מענטשן האסער און משוגענער... גיב עס נאר א גוגל און דו וועסט טרעפן א באנטש
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.
בס"ד
קעמיר נישט מסכים זיין מער... אה, נישט קיין גוטע איבערזעצונג פונעם ענגלישן קענט עגרי מאר, אבער מ'כאפט די פאינט. כ'וואלט עס אויך געשריבן אקוראט אזוי, אות באות.
פערזענליך, מיך קנייטשט אביסל זיין וואנדערונג פון עספערגערס צו די די. פי. לאגערן, הגם ס'איז מענין לענין באותו ענין, אביסעלע נאנט מיט א דריטע-פערטע דעגרי מרחק, אבער ס'א פיצקעלע פרייז צו באצאלן פאר'ן אומבאשרייבליכן(?..) אוצר פון ר' שאול זז"ג.
פאר אונז שרייבערלעך, לאמיר רעדן אפען, איז ר' שאול'ס ארטיקל נישט נאר די געוואלדיגע רייכקייט און אינפארמאציע און סגנון, נאר אויך א "לערן בוך צו שרייבן." קוק וויאזוי ער ברענגט ארויס א פאינט, קוק ווי די רישא פונעם ארטיקל מיט די לעצטע סעיף שאפן א קניפ צו שליסן דעם ראד. קוק ווי ער וואגט זיך צו רעדן ברייטע לשונות, אין זעלטענע פאלן "זייער" ברייט, אבער עס גייט דורך כהרף עין אן קיין פיפס.
[מזל מידיע לאכט... דער קונץ פון דורכשווערצן ברייטע ענינים און אויסדרוקן איז ריזיקאליש פונעם שרייבער, און א געשמאק פאר'ן ליינער, ווייל מען שפירט מען האט "געכאפט דעם טוטאר" אזוי באהאלטן, ווי דער מוח זאל זאגן, אה, פון מיר קענסט עס נישט באהאלטן... און אזעלכע מיני-סעקונדע מאמענטן פון "איך האב געכאפט דעם באהאלטענעם ענין" און ענליכע מיני-מאמענטן ווען דער ליינער שפירט ווי ער וואלט ממש געזאגט-געטראכט-געשריבן אות באות די זעלבע זאך, און מען שאקלט אזוי צו מיט'ן קאפ מיט הנאה אויפ'ן פאראייניגטן מוח גאנג פון די האלבע סעקונדע, זענען צוויי פון די בעסטע באהאלטענע סודות וואס דיפערענצירן צווישן גוטע שרייבערס און טאפ שרייבערס. די איינציגסטע צוויי אין אלגעמיינע אידישע אויסגאבעס וואס מאכן די צוויי קונצן גאנץ רעגלמעסיג איז די מעלות און ר' שאול קליין. אה, אנדערע "ווילן" אבער עס גייט נישט בשו"א, און אויב מ'לייגט נאך צו א ודי האסטעך חרוב געמאכט דעם פאנטש ליין.]
קוק ווי די סכום פון זיינע ווערטער צוזאמען זענען אסאך מער ווי די סך הכל פון די שורות פאר זיך - די קוואנטום מיט די קוואליטי צוזאמען, אויב מען ליינט עס גוט, אויך צווישן די שורות, קומען צו א פאינט וואס נעמט איבער דעם מענטש מיט איבערוועלטיגער קראפט (overwhelming force) וואס "דעמאלט" קנאקט אין קאפ אריין דער אמת'דיגער מעסעדזש וואס ער וויל שיקן. נישט יעדע וואך געשעט עס, נישט אלץ די זעלבע שטאפל, אבער פאריגע וואך מיט פעטאן האט עס דעליווערט א קאנאן אין "דעם" געביט פון א לערן בוך צו שרייבן קוואליטי היימיש ערליך אידיש.
שוין, צולאזט אביסל, צוריק צו די ליטערארישע פסח ארדערס.
מיללער האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:ער הויבט טאן מיט די די.פי תקופה, אין ווארהייט ווייסן מיר די אייניקלעך פון די דיספלעיסד פערסאנס גאר ווינציג איבער יענע תקופה, ווארט מיר מיט אפענע מיילער צו לעזן א טראפקעלע פון ר' שאול'ס טיפע ידיעות בנושא.
