ברוכים הבאים צום נייעם פארום
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
ברוכים הבאים צום נייעם פארום
בס"ד
מיט גרויס פרייד טוען מיר פארשטעלן דעם שפאגל-נייעם "היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער" פארום, אלס א טייל פון אונזער הערליכע "אידישע וועלט" פון ערליכע פארומס אויפן ברייטן געוועב.
דער נייער פארום ווערט אהערגעשטעלט אויפן זעלבן שטייגער ווי די ביז איצטיגע פארומס, צו דינען אלס א פלאטפארמע אויסצושמועסן און איבערצוגיין די לעצטע אנטוויקלונגען אינערהאלב די היימישע נייעס אגענטורען און אידישע אויסגאבעס, נאכדעם וואס די טעמע האט לעצטענס געקריגען אסאך אינטערעסע אינערהאלב די "אידישע וועלט" פארומס און אשכולות. אין דעם פארום וועלן ווערן אריבערגעפירט אלע פריערדיגע אשכולות איבער די טעמעס פון; אידישע צייטונגען, זשורנאלן, מאגאזינען און אויסגאבעס, ווי אויך איבער די אנדערע נייעס קוועלער ווי "קול מבשר" אד"ג.
כמעשהו בראשון טוען מיר ווידערהאלן די פונדאמענטאלע פרינציפן אויף וועלכע "אידישע וועלט" איז באזירט, דער פלאץ טוט דינען אלס א היימישע און אנגענעמע אטמאספערע וואו יעדער ערליכער איד זאל זיך שפירן באקוועם צו ליינען און קאמענטירן, די תקנות אויף וועלכע דער פלאץ איז אהערגעשטעלט געווארן טוט געוויס אויך מחייב זיין דעם נייעם פליגל פון אונזער/אייער פלאץ, ביטע העלפט אונז האלטן דאס פלאץ ריין און געשמאק.
דא איז אויך דאס פלאץ זיך צו באדאנקען צו אלעם ערשט פארן חשוב'ען ארענדאר שיחי' פון דעם הערליכען פלאץ, וועלכער זשאלעוועט נישט קיין צייט און כח אנצוהאלטן דעם פלאץ און ארויסצוהעלפן די חשוב'ע באנוצער מיט אלעס וואס עס פעלט זיך אויס, ווי אויך פאר די חשוב'ע מנהלים, אחראים און גבאים וועלכע געבן זיך פרייוויליג אוועק צו הייבן דעם ניווא און כסדר פארשענערן דאס פלאץ מיט אלעס וואס מעגליך, ישלם ה' פעלם ותהי משכורתם שלימה מעם ה'.
ויה"ר שלא תצא מכשול ותקלה מתחת ידינו, וישמחו בנו חברינו
בכבוד רב
די פארוואלטונג

- שנאפס
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 17010
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
- לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
געוואלדיג!
דער 'מאמענט' איז אנגעקומען ווען אלע 'אידן' פון אלע 'משפחות' און 'קהילות' וועלן קענען דעבאטירן די 'מעלות' פון די היימישע 'צייטונגען' און 'בלעטער'
השי"ת זאל העלפן אז דער נייער פארום זאל 'מצליח' זיין, און פארן על 'מי מנוחות', ויה"ר שנראה כל אחד 'אוצרות' חברינו
(ווער וויל ציען ווייטער?..)

kraitchmah עט גימעיל
באקומט סטאקס בחנם
באקומט סטאקס בחנם
- ק.נ.א. וועטער
- שר עשרת אלפים
- תגובות: 15904
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 06, 2011 9:23 am
זייער א גיטע געדאנק, ייש"כ. אבער עס באלאנגט אביסל ארויפציר נאך די פארום פון "אידישע און וועלטליכע נייעס" וויבאלד עס האט א דירעקטע שייכות מיט יענע פארום.
{אין אז איך שרייב שוין ווי עס באלאנגט וויל שוין אריינווארפן אז די "היימישע דזשורנאל" באלאנגט נאך די "הייימישע קרעטשמע" פארום, וויבאלד נאר גאר געלונגע ארטיקלען פון קרעטשמע גייען אריין אין די דזשורנאל פארום, קרעטשמע פארום איז די עיקר פארום}

- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
געלעגער האט געשריבן:סתם פאר אינטערעסאנטקייט. די איידיע פונעם נייעם פארום איז נישט געקומען פון איינע פון די 'רויטע אדער גרינע' נאר פון א חשובע ניק בתוכינו.
זאל דאס דינען ווי א דערמאנונג פאר סיי ווער ס'פאלט אמאל איין א גוטע איידיע זאל דאס ביטע איבערגעבן און אויב איז עס עפעס וואס מ'קען ערלעדיגן וועט מען דאס אי"ה טון.
יענער וויל בלייבן אנאנים?
א יישר כח פאר אלע פארשלעגער (נישט די משפחה נאמען) און אויספירער.
- בנחיים_שמואלסאן
- שר חמש מאות
- תגובות: 613
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm
- פלעכטער
- שר האלפיים
- תגובות: 2001
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 20, 2013 11:57 am
- לאקאציע: אין קינדערישע הענט...
viewtopic.php?f=2&t=20424&p=714003&hilit=%D7%95%D7%95%D7%99%D7%A1%D7%A2%D7%A0%D7%A9%D7%90%D7%A4%D7%98#p714003
דא איז א פעטיציע וואס פאטאקי האט געמאכט וועגן א וויסענשאפט פארום.
זייער א פיינע איידיע.

ווען וועלט וואלט געווען וועלט, וואלט עס געהייסן אייוועלט!
- קהת
- שר האלפיים
- תגובות: 2995
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 1:18 pm
- לאקאציע: דארט ווי איך בין!!!
אפשר זאל מען אויפמאכען א אשכול פון יעדע מאגאזין און צייטאנג למשל
עמי וועכנטליכע מאגאזין (שוין דא)
משפחה עגלישע וועכנטליכע מאגאזין
דער בלאט וועכענטליכע צייטאנג
המודיע ענגליש טעגליכע צייטאנג
בינה ענגליש מאגאזין
המחנה החרדי וועכענטליכע צייטאנג
אא"ו
אז איינער האט הערות אויף א צייטאנג אדער אויסשמוסען א שיינע ארטיקל זאל מען נישט דארפן יעדער מאל אויפמאכען א נייע אשכול

Normal is just a setting on the washing machine
- וויכטיג מאכער
- Site Admin
- תגובות: 32414
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 12, 2008 6:21 pm
- לאקאציע: צווישן טרעק 4 און טרעק 5.
- לכתחילה אריבער
- שר עשרים אלף
- תגובות: 20191
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
- לאקאציע: למטה מעשרה
וויכטיג מאכער האט געשריבן:אויבן אויף די רעכטע זייט איז דא אפשן צו עפענען אשכולות... עז לאנג דו האסט וואס צו שרייבן גאו אהעד...
איך וואלט נישט געמאכט מיט צייטונגען וואס וועלן ארויסרופן בייז בלוט. ה"ה דער איד, דער בלאט, מחנה החרדי. ליידער ליידער איז נאך נישט קיין עולם התיקון, און עס איז קיין ספק אז עס וועט זיין נישט בעטעמ'ט. די אנדערע נעם איך נישט קיין שטעלונג.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש