בלאט 195 פון 207

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 8:39 pm
דורך fiena nieas
ליסטען ס'האט נישט געהאט קיין איין זעצעדיגע שמאלציגע ארטיקל סקולענ'ע שבת איז איין מאל געווען געניג וכו' גארנישט עפעס מעידשאר . קיקט אויס ס'שוין נישט דא קיין נושאים מער וואס קען מען טון

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 8:41 pm
דורך Iphone
איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל 'יחץ אָן לחץ'
איך קויף די מאמענט נאר יום טוב. איז דאס א וועכענטליכע שרייבער?
אה אויך די ארטיקל מיט די בנש''ק און נגיד

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 8:56 pm
דורך חסידישער קאך
דארפסט פארשטיין קעגען אזויפיל אויסגאבעס ווערט ער בטל

געשריבן: מיטוואך אפריל 24, 2019 9:54 pm
דורך El Rushbo
fiena nieas האט געשריבן:ליסטען ס'האט נישט געהאט קיין איין זעצעדיגע שמאלציגע ארטיקל סקולענ'ע שבת איז איין מאל געווען געניג וכו' גארנישט עפעס מעידשאר . קיקט אויס ס'שוין נישט דא קיין נושאים מער וואס קען מען טון

איך פארשטיי נישט וויאזוי מ'קען בכלל מאכן א כלל אויף 'אינטערסאנט', דו ווייסט וואס ביי מיר איז אינטערסאנט?

אינטערעסע בויעט זיך אויף אינעם מענטש לויט וויפיל ידיעה ער פארמאגט אין און ארום א ספעציפישע נושא, קיינער איז נישט אייניג.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 25, 2019 11:00 am
דורך חושב מחשבות...
נעכטן אויסגעקומען צו ליינען דעם איש מפורסם היה פראיעקט, געוואלדיגע ארבעט!
איך האב מורא'דיג רחמנות באקומען אויף די בנש''ק, ממש באקומען אן אנדערן בליק אויף דעם עסקן, אז ער איז אויך א מענטש מיט בלוט און פלייש מיט מענטשליכע געפילן...

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 25, 2019 4:47 pm
דורך חנוך
Iphone האט געשריבן:איך האב זייער הנאה געהאט פונעם ארטיקל 'יחץ אָן לחץ'
איך קויף די מאמענט נאר יום טוב. איז דאס א וועכענטליכע שרייבער?
אה אויך די ארטיקל מיט די בנש''ק און נגיד


יעצט באמערקט אז דער יחץ שרייבר איז דער זעלבע פון צפת אין דער בליק.

די בנשק ארטיקל איז געווען געוואלדיג אויך שטארק הנאה געהאט פון ר' מיכל זילבער ארטיקל.

געשריבן: מוצ"ש אפריל 27, 2019 11:23 pm
דורך חושב מחשבות...
גראדע ר' מיכל זילבער ארטיקעל האט מיר נישט עקסטער באיינדרוקט (חוץ צום סוף ווי ער בלייבט אויף צו קענען עסן מיט די בני בית...)

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2019 2:52 am
דורך מצב כללי
חושב מחשבות... האט געשריבן:גראדע ר' מיכל זילבער ארטיקעל האט מיר נישט עקסטער באיינדרוקט (חוץ צום סוף ווי ער בלייבט אויף צו קענען עסן מיט די בני בית...)


געטראכט די זעלבע די אריינפיר צום ארטיקעל איז היפש איבערגעטריבן און די נקודות אינעם אינטערוויו איז נישט קיין חידושים

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2019 12:22 pm
דורך ברעטל
א שטארקע פוינט אין די אינטערוויו מיט הרב זילבער שליט"א איז געווען ווען ער שרייבט אז די אלע וואס קומען זיך שואל עצה זיין פאר יעדע שטות ביי א תלמיד חכם קומט עס מחמת פוילקייט, אז א צווייטער זאל אפמאכן זיינע שווערע באשלוסן. נישט קיין שלעכטע געדאנק.

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2019 2:58 pm
דורך דניאל אויערבאך
כהאב הנאה געהאט פון די סליוו אפעראציע אינטערוויא

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2019 2:59 pm
דורך דניאל אויערבאך
ברעטל האט געשריבן:א שטארקע פוינט אין די אינטערוויו מיט הרב זילבער שליט"א איז געווען ווען ער שרייבט אז די אלע וואס קומען זיך שואל עצה זיין פאר יעדע שטות ביי א תלמיד חכם קומט עס מחמת פוילקייט, אז א צווייטער זאל אפמאכן זיינע שווערע באשלוסן. נישט קיין שלעכטע געדאנק.

שוין געהערט דאס יאהרען צוריק, מענטשן ציטערן צו מאכן דעסישענס און זוכן צו בלעימען א צווייטן אויב עפעס גייט Wראנג, ממילא גייט מען זיך שואל עצה זיין מיט א צווייטן און אראפ א דאגה פון קאפ!!

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2019 4:31 pm
דורך פריילעך אידל
דניאל אויערבאך האט געשריבן:כהאב הנאה געהאט פון די סליוו אפעראציע אינטערוויא

יאפ, אויך הנאה געהאט, (טראץ וואס איך בין עקסטרעם דאר...) שמאלציג אראפגעלייגט מיט אסאך הומער.

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2019 7:46 pm
דורך אדער יא
מצטרף, שטארק געלאכט..

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2019 7:46 pm
דורך אדער יא
זעהט אויס מיט דאס בלייבט מען אפי' נאכן סליוו

געשריבן: זונטאג אפריל 28, 2019 8:00 pm
דורך חמרא טבא
אדער יא האט געשריבן:זעהט אויס מיט דאס בלייבט מען אפי' נאכן סליוו

פארקערט פון אן אפענע גמרא אין שמחה אלא בבשר...

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 5:45 pm
דורך eller
אדורך געליינט מדאשקע לדאשקע כ'מיין פון דעקל צו דעקל..
נישט געווען אזוי אינטערסאנט ווי יעדעס יאר..
דאס מערסטע ליב געהאט די סליוו אינטערוויא.

געשריבן: מאנטאג אפריל 29, 2019 6:23 pm
דורך הערשעל פאסטעכער
איך שעם מיך צו זאגן... אבער איך האב יא גאנץ שטארק הנאה געהאט פונעם יום טוב נומער!
אחד מן החבורה האט שוין דא ארויסגעברענגט אז עס ווענדט זיך יעדער אין אים אליינס, און גערעכט איז ער. צום ביישפיל, ווי נאר איך האב געענדיגט ליינען די וויזניצער חלוקה, וואס איך האב פון דעם גאר שטארק הנאה געהאט, האב איך געבלעטערט אין "די וואך" און אויך געפינען די זעלבע ממש, זאל איך יעצט זאגן אז די וואך האט נישט קיין חידושים? ווייל איך האב דאך עס שוין געליינט אין מאמענט! ניין! נאר פאר מיר פערזענליך איז עס מער נישט אינטערעסאנט.. אבער פון דארט קען מען עפעס אנדערש נאשן. וכ"ו. כנלע"ד.
לב כאר ארטיקל געגליכן,
וויזניצער חלוקה געגליכן,
בנש"ק עושר עסקן גאר גאר פיין,
סליוו פיין געווען, גם אני בחלומי...
וכ"ו.

אבער פארשטענדליך בעסער האט נישט קיין גבול!

מאמענט פר׳ אחרי תשע״ט

געשריבן: מיטוואך מאי 01, 2019 9:48 pm
דורך שלשה אחים
מאמענט פר׳ אחרי תשע״ט

געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2019 1:22 pm
דורך eller
געליינט די אמיש טאון ארטיקל...
עפעס אזוינס און אזעלכעס...
גאר אינטערסאנט און הומאריסטיש...
נאר ס'איז דא ווייניג בילדער. ס'וואלט געווען אינטערסאנטער ווען ער לייגט ווען מער בילדער פון די מענטשן דארט.

געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2019 2:40 pm
דורך fiena nieas
חושב מחשבות... האט געשריבן:גראדע ר' מיכל זילבער ארטיקעל האט מיר נישט עקסטער באיינדרוקט (חוץ צום סוף ווי ער בלייבט אויף צו קענען עסן מיט די בני בית...)

אמת . סתם געמאלן וואסער. פאסט נישט פאר שמעון שלמה ער איז בעסער ווי דעם... די ארטיקל מיט ר 'גבריאל צינער איז געווען מיליון מאל בעסער

געשריבן: פרייטאג מאי 03, 2019 3:04 pm
דורך חנוך
על טעם וריח. איך האב גראדע מורא'דיג הנאה געהאט פון דעם. א נייע משמעות וויאזוי אנצקוקן לימוד התורה. מיין לערנען האט באקומען א בוסט פון דעם ארטיקל.

געשריבן: דאנארשטאג מאי 09, 2019 5:39 pm
דורך נודניק
נחום גראס קימט אריין זייער קלאר מיט די אמיש ארטיקל פאריגע וואך,
איי העד א באנטש הנאה,

איינער האט א איבריגע פסח מאמענט? סנישט דא צי באקימען,

געשריבן: דאנארשטאג מאי 09, 2019 7:33 pm
דורך עולם האמת
געהערט כלי ראשון פון די עסקנים וואס האבן געפירט די מערכה אקעגן שירים ושיעורים אז זיי גרייטן זיך פאר א ערנסטע מערכה אקעגן די "מאמענט"

(זייער יעצטיגע אויפברויז איז געבויעט אויף די ארטיקל אינעם פסח אפטיילונג "יחץ אן לחץ")

געשריבן: דאנארשטאג מאי 09, 2019 7:53 pm
דורך אדער יא
עפעס א גליון 'למען דורותינו'???

געשריבן: דאנארשטאג מאי 09, 2019 8:50 pm
דורך Iphone
עולם האמת האט געשריבן:(זייער יעצטיגע אויפברויז איז געבויעט אויף די ארטיקל אינעם פסח אפטיילונג "יחץ אן לחץ")

איך געדענק נישט פונקטליך די ארטיקל, אבער איך געדענק אז איך האב הנאה געהאט. דערמאן מיר וואס מען האט גערעדט דארט, און פארוואס זיי ברויזן