אינטרעסאנטע אויפפאסונג אין "דער איד"

צו די זאך
שר מאה
תגובות: 150
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 30, 2009 2:12 pm

אינטרעסאנטע אויפפאסונג אין "דער איד"

תגובהדורך צו די זאך » דינסטאג יולי 08, 2014 7:47 pm

אין איד לויפט לעצטענס אן הערליכען ארטיקל איבער די שד"ר'ים פון א"י במשך די דורות, באמת א ווינדערבארן ארטיקל.

איז, די וואך פרשת בלק רעדן זיי, פון די סכנות וואס די אלע זענען דורך אויפן וועג, ברענגט ער פון חיד"א וואס איז אויך געווען א שד"ר, אז דורך גייענדיג די דערפעל "חלחול" צווישן חברון און ירושלים האט ער געכאפט קלעפ פון די אראבער דארט, און ער דריקט זיך אויס אויף די אראבר פון חלחול, אז זיי זענען באקאנט פאר גרויסע רשעים און אכזרים (בערך אזוי, איך שרייב פון זיכרון)

איז אינטרעסאנט אפאר זאכן:

קודם פאר היסטאריע ליב האבער'ס, אז "חלחול" ווערט שוין דערמאנט, אבער נישט סתם אזוי, נאר אלץ אכזרים.

דער קא-אינצידענטס אז דאס ווערט דערמאנט די זעלבע וואך ווען אין די נייעס אפטיילונג איז דא גאנצעטע בלעטער איבער א שוידירליכע פאסירוג אין חלחול.

דריטענס, איז אינטערעסאנט אופן עורך, אז ביים ארטיקל פון די שד"רים רעדענדיג פון חלחול ציט ער נישט קיין פאראלעל מיט וואס ס'האט פאסירט יענער וואך, און אט דעם זעלבען דערפעל.
לעצט פאראכטן דורך צו די זאך אום דינסטאג יולי 08, 2014 8:08 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל סך הכל.
די נעשכיזער איז א גוטער איד, מייערן אין צימעס איז א גוט מאכל.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3130
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » דינסטאג יולי 08, 2014 7:52 pm

צו די זאך האט געשריבן:דריטענס, איז אינטערעסאנט אופן עורך, אז ביים ארטיקל פון די שד"רים רעדענדיג פון חלחול ציט ער נישט קיין פאראדאקס מיט וואס ס'האט פאסירט יענער וואך, און אט דעם זעלבען דערפעל.

נייעס איז א זאך וואס מען דארף שרייבן פריש ביז די מינוט וואס די צייטונג גייט צום דרוק. סתם באשרייבונגען און פארזעצונגען - ובפרט אין די זומער וואכן - ווערן שוין צומאל געשריבן און רעדאגירט עטליכע וואכן פריער.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דינסטאג יולי 08, 2014 8:00 pm

Parallel, not paradox
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט