קול מבשר נייעס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 707
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

תגובהדורך פארוואס נישט » זונטאג מארטש 15, 2020 1:40 am

איז קול מבשר דאון? איך פרוביר שוין צורופן אפאר מאל און איך באקום א ביזי סיגנאל...

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11973
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » זונטאג מארטש 15, 2020 1:41 am

yes
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

גיט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 370
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 27, 2017 9:34 pm

תגובהדורך גיט » זונטאג מארטש 15, 2020 1:53 am

לעצטענס ווען איך הער קול מבשר איז יעדע צווייטע ווארט אפגעהאקט וואס איז פשט?

אוועטאר
ס'איז א סוד
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:47 pm
לאקאציע: איך מעג נישט אויסזאגן

תגובהדורך ס'איז א סוד » זונטאג מארטש 15, 2020 9:17 am

מ'דארף אים זאגן אז ער זאל עס זען צו פיקסן ווי שנעלער ווייל איך ווער שוין נמאס פון הערן יעדע נאכט נאך אמאל א ביזי סיגנאל אדער יעדע צווייטע ווארט
איך מיין אז אין גהינם צינד מען אן קול מבשר יעדע נאכט ווען מ'הערט נאר יעדע צווייטע ווארט
א סוד פאר גאנץ בראד

אוועטאר
טאטע זיי מיר מוחל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 20, 2018 3:17 pm

תגובהדורך טאטע זיי מיר מוחל » זונטאג מארטש 15, 2020 10:13 am

ער קען מאכן א premium נאמבער פאר טאטעס
איך עפרישיעט די קרית יואל טרעפיק
נאך אריינפארן אין די סיטי

אוועטאר
ס'איז א סוד
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:47 pm
לאקאציע: איך מעג נישט אויסזאגן

תגובהדורך ס'איז א סוד » זונטאג מארטש 15, 2020 9:16 pm

ס'דאך נישט נארמאל אז שוין פון אזוי פרי ווי האלב נאך אכט שליקעצט שוין קול מבשר
חברה איינער מיט א לעיזאנג?
פארוואס גייט ער נישט אריבער צו ''ימות המשיח'', איך מיין אז סאיז סאך א בעסערע סיסטעם
https://www.yemot.co.il/
א סוד פאר גאנץ בראד

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » זונטאג מארטש 15, 2020 9:17 pm

ס'איז א סוד האט געשריבן:ס'דאך נישט נארמאל אז שוין פון אזוי פרי ווי האלב נאך אכט שליקעצט שוין קול מבשר
חברה איינער מיט א לעיזאנג?
פארוואס גייט ער נישט אריבער צו ''ימות המשיח'', איך מיין אז סאיז סאך א בעסערע סיסטעם
https://www.yemot.co.il/

אפשר זאל ער דערווייל אראפנעמען די פורים אפטיילונג סזאל נישט זיין אזוי ביזי די ליינס
אדער צולייגן טויזנטער ליינס צי קענען דערהייבן די פרעשור

אוועטאר
לייטער
שר חמש מאות
תגובות: 810
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 31, 2018 10:14 am

תגובהדורך לייטער » זונטאג מארטש 15, 2020 9:33 pm

קול מבשר האט ציגעלייגט א נאמבער צוליב די אנגעשטרענגטע ליניעס
718-298-4499

קעסטל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:30 pm

תגובהדורך קעסטל » זונטאג מארטש 15, 2020 9:40 pm

שוין צייט ער זאל מאכן א באזונדערע קנעפל אויפן האט ליין און אויף די עפפ פאר אלעס ארום די וויירוס ווי נייעס, אינטערוויוס, אנאליזן וכדו'. ממש יעדע צווייטע זאך אויפן סיסטעם דרייט זיך ארום די זעלבע נושא.

ער קען מאכן א באזונדערע אפטיילונג פאר ווער ס'וויל הערן דערוועגן, און לאזן די גאנצע סיסטעם ווי געווענליך.
פול מיט לעכער, אבער שטארק ווי א קעסטל...!!!

אוועטאר
ס'איז א סוד
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:47 pm
לאקאציע: איך מעג נישט אויסזאגן

תגובהדורך ס'איז א סוד » זונטאג מארטש 15, 2020 9:44 pm

לייטער האט געשריבן:קול מבשר האט ציגעלייגט א נאמבער צוליב די אנגעשטרענגטע ליניעס
718-298-4499

אה ענדליך
יעדער זאגט צוזאמען הויעך ש'כח!!! פאר קולמו
א סוד פאר גאנץ בראד

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » זונטאג מארטש 15, 2020 10:51 pm

וויל איך דא אויסנוצן דעם פלאטפארמע אויסצוקוועטשן מיין מחאה אויפן כלל ישראל מגיד שיעור ר' זלמן'ן פארן שילדערן דעם קאראנע וויירוס ווי מען גרייט זיך אט אט אויף א נוקלאערע קריג צווישן וויליאמסבורג אין מאנסי,

טעיק איט איזי... ס'נישט אזוי געפערליך, און די פרויען וואס זיצן אינדערהיים און האבן נישט די חברים אין ביהמ"ד וואס לאכן זיך צוזאמען אויס ברויכן נישט ווערן פארפאניקט אומזינסט,

יישר כח למפרע

קעסטל
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 14, 2018 6:30 pm

תגובהדורך קעסטל » זונטאג מארטש 15, 2020 10:59 pm

ער מעלדט טרוקענע נייעס, און אויב דאס מאכט אייך פאניקן איז עס אייער פראבלעם. ער מעג און ער זאל ברענגען רעלעוואנטע עכטע נייעס וואס יעדער וויל וויסן. צומאל איז נישט אזוי געשמאק צו הערן נייעס און פעיסען ריעליטי
פול מיט לעכער, אבער שטארק ווי א קעסטל...!!!

אוועטאר
זופ מיט קניידל
שר מאה
תגובות: 207
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 24, 2019 6:24 pm
לאקאציע: אינעם זופ טעלער

תגובהדורך זופ מיט קניידל » זונטאג מארטש 15, 2020 11:26 pm

הער די מעסעדזש פון ערב שבת ביטע, משוגע מעטארע כי לעולם חסדו

יענקל אלצווייסער
שר חמישים
תגובות: 72
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:30 pm

תגובהדורך יענקל אלצווייסער » זונטאג מארטש 15, 2020 11:56 pm

קעסטל האט געשריבן:שוין צייט ער זאל מאכן א באזונדערע קנעפל אויפן האט ליין און אויף די עפפ פאר אלעס ארום די וויירוס ווי נייעס, אינטערוויוס, אנאליזן וכדו'. ממש יעדע צווייטע זאך אויפן סיסטעם דרייט זיך ארום די זעלבע נושא.

ער קען מאכן א באזונדערע אפטיילונג פאר ווער ס'וויל הערן דערוועגן, און לאזן די גאנצע סיסטעם ווי געווענליך.


דאס איז נישט זיין שילד, 85% פון מידיע קאווערעדזש איז איבער די וויירוס, אין אזא צייט איז ווי עס עקזעסטירט נישט עפעס אנדערש. איינער געדענקט נאך ווי מיט בלויז עטליכע וואכן צוריק האט מען געציטערט פון די אייגענע נשמה וועגן מעגליכע האסן אטאקעס? אינטערסאנט צו זעהן ווי די אלע צוגעלייגטע סיקיורעטי זענען פארשווינדען געווארן...
טראכט גוט וועט זיין גוט, טראכט גארנישט וועט זיין נאך בעסער!

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » מאנטאג מארטש 16, 2020 9:02 am

ס'איז א סוד האט געשריבן:ס'דאך נישט נארמאל אז שוין פון אזוי פרי ווי האלב נאך אכט שליקעצט שוין קול מבשר
חברה איינער מיט א לעיזאנג?
פארוואס גייט ער נישט אריבער צו ''ימות המשיח'', איך מיין אז סאיז סאך א בעסערע סיסטעם
https://www.yemot.co.il/


גראדע האט ער א סיסטעם אויף ימות המשיח אבער עס האט נאר א א"י נאמבער, די נאמבער איז 0722373853
אין מקוה צו גיין, אפי' עס איז נישט ריין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין.

אוועטאר
הייליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

תגובהדורך הייליג » מאנטאג מארטש 16, 2020 1:36 pm

לייטער האט געשריבן:קול מבשר האט ציגעלייגט א נאמבער צוליב די אנגעשטרענגטע ליניעס
718-298-4499

צום באטאנען אז די בעקאפ נומער ארבעט נאר ביינאכט וווען עס איז איבערגעשטרענגט

אוועטאר
ס'איז א סוד
שר העשר
תגובות: 17
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 24, 2019 8:47 pm
לאקאציע: איך מעג נישט אויסזאגן

תגובהדורך ס'איז א סוד » מאנטאג מארטש 16, 2020 1:41 pm

היטשינער האט געשריבן:
גראדע האט ער א סיסטעם אויף ימות המשיח אבער עס האט נאר א א"י נאמבער, די נאמבער איז 0722373853

פארוואס מיינסטו אז דאס איז אויף ימות המשיח?
א סוד פאר גאנץ בראד

אוועטאר
היטשינער
שר מאה
תגובות: 221
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 23, 2016 3:48 pm

תגובהדורך היטשינער » מאנטאג מארטש 16, 2020 1:52 pm

ס'איז א סוד האט געשריבן:
היטשינער האט געשריבן:
גראדע האט ער א סיסטעם אויף ימות המשיח אבער עס האט נאר א א"י נאמבער, די נאמבער איז 0722373853

פארוואס מיינסטו אז דאס איז אויף ימות המשיח?


איך מיין נישט - איך ווייס פשוט ווער עס האט עס אים מסדר געווען.
אין מקוה צו גיין, אפי' עס איז נישט ריין, דאס קען נאר א חסיד אליין פארשטיין.

שמערלער
שר האלף
תגובות: 1428
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 05, 2017 7:03 am

תגובהדורך שמערלער » דינסטאג מארטש 17, 2020 12:47 pm

קול מבשר זאל ארויפברענגן א דיין אין פוסק וואס זאל פסקהען פאר די פרויען וואס מדארף פסח'דיג מאכן אין די יעצטיגע אומשטענדען.
“.If you tell the truth, you don't have to remember anything”

אוועטאר
איינס
שר שלשת אלפים
תגובות: 3935
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 26, 2017 9:16 am

תגובהדורך איינס » זונטאג מארטש 22, 2020 10:53 pm

ווער קען איבער געבן פאר זלמן ווידער אז די קול מבשר נאמבער פאר אפסטיעיט איז 783.1100 און נישט 444.1100
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.

פארשער
שר האלף
תגובות: 1015
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 16, 2009 7:20 pm

Re: קול מבשר נייעס

תגובהדורך פארשער » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:40 pm

ווארענונג: גייט נישט אריין אין קול מבשר 1-1-3, כל באיה לא ישובון!
נייע אידישע ביכער Pesach Cookbooks
Use coupon code P2020 to get 10% off everything. Valid till Pesach.

אוועטאר
ציגעלע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 309
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 04, 2018 6:12 pm

Re: קול מבשר נייעס

תגובהדורך ציגעלע » מיטוואך מארטש 25, 2020 10:47 pm

זיי זאגען אז קול מבשר מעג בלייבען אפען ווייל ער פארקויפט לאקשען

טראק דרייווער
שר חמש מאות
תגובות: 603
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 01, 2009 2:58 pm

Re: קול מבשר נייעס

תגובהדורך טראק דרייווער » מיטוואך מארטש 25, 2020 11:20 pm

יישר כח פאר ר' זלמן. אזוי שטארק און קלאר איצט אין די קאראנא וויירוס. זייעט נישט אהן קיין איבריגע פאניק, באריכט פשוט'ע פאקטן און אינפארמירט דעם עולם מיט אלעס וואס זיי דארפן וויסן אן שטיפן קיין שום אגענדע.

יישר כח!

נ.ב. עטליכע קנעפלעך אויף קול מבשר ארבעט נישט, די 9 קנעפל צו מישן, און צומאל די * קנעפל צו גיין צו די פריערדיגע מעניו ארבעט אויך נישט. (שוין פרובירט פון עטליכע סעלפאונ'ס אדער לענדליין, ארבעט נישט אין ערגעץ)
ווען משיח וועט קומען וועט קוקן מיט די אויגן די זענען די אויגן וואס האבן ארויסגעקוקט אויף די גאולה און דאס געהאלטן ריין לראות בתפארת עוזיך

אוועטאר
הודו להשם
שר חמש מאות
תגובות: 782
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: בבית מדרשו של רבינו
פארבינד זיך:

Re: קול מבשר נייעס

תגובהדורך הודו להשם » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 10:25 am

געווענליך -אין די לעצטערע טעג- ביי 1-1-3 ארבעט נאר די # קנעפל, אויב וויל מען ארויסגיין פון דארט דערף מען אראפלייגן און צוריקרופן.
די בעקאפ נומער ווערט נישט געהעריג אפדעיטעד.
איך בין שוין נישטא. מ'קען מיר קאנטאקטן אויף hoidylhashem@gmail.com

אוועטאר
הייליג
שר חמישים ומאתים
תגובות: 253
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 10, 2019 4:30 pm

Re: קול מבשר נייעס

תגובהדורך הייליג » דאנארשטאג מארטש 26, 2020 11:28 am

הודו להשם האט געשריבן:געווענליך -אין די לעצטערע טעג- ביי 1-1-3 ארבעט נאר די # קנעפל, אויב וויל מען ארויסגיין פון דארט דערף מען אראפלייגן און צוריקרופן.
די בעקאפ נומער ווערט נישט געהעריג אפדעיטעד.

ביי 1-1-4 אויך נישט אבער ביי די אנדערע אפטיילונגען יא
#צריך תיקון


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 5 געסט