"עמי" - וועכנטליכע מאגאזין

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

matovu
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך matovu »

סמארט גאי האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:טיפיקל עמי, ער ווייסט ווען און וועם אריינצוריקן!

מיט'ן זיך שלאגן קעגן גיוס און פאר ארדטאדאקסיע ברענגט ער זיך שטארק ארויף.

ער זוכט קאנטראווערסיע כדי צו קענען שרייבן א היציגן ארטיקל וואס ציעט קאסטומערס וואס זוכן סענזאציע, אין נישט אלעמאל איז דא עפעס וואס ער קען שרייבן אן באליידיגן א געוויסע גרופע, חסידות, קרייז, און ער האט שוין כמה פעמים ארויסגערופן די חרון אף פון דעם אדער יענעם פארן שרייבן קאנטראוועסיאלע זאכן, אבער דאס איז זיין אייגנארטיקייט, אז ער באלאנגט נישט צו קיינעם, (קוק אן זיין סטעף, נישטא קיין צוויי וואס באלאנגן צו איין גרופע, )

במילא אז ער קען מאכן מטעמים פון א קאמאן ענעמי עסט ער אויס אויף מיטן גאנצן אפעטיט,

אנטשילדיג אייך אבער גענוי אין שיין אראראפגעלייגט וואס די משפחה מעגעזין איז...
אבער נישט עמי.
ליין עס אביסעל עט איר זעהן אז עס איז גארנישט אזוי פשוט.
ער מאכט מטעמים פין די חברה יעדער וואך.
אשמרה לפי מחסום
שר חמישים ומאתים
תגובות: 363
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 17, 2014 11:24 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אשמרה לפי מחסום »

מר. גרין האט געשריבן:א שטארקע און דרייסטע אידטאריעל קעפל ליינט זיך די וואך אין די עמי מעגעזין אקעגן די פארשאלטענע דוב ליפמאן דער שונא הדת פון די יש עתיד פארטיי וואס שטעלט זיך אהער אלס א פרומער איד.
פראנקפוטער צולייגט ליפמאן אויף די לענג און אויף די ברייט באגלייט מיט די מאדנע היסטאריע פון ליפמאן.
זאל ער מיט זיינע אלע מיטהעלפער פון יש עתיד האבן זייערע פילע סוף.

קענסט עס לייגען קלארער?
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

matovu האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:טיפיקל עמי, ער ווייסט ווען און וועם אריינצוריקן!

מיט'ן זיך שלאגן קעגן גיוס און פאר ארדטאדאקסיע ברענגט ער זיך שטארק ארויף.

ער זוכט קאנטראווערסיע כדי צו קענען שרייבן א היציגן ארטיקל וואס ציעט קאסטומערס וואס זוכן סענזאציע, אין נישט אלעמאל איז דא עפעס וואס ער קען שרייבן אן באליידיגן א געוויסע גרופע, חסידות, קרייז, און ער האט שוין כמה פעמים ארויסגערופן די חרון אף פון דעם אדער יענעם פארן שרייבן קאנטראוועסיאלע זאכן, אבער דאס איז זיין אייגנארטיקייט, אז ער באלאנגט נישט צו קיינעם, (קוק אן זיין סטעף, נישטא קיין צוויי וואס באלאנגן צו איין גרופע, )

במילא אז ער קען מאכן מטעמים פון א קאמאן ענעמי עסט ער אויס אויף מיטן גאנצן אפעטיט,

אנטשילדיג אייך אבער גענוי אין שיין אראראפגעלייגט וואס די משפחה מעגעזין איז...
אבער נישט עמי.
ליין עס אביסעל עט איר זעהן אז עס איז גארנישט אזוי פשוט.
ער מאכט מטעמים פין די חברה יעדער וואך.

איך ליין עס יעדע וואך מדאשקע לדאשקע (מער ווייניגער),

אוודאי איז עס איינע פון זיינע טאפיקס וואס באקומט א אפטע באהאנדלונג,

מיין פוינט בסך הכל איז, אז ער האט ליעב היץ און מישט א קאשע ווי ער קען,

איך ליין נישט קיין משפחה,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

דער עמי דער עמי!!!!

כדרכם ב_____ האבן זיי אויף יו"ט א מעכטיגער קעפיל, אזאנס וואס 'הייסט' דעם פארבייגייער עס קויפן!

כ'וועל עס נאכשרייבן אין ענגליש ווייל אויף אידיש איבערטייטשן קאן אוועקנעמען פון די זאך.

The Rebbe of
MUNKATCH
reflects on his father's
wartime hatzalah efforts
and what came after

מ'דארף האבן אזאליכע באק ציינער נאר פארן קעפיל, כ'האב קיין איינונג וואס טוט זיך דערינען.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
Iphone
שר האלף
תגובות: 1319
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג פעברואר 10, 2013 8:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך Iphone »

Yup. Just bought it
היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5559
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היימישער אינגערמאן »

שמעלקא טויב האט געשריבן:דער עמי דער עמי!!!!

כדרכם ב_____ האבן זיי אויף יו"ט א מעכטיגער קעפיל, אזאנס וואס 'הייסט' דעם פארבייגייער עס קויפן!

כ'וועל עס נאכשרייבן אין ענגליש ווייל אויף אידיש איבערטייטשן קאן אוועקנעמען פון די זאך.

The Rebbe of
MUNKATCH
reflects on his father's
wartime hatzalah efforts
and what came after

מ'דארף האבן אזאליכע באק ציינער נאר פארן קעפיל, כ'האב קיין איינונג וואס טוט זיך דערינען.

סורפרייזד אביסל אז דוקא דער רבי רבי שמעלקא, איז גאר פון די וואס פראמאטען דעם עמי.

די אלע אינטערוויוס מיט פרייע ציונים, מאדערענע מיטן גאנצען קנאק, און זיך אראפלאזען און שרייבען קאנטערווערסיעס אווי די גויאישע פרעסע (לייען לה"ר, רכילות, אונאת דברים), דאס שטערט אייך גארנישט??
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:

איך פראמאוט נישט וואס עמי שרייבט, איך פראמאוט זייער איידיעס פון צווינגען דעם קאסטומער צו קויפן, מי יתן אז די היימישע אויסגאבעס זאלן קומען צום קנעכיל.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
פלטיאל
שר האלפיים
תגובות: 2465
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 13, 2015 10:19 pm
לאקאציע: בערך פופצן מינוט אוועק...

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פלטיאל »

מענין לענין האבעך פארגעלייגט פאר מיין אשת חבר מיין אויפברויז פארוואס די ענגליש געשריבענע אויסגאבעס זענען איבער דאפלט די סייז פון די אידישע, האט זי מיר געענטפערט גאנץ א מסתברדיגע תירוץ, אז די ענגלישע אויסגאבעס פארמאגן מער פרויען שרייבערס ווי די אידישע...

איך מיין אז עס גאנץ א צופרידנשטעלנדע תירוץ...

#תשעה קבין
מיין מיינונג קען זיך אפשר טוישן אבער נישט דער פאקט אז איך בין גערעכט!
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

דער האט א באזונדערע חוש צו סענזאצינאלע דעקלעך, און איז לאו דוקא א אנדייטונג אויף גוטע תוכן מלגאו.

דאסמאל ווען ער האט באשרייבט רבי ברוכ'ל, מיט שיינע בילדער פון אים און פונעם מנחת אלעזר, איז עס גראדע גאנץ אינטערסאנט,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 812
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

א פראמינענטע אדווערטייזמענט אין די עמי פון די נייע סאטמאר (מהר"א) בוטשער אין ב.פ.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

לעכטיגער האט געשריבן:א פראמינענטע אדווערטייזמענט אין די עמי פון די נייע סאטמאר (מהר"א) בוטשער אין ב.פ.

אלטע מעשה, מ'פלעגט עס זעהן אמאל אין המודיע, יתד ועוד, דאס איז דאכט זיך דער פלעטבוש בוטשער.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27048
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

סמארט גאי האט געשריבן:דער האט א באזונדערע חוש צו סענזאצינאלע דעקלעך, און איז לאו דוקא א אנדייטונג אויף גוטע תוכן מלגאו.

דאסמאל ווען ער האט באשרייבט רבי ברוכ'ל, מיט שיינע בילדער פון אים און פונעם מנחת אלעזר, איז עס גראדע גאנץ אינטערסאנט,

געקויפט דעם 'עמי' בעיקר צוליב די מונקאטשער ארטיקל, די באשרייבונג פון רביצין פארבשטיין איבער די פעולות הצלה פון רבי ברוכ'ל איז היבש באלערנד, אבער דער אריינפיר פון הרב פראנקפורטער מיט א כלומר'שטע אינטערוויו וואס ער האט געהאט מיטן מונקאטשער רבי שליט"א איבער זיין פאטער איז זייער פארפירעריש, און די אווערסייזד בילדער פונעם רבי'ן שליט"א איז א גרויל, שטינקט פון די היינטיגע פאפיראצי/צעלעבריטי עפאכע.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

מיללער האט געשריבן:

עגרי.

איך האלט נאר אז עמי'ס מאטיוון זענען אנדערש ווי די אנדערע קאלירטע רבי ביכלעך.

געווענליך מאכט א אונטער שמש - אדער דעם צדיק'ס א קינד גאר- זיכער אז דער פאטאגראפירער איז דארט אין צייט פון די געהויבענע נענועים צו קענען אפכאפן דעם מחזה הוד און עס פובליצירן.

ווידעראום דער עמי איז נישט סתם נאך א גוטהארציגע אויסגאבע וואס שטעלט צו ספעיס פאר רבנים בילדער, וואס אינטערסירט קיינעם אויסער די ענגע קרייז מעריצים וואס דער רבי פארמאגט.

ער פרובירט צוצושטעלן תוכן פאר זיינע קליענטן. און דערפאר זוכט ער אויפצובלאזן א פערזענליכקייט, און אזוי ארום ווערט עס א אינטערעסאנטע ארטיקל וואס האט א טראפעלע מער שייכות מיט דעם אלגעמיינעם ליינער,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
ירוחם
שר האלפיים
תגובות: 2297
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אפריל 08, 2012 11:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ירוחם »

מיללער האט געשריבן:די אווערסייזד בילדער פונעם רבי'ן שליט"א איז א גרויל, שטינקט פון די היינטיגע פאפיראצי/צעלעבריטי עפאכע.

דיינע איבערגעטריבענע באניץ מיט סופערלעטיוון שטינקט פון די היינטיגע סאציאלע מידיע/דראמא עפאכע.

ביטע. מ'קען מיינען אז ס'די ערשטע מאל וואס עמי, אפגערעדט סתם אידישע מאגאזינען, מאכן דאס. די זעלבע אווערסייזד בילדער ערשיינען יעדע וואך אויף כמעט יעדע אידישע אויסגאבע, און ס'איז אין ערגסטן פאל אן אומאיידעלע זאך. לאז איבער דעם "ג" ווארט פאר ווען עס איז באמת א גרויל. כ'ווייס? אפשר ווען זיי וועלן האבן דאנעלד טראמפ'ס נאז אויפן דעקל.
ביטע האלטן די פראפאגאנדע צו א מינימום, אויב מעגליך. ~ שלמה הילדעסהיימער
אוועטאר
כאפצעם
שר עשרת אלפים
תגובות: 18243
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 9:28 am
לאקאציע: לויפט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כאפצעם »

ירוחם האט געשריבן:
מיללער האט געשריבן:די אווערסייזד בילדער פונעם רבי'ן שליט"א איז א גרויל, שטינקט פון די היינטיגע פאפיראצי/צעלעבריטי עפאכע.

דיינע איבערגעטריבענע באניץ מיט סופערלעטיוון שטינקט פון די היינטיגע סאציאלע מידיע/דראמא עפאכע.

ביטע. מ'קען מיינען אז ס'די ערשטע מאל וואס עמי, אפגערעדט סתם אידישע מאגאזינען, מאכן דאס. די זעלבע אווערסייזד בילדער ערשיינען יעדע וואך אויף כמעט יעדע אידישע אויסגאבע, און ס'איז אין ערגסטן פאל אן אומאיידעלע זאך. לאז איבער דעם "ג" ווארט פאר ווען עס איז באמת א גרויל. כ'ווייס? אפשר ווען זיי וועלן האבן דאנעלד טראמפ'ס נאז אויפן דעקל.

אגרי. סדא גענוג און נאך מקומות וי סזאל חל זיין די לשונות. מ'ברויך עס נישט אביוזען ווי ס'באלאנגט נישט.
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

מיללער האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:דער האט א באזונדערע חוש צו סענזאצינאלע דעקלעך, און איז לאו דוקא א אנדייטונג אויף גוטע תוכן מלגאו.

דאסמאל ווען ער האט באשרייבט רבי ברוכ'ל, מיט שיינע בילדער פון אים און פונעם מנחת אלעזר, איז עס גראדע גאנץ אינטערסאנט,

געקויפט דעם 'עמי' בעיקר צוליב די מונקאטשער ארטיקל, די באשרייבונג פון רביצין פארבשטיין איבער די פעולות הצלה פון רבי ברוכ'ל איז היבש באלערנד, אבער דער אריינפיר פון הרב פראנקפורטער מיט א כלומר'שטע אינטערוויו וואס ער האט געהאט מיטן מונקאטשער רבי שליט"א איבער זיין פאטער איז זייער פארפירעריש, און די אווערסייזד בילדער פונעם רבי'ן שליט"א איז א גרויל, שטינקט פון די היינטיגע פאפיראצי/צעלעבריטי עפאכע.

אזוי זענט איר גערעכט אז די בילדער זענען אווערסייזד, אבער ס'גארנישט אנדערש דער עמי ווי די אנדערע, ס'איז א היינטיגע שגעון. אזוי גייט עס היינטיגע צייטן.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
טראכט גוט וועט זיין גוט
שר חמש מאות
תגובות: 561
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 07, 2010 3:22 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך טראכט גוט וועט זיין גוט »

בין איך דער איינציגסטער וואס האט באמערקט אז דער ארטיקל ענדיגט זיך נישט? עס געט זיך א האק אפ

די ארטיקל איז היבש אויפגעבלאזן און האט נישט צופיל תוכן, שוין אפגערעדט אז ווייל עס ס'איז א שמועס מיטן רעבען קען ער נישט אלעס שרייבן :)
הפתגם "טְרַאכְט גוּט ווֶעט זַיין גוּט" נאמר על ידי אדמו"ר הצמח צדק לאחד שביקש רפואה עבור חולה. מענה זה נהפך ליסוד המבטא את חשיבותה של כח המחשבה ויכולתה לשנות את המציאות. (חב"דפדיא).
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

איך בין נישט קיין גרויסע חסיד פון באבא'ס, (הגם איך האב יא א שטיקל שוואכקייט צו סגולות, וואס קומט פון די זעלבע גענע ), אבער אין די עמי ליווינג איז דא א ארטיקל פון א ספרדישע הרבנית ברוריה זבולוני, א געבוירענע בעלת רוח הקודש, העכסט אינטערסאנט! (מוזט נישט גלייבן, אבער קענסט נאך אלץ ענדזשויען צו זעהן וואס אנדערע גלייבן ... )
דאס מערסטע האט מיר געכאפט אז זי נעמט נישט קיין געלט!, ס'איז דא א פושקעלע אין בית מדרש און ווער ס'וויל געבן קען אריינשטעלן, אויך האט זי נישט קיין 13 קאר עסקארט מיט איידענטיקל שווארצע עס יו ווי'ס.
נישט קיין גבאי און נישט קיין קאר, און איז נישט ווייניג באקאנט אין אזראעל.

איך בין נייגעריג צו איינער ווייסט פון אזא מקור אז ס'קען זיין א געבוירענע בעל/ת רוח הקודש, דארף מען זיך נישט אויסארבעטען בעפאר?, קען מען זיצן אין פיצא שאפ און שיסן נבואות ?
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
אוועטאר
ווישוואש
שר שבעת אלפים
תגובות: 7021
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

ס'איז לכאורה נישט קיין רוח הקודש, נאר ענערדזשי סטייל.
און יא, ס'איז דא מענטשן וואס ווערן געבוירן אזוי, זיי קענען אויפכאפן זאכן.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
אוועטאר
פיצי קעפעלע
שר האלף
תגובות: 1496
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 15, 2012 12:01 pm
לאקאציע: Rockland County NY
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פיצי קעפעלע »

מיללער האט געשריבן:
סמארט גאי האט געשריבן:דער האט א באזונדערע חוש צו סענזאצינאלע דעקלעך, און איז לאו דוקא א אנדייטונג אויף גוטע תוכן מלגאו.

דאסמאל ווען ער האט באשרייבט רבי ברוכ'ל, מיט שיינע בילדער פון אים און פונעם מנחת אלעזר, איז עס גראדע גאנץ אינטערסאנט,

געקויפט דעם 'עמי' בעיקר צוליב די מונקאטשער ארטיקל, די באשרייבונג פון רביצין פארבשטיין איבער די פעולות הצלה פון רבי ברוכ'ל איז היבש באלערנד, אבער דער אריינפיר פון הרב פראנקפורטער מיט א כלומר'שטע אינטערוויו וואס ער האט געהאט מיטן מונקאטשער רבי שליט"א איבער זיין פאטער איז זייער פארפירעריש, און די אווערסייזד בילדער פונעם רבי'ן שליט"א איז א גרויל, שטינקט פון די היינטיגע פאפיראצי/צעלעבריטי עפאכע.

דער אינטערוויא מיטען רב שליט"א איבער די נושא איז באמת פארגעקומען, וואס איך האלט אבער איז געשען איז אז דער רב האט אסאך זאכען נישט געזאגט וואס עמי שרייבט אז ער האט געזאגט.
אוועטאר
סמארט גאי
שר האלפיים
תגובות: 2789
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג נאוועמבער 02, 2014 1:24 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סמארט גאי »

אויך האבן זיי אסאך זאכן נישט געזאגט, וואס וואלט זיך אויסגעפעלט צו פארענדיגן דעם בילד.

אלנספאלס ס'איז געווען זייער א געלונגענע ארטיקל,
והאדם לא נברא רק להתענג על ה'
כוכב
שר מאה
תגובות: 158
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אקטאבער 20, 2014 5:25 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך כוכב »

די צווייטע טעג יו"ט נאךעס איז שוין שמחת תורה נאכמיטאג און איך האב שוין גענדיגט ליינען אלע צייטונגען און אויסגאבעס... נישט האבענדיג בעסער וואס צו טוהן האב איך אנגעהויבן בלעטערן די 'עמי' צום צווייטעל מאל האפנדיג אז אפשר וועל איך דאך טרעפן עפעס א שטיקל וואס איך האב אויסגעלאזט... אזוי מישנדיג פון איין זייט צום צווייטען האב איך באמערקט די פיל עדווערטייזמענטס וואס זי פארמאגט... נישט האבנדיג בעסער וואס צו טוהן האב איך אנגעהויבן ציילן די עדס און איך האב אפגעציילט 174 פעידזעס וואס זענען נישט געמאכט צו ליינען... און די גאנצע 'עמי' דאכצעך באשטייט פון 314 פעידזעס... ד. ה. אז רוב פון די אויפגעבלאזנע מאגאזין איז עדווערטייזמענטס... (נאר געציילט איין מאל ס'קען זיין איך האב א טעות מיט איינס צוויי) דעריבער קומענדיגע מאל איהר זעהט א שריידגע דעקל אויף וואס ס'שטייט אז עס איז דא כך וכך פעידזשעס זאלט איהר דאס נעמען אין אכט....
איך האב נישט קיין טענות נאר ס'איז מיר געווען אינטערסאנט!
אוועטאר
זינגער
שר האלף
תגובות: 1920
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג נאוועמבער 27, 2014 10:56 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך זינגער »

איך האף זיי האבען זיך נישט נאכאמאל באנארישט...
אטעטשמענטס
802132317_41051.jpg
איך זינג נישט ווייל איך בין פרייליך

איך בין פרייליך ווייל איך זינג
אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1515
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 22, 2014 1:30 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מר. גרין »

זינגער האט געשריבן:איך האף זיי האבען זיך נישט נאכאמאל באנארישט...

די שאלה איז ענדערש וויפיל האט ער באצאלט פאר די אינטערוויו
מיט דעם וואס זיי האבן געלייגט זיינע ווערטער אויפן דעקל - זעהט מעהן קלאר אז דאס איז א באצאלטע כמו אפ-עד
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

עטס קענטס נישט יענקל פראנקפורטער קוקט אויס!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”