"דער שטערן/שפאקטיוו" - חודש'ליכע מאגאזינען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

להגדיל שמו האט געשריבן:זייענדיג א קאסטעמער פון די שטערן/שפאקטיף זייט זיי זענען ארויס געקימען די ערשטע מאל, פיל איך אז מען וואלט שוין געמעגט אויסשמיעסען די קאסטעמערס זייט.
וואס איז געשען מיט זיי? פון אן אויסגאבע פול מיט תוכן, יעדע חודש ציענדיג און באלערענט צי אן אויסגאבע וואס רוב ארטיקלען ציעט בכלל נישט.
אמאל האט מען קוים געקענט ווארטען אז עס זאל אנקימען אויף די שעלף, יעדע ארטיקל מלא חן, א פארזעצונג וואס מען האט נישט געקענט אויסלאזען, אזא יענקל פריילעך, און בכלל יעדע ארטיקל איז געווען זיך צי באלעקען.
צי אן אויסגאבע וואס איז אזוי יבש, עס איז ממש נישט דא וואס צי ליינען דארט.
ווער דארף קאלערד בילדער ווען די גאנצע ארטיקל ציעט נישט?
ווי זענען די גוטע פארזעצונג?

------
נ.ב. ביטע זיך האלטען צום נושא ווי נארמאלע מענטשען, נישט מישען קיין פאליטיק אדער השקפה.
טעגלאש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יוני 10, 2014 4:45 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טעגלאש »

איך פלעג עס צו קויפן ערליך יעדע איינציגע חודש, לעצטענס האב איך שוין נישט געקויפט, איך האב געמיינט אז סאיז מיין אייגענע פראבלעם, איך האב פארלוירן די געפיל דערצו, קוקט אויס אז יש דברים בגו
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3079
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

דער שטערן דעם חודש האט נישט די קאלום פון הרב אשר לעווין. ווייזט אויס ער איז צו ביזי געווען מיטן מאמענט.
אייוועלט ארכיוו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אייוועלט ארכיוו »

ווער געדענק די ארטיקל פון די אויל פייערן און וויאזוי מען לעשט זיי אויס?

דא האט איר די ווידיא דערפון
אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5124
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טהור-עיניים »

להודיע האט געשריבן:דער שטערן דעם חודש האט נישט די קאלום פון הרב אשר לעווין. ווייזט אויס ער איז צו ביזי געווען מיטן מאמענט.


כ'ווייס נישט וואס דו רעדסט, איך האלט יעצט אין די האנט דעם נייעם שטערן וואס איז היינט אנגעקומען אויף די שעלווס (אפשר נעכטן, נישט געווען אין סטאר נעכטן) און עס האט געהעריג דעם קאלום פון לעווין מיטן קעפל: "נאטור, חינוך, אדער גאר אויסקלויבן די ריכטיגע סביבה".
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6972
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

ס'איז אויף פעידזש 11
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
שלום אויש
שר האלף
תגובות: 1266
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 18, 2014 1:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שלום אויש »

להודיע האט געשריבן:דער שטערן דעם חודש האט נישט די קאלום פון הרב אשר לעווין. ווייזט אויס ער איז צו ביזי געווען מיטן מאמענט.
אינעם שפאקטיוו ליגט עס שוין נישט די לעצטע פאר אויסגאבעס.
אויך די פארזעצונג לויפט שוין נישט אין די לעצטע פאר אויסגאבעס איך ווייס נישט פארוואס זיי גייען אראפ אנשטאט ארויף.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

אייוועלט ארכיוו האט געשריבן:
ווער געדענק די ארטיקל פון די אויל פייערן און וויאזוי מען לעשט זיי אויס?

דא האט איר די ווידיא דערפון
געדענק. און שכח פארן קליפ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 490
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קענטעלאופ »

געוואהר געווארען א חידוש דעם וואך אז דער שטערן און שפאקטעוו קאסטען 7.50 $
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

קענטעלאופ האט געשריבן:געוואהר געווארען א חידוש דעם וואך אז דער שטערן און שפאקטעוו קאסטען 7.50 $

איך וויל זיך באדאנקען דא טאקע פאר מיין גראסערי מאן (די בעל הבית, נישט די ארבייטער!) ער סקענט מיינע זאכען אין ער קוקט מיך אזוי אהן אין פרעגט מיך די האלסט טאקע אז עס לוינט זיך פאר 8 דאללער?! הערשט דעמאלטס האב איך מיך געכאפט פארוואס מיינע גראסערי בילס זענען אזוי הויך.
א שאד וועגען איך פלעג מורידיג ליעב האבען די שטערן/שפאקטיוו....
איזי
מייקל סעוועדזש
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 8:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקל סעוועדזש »

לאל דיינע גראסערי בילס זענען געווען מיט א גאנצע דאלער פופציג העכער א חודש...
צייכן מיינע ווערטער: טראמפ און קרוז גייען קיינמאל נישט זיין פרעזידענט!
אוועטאר
טראבל מעיקער
שר האלף
תגובות: 1662
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מארטש 11, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראבל מעיקער »

מייקל סעוועדזש האט געשריבן:לאל דיינע גראסערי בילס זענען געווען מיט א גאנצע דאלער פופציג העכער א חודש...

:) איך האף אז די פארשטייסט מיין פוינט....
איזי
אוועטאר
רינדעכיג
שר האלף
תגובות: 1829
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: אין טעלער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רינדעכיג »

מייקל סעוועדזש האט געשריבן:לאל דיינע גראסערי בילס זענען געווען מיט א גאנצע דאלער פופציג העכער א חודש...

3$ שטערן/שפאקטיוו
רעוואלטאלתי יותר מדי...
אוועטאר
Hieli
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 28, 2016 12:32 am

וואס גייט פאר מיט די שטערן ?

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Hieli »

ווייסט איינער וואס עס גייט פאר מיט די שטערן / שפאקטיוו ? האבן זיי זיך אפיציעל צוגעמאכט ?
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

עס קוקט אויס ווי עס האט זיך צוגעמאכט ווייל די לעצטע פאר חדשים קומט עס נישט ארויס. ווען איז געווען די לעצטע איינער געדענקט נאך ?
א פשוטע איד.
אוועטאר
מונאוויטש
שר האלפיים
תגובות: 2902
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 22, 2015 6:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מונאוויטש »

מי מנוחות האט זיי ארויסגעשטעלט פון ביזנעס.
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

עס קומט ארויס נעקסטע וואך אי"ה געהעריג נאר צוליב זומער איז חודש אב נישט ארויסגעקומען
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

די שפאקטיוו איז שוין נישט ארויס זייט ניסן
א פשוטע איד.
אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1910
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ליינער »

Hieli האט געשריבן:ווייסט איינער וואס עס גייט פאר מיט די שטערן / שפאקטיוו ? האבן זיי זיך אפיציעל צוגעמאכט ?


דער שטערן איז ארויסגעקומען חודש תמוז

דער שפאקטיוו איז ארויסגעקומען חודש סיון

אי"ה עס וועט בקרוב ארויסקומען צוריק
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך
וועלט'ס פארזארגער
אנשי שלומינו
תגובות: 8
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 30, 2012 9:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וועלט'ס פארזארגער »

וואס גייט פאר?
חודש אלול איז עס אויך נישט ארויסגעקומען?
האבן זיי זיך פארמאכט?
אוועטאר
יהודי
שר האלפיים
תגובות: 2935
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 02, 2016 2:20 pm
לאקאציע: אונטערן מעקער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יהודי »

וועלט'ס פארזארגער האט געשריבן:וואס גייט פאר?
חודש אלול איז עס אויך נישט ארויסגעקומען?
האבן זיי זיך פארמאכט?

מען וועט מוזן זאגן אז יא.
א פשוטע איד.
אוועטאר
שמו
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4954
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 31, 2011 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמו »

ש. ראלינצקי, האט מיר געזאגט די וואך, אז ס'גייט נאך אן (ווייס איך נישט וואס 'ס'גייט נאך אן' מיינט)
כשמ"ו כן הוא

סיין זיך אויף מיט די לינק צו Webull stocks platform, און איך און די וועלן פארדינען free stocks נאכן deposit $100 די ערשטע 30 טעג פון אויפסיינען https://act.webull.com/nt/1tSOfvYQhs4K/

גם אני נקי עם נטפרי
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7777
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אריינלערנען פשט?
סגייט נאך אן פאר שמעון, אז עס קומט נישט ארויס...
אבער סיזא דוחק תירוץ...
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

ער האט געהערט פון א פלאן ארויסצוגעבן מי מנוחות יעדע דריי חדשים. עס האט אים ארויפגעברענגט אזוינע ספיקות אזש ביזן העלמאטיש פארמאכן, בלויז פון זען וויפיל האבן געשימט פאר יא....
איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2952
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך איסר האטלקי »

מונאוויטש האט געשריבן:מי מנוחות האט זיי ארויסגעשטעלט פון ביזנעס.

יעצט באמערקט אז איינער האט שוין געזאגט עפעס אזוי.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”