קול מבשר נייעס

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דינסטאג אפריל 17, 2018 12:14 am

גיי אויבן דעם דף, דריק אויף פארום געזעצן און ליין:

קרעטשמער האט געשריבן:א. די תורה הקדושה איז אונזער וועגווייזער און יעדע תגובה דארף געשריבן ווערן לפי רוחה.


און אז מען רעדט שוין, די תקנות גייען אן אין אישי אויך.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דינסטאג אפריל 17, 2018 12:16 am

שבתי בוים האט געשריבן:דער איד האט נארמאל געמאלדן אויף דער ערשטער זייט די געשיכטע. מכאן ראי' אז דער איבערגעטריבענער פרומקייט איז געווען ריין שגעון.


ראי' נפלאה שאין עלי' תשובה....
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

ידיעות שונות
שר חמש מאות
תגובות: 647
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 05, 2018 4:03 pm

תגובהדורך ידיעות שונות » דינסטאג אפריל 17, 2018 12:28 am

כ'האב נישט מיט געהאלטן דא ווען ס'האט פאסירט, אבער לא זו בלבד אז אויב ק"מ האט עס געמאלדן אויף אן אופן אז מ'זאל פארשטיין אז ס'איז נגד התורה איז עס א געוואלדיגע זאך פון זייער זייט, נאר אויב האט מען עס 'דא' נישט פארדאמט אויפן שארפסטן פארנעם (אזוי אז דעי חברה וואס האלטן טאקע אז אזא סארט הנהגה 'איז נישט געפערליך' זאלן טאקע פרעגן על מה יצא הקצף) פארשטיי איך נישט ווי האט געקענט אויף דעם וועלטל דורכגעלאזט ווערן אזא זאך.
עס איז צום האפן אז ס'יא קלאר ארויסגעברענגט געווארן אז זייער הנהגה - אין די ענין בפרט - איז נגד התורה, און קיין שום גדול בישראל האט עס קיינמאל מצדיק געווען אז ס'איז מותר.

ויה"ר שיסיר ה' חרון אפו מעלינו, ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבולינו, ואך טוב וחסד ישכון באהלינו.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2530
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דינסטאג אפריל 17, 2018 11:03 am

ברוינע באנאנע האט געשריבן:
פריילאך האט געשריבן:דאס באזינגן ליפא'ס גדלות ביי די מוזיק אינטערוויואס איז דאכציך שוין אויך ארויס פון יעדן פראפארץ..

ווי באזינגט מען עם ?


משמואל עד דן.. (מאונגאר עד שטערן.. און אסאך אינצווישן..פארשטייטזיך נישט איהם. נאר זיין טאלאנט)

Btw ביי 114 איז מערערע מאל גערעדט געווארן וועגן די חתן כלה ע"ה
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דינסטאג אפריל 17, 2018 9:00 pm

אפסטעיט האט היינט מיטגעלעבט היסטאריע ווען דיקע שטיקער שניי האבן באדעקט קארס/הייזער/גראז פאר נאנט צו א האלבע שעה, אין נישט חודש שבט נאר ערב ר' ישעי'לעס יארצייט!

איז אפשר וואלט געוועזן כדאי אז הרב דרעזנער זאל ארויפברענגען די בעלי חלומות פון 'גלאבעל ווארעמונג' הערן וואס זיי פארקויפן, נישט נאר א וואך פאר חנוכה ווען די גראד איז 80 אין סענטערעל פארק דארף מען הערן זייערע דמיונות, אדרבה לאמיר הערן די שילוב פון די שניי חודש אייר מיט די היץ חודש טבת,

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מאנטאג אפריל 23, 2018 6:50 pm

נעטן נאכאמאל געהאט אז אינמיטן א נייעס האט א פרוי פלוצלונג אנגעפאנגען צו רעדן (דאס מאל אין אידיש..)
כ'טאנע שוין לאנג אז ער מוז נעמען נאך איינער וואס זאל זאגן די נייעס (עכ"פ פאר בעקאפ) אבער פארוואס א פרוי ? ....
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
פערדס מיניסטער
שר חמש מאות
תגובות: 924
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 10:39 pm
לאקאציע: איך ווייס נישט

תגובהדורך פערדס מיניסטער » מאנטאג אפריל 23, 2018 6:57 pm

eller האט געשריבן:נעטן נאכאמאל געהאט אז אינמיטן א נייעס האט א פרוי פלוצלונג אנגעפאנגען צו רעדן (דאס מאל אין אידיש..)
כ'טאנע שוין לאנג אז ער מוז נעמען נאך איינער וואס זאל זאגן די נייעס (עכ"פ פאר בעקאפ) אבער פארוואס א פרוי ? ....


;l;p-
אויב ווילסטו עפעס פון מיר קענסטו מיר קענטעקטן אין אימעיל אדער הענגאוטס: ferdsminister@gmail.com

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4479
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » מיטוואך אפריל 25, 2018 6:09 pm

כ'בין ח"ו נישטא אינטערצורייסן די האטליין.
כ'וויל נאר וויסן אויב איינער ווייסט ווי ס'איז די נעכטיגע פארנאכטס נייעס.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

שבתי בוים
שר מאה
תגובות: 224
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » מיטוואך אפריל 25, 2018 6:37 pm

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:אפסטעיט האט היינט מיטגעלעבט היסטאריע ווען דיקע שטיקער שניי האבן באדעקט קארס/הייזער/גראז פאר נאנט צו א האלבע שעה, אין נישט חודש שבט נאר ערב ר' ישעי'לעס יארצייט!

איז אפשר וואלט געוועזן כדאי אז הרב דרעזנער זאל ארויפברענגען די בעלי חלומות פון 'גלאבעל ווארעמונג' הערן וואס זיי פארקויפן, נישט נאר א וואך פאר חנוכה ווען די גראד איז 80 אין סענטערעל פארק דארף מען הערן זייערע דמיונות, אדרבה לאמיר הערן די שילוב פון די שניי חודש אייר מיט די היץ חודש טבת,


גלאבל ווארמינג ווערט נישט געמאסטן אזוי, און ס'איז גאר א שמאלן בליק צו דעצידירן די פראגע מיט אפאר קאלטע אפריל וואכן אין די איסט קאסט. פארשטייסט אליין אז טאמער נעמט מען צוזאמען אלע וועטערס פון יאר און ס'שטעלט זיך ארויס אז אין עוורעזש איז געווען ווארימער פון א יאר בעפאר, למשל גאר א הייסע זומער, מאכט נישט אויס אפאר קעלטערע טעג אין פרילינג. כהנה איז סייענס אויסגעשטעלט צו קוקן אויפן גרעסערן בילד, נישט נאר אין 11211 נאר איבער דער גאנצער וועלט, נישט א וואך נאר איבער צענדליגער יארן און ריזיגע מאסן פון דאטא און אומצאליגע חשבונות רבות.

אידישע מוח
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 10:37 am

איך האב נעכטען נאכט געהערט א שיינער אינטערוויה מיט דרעזנער אויף 114 מיט א איד וואסס איז געזיצען אין ארץ ישראל 3 טעג אין מילטערישער תפיסה
איך גיי היינט צירוק עס ציענדיגן הערן - אין די אינטערווי איז שוין נישט דא
ווייסט איינער פארוואס מען האט עס אראפגענומען ?

משה חיים פנחס
שר חמישים ומאתים
תגובות: 265
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג דעצמבער 05, 2016 8:43 pm

תגובהדורך משה חיים פנחס » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 10:59 am

אידישע מוח האט געשריבן:איך האב נעכטען נאכט געהערט א שיינער אינטערוויה מיט דרעזנער אויף 114 מיט א איד וואסס איז געזיצען אין ארץ ישראל 3 טעג אין מילטערישער תפיסה
איך גיי היינט צירוק עס ציענדיגן הערן - אין די אינטערווי איז שוין נישט דא
ווייסט איינער פארוואס מען האט עס אראפגענומען ?

געהעריג דארט

אידישע מוח
שר מאה
תגובות: 147
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 26, 2017 11:58 pm

תגובהדורך אידישע מוח » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 11:18 am

ס'איז געווען אראפגענומען אין נאכדעים צירוגעלייגט

אור
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 11:55 am

אידישע מוח האט געשריבן:ס'איז געווען אראפגענומען אין נאכדעים צירוגעלייגט
קוקט אויס מהאט געדארפט עפעס צופיקסן...

איך הער נישט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 262
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 19, 2015 10:06 am

תגובהדורך איך הער נישט » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 12:02 pm

אור האט געשריבן:
אידישע מוח האט געשריבן:ס'איז געווען אראפגענומען אין נאכדעים צירוגעלייגט
קוקט אויס מהאט געדארפט עפעס צופיקסן...

איך שטעל מיר פאר וואס
גיימיר עס אויסטשעקן

אוועטאר
דער פאני מענטש
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 12:21 pm

וואס האט מען געדארפט צופיקסן?

אוועטאר
א גוטן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 372
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 19, 2016 3:07 pm

תגובהדורך א גוטן » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 1:46 pm

דער פאני מענטש האט געשריבן:וואס האט מען געדארפט צופיקסן?


מהאט דערמאנט א פרייוואטע נאמען פון א עסקן אין עס האט געמאכט א שטורעם ביי די אלע קינדערישע טוויטער גרופעס
Hello, Hola, Bonjour, Hallo, Ola, Ahoj, Χαίρετε, مرحبا, א גוטן, שלום

אור
שר האלף
תגובות: 1526
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 1:54 pm

א גוטן האט געשריבן:
דער פאני מענטש האט געשריבן:וואס האט מען געדארפט צופיקסן?


מהאט דערמאנט א פרייוואטע נאמען פון א עסקן אין עס האט געמאכט א שטורעם ביי די אלע קינדערישע טוויטער גרופעס
שישא? וואס איז די פראבלעם מיט איהם?

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 1:56 pm

אור האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:
דער פאני מענטש האט געשריבן:וואס האט מען געדארפט צופיקסן?


מהאט דערמאנט א פרייוואטע נאמען פון א עסקן אין עס האט געמאכט א שטורעם ביי די אלע קינדערישע טוויטער גרופעס
שישא? וואס איז די פראבלעם מיט איהם?

אז ער טרינקט קאווע אין א צווייטן ביהמ"ד

יליד אונגארן
שר חמישים
תגובות: 70
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 24, 2017 11:14 am

תגובהדורך יליד אונגארן » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 2:36 pm

ניס קראכער האט געשריבן:
אור האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:
דער פאני מענטש האט געשריבן:וואס האט מען געדארפט צופיקסן?


מהאט דערמאנט א פרייוואטע נאמען פון א עסקן אין עס האט געמאכט א שטורעם ביי די אלע קינדערישע טוויטער גרופעס
שישא? וואס איז די פראבלעם מיט איהם?

אז ער טרינקט קאווע אין א צווייטן ביהמ"ד

מ'האט עס נישט אראפגענומען, היינט געהערט אין זיין נאמען ווערט דערמאנט מער ווי איינמאל

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1560
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 3:08 pm

איך האב היינט געהערט דעם אינטערוויו, איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'לאזט דאס ארויף, קען דאס נישט שווערער מאכן פאר אנדערע צו נוצן די מהלכים וואס ער האט גענוצט?

און אויך זאל ער איבערגעבן פאר דער ספרדי'שער אינגערמאן וואס האט נישט קיין געלט פאר די לויערס, ס'איז דא ארגענעזאציעס וואס טוען דאס פאר אומזינסט.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 3:22 pm

א גוטן האט געשריבן:
דער פאני מענטש האט געשריבן:וואס האט מען געדארפט צופיקסן?


מהאט דערמאנט א פרייוואטע נאמען פון א עסקן אין עס האט געמאכט א שטורעם ביי די אלע קינדערישע טוויטער גרופעס


פאר די טראכסט עפעס טשעק איבער צו דיינע ווערטער שטימען מיט סיי וועלכע סארט מציאות. מען קען דארט הערן די נאמען פון די עסקן אפילו יעצט אויך.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2050
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 3:49 pm

סידיראם האט געשריבן:
א גוטן האט געשריבן:
דער פאני מענטש האט געשריבן:וואס האט מען געדארפט צופיקסן?


מהאט דערמאנט א פרייוואטע נאמען פון א עסקן אין עס האט געמאכט א שטורעם ביי די אלע קינדערישע טוויטער גרופעס


פאר די טראכסט עפעס טשעק איבער צו דיינע ווערטער שטימען מיט סיי וועלכע סארט מציאות. מען קען דארט הערן די נאמען פון די עסקן אפילו יעצט אויך.

ער האט גראדע יא געטשעקט
ס'איז געווען אנדערשט פריער די אינטערוויו
מען האט עס צוריק געשטעלט
יש"כ

אוועטאר
lebediger berel
שר האלפיים
תגובות: 2736
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 17, 2008 11:17 am

תגובהדורך lebediger berel » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 4:02 pm

איך האף אז די זאפטיגע שטיקלעך וואס מ'האט זעלבסט פארשטענדליך געדארפט אראפנעמען וועט מען ארויף לייגן אויף די פורים אפטיילונג קומענדיגן יאר, דער עולם וועט זיך רייסן ביי די זייטן
אז מ'לעבט דערלעבט מען

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 659
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 4:05 pm

שמואל בארג האט געשריבן:איך האב היינט געהערט דעם אינטערוויו, איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'לאזט דאס ארויף, קען דאס נישט שווערער מאכן פאר אנדערע צו נוצן די מהלכים וואס ער האט גענוצט?

און אויך זאל ער איבערגעבן פאר דער ספרדי'שער אינגערמאן וואס האט נישט קיין געלט פאר די לויערס, ס'איז דא ארגענעזאציעס וואס טוען דאס פאר אומזינסט.

אלץ איינער וואס האט געהערט די אינטערוויו פארן מעקן איז אזוי, דעיס וואס מען האט געמעקט איז טאקע דעי זאכן וואס זענען נישט געמאכט ארויף צו גיין אין פובליק צוליב דעי סיבה פון שטערן אנדערע וואס טוען דעם מהלך, און צוליב לעגאלע...

לגבי דאס וואס מאנכע זאגן אז מען האט געמעקט צוליב וואס ער זאגט דארט וואס ער האט באצאלט פאר מרכז עזרה וייעוץ, האבעך פאר ענק נייעס אז די קאמפעטישען (מרכז הצלה) נעמט אויך געלט, אוודאי העלפן ביידע אויך מיט געלט אבער ביי רוב פעלער דארף מען אליינס צולייגן פון טאש, נישט מעגליך אויסצוצאלן אזעלעכע טייערע לויערס פאר אזוי סך קעיסעס.

אוועטאר
דער פאני מענטש
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 19, 2016 3:53 pm
לאקאציע: אין משוגעים הויז

תגובהדורך דער פאני מענטש » דאנארשטאג אפריל 26, 2018 5:17 pm

דאָנט וואָרי..
ווער עס קומט בעטן הילף העלפט מען ארויס, און מען לאזט קיינעם נישט איינגעשפארט.

ביידע ארגענעזאציעס בעטן געלט פון וועם זיי קענען.
און ביידע זענען מוותר אויף די געלט פאר ווער עס האט נישט.

זייערע לויערס זענען באצאלט אויף וועידזשעס, און עס גייט נישט פער קעיס.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט