"עמי" - וועכנטליכע מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

געווען א מוראדיגע ארטיקל די וואך אין די עמי אין the human experience רובריק.

ס'איז אן ארטיקל וואס איז געווען געדרוקט 30 יאר צוריק אין the jewish observer, און זיי האבן עס יעצט איבער געדרוקט מיט רשות פונעם רעדאקטאר.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

פון וואס רעדט זיך עס?
בעקעלע
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג מאי 13, 2016 11:20 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בעקעלע »

איך האב שוין געזעהן אדער געהערט די מעשה ערגעץ לעצטענס איך קאן זיך נישט דערמאנען ווי און דאס עגבערט מיך שוין גאנץ שבת
איינער קען ארויס העלפן
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

לתועלת הרבים וועל איך איבערשרייבן בקיצור די מעשה מתוך זכרוני.

אזוי ווי איך האב עס אפגעליינט בחפזון, איז גאנץ מעגליך אז איך וועל אויסלאזן/פארדרייען געוויסע דעטאלן, אבער די עצם מעשה וועט בעזה"י בלייבן אין טאקט.

****
פאר די לעצטע 52 יאר בין איך געווען א מלמד תינוקת, אנגעהויבן האב איך אלץ כיתה א' מלמד וואס לערנט די קינדער א"ב און קריאה, און איז די יארגאנג וואס שטעלט אוועק א יסוד אויף די קומענדיגע יארן אז די בלומעלע זאל ווייטער בליען. לאנג פאר ס'איז געווען די אלע פארגעשריטענע טעכניקן וואס כאפט אויף קינדער מיט פראבלעמען, האב איך שוין באמערקט אז יעדע קינד האט זיך זיין וועג וויאזוי ער לערנט זיך אויס צו לייענן, איינער נוצט זיין זכרון, איינער דורך אינטענסיווע קאנצעטראציע, וכו', און איך האב אריינגעלייגט אסאך כוחות צו לערנען מיט יעדע קינד לפי זיינע כשרונות, און ב"ה איך האב געזעהן א שטארקע הצלחה, און איך פלעג שטאלצירן מיט יעדע קינד'ס סוקסעס, און יעדע קינד'ס דורכפאל האט מיר פערזענליך גערירט.

ווערענדיג באקאנט אלץ א זעלטענע עסקפערט אין דעם פעלד פון קריאה, פלעג איך כסדר באקומען פאון קאלס פון עלטערן אז איך זאל לערנען פריוואט מיט זייערע קינדער וואס זענען הונטערשטעליג אין די נאכמיטאג שעה'ן נאך חדר, און איך פלעג יעדעם אפזאגן, מיין סטאנדארד תירוץ פלעגט זיין אז איך קען נישט אננעמען קיין אנדערע קינדער ווייל אויב בין איך איבערגעשטרענגט, קען דאס נעגאטיוו אפעקטירן מיין הצלחה אין קלאס, ווי אויך פלעג איך לערנען אין א נאכמיטאג כולל, און איך האב עס נישט געהאלטן ביים אויפגעבן.

איין נאכט רופט מיך אהן א פרוי און הייבט אן צו בעטן אז איך זאל לערנען מיט איהר אינגל וואס האט נאך דערווייל נישט מצליח געווען זיך אויסצולערנען צו לייענען און איז שוין אכט יאר!!, איך ענטפער איהר מיינע געווענליכע תירוצים, אז איך קען דאס נישט טוהן צו די קלאס, און ס'וואלט געווען א אומחריות פון מיין זייט אנצונעמען דיין קינד פאר פריוואטע טוטערינג, די פרוי הייבט אן צו וויינען, ביטע רבי זאג מיך נישט אפ! דאס אינגעל איז שוין געווען ביי מערערע עקספערטן, און ס'קוקט אויס ווי איר זענט מיין איינציגעסטע האפענונ אז מיין קינד זאל נאך איין טאג קענען עברי! לא תעמוד על דם ריעך!!, איך ווידערהאל מיין פריערדיגע תשובה, און קאלטערהייט הענג איך אויף דעם טרייבל!

****
יארן לויפן, מיט די צייט האט די הנהלת המוסד מיר אנגעטראגן א מגי"ש פאסטן אין דעם נייעם ישיבה קטנה וואס זיי עפענען יעצט אויף, און איך טראכט צו מיר אז איך מיין ס'איז שוין געקומען די צייט איך זאל פראבירן עפעס ניי, א נייע טשאלענדזש, און איך האב אקצעפירט דעם אפער.
איך האב באמערקט אז ס'איז דא זייער אסאך ענליכקייטן פון א שיעור א' בחור ביז א כיתה א' אינגעל, דא ווי דארטן, האט זיך יעדער איינער זיין וועג וויאזוי ער כאפט אויף די לימודים, איינער הערט גוט אויס, א צווייטער נוצט מער זיין שכל וכו', איך האב שנעל געכאפט דעם פארטל, און איך האב געארבעט מיט יעדן בחור לפי תכונותו, און איך האב ב"ה געזעהן א שטארקע הצלחה.
ווען ס'איז געקומען סוף יאר, האב איך געטראכט צו מיר, וואס וועט זיין מיט מיין האראוואניע ? איך לייג אריין אזויפיל כוחות, קאפ און מוח אז יעדער בחור זאל שטייגן, די בחורים גייען יעצט ארויס פון מיר אריין צו א צווייטן מגי"ש, און ווער ווייסט צו די בחורים וועלן ווייטער שטייגן, אדער חלילה פאלן און מיין ארבעט וועט גיין לטמיון. האב איך געמאכט א מיטונג מיט די הנהלה און פארלאנגט אז איך זאל קענען בלייבן מיט די בחורים, די הנהלה -אנערקענענדיג מיין ארבעט- האט דאס נאכגעגעבן, און אזוי בין איך געבליבן מיט די בחורים נאך א יאר, און ווען ס'געקומען סוף נעקסטע יאר, האט זיך איבערגעשפיהלט די זעלבע עפיזאד, און איך בין געבליבן מיט די בחורים פון יאר צו יאר ביז ישיבה גדולה.

אלץ מגי"ש פלעג איך האבן בחורים וואס איך פלעג מער ליעב האבן פון אנדערע, און ס'האט נישט געהאט צו טוהן מיט די כשרונות פונעם בחור, נאר לויט וויאזו מ'פלעגט מיטהאלטן די לימודים, א בחור וואס פלעגט מיט האלטן די שיעורים, אפי' ער איז נישט געווען קיין גרויסער בעל כשרון פלעגט נושא חן זיין ביי מיר, און א בחור וואס פלעגט נישט מיטהאלטן די שיעורים, -אפי' ער פלעגט קענען גוט- האב איך געפיהלט א שוואכערע קשר מיט אים.

***********

געווען איין בחור אברהם, ער פלעגט זיצן ביים שיעור און קלאצן אויפן דאך, קיינמאל נישט גענייגט קיין אויער, ער פלעגט זיך אליינס משלים זיין דעם שיעור, און ער פלעגט אלעמאל קומען פרעגן זיינע קושיות, און איך פלעג אים כמעט נישט קענען סובל זיין, איך פלעג אים מרחק זיין, ביז דער אברהם האט זיך אויסגעלערנט זיך נישט צו דינגן מיט מיר, און ער פלעגט מאכן אזא פנימ'ליכע עקספרעשאן, ווי איינער זאגט, איך הער וואס דו זאגסט אבער איך בין מחולק מיט דיר.

ווען די בחורים האבן גראדואירט ישיבה קטנה, און יעדער איינער האט זיך געטראפן זיין ישיבה גדולה, האט מען געשמועסט אז דער אברהם האט זיך איינגעשריבן אין עפעס א שוואכע ישיבה גדולה אין איינע פון די שטעטלעך פון א"י, א ישיבה וואס איז ווייט פון דעם פרומען לעבנסשטייגער פון דעם ישיבה קטנה פון ווי ער האט גראדואירט, ס'האט מיר געציפט אז 'מיין תלמיד' זאל אויסקלויבן אזא ישיבה, ס'האט מיר נישט געפאסט.

********

אכט חדשים שפעטער, איך שטייג אויס פון מיין טעגליכע טעקסי וואס ברענגט מיך איך ישיבה, איך שפאן פאראויס צו די טיהר, פאר איך עספיעט צו עפענען די טיהר, הער איך ווי איינער שרייהט מיר נאך "א גוט מארגן רבי", איך דריי מיך אויס און איך זעה פאר מיר שטיין מיין (פארהאסטעטע) תלמיד אברהם, ער גיבט מיר די הענט מיט א ברייטן שלום עליכם, און ער פארציילט מיר די סיבה וואס האט אים דא אהערגעברענגט, אז אזוי ווי ער גרייט זיך צו זיין חתונה בשעטו"צ וואס גייט פארקומען אין א חודש ארום, איז ער געקומען לאדענען די מגי"ש און חשובע חבירים צו די גרויסע שמחה.

איך קוק אים אן פון קאפ ביז פוס, און איך באמערק אז אנשטאט זיין אמאליגע שווארצע קאפל, טראגט ער אזא פארביגע יארמולקע, עפעס וואס איז דער שטייגער ביי די מאדערנערע קרייזן, די בלוט איז מיר ארויפגעקומען אין קאפ, איך האב אנגעהויבן צו מאכן קולות אז די גאס האט געדונערט, דו חוצפניאק! נישט גענוג וואס דו האסט דיך איינגעשריבן אין א שוואכע ישיבה, האסטו נאך די העזה צו קומען אין ישיבה מיט מאדערנע קליידער ? דו קענסט נישט אזוי אריינקומען דא!

אברהם איז געווארן ווייס, ער דרייעט זיך אויס און לויפט אוועק פון דארט!

**********

גייט דורך א חודש, און מיין ווייב איז פלוצים קראנק געווארן, איך בין געווארן פארנומען מיט דאקטורים, אפוינטמענטס, טעסטס, וכו', פארשטייט זיך אז ס'האט אפעקטירט מיין ארבעט אין ישיבה, נאך א שטיק צייט האט זי זיך געזעגנט פון די וועלט און מיר איבערגעלאזט אן אלמן.

א שטיק צייט שפעטער, בין איך אומגעפאלן אויפן גאס, און איך בין אזוי געלעגן מאכטלאז ווען קיינער האט זיך נישט וויסענדיגע געמאכט פון מיר, ביז איינער האט זיך מרחם געווען און גערופען אן אמבולאנס, איך האב מייך צובראכן א היפ, נאכן אפעראציע, בין איך אהיימגעגאנגען זיך אויסקורירן, און ס'האט אויסגעקוקט ווי איך קום צוריק צו די כוחות, ביז איין טאג האב איך באקומען שרעקליכע בעק פעין, איך האב מיך געפיהלט ווי צובראכענעם שארבן, עלנד, אהן דעם וואס איינער זאל זיך קימערן פאר מיין וואוילזיין, איך בין שוין געווארן אזוי דיפענדענט, אז מ'האט געמוזט אויפנעמן א שטוב געהילף וואס זאל זיך מטפל זיין מיט מיר רונדע דעם זייגער.

אזוי זיצנדיג אין שטוב, האב איך אנגעהויבן מאכן א שטיקל חשבון הנפש, און איך האב געטראכט צו מיר, אז מיין גאנצע קאריריע האט זיך געדרייעט ארום מיר, 'מיין' כבוד, יעדע הצלחה איז געווען 'מיין' סוקסעס, יעדער דורכפאל האט מיר געגעסן ווייל דאס האב איך אפגעטיישט אלץ 'מיין' פעלער. איך האב עס קיינמאל נישט אנגעקוקט ווי איך ארבעט אלץ אן אגענט פון רבוש"ע, אלץ איז געווען מיין עגא. איך האב אנגעהויבן וויינען צום אויבערשטן, אז ער זאל נישט אוועקווארפן מיין האראוואניע פון אלע יארן, און אזוי האב איך תשובה געטוהן מעומק הלב.

איין טאג הערט זיך א קלאפ אין טיהר, מיין געהילף גייט צום טיהר און דארט שטייט א אינגערמאן בעהט אז מ'זאל אים אריינלאזן ווייל ער וויל רעדן מיט מיר, די געהילף זאגט איין מינוט, ער גייט מיך פרעגן צו ער זאל אים אריינלאזן, דער אינגעמאן האט נישט געווארט נאר ער האט אליינס אריינשפאצירט אונטערן געהילף, און ער זעצט זיך אראפ נעבן מיר, דאס איז געווען נישט קיין צווייטער ווי אברהם, אברהם אין א קענטליכע שאק צו זעהן זיין רבין קארגע צוויי יאר פון זייער לעצטע באגעגעניש אין אזא מצב, האט זיך פאראינטערסירט וואס איז געשעהן און איך פארצייל אים וואס איז אלץ אדורך אויף מיר, ער פרעגט מיר ווען דאס איז געשעהן ? זאג איך אים די און די טאג, זאגט ער, אה! דאס איז דאך די טאג פון מיין חתונה. פרעג איך ווער האט דיך אהערגעשיקט ?, ענטפערט ער אז ער האט גארנישט געוואוסט פון די גאנצע מעשה, נאר זיין מאמע ע"ה קומט אים שוין די לעצטע עטליכע טעג אין חלום אז איך זאל אריבערקומען דא אהער און זאגן אז איך בין דיר מוחל בשם איר, בשם זיין עלטערע ברודער, און בשם פון אים אליינס!

איך פרעג דעם אברהם ווער זיין עלטערע ברודער איז?, פארציילט ער אז זיין עלטערע ברודער האט זיך זייער געמוטשעט מיט קריאה, און נאכדעם וואס זיין מאמע האט פרובירט אלע היימישע מחנכים אן קיין הצלחה, האט זי אים געמוזט שיקן אין א מאדערנע אנטשטאלט ווי ער האט טאקע געהאט הצלחה, אבער דאס האט נעגאטיוו געווירקט אויף זיין רוחניות, און ער האט זיך אינגאנצן מאדערנעזירט, ער פלעגט מיך כסדר קויפן מאדערנע שניפסלעך און קאפלעך, אבער איך האב מיך געהאלטן פעלזן פעסט נישט צו טוישן מיין לבוש קיין כי הוא זה.

פרעג איך אים, וואס איז טאקע געווען דער באדייט פון דיין מאדערנע קאפל ביי דיין לעצטן באזוך אין ישיבה, פארציילט ער מיר אז זיצנדיג אינעם טעקסי אויפן וועג אהין איז זיין קאפל ארויסעגפלויגן פון פענסטער, אלע פראווען ער נאכצולויפן האבן נישט מצליח געווען, דער דרייווער האט רחמנות באקומען אויף מיר און ער האט מיר געגעבן זיינס א קאפל כדי איך זאל נישט דארפן גיין מיט קיין הוילן קאפ!, נאכדעם וואס דער רבי האט מיך אזוי אוועקגעשייגעצט פון ישיבה, בין איך געווארן מוראדיגע אנגעווייטאגט, און איך האב געבטען דעם באשעפער אז ער זאל דיר באצאלן!, איך האב אין מיין לעבן נישט געחלומ'ט וואספארא ווירקונג דאס וועט האבן.


מיין איילענדע דזשאדזשמענט, האט מיך געפיהרט צו אומריכטיגע מסקנות, און צו שענדליגע טאהטן פון הלבנת פנים, און די רעזולטאטן האבן נישט געשפעטיגט צו קומען.

היינט בין איך רעטייערט, און איך לערן בחינם מיט קינדער וואס האבן שוועריקייטן אין קריאה. און ס'קלונגט מיר נאך אין די אויערן לא תעמוד על דם ריעך


*****
ס'איז דא עטליכע לעססענס פון די מעשה, אבער אלץ דרייעט זיך ארום דעם קוטב לא תעמוד על דם ריעך!!
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

א מורא'דיגע מעשה!!

ייש"כ סמארט גיי הערליך אראפגעשריבן!
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

א גרויסן דאנק פארן עס אראפשרייבן. טאקע א פחד
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8096
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

wow ייש"כ.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

הערליך שיין אין סמארט הערליך אפגעשריבן
יא יא יענעמס בלוט איז די מערסטע גליטשיגע זאך אויף די וועלט
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

מוראדיג!

די עיקר דארף מען זיך אפלערנען. און נישט נאר א מלמד. דער גראסערי מאן, די קאר סערוויס דרייווער, סתם א שכן, אדער א מענטש און שוהל.
אוועטאר
יענקעלע
שר חמש מאות
תגובות: 781
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 21, 2011 4:09 pm
לאקאציע: אינפארמאציע: דער באנוצער געפינט זיך נישט.

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יענקעלע »

איז דא ערגעץ וואו מ'קען דאונלאודען אלטע נומערן פון די עמי?
אוועטאר
תמימות'דיגער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 493
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג דעצעמבער 05, 2016 12:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך תמימות'דיגער »

שמעתי אז דער "משפחה" מאגאזין [ענגלישע] שרייבט די וואך וועגן טורקס' שאלה צו טראמפניו
כ'בין א תם - נישט א נער
אוועטאר
שמן
שר האלף
תגובות: 1389
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2016 11:49 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמן »

קענט זיין זיכער אז די וואך גייט דער עמי פארקויפען אסאך מער ווי יעדע וואך אדאנק טורק'ס פורסם
נחום וואהלינער
שר האלפיים
תגובות: 2747
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נחום וואהלינער »

פרידן האט געשריבן:יא יא יענעמס בלוט איז די מערסטע גליטשיגע זאך אויף די וועלט
אוועטאר
נו שוין
שר האלפיים
תגובות: 2485
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 13, 2015 12:47 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נו שוין »

לכבוד יו"ט אין די היימישע געז סטאנציע נעבן קר"י, פינף פיס אויף פינף פיס מיט די עמי.
אטעטשמענטס
IMG_20170409_093005.jpg
#בשיטה נישט
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8636
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

אינעם פסח נומער האבן זיי באשריבן עטליכע נייע ישובים ביי כלל ישראל. זיי האבן געשריבן אז אין די קומענדיגע וואכן וועט נאכפאלגן ארטיקלן איבער נאך נייע געגנטער א שטייגער ווי סטעטן איילענד און בלומינגבערג.

עמיצער ווייסט וועלכע געגנט זיי באשרייבן די וואך?
ישראל אשר בך אתפאר
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

סטעטן איילענד.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

נו שוין האט געשריבן:לכבוד יו"ט אין די היימישע געז סטאנציע נעבן קר"י, פינף פיס אויף פינף פיס מיט די עמי.

נישט אזוי סאך יעדע עמי איז דא א פיס אויף א פיס דיק א פיס
סראלי
שר שמונת אלפים
תגובות: 8636
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אקטאבער 02, 2014 11:22 am
לאקאציע: אין די טריי סטעיט עריע

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סראלי »

נכד האט געשריבן:סטעטן איילענד.


Thank you.

עמיצער זאל ביטע ארויפשטעלן דעם ארטיקל אדער אונז איבערגעבן די ׳היילייטס׳ דערפון
ישראל אשר בך אתפאר
shalsheles
שר האלף
תגובות: 1482
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 22, 2009 9:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך shalsheles »

די וואך מאכט פראנקפורטער א קוגל מיט קושנער-טראמפ-טעכנאלאגיע-בריסק.
אויך דא א זיסער קארטון ווי טראמפ ענטפערט אויף א פראגע פון א אינטעליגענס אגענט, Mr. President,you do understand the
.nature of classified information? Sure, I read Craigslist
אוועטאר
Potus
שר האלפיים
תגובות: 2870
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 11, 2017 11:21 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Potus »

די עמי האט לייוו קאוויריטש פון די נסיעה זיך האבן טורקס
אז כקען העלפן פארוואס נישט...
לאלתר לחיים
שר האלף
תגובות: 1462
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 18, 2012 11:50 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לאלתר לחיים »

ווייסט איינער וויפל שטיק גייט ביים היימישן ציבור אין וויליאמסבורג ב''פ מאנסי (און ק''י? איך שעם זיך צו זאגן ווען דארט זענען די ליינער זיכער בלויז פון אזעלכע הנקראים תלמידי וחסידי סאטמאר און די דאזיגע מאגאזין באלאנגט לגמרי נישט פאר זיי...)
אוועטאר
חמרא טבא
שר עשרת אלפים
תגובות: 12996
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חמרא טבא »

לאלתר לחיים האט געשריבן:ווייסט איינער וויפל שטיק גייט ביים היימישן ציבור אין וויליאמסבורג ב''פ מאנסי (און ק''י? איך שעם זיך צו זאגן ווען דארט זענען די ליינער זיכער בלויז פון אזעלכע הנקראים תלמידי וחסידי סאטמאר און די דאזיגע מאגאזין באלאנגט לגמרי נישט פאר זיי...)

viewtopic.php?p=1425884#p1425884
!!!!!!
דביה תחדי נפשא
לא לנו
שר האלפיים
תגובות: 2005
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מארטש 10, 2015 12:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לא לנו »

חמרא טבא האט געשריבן:
לאלתר לחיים האט געשריבן:ווייסט איינער וויפל שטיק גייט ביים היימישן ציבור אין וויליאמסבורג ב''פ מאנסי (און ק''י? איך שעם זיך צו זאגן ווען דארט זענען די ליינער זיכער בלויז פון אזעלכע הנקראים תלמידי וחסידי סאטמאר און די דאזיגע מאגאזין באלאנגט לגמרי נישט פאר זיי...)

https://www.ivelt.com/forum/viewtopic.p ... 4#p1425884
!!!!!!

וואו קומט דא אריין סקרענטאן?
אוועטאר
יש ברירה
שר עשרת אלפים
תגובות: 11597
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יש ברירה »

די לעצטע עטליכע וואכן איז כמעט נישטא וואס צו ליינען אין די עמי, נישטא קיין אינפארמאטיווע אינטערסאנטע ארטיקלן ווי אמאל כ'ווייס נישט וואס האט פאסירט

די גאנצע מאגאזין באשטייט פון א הקדמה און א עפילאג און קיין מעשה אינמיטן

טורקס האלט נאך דעם מאגאזין עטוואס העכערן וואסער, אן אים וואלט איך גלייך געגאנגען צו די עים אפטיילונג דארט איז גראדע יא דא אינטערסאנטע סחורה
Naftule
שר האלף
תגובות: 1236
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 28, 2016 1:18 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Naftule »

איז די משפחה בעסער? ליינט מען עס ביי אונז אזוי שטארק ווי עמי?
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”