א געשעפט האב איך האט געשריבן:שוין יארן וואס איך מוטשע מיך מיט די שאלה, און איך גלייב אז איך בין נישט די איינציגסטע מיט די שאלה.
איז לאמיר עס איינמאל פאר אלעמאל אויסשמועסן!....
און די שאלה איז אזוי: צו זלמן ווידער ווען ער רעדט אויף קול מבשר טוישט ער זיין וואויס ('קול' בלע"ז) אדער דאס איז זיין ריכטיגע וואויס?
מיין שאלה איז בעצם אזוי. ווען זלמן ווידער גייט אריין אין געשעפט און ער וויל א נייע רעקל זאגט ער (ליין עס הויעך מיט די קול מבשר ניגון...) "איך דארף א נייע רעקל, איז פליז געב מיר א נייע רעקל", אדער זאגט ער (דארפסט עס נישט ליינען הויעך, סאיז מיט די זעלבע ניגון וואס דו נוצט אין געשעפט...) "איך דארף א נייע רעקל, איז פליז געב מיר א נייע רעקל"?!
איז אזוי.
ר' זלמן זאל זיין געזונט איז א איד א ביזנעסמאן. ער איז ציווישן 5 און 6 פוס הויעך.
ער קויפט כסדר איין אין גראסערי, בוטשער, שיך, און אויך א סוט.
געווענליך ווען ער קויפט א רעקל גייט ער אריין אין די אייל ביי זיין סייז, פראבירט עס אן באצאלט און טראגט עס געזונטערהייט.
די מענטשן אויף קול מבשר זענען אינטרעסאנט. זיי האבן אינטער די שטערן 2 אויגן, איטער דעם די נאז.
חברה, א וועלט היינט ווי זינגערס שפילערס און מענטשן וואס מ'הערט אין פאבליק ווערן א גאנצע הירוי וועם מ'האט א אזא אמונת צדיקים און רעספעקט. אזש מ'וואונדערט זיך אויב זענען געהעריגע מענטשן.
זיי זענען חשובה אידן בעלי בתים וואס ארבייטן צו שפייזן זייערע חשובה משפחות.
אבער צו ארויפקומען און פרעגן די שאלות, וועל דיר אויס א ערליכע אידן וואס גייט אויף דיין מסורה ווי דו ביסט אויפגעוואקסן און אים קוק ארויף און וואונדער זיך אויב ער קויפט רעקליך...
דארט קענסטו עפעס קונה זיין און זיך אויסלערנען צום לעבן.
איך הער אויס קול מבשר, ס'איז נישט קיין עוולה בכלל. אבער ווען מ'טראכט שוין אויף זיי ווי כאילו זיי זענען עפעס העכער...
קול מבשר און אנדערע פאפולערע מענטשן זענען נישט קיין בעלי משפיעים, אויב פילט איינער אז יא, נעם זיך שוין א ערליכע אידן צו שעפן און זיך לערנען.
(די תגובה איז לאו דוקא געוואנדן צום שואל. נאר באלאנגט אפשר ביי ניגוני אדער ביי פלעיס. אבער דא איז עס דאך געפרעגט געווארן).