"עמי" - וועכנטליכע מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2788
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

אינטערסאנטע ארטיקל געווען מיט חיליק פראנק, דער וועלט בארימטער קלארינעט שפילער.

ס'איז מיר געפאלן וויאזוי ער צולייגט די חילוק פון 'חסידישע' ווס. מאדערנע ניגונים (נישט גויאישע סטיילס ), מיט אבסטראקטיווע טערמינען וואס נאר איינער וואס פארשטייט צו מוזיק האט געהאט א גרינעם אנונג וואס ער מיינט.
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

עס האט זיך ארומגעדרייט די דעקלעך פון עמי און משפחה וואס ביידע האבן טראמפ אויפ'ן קאווער. ביידע שרייבן "עקסקלוסיוו אינטערוויו". אבער ווי איך הער פון א חבר אין דעם פעלד האט די עמי נישט געהאט קיין פערזענליכע אינטערוויו מיט טראמפ.
איך ווייס דאס נישט יעצט אויף זיכער, אבער פון א פריערדיגן פאל ווייס איך פאר א פאקט ווען עמי האט געשריבן "עקסקלוסיוו אינטערוויו" און זיי האבן קלאר נישט געהאט קיין שמועס מיט יענעם, נאר האבן נאכגעשריבן אן ארטיקל פון א צווייטע פלאץ (דער רעדאקטאר האט אפי' מודה געווען צו דעם וואס האט אים פארגעהאלטן דערוועגן).
איך ווייס נישט פארוואס זיי טוען דאס פון מאל צו מאל, נאך אלעם קענען זיי דאך עס באווייזן, אבער זעט אויס זיי האלטן זיך נישט אויף אזא הויכע ניווא. די משפחה, צום ביישפיל, וועט אזוינס קיינמאל נישט טון.
אוועטאר
cash
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2010 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cash »

האט דא איינער געליינט רבי טאוב, ask the rabbi די וואך, אינטערסאנט מרעדט נאכנישט דערפון
לויט ווי איך העב פארשטאנען איז ער מחולק מיט די גאנצע מהלך וויאזוי די אינטערנעט מערכה גייט צו,
איינער קען עס ביטע אראפברענגען אהער
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

cash האט געשריבן:האט דא איינער געליינט רבי טאוב, ask the rabbi די וואך, אינטערסאנט מרעדט נאכנישט דערפון
לויט ווי איך העב פארשטאנען איז ער מחולק מיט די גאנצע מהלך וויאזוי די אינטערנעט מערכה גייט צו,
איינער קען עס ביטע אראפברענגען אהער

קריטעקירן קען יעדער מען דארף נישט זיין קיין בר הכי, פירן א מערכה דארף מען קענען אז איינער האט א אנדערע וועג זאל ער טון אליינס נישט מסביר זיין וואס יענער דארף טוען איך באצו מיך נישט דירעקט אויף דעי ארטיקל נאר בכלל איז אלץ דא ובפרט בי די אינטערנעט מערכה די וואס ווייסן וואס דער וואס טוט דארף ווען טוען
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

איך האב עס נישט געקויפט די וואך.

אבער איך האלט זייער פון הרב טאוב, סאו איך וואלט אפרישיעיטעד אויב איינער קען אריינקומען קלארער.

וואס איז געווען די שאלה?
וואס האלט ער אז מען טוט נישט גוט?
האט ער אן אנדערע וועג?
וויאזוי פארענטפערט עס די שאלה וואס מען האט אים אנגעפרעגט?
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

cash האט געשריבן:האט דא איינער געליינט רבי טאוב, ask the rabbi די וואך, אינטערסאנט מרעדט נאכנישט דערפון
לויט ווי איך העב פארשטאנען איז ער מחולק מיט די גאנצע מהלך וויאזוי די אינטערנעט מערכה גייט צו,
איינער קען עס ביטע אראפברענגען אהער

דוכט זיך מיר אז ער נעמט אן דעם ליובאוויטשן שיטה ווען עס קומט צו די זאכן, וכבר היו לעולמים מיט דברי תורה אויפן ראדיא כידוע
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
cash
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2010 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cash »

בן נון האט געשריבן:איך האב עס נישט געקויפט די וואך.

אבער איך האלט זייער פון הרב טאוב, סאו איך וואלט אפרישיעיטעד אויב איינער קען אריינקומען קלארער.

וואס איז געווען די שאלה?
וואס האלט ער אז מען טוט נישט גוט?
האט ער אן אנדערע וועג?
וויאזוי פארענטפערט עס די שאלה וואס מען האט אים אנגעפרעגט?

און קורצן זאגט ער אז "לאו חורא גנב, עכברא גנב" די פראבלעם איז נישט די אינטערנעט , סמארטפאון, וכדו', די פראבלעם איז אז ספעלט אונז יראת שמים, סא אויב מאסרט די סמארט פאון "עכברא" וועט מארגן זיין אנ אנדערע עכבר, משא"כ אויב מוועט אדרעסן די "חורא" אונזער יראת שמים וועט עס מער נישט זיין קיין פראבלעם,
איך בין נישט קיין גוטע שרייבער , סאיז נאר בקוצר נמרץ לויט ווי איך האב פארשטאנען, איך גיי פרובירן צו אהערברענגן די ארטיקל, און אדרבה לאמער הערן וואס דער עולם האלט
לטב עביד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 333
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 21, 2013 7:16 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לטב עביד »

א שטיקל פוינט האט ער זיכער, איך קען עטליכע יונגעלייט מיט גאר שטארקע פילטערס, פארשטייט זיך אז מען איז באגרעניצט אבער דאס מיינט נישט אז אינטערנעט איז "די" פראבלעם נאר עס מאכט די נסיון און די יכולת לייכטער
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

cash האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:איך האב עס נישט געקויפט די וואך.

אבער איך האלט זייער פון הרב טאוב, סאו איך וואלט אפרישיעיטעד אויב איינער קען אריינקומען קלארער.

וואס איז געווען די שאלה?
וואס האלט ער אז מען טוט נישט גוט?
האט ער אן אנדערע וועג?
וויאזוי פארענטפערט עס די שאלה וואס מען האט אים אנגעפרעגט?

און קורצן זאגט ער אז "לאו חורא גנב, עכברא גנב" די פראבלעם איז נישט די אינטערנעט , סמארטפאון, וכדו', די פראבלעם איז אז ספעלט אונז יראת שמים, סא אויב מאסרט די סמארט פאון "עכברא" וועט מארגן זיין אנ אנדערע עכבר, משא"כ אויב מוועט אדרעסן די "חורא" אונזער יראת שמים וועט עס מער נישט זיין קיין פראבלעם,
איך בין נישט קיין גוטע שרייבער , סאיז נאר בקוצר נמרץ לויט ווי איך האב פארשטאנען, איך גיי פרובירן צו אהערברענגן די ארטיקל, און אדרבה לאמער הערן וואס דער עולם האלט

מען בויעט א אמיון סיסטעם ווען מען איז געזונט איינמאל מען איז קראנק גייט מיט באקעמפען מיט וואס נאר מעגליך
שוין געהערט כמה פעמים דעי טענה קודם איז עס נישט אמת ווייל א שטארקע ירא שמים איז אויך אויף געהאקטע בדברים שנפשו של אדם חמדתן
צוויי אפי' ווען יא איז עס ווי איינער וואס די דאקטער זאגט אים אז ער איז אויף געבראטענע אין ער מוז יעצט מאכן א סטעמפ אין ער זאגט ניין די פראבלעם איז איך האב נישט קיין גוטע דייעט סא איך גיי ארבעטען אויף מיין דיעט
איז עס א טענה וואס מען האט געקענט ניצן אויף אלע מערכות פין כלל ישראל עד היום הזה
נאר וואס דען א גוטע וועג צו זיך פילן גוט מיט זיך ווייל די פראבלם איז דאך ווייל עס פעלט יראת שמים די פראבלעם איז יענער איך בין דאך גוט איך פארשטיי ווי אזוי ארויס נעמען נאר די גוטע איך בין דאך א ירא שמים
אין צום לעצט אויב דאס איז די פראבלעם לויט דיך הייבט אייך ביטע אויף אין הייבט אן טוען אין אריין ברענגען יראת שמים נישט זיי מסביר וואס יענער זאל טוען
סטאפ די נאן סענס

אין צום לעצט א יוד מיט "אמת'ע" יראת שמים קען אויף קיין סמארט פאון נישט קוקן, אין יראת שמים באקומט מען פין קעמפען אין נישט זינדיגען נישט ווען מען האט יראת שמים אוטעמאטיש זינדיגט מען נישט
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

cash האט געשריבן:
בן נון האט געשריבן:איך האב עס נישט געקויפט די וואך.

אבער איך האלט זייער פון הרב טאוב, סאו איך וואלט אפרישיעיטעד אויב איינער קען אריינקומען קלארער.

וואס איז געווען די שאלה?
וואס האלט ער אז מען טוט נישט גוט?
האט ער אן אנדערע וועג?
וויאזוי פארענטפערט עס די שאלה וואס מען האט אים אנגעפרעגט?

און קורצן זאגט ער אז "לאו חורא גנב, עכברא גנב" די פראבלעם איז נישט די אינטערנעט , סמארטפאון, וכדו', די פראבלעם איז אז ספעלט אונז יראת שמים, סא אויב מאסרט די סמארט פאון "עכברא" וועט מארגן זיין אנ אנדערע עכבר, משא"כ אויב מוועט אדרעסן די "חורא" אונזער יראת שמים וועט עס מער נישט זיין קיין פראבלעם,
איך בין נישט קיין גוטע שרייבער , סאיז נאר בקוצר נמרץ לויט ווי איך האב פארשטאנען, איך גיי פרובירן צו אהערברענגן די ארטיקל, און אדרבה לאמער הערן וואס דער עולם האלט

חידושים נפלאים... פילייכט איז טאקע דער "עמי" דער וועג ווי אזוי מען ברענגט אריין הויפענעס יראת שמים.

אינטרעסאנט אז ביז הרב טויב כבודו במקומו מונח איז קיינער פון די גדולי הרבנים וועם דאס הארץ בלוטיגט איבערן מצב, נאך נישט אויפגעקומען מיט דעם וואזשנעם חידוש, אז מען ברויך נישט באקעמפען דעם אינטערנעט נאר אריינברענגען (וויזוי..?) יראת שמים ביים עולם.

על הכלל כולו יצא די אלע עצות והשקפות והדרכות אין די מאגאזינען קוקן בערך אזוי אויס.

עד כאן דעת קאטשי, והרוצה לחלוק יבוא יחלוק
אוועטאר
בן נון
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4555
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 20, 2015 6:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בן נון »

ער האט גראדע א שטיקל פאוינט.

איך האב עס שוין געהערט פון אפאר עלטערע אידן.

נאר, אזויווי פרידן זאגט, ביי נאו איטס טו לעיט. עס בליטיגט! מען דארף יעצט מאכן א אפען הארט סורדשערי!!

אבער! מען טאר נישט פארגעסן מעינטענענס. נעם די יעצטיגע בחורים, האק אריין אין זיי אזויפיל יראת שמים, אז אפילו מען וועט אים געבן א סמארט פאון פאר פרי נאך די חתונה, זאל ער עס אראפפלאשן אין ביה"כ.
אוועטאר
cash
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2010 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cash »

בן נון האט געשריבן:ער האט גראדע א שטיקל פאוינט.

איך האב עס שוין געהערט פון אפאר עלטערע אידן.

נאר, אזויווי פרידן זאגט, ביי נאו איטס טו לעיט. עס בליטיגט! מען דארף יעצט מאכן א אפען הארט סורדשערי!!

אבער! מען טאר נישט פארגעסן מעינטענענס. נעם די יעצטיגע בחורים, האק אריין אין זיי אזויפיל יראת שמים, אז אפילו מען וועט אים געבן א סמארט פאון פאר פרי נאך די חתונה, זאל ער עס אראפפלאשן אין ביה"כ.

דאס איג איקזעקטלי וואס איך זאג, ניין איך האלט נישט אז די עמי איז א מורה דרך, באט הרב טויב שמועסט אויס אזאך וואס ליגט מיר שוין אין בויך זייער לאנג, דער עולם איז סיק ענד טייערד פון איסורים, יעדן טאג, נאך מיט אזא נעגעטיוויטי, יעדע זאך וואס סגעשעהט לינקד מען גראד צום סמארטפאון , יא מדארף לייגן גדרים , און מדארף זעכער מאכן אז יעדעדר האט א פילטער, באט פון דארט און ווייטער דארף מען מחזק זיין און ענקארדזשען דעם עולם, אנשטאט אינטערייסן דעם ציבור
א יונגערמאן וואס האט א סמארטפאון מיט א פילטער זאל מען מחזק זיין, נישט עם מאכן פילן ווי א שגץ, איך האב יעדן טאג די נסיון צו אראפנעמען מיין פילטער, אבער איך ווייס אז איך בין א יוד אין איך דארף האבן א פילטער,
חוץ מזה האט עס געגעבן א היתר פאר די בעסט יונגעלייט צו רעדן און טעקסטן אימיטן פסוקי דזמרה, הויכע שמונה עשרה, וכו' הלמאי סאיז א כשרע פאון, ער איז קאנעקטעד דירעקט צום באשעפער, באט דעס איז א עקסטרע נושא פאר זיך
סאררי פארן מאריך זיין, כהאפ מפארשטייט מיך ריכטיג
קוק
מייקל סעוועדזש
שר האלף
תגובות: 1006
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 05, 2015 8:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מייקל סעוועדזש »

cash האט געשריבן:
חוץ מזה האט עס געגעבן א היתר פאר די בעסט יונגעלייט צו רעדן און טעקסטן אימיטן פסוקי דזמרה, הויכע שמונה עשרה, וכו' הלמאי סאיז א כשרע פאון, ער איז קאנעקטעד דירעקט צום באשעפער

Cash ;l;p-
צייכן מיינע ווערטער: טראמפ און קרוז גייען קיינמאל נישט זיין פרעזידענט!
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

דער עולם איז סיק ענד טייערד פון הערן א גאנצע טאג וועגן פאזעטיוו , יעדן טאג, נאך מיט אזא נעגעטיוויטי אין העיט
אוועטאר
cash
שר חמישים
תגובות: 83
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 11, 2010 10:06 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך cash »

פרידן האט געשריבן:דער עולם איז סיק ענד טייערד פון הערן א גאנצע טאג וועגן פאזעטיוו , יעדן טאג, נאך מיט אזא נעגעטיוויטי אין העיט

מיזט נישט ענטפערן אויב די האסט נישט וואס,
הבדלה וויין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבדלה וויין »

פרידן האט געשריבן:

איז עס א טענה וואס מען האט געקענט ניצן אויף אלע מערכות פין כלל ישראל עד היום הזה


איך וויל מיר נישט טענה'נען אויף דיין גאנצע תגובה, אבער אויף די פרט, מוז איך זאגן אז מען האט קיינמאל נישט געפירט אזא וועג א מערכה אזוי ווי טייל פירן היינט, אויף א זאך וואס עס האט א תועלת און מען מוז עס ניצן פאר ביזנעס און מען קען עס ניצן פאר גוטס און פאר שלעכטס, און אגב זייער אסאך רבנים האבן אנגענומען בערך ווי זיין וועג, ווי אויך די חב"ד מהלך איז אויף די וועג, בעלזא, און וויען רב האט געזאגט שוין פאר יאר'ן צוריק בסגנון זה ווען עס איז נאכנישט געווען די סטייל פון האקן קעגן טענכאלאגיע ווי היינט.
און איך האב עס געליינט און איך זעה נישט ער זאל זאגן אז מען דארף נישט קיין פילטער, ס"ה האלט ער נישט פון די עקסטרימיסטישע מהלך וואס טייל האבן אנגענומען לעצטענס
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

מיסטער הבדלה, זייט ביטע אביסל מער מסביר אייערע דיבורים.

ווער זענען די "זייער אסאך" רבנים, און וואס איז זייער מהלך?

וואס האבן בעלזא און וויע'ן רב געזאגט יאר צוריק? און וואס זאגן זיי היינט צוטאג?
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
El Rushbo
שר האלף
תגובות: 1276
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 31, 2014 10:34 am
לאקאציע: Almost Daily on MSNBC...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך El Rushbo »

נאכן זעהן די שמועס דא איבער דעם ארטיקל, האב איך עס אויפגעזוכט און דורכגעליינט.

לדעתי האבן רוב אירע דא נישט געלייענט זיין מאמר, און אויב יא נאר האלבוועגס, ארויסנעמענדיג איין חלק.

אי"ה מארגן וועל איך עס ארויפשטעלן, און 'נאכדעם' איז דער עולם מכובד צו לאזן קאמענטארן.

בקיצור נמרץ זאגט ער, אז אוודאי דארף מען אוועקנעמן די מייז, לית מאן דפליג, ער לייגט אבער צו, אז אויב די פאררעכסט נישט די לאך, וועט דיין הויז בלייבן מיט א לאך וואס וועט זוכן זיך אנצופילן מיט עפעס אנדערש.
הבדלה וויין
שר חמישים ומאתים
תגובות: 268
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 12, 2012 2:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הבדלה וויין »

הלשון האט געשריבן:מיסטער הבדלה, זייט ביטע אביסל מער מסביר אייערע דיבורים.

ווער זענען די "זייער אסאך" רבנים, און וואס איז זייער מהלך?

וואס האבן בעלזא און וויע'ן רב געזאגט יאר צוריק? און וואס זאגן זיי היינט צוטאג?


וויען רב האט געהאקט קעגן דעם וואס א אינגערמאן וואס דארף עס נישט האבן האט עס, אבער אויב איינער ברויך עס מעג ער עס ניצן, איך האב געמיינט ארויסציברענגען אז די מערכה וואס טייל פירן היינט צוטאגס קעגן די טעכנאלאגיע, אז עס איז אסור אן קיין שום היתרים אפילו מיט א פילטער, דאס איז א נייע מהלך, און רוב ערליכע רבנים האבן עס נישט אנגענומען. און דאס איז בערך די מאמר פון די עמי.
אין איין ווארט די עיקר פראבלעם איז דער מענטש די "חורא" אבער פארשטייט זיך אז מען דארף האבן א פילטער וועגן אין אפוטרופוס לעריות, אבער פון דא ביז גיין ווי אסאך עקסטרעמיסטן טוען איז מרחק רב.
ובזה יצאתי ידי חובתי, איך לאז דיך האלטן אנדערש.
נ.ב. דיין רב לאזט דיך שרייבן אויף איי-וועלט???
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

El Rushbo האט געשריבן:נאכן זעהן די שמועס דא איבער דעם ארטיקל, האב איך עס אויפגעזוכט און דורכגעליינט.

לדעתי האבן רוב אירע דא נישט געלייענט זיין מאמר, און אויב יא נאר האלבוועגס, ארויסנעמענדיג איין חלק.

אי"ה מארגן וועל איך עס ארויפשטעלן, און 'נאכדעם' איז דער עולם מכובד צו לאזן קאמענטארן.

בקיצור נמרץ זאגט ער, אז אוודאי דארף מען אוועקנעמן די מייז, לית מאן דפליג, ער לייגט אבער צו, אז אויב די פאררעכסט נישט די לאך, וועט דיין הויז בלייבן מיט א לאך וואס וועט זוכן זיך אנצופילן מיט עפעס אנדערש.

אויב האט ער דאס געזאגט האט ער זייער פיין געזאגט. איך מיין אז כו"ע מודי.

ווידער טאמער איז ער נישט צופרידן פון ראבינאוויטש'ס מהלך ווי אזוי צו פירן די מערכה קעגן סמארטפאונס איז אויך נישט קיין דבר חדש, ווייל ווער זאגט דען יא ווי ראבינאוויטש.

בקיצור עס הייבט מיר אן אויסזען ווי א שטורעם אין א גלאז וואסער. (בכלליות איז דעת קאטשי נישט ניחא פון דעם עמי, אבער ווי עס זעט אויס איז דא גארנישט גווען עפעס מעיזשאר).
אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3620
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הלשון »

הבדלה וויין האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:מיסטער הבדלה, זייט ביטע אביסל מער מסביר אייערע דיבורים.

ווער זענען די "זייער אסאך" רבנים, און וואס איז זייער מהלך?

וואס האבן בעלזא און וויע'ן רב געזאגט יאר צוריק? און וואס זאגן זיי היינט צוטאג?



ובזה יצאתי ידי חובתי, איך לאז דיך האלטן אנדערש.
נ.ב. דיין רב לאזט דיך שרייבן אויף איי-וועלט???

קוקט אויס ווי דו ביזט געווארן באליידיגט פון עפעס. איי עם ווערי סארי.
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)
שטאטסמאן
שר מאה
תגובות: 199
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 15, 2016 7:01 pm

הרב שעיס טויב

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאטסמאן »

א פרוי פרעגט וואס זי זאל טון, איר מאן איז פארזינקען אין די אינטערנעט. זי האט שוין אפאר מאל פרובירט צו רעדן צו אים,
מ׳האט שוין אפילו אמאל צובראכן א פאון, אבער ס׳העלפט נישט.

ענטפערט ער, לאו עכברא גנב אלא חורא גנב. דיין מאן האט א חלל וואס ער מוז אנפילן. פונקט אזוי ווי ווען איינער האט מייז און
ער לייגט מייז טרעפס, אבער ער פארשטאפט נישט די לעכער, טוט ער גארנישט אויף. די זעלבע זאך דא, אוועקנעמען די
פאון\אינטערנעט פון אים -די מייז,- אן פארשאפן די לעכער -די חלל פון דיין מאן,- וועט גארנישט אויפטון.
נאך א וועג דאס צו פארשטיין איז, סימן וסיבה. סימן איז די פראבלעם וואס איך זע דא יעצט פאר מיינע אויגן, וואס מ׳רופט אויף
ענגליש the present problem. סיבה איז די גורם צום פראבלעם, וואס מ׳רופט אויף ענגליש the underlying problem.
סימן, די יונגערמאן איז פארזינקען אין שמוץ. סיבה, ער האט א רוחניות׳דיגע חלל וואס דארף ווערן אנגעפילט. אוועקנעמען די
סימן וועט נישט אוועקנעמען די סיבה, און ער וועט זיך טרעפן זיינע וועגן. אבער, אוועקנעמען די סיבה, וועט אוועקנעמען די סימן.
ער זאגט אז ס׳קען זייו אז ס׳איז דא מענטשן וואס זענען בעסער אן אינטערנעט אינגאנצן. ער רעדט נישט יעצט פון די חלק. יעדער דארף פרעגן זיין מורה דרך.

(ער איז מסביר מער באריכות. כדאי אליינס צו ליינען.)

איך האב שוין געהערט די געדאנק פון רבנים און עקספערטן. ס׳איז מסתבר אז אנדערע רבנים האלטן אויך אזוי, ווען איינער איז
שוין אין די פראבלעם.

דאס וואס מ׳האט געמאכט א כינוס כלל ישראל און מ׳רעדט כסדר וועגן פילטערס, איז כדאי כלל ישראל זאל אפילו נישט קומען
טועם זיין פון די מים הזדונים. ווייל, נקוט האי כללא בידך, ווילאנג מ׳איז נישט טועם איז עס נישט קיין נסיון!

נ.ב. דאס אז איך בין מסביר וואס הרב טאוב שרייבט איז בכלל נישט קיין הסכמה צו די ׳עמי. איך האלט בכלל נישט פון די עמי. די עמי איז מסתם די ערשטע צייטונג וואס האט אנגעפאנגן שרייבן אפען איבער זאכן וואס הצניעות יפה להן. אז מיין ווייב האט ליב צו ליינען די עמי, און זי באקומט עס פון איר מאמע גיי איך איר נישט צוריק האלטן, לעת עתה. אבער אויף אזוי פיל, ווען ס׳קומט יו״ט קויף איך אלע אנדערע, חוץ די עמי, ווייל איך וויל אים נישט שטיצן. אבער הרב טאוב -קוקט אויס צו מיר, לויט וויפיל איך האב שוין געליינט פון אים- איז אן ערליכע און א קלוגע איד.
לעיקוואד
שר האלף
תגובות: 1042
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 30, 2013 1:41 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעיקוואד »

אז מען רעדט פון די עמי די וואך, מיך האט געבאדערט זייער שטארק די מעין ארטיקל, וועגן דזשענעטיקס, איך האב עס געמוזט באהאלטן פון מיין אינגל די וואך, איך מיין אז אזא ארטיקל קומט נישט קינדער זאלן האבן עקסעס.
אוועטאר
מה פתאום???
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4402
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 09, 2015 5:16 pm
לאקאציע: עיה״ק צפת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מה פתאום??? »

נישט די ערשטע מאל ביי זיי
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

דיין אינגל ליינט פליסיג ענגליש?

--

מסתמא פרובירסטו אויך צו באהאלטן פון דיין אינגל אז ער זעהט אויס ענליך צו דיר / דיין ווייב / זיינע געשוויסטער. נאך אביסל וועט די רש"י אנפאנג תולדות ארויף ג'יין אויף די ליסטע פון די אויסגעלאזטע רש"י'ס..
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”