"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

שלשה אחים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט פר׳ נשא תשע״ט

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך יוני 12, 2019 4:08 pm

מאמענט פר׳ נשא תשע״ט
צוגעלייגטע
מאמענט נשא תשע״ט.jpeg
מאמענט נשא תשע״ט.jpeg (376.93 KiB) געזעהן 4210 מאל

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2130
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך יוני 12, 2019 4:50 pm

ווי זענען לאבינס ארטיקלען ? מען בענקט זיך

נאר די אמת
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 15, 2019 1:54 pm

תגובהדורך נאר די אמת » פרייטאג יוני 14, 2019 11:34 am

fiena nieas האט געשריבן:ווי זענען לאבינס ארטיקלען ? מען בענקט זיך

ר' לאבין איז שוין היינט א רב און קהל נועם ורצון און היינט רעדט ער אויף סאציאלע מידיע פאר זיינע חסידים קרובים וידידים.
די אמת איז די בעסטע ליגענט

גוטגעזאגט
שר מאה
תגובות: 165
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 29, 2016 11:07 am

תגובהדורך גוטגעזאגט » זונטאג יוני 16, 2019 3:13 am

אך ווייס נישט צו די משה בלוי האט ארויס די היינטיגע דור עפעס האקט ער אין קאפ אז די סיבה פין גליטשען איז ווייל קינדער פלאגן זיך נישט גענוג. ער רעדט פאר פייער אין וואסער
וואס דו זאגסט איז גוט אבי געזאגט!!!

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » זונטאג יוני 16, 2019 10:46 am

גראדע רעדט ער זייער גוט, ער זאגט שטארקע און וואלידע נקודות. פראבלעם איז אז ער זאגט בלויז די פראבלעמען, נישט ווי די קעפל אנטשפרעכט צו רעדן איבער די לעזונג.
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

יעקב זרח
שר חמישים
תגובות: 56
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 22, 2017 9:57 am

תגובהדורך יעקב זרח » זונטאג יוני 16, 2019 2:38 pm

ווי איז פארשוואונדען די חינוך ארטיקלען פון הרב שלום יעקב וואזנער ?
געוואלדיגע שאדן! גליק'ס ארטיקעל ערזעצט דאס נישט....

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג יוני 17, 2019 12:09 pm

גוטגעזאגט האט געשריבן:אך ווייס נישט צו די משה בלוי האט ארויס די היינטיגע דור עפעס האקט ער אין קאפ אז די סיבה פין גליטשען איז ווייל קינדער פלאגן זיך נישט גענוג. ער רעדט פאר פייער אין וואסער


איך האלט אז דאס איז די ערשטע ארטיקל איבער די נושא וואס ווערט געשריבן אין מאמענט וואס איז "צום זאך"
וואס זאל איך שרייבן ביי מיין אינטערשריפט?

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר מאה
תגובות: 131
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מאנטאג יוני 17, 2019 12:11 pm

ברעטל האט געשריבן:גראדע רעדט ער זייער גוט, ער זאגט שטארקע און וואלידע נקודות. פראבלעם איז אז ער זאגט בלויז די פראבלעמען, נישט ווי די קעפל אנטשפרעכט צו רעדן איבער די לעזונג.


אז מען ווייסט די עכטע סיבה איז עס שוין א האלבע ישועה
וואס זאל איך שרייבן ביי מיין אינטערשריפט?

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1129
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג יוני 17, 2019 12:19 pm

נאר די אמת האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:ווי זענען לאבינס ארטיקלען ? מען בענקט זיך

ר' לאבין איז שוין היינט א רב און קהל נועם ורצון און היינט רעדט ער אויף סאציאלע מידיע פאר זיינע חסידים קרובים וידידים.

ברענגזשע אהער ביטע די קליפים פון די סאציאלע מידיא

נאר די אמת
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 15, 2019 1:54 pm

תגובהדורך נאר די אמת » מאנטאג יוני 17, 2019 1:48 pm

אהער און אהין האט געשריבן:
נאר די אמת האט געשריבן:
fiena nieas האט געשריבן:ווי זענען לאבינס ארטיקלען ? מען בענקט זיך

ר' לאבין איז שוין היינט א רב און קהל נועם ורצון און היינט רעדט ער אויף סאציאלע מידיע פאר זיינע חסידים קרובים וידידים.

ברענגזשע אהער ביטע די קליפים פון די סאציאלע מידיא

דא האב איך געפונען איינס פון זיינע קליפים
https://yiddishevinkel.com/archives/5103
די אמת איז די בעסטע ליגענט

שלשה אחים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט פר׳ בהעלותך תשע״ט

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך יוני 19, 2019 10:31 pm

מאמענט פר׳ בהעלותך תשע״ט

חנוך גרינבערגער פרעזענטירט: דראמא אין וואלד! טימי איז פארלוירן געגאנגען אינעם גיגאנטישן "סטערלינג פארעסט סטעיט פארק", א געדעכטע וואלד פון איבער צוואנציג טויזנט אקערלאנד. טימי פעלט שוין באלד פיר און צוואנציג שעה און אויפ'ן פלאץ גייט א שלאקס רעגן. טימי'ס לעבן איז אין געפאר. א גרופע פון געלערנטע וואלונטירן זענען אין קאמף קעגן דעם זייגער אפצוגעפינען טימי א לעבעדיגן / חנוך גרינבערגער נעמט אנטייל אין א דראמאטישער רעטונג טרענירונגס אקציע מיט די געשולטע מיטגלידער פון "קאמסאר", די פארהעלטניסמעסיג נייע ארגאניזאציע וואס שטעלט צו פראפעסיאנאלע הילף אין "סוירטש-און-רעסקיו" סיטואציעס / גרינדונג געשיכטע ווי א גרופע יונגעלייט האבן גענומען זייער געפיל פאר "הייקינג" און עס פארוואנדלט אין א פראפעסיאנעלער כמו-מיליטערישער גווארדיע פון זוכערס-און-רעטערס

בְּרִנָּה יָגִילוּ: מנחם גאלד פריידט זיך מיט בשמחת ק״ק היכל הקודש ד׳ברסלב, און דער מנהיג-רוחני וראש הישיבה הגה״צ רבי יואל ראטה שליט״א, און האלט מיט די היסטארישע נאכט פונדערנאנט מיט אפענע אויגן און אויערן / די רבי׳שע רעוואלוציאנערנדע חתונה פון עלטסטן קינד פון ראש ישיבת תפארת התורה, און די דעטאלירטע רשימה פון אלע הוצאות פונעם שידוך-שליסן ביז נאך שבע-ברכות, שטורעמט דעם סדר היום ביים היימישן אידנטום


הרב שלום יעקב וואזנער: א אידישע שטוב איז נישט א לופטפעלד --- הרב שבתי פריעד: ווען דער רבי האט נישט קיין נערוון --- אליהו יואל גליק: נייע תקנה: איר דארפט טראגן שיינע ברילן--- יוסי געשטעטנער: ״רעליגיעזע עקזעמפּשאן״ און ״טרואנסי״ --- די געשיכטע פונעם ״דזשארדזש וואשינגטאן״ בריק --- "כולנו" לאזט פינגער-אפּדרוקן: מוזיקאלישע וועלט באגריסט נייעם לעבעדיגן "כולנו" טאנץ-ליד אין צוזאמענהאנג מיט דער מאנומענטאלער "פינגערפרינט" מוזיקאלישער פראיעקט --- שמועס מיט מוהל מומחה נאך היסטארישער אסיפת הרבנים אין וויליאמסבורג
צוגעלייגטע
מאמענט בהעלותך תשע״ט.jpg
מאמענט בהעלותך תשע״ט.jpg (279.37 KiB) געזעהן 2872 מאל
לעצט פאראכטן דורך שלשה אחים אום מיטוואך יוני 19, 2019 10:32 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

שלשה אחים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 258
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

RE: מאמענט פר׳ בהעלותך תשע״ט

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך יוני 19, 2019 10:31 pm

בייגעלייגט אין היינטיגער נומער: מאמענט׳ס חודש׳ליכער תורה-זשורנאל ״לבלר״ לחודש סיון.
צוגעלייגטע
לבלר סיון תשע״ט.jpg
לבלר סיון תשע״ט.jpg (159.18 KiB) געזעהן 2869 מאל

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

לויפט און קויפט!

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג יוני 20, 2019 1:51 pm

איך האב שוין געשריבן אין מיין קאמסאר אשכול, אבער מחמת חיבת הדברים חזר איך איבער...

יא, איך בין אן עכטע נוגע בדבר, אבער וואס זאל איך טוהן. דעם ארטיקל איז עפעס אויסערגעווענליך!

עס הייבט זיך אהן מיט געשמאקע יומער וואס וועט מאכן אייער בענקעל ציטערען פאר שרעק אז ער זאל נישט איינברעבן פון געלעכטער, עס גייט אריבער צו ציענדע דראמא, און מייסטערהאפטיג אריינגעפאלכטן העכטס אינטערסאנטע אנעקדאטן, באגלייט מיט צענדליגע בילדער. עס וועט אייך לאזן מיט אן אפען מויל מיט שמאלץ רינען ביי די זייטן. עס איז מלא טעם!

אויך איז מיר געווען זייער אינטערסאנט אז אלעס איז דערציילט כלה כמות שהוא. אפט וועט א שרייבער צו לייגן אביסעל זאלץ און פעפער דא און דארט כדי צו מאכן דעם ארטיקל אינטערסאנט. אבער דא איז יעדע קליינע אומוויכטעגע אנעקדאט הינדערט פראצענט אקוראט! הפלא ופלא.

די איינציגסטע זאך וואס איך דארף נאך געוואר ווערן איז, צו עס פעלט טאקע א מעיל אין חנוך'לס ביהמ"ד...
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
פריילעך אידל
שר האלף
תגובות: 1561
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm

תגובהדורך פריילעך אידל » דאנארשטאג יוני 20, 2019 1:55 pm

פארשטייט זיך אויב האט איר הנאה גיבט אפ אייער ש'כוח פארן הייקער...
אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג יוני 20, 2019 1:59 pm

איך האב אים גראדע פונקט פריער געטראפן זיצן אויף מיין בענקל... ער האלט פונקט ווי מיר!
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג יוני 20, 2019 2:12 pm

דרך אגב, דאס איז ווארשיינליך די איינציגסטע מאל וואס די באהערדע פון קאמסאר האבן אריין געלאזט א שרייבער און אים געלאזט זיך אזוי צולאזן אין אן ארטיקל. נאך אזא ארטיקל וועט נישט זיין אזוי שנעל.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
ברעטל
שר מאה
תגובות: 164
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 12, 2018 4:48 pm
לאקאציע: ביים ברעטל

תגובהדורך ברעטל » דאנארשטאג יוני 20, 2019 3:49 pm

פאר די ארטיקל פון קינדליין געציילטע וואך צוריק אויך נישט?
"יישר כח בעל תפלה, ס'וואלט געקענט נעמען אסאך לענגער"!

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1024
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » דאנארשטאג יוני 20, 2019 3:52 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:איך האב שוין געשריבן אין מיין קאמסאר אשכול, אבער מחמת חיבת הדברים חזר איך איבער...

יא, איך בין אן עכטע נוגע בדבר, אבער וואס זאל איך טוהן. דעם ארטיקל איז עפעס אויסערגעווענליך!

.

וועלכע ארטיקל???

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג יוני 20, 2019 4:09 pm

ברעטל האט געשריבן:פאר די ארטיקל פון קינדליין געציילטע וואך צוריק אויך נישט?


ניין, זיי האבן נישט מיטגעהאלטן א לעבעדיגע אפעראציע.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » דאנארשטאג יוני 20, 2019 4:10 pm

דניאל אויערבאך האט געשריבן:
היימישער הייקער האט געשריבן:איך האב שוין געשריבן אין מיין קאמסאר אשכול, אבער מחמת חיבת הדברים חזר איך איבער...

יא, איך בין אן עכטע נוגע בדבר, אבער וואס זאל איך טוהן. דעם ארטיקל איז עפעס אויסערגעווענליך!

.

וועלכע ארטיקל???


סארא שאלה?! די ארטיקל איבער קאמסאר.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

בעל הנס
שר מאה
תגובות: 189
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

תגובהדורך בעל הנס » פרייטאג יוני 21, 2019 10:09 am

ס'איז דאך געווען אן אינטערוויו אין קינדליין ממש געציילטע וואכן צוריק, מיט די זעלבע חברה, ניין?

אוועטאר
היימישער הייקער
שר חמש מאות
תגובות: 693
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג ינואר 08, 2019 5:07 pm

תגובהדורך היימישער הייקער » פרייטאג יוני 21, 2019 10:35 am

יא! איר געדענקט גוט. די קינדליין איז געווען א שיינע אינטערוויא צוויי חדשים צוריק מיט א דגוש אויף צו אנגרייטן קינדער נישט צו ווערן פארלוירן און ווי אזוי זיך אויפצופירן ווען מען איז יא פארלוירן כדי צו פארמינערען די סכנה.

די וואך אין דער מאמענט איז הערליך דראמאטיש אראפגעלייגט א לעבעדיגע מיסיע.
לעצט פאראכטן דורך היימישער הייקער אום פרייטאג יוני 21, 2019 5:31 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
איך האב שוין באגעגענט הערשן, בערן, פוקסן, שלענג און הערשן. קען זיך א קיאוטי אפשר מרחם זיין? איך ווייס עטס זענטס דא...
Views expressed here are solely my own and do not express the views or opinions of any organization

אוועטאר
בינע'ך ביזי
שר העשר
תגובות: 43
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 14, 2019 8:17 pm

תגובהדורך בינע'ך ביזי » פרייטאג יוני 21, 2019 4:25 pm

היימישער הייקער האט געשריבן:איך האב שוין געשריבן אין מיין קאמסאר אשכול, אבער מחמת חיבת הדברים חזר איך איבער...

יא, איך בין אן עכטע נוגע בדבר, אבער וואס זאל איך טוהן. דעם ארטיקל איז עפעס אויסערגעווענליך!

גא"מ. מיינע מידע אויגעלעך האבן זיך ארום געריסן מיט דעם באשרייבונג אין נאכט אריין! צום סוף האבן מיינע מידע אויגעלעך גובר געווען... ווען איך האב געענדיגט עס ליינען.
דער ארטיקעל איז גאר גוט און געשמאק. זייער רייך באשריבן!
דעזיין איז מיין "האַבי". קאסטומערס זענען נאר פאר פרנסה.

נאר די אמת
שר העשר
תגובות: 14
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 15, 2019 1:54 pm

בעיני ראיתי

תגובהדורך נאר די אמת » מוצ"ש יוני 22, 2019 10:05 pm

איינער קען מיך ביטע מסביר זיין ווי ס'קומט אריין די סלאוגען בעיני ראיתי אין דעם לבלר ארטיקל
די אמת איז די בעסטע ליגענט

אוועטאר
יענקל אלצווייסער
שר העשר
תגובות: 38
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 25, 2019 2:30 pm

איבער די קאמסאר ארטיקל

תגובהדורך יענקל אלצווייסער » זונטאג יוני 23, 2019 1:00 am

זייער שיין און געשמאק אראפגעלייט, אבער פארוואס האט מען נישט ערלויבט דעם שרייבער מיטצוקומען מיטן הייק גרופע?, און צוויייטענס וויל איך וויסען ווי ס׳האלט מיטן זוכעריי נאכ׳ן פארשווינדענעם מאן וועלכע ליידט פון ענקזייעטי, דיפרעסיע וואס לויט דער שרייבער קומט פאר א ערענסטע זוך אקציע אין וועלכע קאמסאר האט אנגעבליך אנטייל גענומען בשעת די טרענירונג?
טראכט גוט וועט זיין גוט, טראכט גארנישט וועט זיין נאך בעסער!


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 10 געסט