"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

טערקישער_סולטאן
שר העשר
תגובות: 20
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 16, 2019 4:15 am

תגובהדורך טערקישער_סולטאן » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 8:11 pm

אסדר לסעודתא האט געשריבן:
טערקישער_סולטאן האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:מאמענט פר׳ ואתחנן תשע״ט




בייגעלייגט: חודש׳ליכער תורה-זשורנאל מבית ׳מאמענט׳: לבלר #10 לחודש אב.

א געשמאק צו קויפן
א געשמאק צו ליינען
און איך וועל עס ווייטער קויפן

מדי דברי, א געדאנק וואס איך וויל shareן מיט ר'עולם
ווען איך בין נישט אנגעקומען צו קויפן פלעג איך בארגן דעם מאמענט פון א שכן
איין וואך האט מיר מיין רעבעצען אויפמערקזאם געמאכט אז זי האלט אז עס איז זייער נישט היגעניש צו בארגן פון דער שכן
גיי ווייס ווי די מאגאזין איז געליגן ביים שכן אויף וועלכע פלאר אין וועמענס הענט ווי ריין איז געווען יענע פלאר/הענט וגומר...
די היגענישע גערעכטע פוינט האט מיר אזוי פארעקלט אז זייט דאן אויב קויף איך עס האב איך עס
אויב קויף איך עס נישט באוויין איך פארוואס איך האב עס נישט
איסטניס חייהם אינם חיים?
וואס זאגט דער עולם? איז זי גערעכט אדער נישט?

זי איז גערעכט. שוין יארן וואס איך בארג נישט קיין מילך פונעם שכן, זייט איך בין חושד אז ער טרינקט פונעם באטל.

ווי ;l;p- מען דא?
איין טאג האט זיך דער סולטאן אנגעטון פשוטע קליידער און זיך ארויס געשלייכט פון דעם פאלאץ זיך אויסגעמושט מיט דער המון עם צו הערן וואס דער באפעלקערונג רעדט

קרן
שר העשר
תגובות: 25
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 21, 2019 8:13 pm

תגובהדורך קרן » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 10:21 pm

טערקישער_סולטאן האט געשריבן:
דניאל אויערבאך האט געשריבן:תענית חלום במחי' כבודך מיינעך אז דו קריכסט אויף גראדע וענט
רוב מענטשן (בעיקר די אינגווארג -- אבער אויך עלטערע!!) האבען ליידער די סארט הרגש וואס האב איך מיטען חורבן און צו זיי איז דער ארטיקל געווידמעט
עס האט נישט געקענט זיין א בעסערע קעפל פאר די ארטיקל!!!
עס געט גארנישט קיין געפיל אז מיר האבן נישט קיין שייכות צום חורבן, עס געט א געפיל וואס מענטשן טראכטן

ליידער א פאקט
נאך קינות צופרי זאגט מיר א חבר איך צווינג מיר צו זיצן אזוי לאנג און זאגן זאגן זאגן זאכן וואס איך הייב נישט אן צו פארשטיין
מען דארף איינפירן אז אנטשוט זאגן אזויפיל קינות זאל א דרשן געבן א שיעור אין מגילת איכה
און איך האב געהאט די זעלבע פילינג ליידער
איך האב געליינט דעם ארטיקל און שטארק הנאה געהאט!

נאך קינות האב איך געטראכט אז מען מיז מאכן דא א דורכבראך רוב עולם פארשטייט נישט וואס מען רעדט (ביי מיר אין שול האבן די בחורים רוב צייט געשמועסט אנשטאט זאגן) בשעת די ווייבער שול איז יעדער געווען ערנסט און מיט געזאגט אויף אידיש די צאינה־וראינה וואס זיי אלע פארשטייען
אפשר אויף סליחות וועט שוין זיין א דורכבראך

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21572
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג אוגוסט 19, 2019 11:05 pm

א"כ איז הערשט דא אויף וואס צו קלאגן.

בכל שנה ושנה מספד חדש.

על בית ישראל ועל עם ה' שנפלו, נעבעך נעבעך.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 9 געסט