אויסער די ידיעות זיינע, און זיין גאלדענע שפראך, איז ער א מומחה נפלא ווען עס קומט ארויסצוברענגען די טיפע פיין און ליידן פון די "ניצולי השואה", און די שרעקליכע דורכגאנג וואס מיר קענען קוים משיג זיין באפס קצהו, ר' שאול זז"ג - וואס דרך אגב איז ער מגלה אז דין רפיש מדבית אבא, זיין פאטער ע"ה איז געווען א געבילדעטער מענטש און זיין מוטער א געלונגענע שרייבערין - האט מורא'דיגע טאלאנטן אדורכצונעמען דעם ליינער און אריינברענגען א לעבעדיגען געפיל, עס האט זיך ביים ליינען געשפירט ווי איך זעלבסט בין געבוירן געווארן דאס ערשטע יאר נאכן קריג אין א די. פי לאגער, איך האב דעם גענעראל פעטטאן ימ"ש געוואלט צושניידן אויף שטיקער ליינענדיג זיינע אנטיסעמיטישע באהויפטונגען באלד נאכן קריג, צוגלייכנדיג די אידישע פליטים צו בהמות רח"ל, און דאס איז שוין אן אמעריקאנער הויכראנגיקער גענעראל וואס האט מחד גיסא אויף זיין קאנטע די סוקסעס פון באזיגן די נאצישע שדים, אבער לאידך גיסא איז ארורים הרשעים שאין טובתם שלימה, ווען מ'ליינט וויאזוי אזא איינער האט געקענט שרייבן אפענע אנטיסעמיטיזם כאחד הרשעים, ראה ה' והביטה מה היה לנו, לא יאומן כי יסופר.
קעמיר נישט מסכים זיין מער... אה, נישט קיין גוטע איבערזעצונג פונעם ענגלישן קענט עגרי מאר, אבער מ'כאפט די פאינט. כ'וואלט עס אויך געשריבן אקוראט אזוי, אות באות.
פערזענליך, מיך קנייטשט אביסל זיין וואנדערונג פון עספערגערס צו די די. פי. לאגערן, הגם ס'איז מענין לענין באותו ענין, אביסעלע נאנט מיט א דריטע-פערטע דעגרי מרחק, אבער ס'א פיצקעלע פרייז צו באצאלן פאר'ן אומבאשרייבליכן(?..) אוצר פון ר' שאול זז"ג.
פאר אונז שרייבערלעך, לאמיר רעדן אפען, איז ר' שאול'ס ארטיקל נישט נאר די געוואלדיגע רייכקייט און אינפארמאציע און סגנון, נאר אויך א "לערן בוך צו שרייבן." קוק וויאזוי ער ברענגט ארויס א פאינט, קוק ווי די רישא פונעם ארטיקל מיט די לעצטע סעיף שאפן א קניפ צו שליסן דעם ראד. קוק ווי ער וואגט זיך צו רעדן ברייטע לשונות, אין זעלטענע פאלן "זייער" ברייט, אבער עס גייט דורך כהרף עין אן קיין פיפס.
[מזל מידיע לאכט... דער קונץ פון דורכשווערצן ברייטע ענינים און אויסדרוקן איז ריזיקאליש פונעם שרייבער, און א געשמאק פאר'ן ליינער, ווייל מען שפירט מען האט "געכאפט דעם טוטאר" אזוי באהאלטן, ווי דער מוח זאל זאגן, אה, פון מיר קענסט עס נישט באהאלטן... און אזעלכע מיני-סעקונדע מאמענטן פון "איך האב געכאפט דעם באהאלטענעם ענין" און ענליכע מיני-מאמענטן ווען דער ליינער שפירט ווי ער וואלט ממש געזאגט-געטראכט-געשריבן אות באות די זעלבע זאך, און מען שאקלט אזוי צו מיט'ן קאפ מיט הנאה אויפ'ן פאראייניגטן מוח גאנג פון די האלבע סעקונדע, זענען צוויי פון די בעסטע באהאלטענע סודות וואס דיפערענצירן צווישן גוטע שרייבערס און טאפ שרייבערס. די איינציגסטע צוויי אין אלגעמיינע אידישע אויסגאבעס וואס מאכן די צוויי קונצן גאנץ רעגלמעסיג איז די מעלות און ר' שאול קליין. אה, אנדערע "ווילן" אבער עס גייט נישט בשו"א, און אויב מ'לייגט נאך צו א ודי האסטעך חרוב געמאכט דעם פאנטש ליין.]
קוק ווי די סכום פון זיינע ווערטער צוזאמען זענען אסאך מער ווי די סך הכל פון די שורות פאר זיך - די קוואנטום מיט די קוואליטי צוזאמען, אויב מען ליינט עס גוט, אויך צווישן די שורות, קומען צו א פאינט וואס נעמט איבער דעם מענטש מיט איבערוועלטיגער קראפט (overwhelming force) וואס "דעמאלט" קנאקט אין קאפ אריין דער אמת'דיגער מעסעדזש וואס ער וויל שיקן. נישט יעדע וואך געשעט עס, נישט אלץ די זעלבע שטאפל, אבער פאריגע וואך מיט פעטאן האט עס דעליווערט א קאנאן אין "דעם" געביט פון א לערן בוך צו שרייבן קוואליטי היימיש ערליך אידיש.
שוין, צולאזט אביסל, צוריק צו די ליטערארישע פסח ארדערס.
ווי זאגט מען WOW אין אידיש? שיקט אייער מיינונג צו [email protected].
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35437
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
ליינענדיג ווי ר' שאול בעשרייבט די פארגאגענע וואך פ' תולדות על קצה המזלג איבער מונקא-טאבאר און ווי אזויפיל ווי 17 טויזענט אידן זענען נעלם געווארן קיין רוסלאנד ביי איין שלאכט, נזכרתי אז איך האב אמאל געהערט ר' שלמה קאפפעל ע"ה רעדן צו א רוסישן פליסיג אויף זיין שפראך, על שאלתי פון וואו קימט צו אייך דער שפרך? ענה, 4 יאר בין איך געווען פארשלעפט ביי די רוסן", איך האב דאן נישט געוואוסט וויפיל היסטאריע און ווייטאג עס איז פארבינדן מיט די ווערטער.
אגב, מיר דארפן דאנקן ר' שאול פארן אונז ערגענצן פרטים פון א תקופה וואס אונזערע זיידעס האבן ווינציג גערעדט דערפון און ווען יא האב מיר נישט ארויסגעהאט א קלארן בילד בסדר הדברים.
אגב, מיר דארפן דאנקן ר' שאול פארן אונז ערגענצן פרטים פון א תקופה וואס אונזערע זיידעס האבן ווינציג גערעדט דערפון און ווען יא האב מיר נישט ארויסגעהאט א קלארן בילד בסדר הדברים.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
האמיר א עלטער פעטער (געווען גאר א חשובער בחור) וואס איז נעבעך געבליבן פארשלעפט דארט, ולא נודע עקבותיו.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר שמונת אלפים
- תגובות: 8004
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
- לאקאציע: עולם התורה
נא_שכל האט געשריבן:האמיר א עלטער פעטער (געווען גאר א חשובער בחור) וואס איז נעבעך געבליבן פארשלעפט דארט, ולא נודע עקבותיו.
גראדע האט מען געטראפון לעצטענס זיינע שפורן, אז ער איז אנגעקומען מיט א טראנספארט פון אונגארן (זומער תש"ד) קיין מוטהויזן לאגער, און דארט אומגברעננגט געווארען אין שבט תש"ה. הי"ד.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
-
- שר האלף
- תגובות: 1502
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm
-
- שר האלף
- תגובות: 1910
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm
צל עובר האט געשריבן:איך האב געוואלט שרייבן ר' שאול קליין, אבער ער שרייבט דאך ליידער שוין נישט, שטארקע פארלוסט.
ר' שאול האלט אז ער איז יוצא מיט חצי שיעור.
טעות.
די קונדן אין געשעפט זענען נישט צופרידן דערפון.
ר' שאול: ביטע שארט אייך ארויף די ארבל, און ווען מ'נעמט ארויס דעם 'אידישן צייט' מיטוואך, זאל מען אויפן דעקל אונטן ביי דעם מפתח קענען געפונען 'דעם טאג בוך פון א מחנך'.