"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » זונטאג אוקטובער 13, 2019 11:26 am

שוין העכסט צייט פאר א העכערע קוואליטעט, די מאמענט וואלט שוין געמעגט האבן מער עקספריענס.

זיי זענען זייער גוט און שיין, און ווי פארשטענדליך זעט זיך אן א שטארקער חילוק פון דעם ערשטן נומער ביזן יעצטיגן, אבער למעשה איז עס נישט אויף אזא הויכע ניווא ווי ערווארטעט ביי אידיש דארשטיגע ליינער.

די שרייבער זענען נישט עקסטער באהאוונט אין די כללים פון אידישע אויסלייג און גראמאטיק, זיי באשרייבן זייער פיל היינטיגע ענינים און טוען נישט קיין היסטאריע ארבעט, זיי פארנעמען זיך בעיקר אויף ארטיסטישע שרייבער און נישט דוקא אויף די תוכן הדברים פונעם ארטיקל.

בכלל זענען די גוטע שרייבער פארשוואונדן געווארן פון האריזאנט, יואל אשר לאבין איז א פארגאנגענהייט, חנוך גרינבערגער רופט זיך אויך זעלטן אן, און אהרן יוסף שפילמאן שרייבט איינמאל אין א צענערל...

מען דארף זיי באדאנקען פארן זיין די 'איינציגסטע' אידיש-רעדנדע וועכנטליכע אויסגאבע, און זיי האבן זיכער פיל אינהאלט, אבער מיר בעטן פאר נאך מער.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

אוועטאר
נעכטן
שר חמש מאות
תגובות: 989
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 10, 2015 5:30 pm

תגובהדורך נעכטן » זונטאג אוקטובער 13, 2019 11:44 am

טישטוך האט געשריבן:מען דארף זיי באדאנקען פארן זיין די 'איינציגסטע' אידיש-רעדנדע וועכנטליכע אויסגאבע, און זיי האבן זיכער פיל אינהאלט, אבער מיר בעטן פאר נאך מער.

איינציגסטע? איך דענק אז ס'דא נאך עטליכע אידיש-רעדנדע וועכנטליכע אויסגאבע'ס...

אוועטאר
טישטוך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 325
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 28, 2017 4:13 am
לאקאציע: ארויס פון געגנט

תגובהדורך טישטוך » זונטאג אוקטובער 13, 2019 12:07 pm

וועכנטליך? איך רעד נישט פון די פיקטשערס.
א וואָרעם אין כריין, איז זיכער אַז דאָס איז צוקער זיס.

לעכטל
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm

דער דרשי איד

תגובהדורך לעכטל » זונטאג אוקטובער 13, 2019 2:00 pm

געליינט דעם ארטיקל פון 'דער דרשי איד'
ווי אזוי מען האט אויסגעפלאנט די בילדער, און די גאנצע בעקדאנד פון די קאמפיין,
דאס איז א שיינע ארטיקל!
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » זונטאג אוקטובער 13, 2019 2:13 pm

אלבערט איינשטיין האט געשריבן:
טראמבאן האט געשריבן:
הערשקא האט געשריבן:איך קויף קיינמאל נישט די מאמענט,
לכבוד סוכות וויל איך עס קויפן,
די שלשה אחים מיט הרה"ג ר' טודרוס רעדט נישט צי מיר,
לוינט זיך עס נאך אלץ צו קויפן?

איך קען נישט פארשטיין דיין מענטאליטעט און מהלך אויב די זאכן רעדן נישט צו דיר.

הגה"צ חו"פ רא"מ מלאך שליט"א LOL
(הרה"ג read)
וד"ל

?
זיי דיך מסביר.
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2095
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג אוקטובער 13, 2019 3:52 pm

טישטוך האט געשריבן:שוין העכסט צייט פאר א העכערע קוואליטעט, די מאמענט וואלט שוין געמעגט האבן מער עקספריענס.

זיי זענען זייער גוט און שיין, און ווי פארשטענדליך זעט זיך אן א שטארקער חילוק פון דעם ערשטן נומער ביזן יעצטיגן, אבער למעשה איז עס נישט אויף אזא הויכע ניווא ווי ערווארטעט ביי אידיש דארשטיגע ליינער.

די שרייבער זענען נישט עקסטער באהאוונט אין די כללים פון אידישע אויסלייג און גראמאטיק, זיי באשרייבן זייער פיל היינטיגע ענינים און טוען נישט קיין היסטאריע ארבעט, זיי פארנעמען זיך בעיקר אויף ארטיסטישע שרייבער און נישט דוקא אויף די תוכן הדברים פונעם ארטיקל.

בכלל זענען די גוטע שרייבער פארשוואונדן געווארן פון האריזאנט, יואל אשר לאבין איז א פארגאנגענהייט, חנוך גרינבערגער רופט זיך אויך זעלטן אן, און אהרן יוסף שפילמאן שרייבט איינמאל אין א צענערל...

מען דארף זיי באדאנקען פארן זיין די 'איינציגסטע' אידיש-רעדנדע וועכנטליכע אויסגאבע, און זיי האבן זיכער פיל אינהאלט, אבער מיר בעטן פאר נאך מער.

מסכים . און פארוואס ניצן זיי נישט ר'אליהו יואל גליק נאר פאר אזא קליינע באשרייבונג ער איז דאך אזוי פיל מער ווערד!!!
אויך באשרייבונגען אינטערוויוס מיט גדולי ישראל דאס לאז פארן משפחה....

אוועטאר
חנוך
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » זונטאג אוקטובער 13, 2019 4:27 pm

א. י. גליק האט דאך יעצט אנגעהויבן א נייע קאלום אויף אמעריקע

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » דינסטאג אוקטובער 15, 2019 8:55 pm

טישטוך האט געשריבן:וועכנטליך? איך רעד נישט פון די פיקטשערס.


דער בלאט און דער איד. (טאקע א צייטונג, אבער ביידע האבן שיינע און רייכע ארטיקלעך יעדע וואך.)
די וואך. (קומט היינט מיט מיט א באזודערע ביכל פון בלויז ארטיקלעך.
א בליק. (חוץ די בילדער האבן זיי שיינע באשרייבונגען יעדע וואך.)
קינדליין (טאקע פאר קינדער, אבער האבן שיינע זאכן יעדע וואך וואס איז אויך היפש אינטערעסאנט פאר עלטערע)
קינדערליך

סאו איך ווייס נישט פארוואס דו ״היילייטסט״ ׳איינציגסטע׳

אוועטאר
ווישוואש
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4930
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » דינסטאג אוקטובער 15, 2019 9:06 pm

ווייל קיין איינס פון די אויסגערעכנטע איז נישט דעדיקעיטעד אלס א מאגאזין פאר ערוואקסענע.
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דינסטאג אוקטובער 15, 2019 10:49 pm

ר' טודרוס איז מער א געפילישע בעשרייבונג. אבער פארט דאס איז ר' טודרוס!
די (דריי) "צוויי" ברודער זיינען גוט. ווי דער דריטער ברודער קומט דא? ווער ווייסט
נפשי, מיט דעם דאני איז אויסערגעווענליך. טאקע אויפ'ן שפיץ גאפל, אבער גאר פיין
איש עזוב היה... נעבעך. ווען ער טרעפט מיך און ער בעט עפעס עסן, און זיין HUG מיט די שוויץ גערוך. זיין שותף אין די אנטשטאלט וויל נאר אז איך זאל אנהייבן רייכערן, אזוי אום זאל איך אים געבן ציגארעטן...
בוי זיך זעלבסט

עדינו העצני
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוקטובער 16, 2019 2:15 pm

תגובהדורך עדינו העצני » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 4:39 pm

צו געזונט האט געשריבן:די (דריי) "צוויי" ברודער זיינען גוט. ווי דער דריטער ברודער קומט דא? ווער ווייסט


פייערקרעקערס האט געשריבן:געליינט די מאמענט סוכות אויסגאבע. איך קויף עס נישט געווענליך, איך האב עס אצינד געקויפט צוליב די שלשה אחים ארטיקל. דא האט איר מיין קורצע אנאליז.

אנגעהויבן צו לייענען דעם שלשה אחים ארטיקל...  ...אנקומענדיג צום לעצטן ברודער איז אבער דער שרייבער אראפ עטליכע שטאפלען, איבערגעשריבן גאנצעטע שטיקער פון די פריערדיגע ברודער, אריין אין א מאאד פון מאלן וואסער אז ס'איז געווען צו ברעכן, גערעדט פון זיינע פרעזענליכע געפילן אנשטאט צום ענין, בקיצור, דארט האב איך עס אראפגעווארפן.


איך בין נישט גאר קיין גרויסע ליינער. ביי מיר אין שטוב ליינט מען געווענטליך בינה און באלייכטונגען, יום טוב איז דעך דא אביסל צייט צו ליינען קויפט מען אויך משפחה און אמאל מאמענט און אמאל קינדליין. דאס מאל האט מען געקויפט מאמענט, בעיקר האט  מיך געכאפט אויפן דעקל די שלשה אחים, און נאכמער, אז איך האב קיינמאל נישט געוויסט פון דעם ברודער ר' אהרן. ר' אברהם איז זייער באוויסט און איך האב שוין געליינט אביסל זיינע בוקס, דער רבי פון מילוואקי האב איך שוין געהערט פון עם, אבער פון ר' אהרן האב איך נישט געהערט און ס'יז מיר געווען זייער אינטערעסאנט.

אבער איך ווינדער מיך אויף די קריטיק דא. איך האב שוין נישט געוואלט ליינען דעם דריטן ברודער, וועגן די קריטיק דא, דערווייל האט מיר איינער פון מיינע קינדער געזאגט אז ס'יז יא אינטערעסאנט און איך האבעס געליינט.

עס איז זייער קלאר אז ס'יז א אנדערע שרייבער. די ערשטע צוויי זענען א דאקטער און א פראפעסאר און דאס האט געשריבן א פרעמדער אינטעריוויוער וואס האט נישט א פערזענליכע שייכות. פון דעם דריטן ברודער זעט מען דאך קלאר אז דער שרייבער איז א חסיד זיינער. ס'יז אפשר אביסל צו אריכות'דיג, אבער עס איז זייער א שיינע ארטיקל, געשריבן פון דעם פערספעקטיוו פון א חסיד פון דעם רבי'ן (בפרט ווי ער שרייבט אליינס אז ער איז א געווארענער). ס'איז אינגאנצן א אנדערע מהלך פון א ארטיקל, אבער פאקטיש גייט ער אריין אין זיין לעבן, אין זיין היסטאריע. געווענטליך איז א אינטערוויו מיט א רבי אנדערש ווי א אינטערוויו מיט א דאקטער אדער א פראפעסער.

גראדע די שטיקל וואס איז איבערגע'חזרט די גאנצע היסטאריע האט מיך אויך נערוועז געמאכט. איך פארשטיי נישט פארוואס זיי האבן אריינגעלייגט נאכאמאל די גאנצע היסטאריע ווען עס איז דא אין אנהייב א עקסטערע ארטיקל פון זייער היסטאריע.

עניוועי, איך האב דוקא יא הנאה געהאט פון דעם, ס'יז מיר געווען זייער אינטערעסאנט זיך צו באקענען מיט די לעבן פון די דריי ברודער און ס'האט מיר געגעבן חשק זיך צו באקענען מיט זיי. און דוקא ר' אהרן איז מיר געווען דער גרעסטער חידוש, סיי ווייל כ'אב נישט געוויסט אפילו פון עם בכלל און סיי אז ער איז אזא וויכטיגער מענטש און מען הערט נישט פון אים בכלל. זעט אויס ער איז טאקע א באהאלטענער אזוי ווי ער שרייבט אינעם ארטיקל.

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 6:11 pm

עס זעהט אויס ווי יעדער שרייבער אדער זיין קאלעגע, (בבחינות, שמור לי ואשמור לך) האט א געלעגנהייט זיך צו קלאפן אויפן רוקן פארן גוטן ארטיקל וואס זיי האבן געשריבן.

עצה טובה; שרייב ארויס גאנצע און אמת׳ע נעמען, וועלן ליינער וויסן וועם צו באדאנקן, באגריסן, אדער קריטיקירן.

עציץ נקוב
שר חמישים ומאתים
תגובות: 302
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 07, 2018 12:22 am

תגובהדורך עציץ נקוב » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 7:16 pm

מיך איז אויך געווען די רבי די בערך די זעלבע אינטערעסאנט ווי די מיטעלסטע ברידער לכאורה איז די עיקר פראבלעם די חזרה אויף די היסטערי און דאס איז זיכער געווען א טעות

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » מיטוואך אוקטובער 16, 2019 7:49 pm

איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל אבער די גרעמער קען ניצן א שיפור
דביה תחדי נפשא

עוד יזכור לנו
שר העשר
תגובות: 18
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוקטובער 22, 2017 2:45 pm

תגובהדורך עוד יזכור לנו » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 6:41 pm

זייער א גוטע ארטיקל לדעתי אויף אלע דריי ברודער
אויפ'ן רבי'ן האב איך הנאה געהאט צו ליינען איך קען אים אביסל און ס'איז זייער שיין אראפגעלייגט
די איבערלייגן די היסטאריע איז האפנטליך א טעות הדפוס

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 6:43 pm

מילא ביי א דרשה צו איבערזאגן יעדע זאך דריי מאל איז פארשטענדליך, אבער ביי א ארטיקל אין מאמענט?
וואס זאל איך שרייבן ביי מיין אינטערשריפט?

אוועטאר
פעטער שמואל
שר חמש מאות
תגובות: 548
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אפריל 29, 2018 1:56 pm

תגובהדורך פעטער שמואל » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 6:57 pm

דער ארטיקל פון 'איש עזוב היה' איז ממש צום ברעכן. אזוי פאלש!!
א בושה פאר אזא אויסגאבע צו לייגן א שרייבערס בויך וויי פאר אפאר 'קליקס'.

ווען זיי קענען ווען שרייבן א אמת'ע געשיכטע פון אן איש עזוב וואלט עס געהאט א מורא'דיגע אפקלאנג. ממש א שאד.
איך בין דער פילאנטראפ וואס האלט אויס די חרדישע אידנטום אין גרעיטער ניו יארק אומגעגנט

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר מאה
תגובות: 128
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 7:00 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:דער ארטיקל פון 'איש עזוב היה' איז ממש צום ברעכן. אזוי פאלש!!
א בושה פאר אזא אויסגאבע צו לייגן א שרייבערס בויך וויי פאר אפאר 'קליקס'.

ווען זיי קענען ווען שרייבן א אמת'ע געשיכטע פון אן איש עזוב וואלט עס געהאט א מורא'דיגע אפקלאנג. ממש א שאד.

1)ווער זאגט אז ס'איז פאלש?
2)לכוראה ווען ס'וואלט געווען נפשי ווען ער איז געווען א בחור וואלט ער נישט געדארפט יעצט וואוינען אין ריהעב, ניין?
וואס זאל איך שרייבן ביי מיין אינטערשריפט?

אוועטאר
צו געזונט
שר שלשת אלפים
תגובות: 3154
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש נובעמבער 21, 2009 6:24 pm
לאקאציע: חשש גילוי

תגובהדורך צו געזונט » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 7:10 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:דער ארטיקל פון 'איש עזוב היה' איז ממש צום ברעכן. אזוי פאלש!!
א בושה פאר אזא אויסגאבע צו לייגן א שרייבערס בויך וויי פאר אפאר 'קליקס'.

ווען זיי קענען ווען שרייבן א אמת'ע געשיכטע פון אן איש עזוב וואלט עס געהאט א מורא'דיגע אפקלאנג. ממש א שאד.

זערא פאלש!!!
די מעשה איז גאר קלאר אפילו אן די נאמען!!! יענער שרייבט אלע דעטאלען נאר נישט זיין נאמען!
יעך בין זיכער אז אלע מיינע שכנים/חברים וואס האבען געליינט דעם ארטיקל האבען ניטאמאל געזוכט די נאמען, ווייל מען זעהט קלאהר ווער דאס איז.
ער שרייבט אלעס און גענוי אין וועלכע שפיטעלער, ארבעטס פלעצער, אנטשטאלטן ער איז געווען/איז נאך אלץ. אפילו נאנט צו וואס די אנטשטאלט אוואו ער איז איצט געפונט זיך
בוי זיך זעלבסט

צולייגער
שר האלפיים
תגובות: 2211
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 04, 2010 11:08 am
לאקאציע: איבערגעלייגט

תגובהדורך צולייגער » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 8:23 pm

פעטער שמואל האט געשריבן:דער ארטיקל פון 'איש עזוב היה' איז ממש צום ברעכן. אזוי פאלש!!
א בושה פאר אזא אויסגאבע צו לייגן א שרייבערס בויך וויי פאר אפאר 'קליקס'.

ווען זיי קענען ווען שרייבן א אמת'ע געשיכטע פון אן איש עזוב וואלט עס געהאט א מורא'דיגע אפקלאנג. ממש א שאד.

אלס שרייבער פונעם איש עזוב ארטיקל, וויל איך קלארשטעלן אז דאס איז הונדערט פראצענט אמת.

מען האט ארויסגענומען אפאר מינדערוויכטיגע דעטאלן וועלכע וואלטן בלויז געקענט שאפן קאפווייטאג פאר ארומיגע און נישט צוגעבן סובסטאנץ צום שפיץ פון די מעשה. אמת ויציב אויסערדעם.
לאמיר עס צולייגן, שטאטעלעך... איינס ביי איינס...

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר האלף
תגובות: 1095
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » דאנארשטאג אוקטובער 17, 2019 9:29 pm

צולייגער האט געשריבן:
פעטער שמואל האט געשריבן:דער ארטיקל פון 'איש עזוב היה' איז ממש צום ברעכן. אזוי פאלש!!
א בושה פאר אזא אויסגאבע צו לייגן א שרייבערס בויך וויי פאר אפאר 'קליקס'.

ווען זיי קענען ווען שרייבן א אמת'ע געשיכטע פון אן איש עזוב וואלט עס געהאט א מורא'דיגע אפקלאנג. ממש א שאד.

אלס שרייבער פונעם איש עזוב ארטיקל, וויל איך קלארשטעלן אז דאס איז הונדערט פראצענט אמת.

מען האט ארויסגענומען אפאר מינדערוויכטיגע דעטאלן וועלכע וואלטן בלויז געקענט שאפן קאפווייטאג פאר ארומיגע און נישט צוגעבן סובסטאנץ צום שפיץ פון די מעשה. אמת ויציב אויסערדעם.

באשעפער אין הימל! וויפול איין אידיש קינד קען מיטמאכן! השי״ת זאל אים אינגאנצן אויפרעכטן בקרוב ממש!
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט