"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
נעגלוואסער
שר חמש מאות
תגובות: 719
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 02, 2017 4:28 pm
לאקאציע: between the 2 king size deds

תגובהדורך נעגלוואסער » מיטוואך מארטש 27, 2019 11:45 pm

חמרא טבא האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:איך בין געווענליך יא א מאמענט קריטיקירער און דא בין איך 100% מיט זיי, ווען ס'ווענדט זיך אין מיר מאך איך נאך א שארפערע דעקל.

ביזט ליידער הונדרעט און איינס פראצענט גערעכט

%200 גערעכט א חבר פון א אפגעברוטער
די ערשטע מחלוקה פון יעדע אידישע פארפאלק איז ווער סזאל אנגרייטן די ........ יא איר געדענקט גוט די נעגלוואסער

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 12:27 am

פרידן האט געשריבן:100 % מען דארף מעורר זיין דעם עולם מען דארף שרייבן איך ב "ה באנוץ זיך כמעט מיט קייו קרעדיט קארד איך האב ב " ה גארנישט קיין פוינטס
אבער עס אויך דא א אידישע וועג ווי אזוי צו שרייבן מין מיז נישט מאכן אזא דעקל דעס קומט פין די גוישע מידיע א איד האט א אנדערע צוגאנג עכ""פ ביז נישט לאנג צירוק זעכער עס איז ביליג איו עקלדיג
אין איך בין נישט קיין מאמענט קראטעקירער געווענדליך


לכאורה ביסטו גערעכט, ס'איז א נידריגע זאך אזוי צו אויספויקן אן עסק ביש, און דאס איז נישט די ערשטע ביליגע ארטיקל פון דעם אויסגאבע, פארדעם איז דאס נישט אין מיין גראסערי ארדער.

לעצם הענין, איך באנוץ מיר יא שטארק מיט קרעדיט קארדס און איך האב שוין אסאך פארדינט דערפון ב"ה, אבער דער עולם ווייסט נישט וויאזוי עס צו נוצן, מיין קרוב קומט צו מיר צו פאריגע וואך זאגן "יישר כח", אויף מיין פראגע פארוואס, האט ער מיר דערמאנט אז א שטיק צייט צוריק האט ער געוואלט געבן זיין קרעדיט קארד פאר די חברה, און איך האב אים ממש געסטראשעט אז איך גיי אים נישט טון א געוויסע געלט טובה וואס ער האט מיר געבעטן, וויבאלד ער גיבט זיין קארטל צו סווייפן, ער האט זיך באצייטנס געראטעוועט.

נאך א מעשה מיט אן אנדערע ידיד, איך האב אים געווארנט ער זאל סטאפן געבן זיין קארטל, לעצטנס פארציילט מיר אן אנדערער אויף דעם ידיד אז ס'איז יו"ט דארט.

ע"כ איז גאר א וויכטיגע זאך אזאלכע ארטיקלען, פארשטייט זיך יעדע אויסגאבע האט זיין צוגאנג צו זאכן.

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5859
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 9:24 am

צולייגער האט געשריבן:טייערע און פארשווענדערישע נסיעות צו קברי צדיקים וקברות התאווה

:cry:
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 9:29 am

איך האב נעכטן געליינט די 'ארי בארי באקסער' ארטיקעל, איך מוז זאגן דעי שרייבער איז אן אויסטערלישע קריעטיוו בעל דמיון פון איין זייט און פון די אנדערע זייט א טיעפע געבויעטע בעל מחשבה, איך האב מיך ממש באלעקט די פינגערס.

שכח!
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 9:33 am

און כלפי די נושא פון קרעדיט קארדס, האף איך אז זיי האבן נישט סתם אנגעשראקן דעם עולם ביזן אנדערן עקסטרעם, הגם ס'איז א לאך ווי מ'קען אריינפאלן איז אבער נישט די עצה צו אינגאנצן אנטלויפן דערפון, נאר מ'דארף טרעפן די מיטל וועג און יעדער דארף זיך אליינס קענען צו פסקנען צו ס'איז פאר איהם צו נישט, אבער סתם אנשרעקן פארקלאפט די אפעטיט פון וועלן טראכטן ארויס פון די אייגענע קעסטעלע פון זיין א 9-5 פארדינער. ודו''ק כי קצרתי

(די וואס האבן א אייגענע ביזנעס רובם ככולם מוזן אין די ערשטע תקופה אנזעצן אפאר קרעדיט קארדס, און אויך די וואס קויפן א הויז, איך רעד נישט פון די בני עשירים...)
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 9:55 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:איך האב נעכטן געליינט די 'ארי בארי באקסער' ארטיקעל, איך מוז זאגן דעי שרייבער איז אן אויסטערלישע קריעטיוו בעל דמיון פון איין זייט און פון די אנדערע זייט א טיעפע געבויעטע בעל מחשבה, איך האב מיך ממש באלעקט די פינגערס.

שכח!

איך בין געווארן סורפרייזט נאכן ליינען די ארטיקל נאכדעם וואס איך האב איינגעזעהן אז די שרייבער האט מיר געטראגן אויף א רייד אין נישט אנגעקומען אין ערגעץ נישט.
וואס זאל איך שרייבן ביי מיין אינטערשריפט?

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 9:58 am

איין קאמענט אויף די וואכעדיגע מאמענט, אויב אין די שטערן איז די חודש געווען באשריבן ווען קאנספיראציע טעאריעס, פארוואס דארף די מאמענט נאכשרייבן ווארט ביי ווארט נאר מיטן צולייגן די מוללער מעשה? וצ"ע.
וואס זאל איך שרייבן ביי מיין אינטערשריפט?

אוועטאר
צעגראדזשעט
שר חמישים
תגובות: 74
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 26, 2019 11:02 am
לאקאציע: אין מיין שוך

תגובהדורך צעגראדזשעט » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:07 am

גרויסע עם הארץ האט געשריבן:איין קאמענט אויף די וואכעדיגע מאמענט, אויב אין די שטערן איז די חודש געווען באשריבן ווען קאנספיראציע טעאריעס, פארוואס דארף די מאמענט נאכשרייבן ווארט ביי ווארט נאר מיטן צולייגן די מוללער מעשה? וצ"ע.

בכלל נישט די ערשטע אויסגאבע וואו איך טרעף אן אלטע ארטיקלען ווארט ביי ווארט... ניטאמאל די גרייזן פארראכטן...

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:12 am

צעגראדזשעט האט געשריבן:
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:איין קאמענט אויף די וואכעדיגע מאמענט, אויב אין די שטערן איז די חודש געווען באשריבן ווען קאנספיראציע טעאריעס, פארוואס דארף די מאמענט נאכשרייבן ווארט ביי ווארט נאר מיטן צולייגן די מוללער מעשה? וצ"ע.

בכלל נישט די ערשטע אויסגאבע וואו איך טרעף אן אלטע ארטיקלען ווארט ביי ווארט... ניטאמאל די גרייזן פארראכטן...

די חורבון איז אז עס איז נאכנישט אלט...
וואס זאל איך שרייבן ביי מיין אינטערשריפט?

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2265
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:15 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:איך האב נעכטן געליינט די 'ארי בארי באקסער' ארטיקעל, איך מוז זאגן דעי שרייבער איז אן אויסטערלישע קריעטיוו בעל דמיון פון איין זייט און פון די אנדערע זייט א טיעפע געבויעטע בעל מחשבה, איך האב מיך ממש באלעקט די פינגערס.

שכח!

פון וואס רעדט זיך דער ארטיקל דערמאן מיך ביטע

אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2415
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

תגובהדורך שטאלצער יוד » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:17 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:(די וואס האבן א אייגענע ביזנעס רובם ככולם מוזן אין די ערשטע תקופה אנזעצן אפאר קרעדיט קארדס, און אויך די וואס קויפן א הויז, איך רעד נישט פון די בני עשירים...)

?????
??????????????
??????????????????????

אוועטאר
טעם וריח
שר האלף
תגובות: 1152
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 10:18 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:און כלפי די נושא פון קרעדיט קארדס,
(די וואס האבן א אייגענע ביזנעס רובם ככולם מוזן אין די ערשטע תקופה אנזעצן אפאר קרעדיט קארדס, און אויך די וואס קויפן א הויז, איך רעד נישט פון די בני עשירים...)

לו יצוייר איר זענט יא גערעכט מיט דעם פרט (מקען זיך דינגען אבער..) קענסט אנזעצן דיין אייגענע.. נישט א צווייטנס..

נא_שכל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5155
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם הדמיון

תגובהדורך נא_שכל » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 12:57 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:איך האב נעכטן געליינט די 'ארי בארי באקסער' ארטיקעל, איך מוז זאגן דעי שרייבער איז אן אויסטערלישע קריעטיוו בעל דמיון פון איין זייט און פון די אנדערע זייט א טיעפע געבויעטע בעל מחשבה, איך האב מיך ממש באלעקט די פינגערס.

שכח!

גא"מ.

ס'איז א שטארק הומאריסטישע ארטיקל (פאר מענער און בחורים), און כ'האב שטארק הנאה געהאט דערפון. ווי אויך פון ליפא שטויבער'ס ארטיקל.

כ'קען זאגן אז די מעשה פון ארי איז באזירט אויף אמת'ע פאקטן, ס'האט ווירקילך פאסירט ביי מיין שכנ'ס שכן אין ישיבה... און ליידער היינט איז ער שוין גארנישט אזא קדושל, דער דר. גאלדפארב האט געמאכט א גוטע דזשאב מיט אים.

כ'קען נאך צולייגן אפאר פרקים צו די התנתהגות פון "ארי קדוש ה'". איין פרק איבער דאס ענין פון נעמען א טוש - שאוער, דאס איז נישט זיין זאך, ווייל די רבי ז"ל האט זיך נאר געזייפט מפסח לפסח, און אוודאי רשב"י וואס האט נאר געגעסן באקסער האט זיך אויך נישט געזייפט קיינמאל. אא"וו קען מען מאריך זיין בגדולת הפרישות פון דעם קדוש'ל, אבער אין די ניגון "ארי בארי באקסער וכו'" וועט עס שוין נישט אריינגיין ממילא מה לי להאריך.

ווי אויך איז דער "לבלר" געווען זייער גוט. כמעט אלע ארטיקלן זענען דאס מאל געווען גוט.
לעצט פאראכטן דורך נא_שכל אום דאנארשטאג מארטש 28, 2019 1:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
"ואומר לאשר יבוא מכתבי לחזות, אכול את המגילה הזאת. כי מהאוכל יצא מאכל, ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי הנקדן, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 1:03 pm

נא_שכל האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:איך האב נעכטן געליינט די 'ארי בארי באקסער' ארטיקעל, איך מוז זאגן דעי שרייבער איז אן אויסטערלישע קריעטיוו בעל דמיון פון איין זייט און פון די אנדערע זייט א טיעפע געבויעטע בעל מחשבה, איך האב מיך ממש באלעקט די פינגערס.

שכח!

גא"מ. כ'קען זאגן אז די מעשה איז באזירט אויף אמת'ע פאקטן. ס'איז א שטארק הומאריסטישע ארטיקל (פאר מענער און בחורים).

כ'קען נאך צולייגן אפאר פרקים צו די התנתהגות פון "ארי קדוש ה'". איין פרק איבער דאס ענין פון נעמען א טוש - שאוער, דאס איז נישט זיין זאך, ווייל די רבי ז"ל האט זיך נאר געזייפט מפסח לפסח, און אוודאי רשב"י וואס האט נאר געגעסן באקסער האט זיך אויך נישט געזייפט קיינמאל. אא"וו קען מען מאריך זיין בגדולת הפרישות פון דעם קדוש'ל, אבער אין די ניגון "ארי בארי באקסער וכו'" וועט עס שוין נישט אריינגיין ממילא מה לי להאריך.

ווי אויך איז דער "לבלר" געווען זייער גוט. כמעט אלע ארטיקלן זענען דאס מאל געווען גוט.

:lol:
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2524
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג מארטש 28, 2019 1:04 pm

שטאלצער יוד האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:(די וואס האבן א אייגענע ביזנעס רובם ככולם מוזן אין די ערשטע תקופה אנזעצן אפאר קרעדיט קארדס, און אויך די וואס קויפן א הויז, איך רעד נישט פון די בני עשירים...)

?????
??????????????
??????????????????????

איך רעד נישט פון יענעמס קרעדיט קארטלעך. איך רעד פון אייגענע קארטלעך און ביזנעס לאוינס
סוף מעשה במחשבה תחילה.

שמואל בארג
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » פרייטאג מארטש 29, 2019 12:18 pm

איבער די קרעדיט קארד סעמעטוכע
http://podcast.headlinesbook.com/e/3161 ... parnassah/

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 486
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » זונטאג מארטש 31, 2019 2:58 am

איך האב געליינט די מאמענט די וואך, איך האלט אז די קערעסטיר מופתים וואס זיי האבן געשריבן קומט נישט צו ווערן פארעפענטליכט אין א צייטונג.

ערשטע מעשה בקיצור: א איד האט געספיד אויף די הייוועי, א פאליס איז אים נאכגעפלויגן, ער האט געשריגן אין עוד מלבדו און די פאליציי קאר האט אריינגעקראכט אין א צווייטע קאר, און אזוי האט ער זיך געראטעוועט פון א ״זיכערע טיקעט״ כדאי צו מאכן די מעשה מער דראמאטיש האו ער צוגעלייגט אז איינער פון זיין משפחה איז פונקט דורכגעפארן אויף די פארקערטע ריכטיגע און ער האט געזעהן די עקסידענט און ער האט זיך אויסגעדרוקט אז ער האט נאך קיינמאל געזעהן אזא צודרוקטע קאר... שוין, עד כאן אומרים...

קודם זעה איך נישט וואס די מעשה איז געבינדן מיט רבי ישעי׳לע, חוץ אז איינע פון זיינע נעמען איז ישעי נאך רבי ישעי׳לע, און אז איינע פון זיינע זיידעס פלעגן פארן צו רבי ישעי׳לע, אבער ער דערמאנט נישט קיין שום פאקטישע פארבינדונג צום עצם מעשה ווי למשל אויב ער האט געבעטן אין רבי ישעי׳ס זכות, אדער א בילד פון רבי ישעי וכדומה.

צווייטענס, אפילו עס איז א רבי ישעי׳לע מופת, די גאנצע מעשה איז אראפגעלייגט מיט א שמחה אז א פאליציי אפיציר האט געהאט א מפלה נאכדעם וואס ער האט געוואלט גיבן א טיקעט פאר איינעם וואס האט עובר געווען אויף געזעץ. איך האלט אז אויב די מעשה קומט אן צו איין גוישע ניוס רעפארטער קען דאס אנמאכן א גרויסע שטורעם מיט שווערע קאפ וויי.

און די זעלבע איז מיט די מעשה אין וויליאמסבורג מיט די בויען אן פערמיטס, עס איז טאקע א שיינע מופת, אבער די חילול השם איז צען מאל גרעסער ווי די נס... און דאס קען אויך מאכן א גרויסע שטורעם אויב דאס קומט אן צו די נישט ריכטיגע פלעצער.

ווארט נאר ביז איינע פון אומזערע אראפגעפאלענע עפלעך, ווי יאפפעד, אדער אנדערע וועלן דאס נעמען און פארשפרייטן.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » זונטאג מארטש 31, 2019 8:12 pm

סא, מ'קען בויען בילדינגס מיט בילדער פון ר' ישעי'לע?
וואס זאל איך שרייבן ביי מיין אינטערשריפט?

שלשה אחים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט פר׳ תזריע תשע״ט

תגובהדורך שלשה אחים » דאנארשטאג אפריל 04, 2019 12:19 pm

נפלה עטרת ישרא״ל • ספעציעלע טרויער אויסגאבע

הרב אליעזר ראזען:
פארשטימט דעם ניגון

הרב ברוך לאבין:
וויאזוי מען געזעגנט זיך פון רבי'ן

בן מנחם:
דאס קינד האט געראטעוועט דעם ניגון

ב. י. מייעראוויטש:
וימת הצדיק מסקולען וכל הדור ההוא

אליהו יואל גליק:
אונזער רבי, אונזער טאטע, אונזער פּאסטוך

הרב משה יודלזאהן:
מיין שבת ביים רבי׳ן

הרב שבתי פריעד:
א ליבליכער פאטער...

הרב שלום יעקב וואזנער:
צי האט מען אונז טאקע פארלאזט?

חנוך גרינבערגער:
דרכי בארא פארק אבילות

מנחם גאלד:
דער לעצטער בליק אויפ'ן רבי'ן


Moment Sazria 5779.jpeg
Moment Sazria 5779.jpeg (342.49 KiB) געזעהן 2551 מאל

שלשה אחים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 305
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך אפריל 17, 2019 1:21 pm

אריינבליק אין אינהאלט פון מאמענט מעגא פסח נומער

4 ביכלעך


קדוש במלוכה - אן ערשטמאליגן גרינטליכן אריינבליק אין דעם געהויבענעם דמות פון כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א \ הרב שמעון שלמה זילבער

סקולענער אורות - באקענט זיך מיט די געהויבענע אחים האדמורי"ם לבית סקולען מוויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, לעיקוואד \ הרב אליהו יואל גליק

פסח אין אידישע שטיבער - פראיעקט: 10 אידן פון 10 אנדערע קהלות דערציילן זייערע אייגנארטיגע פסח מנהגים און חומרות, און שילדערן וויאזוי זיי פראווען א סדר-נאכט
הרה"ג ר' אברהם יהושע העשיל שליט"א מקאפישניץ, בארא פארק - קאפיטשניץ \ ר' יהושע העכט, קראון הייטס - ליובאוויטש \ ר' אברהם האלפערן, מאנטריאל - וויזשניץ \ ר' יואליש קרויס, ירושלים - ירושלימ'ער חסידיש \ ר' בערל איגל, בארא פארק - בעלזא \ ר' אברהם ר., וויליאמסבורג - קלויזנבורג \ ר' שמחה פרידמאן - לעיקוואד - ליטוויש \ ר' יואל אונגאר, שיכון סקווירא - סקווירא \ ר' זלמן גאלדשטיין, וויליאמסבורג (ראזענפעלד'ס גראסערי) - סאטמאר \ הרב עוזיאל אדמוני (ראטה), רב דקהל בני יוסף ומו"ץ בבי"ד תורה ומשפט, פלעטבוש - ספרדיש

דער ניין-פאכיגער יחץ אין וויזשניץ - די וויזשניצער ירושה חלוקה אנטהאלט הונדערטער היסטארישע חפיצים אין ווערד פון מיליאנען דאלארן. וויאזוי זענען צוגעגאנגען די פארהאנדלונגען צווישן די אחים האדמורי"ם און ווער האט למעשה באקומען וועלכן פעקל? ליינט אין דעם אינטערעסאנטן באריכט

מיין באזוך אין לינדען - און דער רעוואלוציאנערישער הייזער-פארקויף סיסטעם \ יואל אדלער

'הארץ' אין כאר - ערשטמאליגער אינטערוויו מיט'ן קאפעליע מייסטער ר' אבא בערקאוויטש פון "לב-וואויסעס", וועלכער האט איבערגעפרישט דעם באדייט פון קלאסישע חסידישע נגינה \ הרב אליעזר ראזען

יציאת ברוקלין - פראיעקט: די אויסוואנדערונג פון חרדישן אידנטום פונעם ברוקלינעם ישיבת כרכים קשה
וויליאמסבורג: יואל גרובער /// דזשערזי סיטי: משה בעריש ווייסמאן /// בלומינגבורג: זלמן שפירא /// גלילות קרית יואל: מתתיהו דייטש /// מאנסי אומגעגנט: מתתיהו דייטש /// סטעטן איילענד: הרב שמעון שלמה זילבער /// לינדען: אליהו יואל גליק /// לעיקוואד: משה לאנדא

יחץ אָן לחץ - שמחה און חינוך ביים סדר נאכט \ הרב אליהו יואל גליק

א ישיבה ווי א היים - אויסשליסליכע אינטערוויוען מיט די רביים פון "ישיבת היכל התלמוד" וואס רעוואלוציאנירט דער עולם הישיבות \ חנוך גרינבערגער

מאמענטאל: מיזעלס און מידיע-העצע - ר' יאסי געשטעטנער /// א שיסעריי דריל אין קוויבעק - אהרן יהודה ווייזער /// אבזערוואציעס ביים כינוס אין ארטער עש - יודל הירש /// א רבי'שע חתונה ביים ראש הכולל ערב שבת - מנחם גאלד


<<ביכל ב'>>

צא ולמד - שיחת החג מיט'ן עילוי'שן גדול הגאון האדיר רבי יחיאל מיכל זילבער שליט"א, באקאנט אלס דער גרעסטער מגיד-שיעור אין דער וועלט \ הרב שמעון שלמה זילבער

הכוכב מלאָנדאָן - ענדלאזער קוואל פון אינטערעסאנטע געשיכטעס און זכרונות פון צדיקים אין אויסשליסליכן אינטערוויו מיט'ן וועלט-בארימטן בדחן און פה מפיק מרגליות הרב החסיד רבי ישראל שטערן \ הרב אליעזר ראזען
יוגנט בצל רבי יאנקעלע און רבי יהודה'לע - אלס סאטמארער תלמיד אין סענז סטריט - אלס בדחן אין בעלזא אויפ'ן טיש - שימוש ביי אמאליגע בדחנים - א שטערן וואס רייזט איבער דער גאנצער וועלט

פון אוזבעקיסטאן צו בארא פארק:
שטימע-מייסטער ר׳ אברהם יוסף איזראעל שילדערט זיין מסירת נפש'דיגע לעבנס-געשיכטע און ווי ער נוצט זיין טאלאנט צו שארפן די שטימעס פון די גרעסטע זינגערס \ אהרן יוסף שפילמאן

איש מפורסם היה - פראיעקט: די באהאלטענע זייטן פון דאס לעבן פון אן עושר, א פאפולערן מענטש און א בנש"ק וואס איר האט קיינמאל ביז היינט נישט געהערט

כל דכפין - ווען דער וואגשאל האט געוויזן "אזא" נומער און קיין שום דיעטע האט עס נישט באוויזן אראפצוברענגען, האב איך געוואוסט אז די איינציגסטע ברירה איז א "סליוו" אפעראציע. אט איז א דעטאלירטע שילדערונג וויאזוי איך האב דורכגעמאכט דעם פראצעדור און וויאזוי עס שפירט צו אראפגיין 7 סייזעס - דערווייל...

ויהי ממחרת הכינוס - הרה״ח ר׳ יצחק אייזיק דאסקאל הי״ו, מגדולי עסקני חצר הקודש סאטמאר, ענטפערט אלע שאלות איבער דעם מעמד אדיר \ מנחם גאלד

יציאת אינדיע -
מעשה שהיה: די דראמאטישע געשיכטע פון רונן דבש וועלכער איז אנטלאפן פון דער מערסטע באוואכטער תפיסה אין אינדיע \ ב. האניג

בליץ רעוואלוציע - ביזנעס גערעדט מיט ענערגישן און מאטיווירטן ר' דובי וואלטער פון 'בליץ', וויאזוי סוקסעספולע ביזנעסער בענעפיטירן פון טעכנאלאגישע פארשריט \ חנוך גרינבערגער

אהער און אהין
שר האלף
תגובות: 1131
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » מיטוואך אפריל 17, 2019 1:44 pm

וואס איז די מעין-ארטיקל?
סוכות האט איר געהאט אליעזר קרויס און לימנובער רב, ווער איז יעצט דער צענטער?

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » מיטוואך אפריל 17, 2019 1:45 pm

זיבעציג פראצענט פונעם קאווער איז באצאלטע אנאנסן. ליסן פון ערגעץ דארף מען דאך אנגיין.

אוועטאר
ווישוואש
שר חמשת אלפים
תגובות: 5222
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

תגובהדורך ווישוואש » מיטוואך אפריל 17, 2019 1:50 pm

נישטא קיין בן מנחם ארטיקל?
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך אפריל 17, 2019 1:52 pm

שלשה אחים האט געשריבן:אריינבליק אין אינהאלט פון מאמענט מעגא פסח נומער

4 ביכלעך


קדוש במלוכה - אן ערשטמאליגן גרינטליכן אריינבליק אין דעם געהויבענעם דמות פון כ"ק מרן אדמו"ר מסקולען שליט"א \ הרב שמעון שלמה זילבער

סקולענער אורות - באקענט זיך מיט די געהויבענע אחים האדמורי"ם לבית סקולען מוויליאמסבורג, בארא פארק, מאנסי, לעיקוואד \ הרב אליהו יואל גליק

פסח אין אידישע שטיבער - פראיעקט: 10 אידן פון 10 אנדערע קהלות דערציילן זייערע אייגנארטיגע פסח מנהגים און חומרות, און שילדערן וויאזוי זיי פראווען א סדר-נאכט
הרה"ג ר' אברהם יהושע העשיל שליט"א מקאפישניץ, בארא פארק - קאפיטשניץ \ ר' יהושע העכט, קראון הייטס - ליובאוויטש \ ר' אברהם האלפערן, מאנטריאל - וויזשניץ \ ר' יואליש קרויס, ירושלים - ירושלימ'ער חסידיש \ ר' בערל איגל, בארא פארק - בעלזא \ ר' אברהם ר., וויליאמסבורג - קלויזנבורג \ ר' שמחה פרידמאן - לעיקוואד - ליטוויש \ ר' יואל אונגאר, שיכון סקווירא - סקווירא \ ר' זלמן גאלדשטיין, וויליאמסבורג (ראזענפעלד'ס גראסערי) - סאטמאר \ הרב עוזיאל אדמוני (ראטה), רב דקהל בני יוסף ומו"ץ בבי"ד תורה ומשפט, פלעטבוש - ספרדיש

דער ניין-פאכיגער יחץ אין וויזשניץ - די וויזשניצער ירושה חלוקה אנטהאלט הונדערטער היסטארישע חפיצים אין ווערד פון מיליאנען דאלארן. וויאזוי זענען צוגעגאנגען די פארהאנדלונגען צווישן די אחים האדמורי"ם און ווער האט למעשה באקומען וועלכן פעקל? ליינט אין דעם אינטערעסאנטן באריכט

מיין באזוך אין לינדען - און דער רעוואלוציאנערישער הייזער-פארקויף סיסטעם \ יואל אדלער

'הארץ' אין כאר - ערשטמאליגער אינטערוויו מיט'ן קאפעליע מייסטער ר' אבא בערקאוויטש פון "לב-וואויסעס", וועלכער האט איבערגעפרישט דעם באדייט פון קלאסישע חסידישע נגינה \ הרב אליעזר ראזען

יציאת ברוקלין - פראיעקט: די אויסוואנדערונג פון חרדישן אידנטום פונעם ברוקלינעם ישיבת כרכים קשה
וויליאמסבורג: יואל גרובער /// דזשערזי סיטי: משה בעריש ווייסמאן /// בלומינגבורג: זלמן שפירא /// גלילות קרית יואל: מתתיהו דייטש /// מאנסי אומגעגנט: מתתיהו דייטש /// סטעטן איילענד: הרב שמעון שלמה זילבער /// לינדען: אליהו יואל גליק /// לעיקוואד: משה לאנדא

יחץ אָן לחץ - שמחה און חינוך ביים סדר נאכט \ הרב אליהו יואל גליק

א ישיבה ווי א היים - אויסשליסליכע אינטערוויוען מיט די רביים פון "ישיבת היכל התלמוד" וואס רעוואלוציאנירט דער עולם הישיבות \ חנוך גרינבערגער

מאמענטאל: מיזעלס און מידיע-העצע - ר' יאסי געשטעטנער /// א שיסעריי דריל אין קוויבעק - אהרן יהודה ווייזער /// אבזערוואציעס ביים כינוס אין ארטער עש - יודל הירש /// א רבי'שע חתונה ביים ראש הכולל ערב שבת - מנחם גאלד


<<ביכל ב'>>

צא ולמד - שיחת החג מיט'ן עילוי'שן גדול הגאון האדיר רבי יחיאל מיכל זילבער שליט"א, באקאנט אלס דער גרעסטער מגיד-שיעור אין דער וועלט \ הרב שמעון שלמה זילבער

הכוכב מלאָנדאָן - ענדלאזער קוואל פון אינטערעסאנטע געשיכטעס און זכרונות פון צדיקים אין אויסשליסליכן אינטערוויו מיט'ן וועלט-בארימטן בדחן און פה מפיק מרגליות הרב החסיד רבי ישראל שטערן \ הרב אליעזר ראזען
יוגנט בצל רבי יאנקעלע און רבי יהודה'לע - אלס סאטמארער תלמיד אין סענז סטריט - אלס בדחן אין בעלזא אויפ'ן טיש - שימוש ביי אמאליגע בדחנים - א שטערן וואס רייזט איבער דער גאנצער וועלט

פון אוזבעקיסטאן צו בארא פארק:
שטימע-מייסטער ר׳ אברהם יוסף איזראעל שילדערט זיין מסירת נפש'דיגע לעבנס-געשיכטע און ווי ער נוצט זיין טאלאנט צו שארפן די שטימעס פון די גרעסטע זינגערס \ אהרן יוסף שפילמאן

איש מפורסם היה - פראיעקט: די באהאלטענע זייטן פון דאס לעבן פון אן עושר, א פאפולערן מענטש און א בנש"ק וואס איר האט קיינמאל ביז היינט נישט געהערט

כל דכפין - ווען דער וואגשאל האט געוויזן "אזא" נומער און קיין שום דיעטע האט עס נישט באוויזן אראפצוברענגען, האב איך געוואוסט אז די איינציגסטע ברירה איז א "סליוו" אפעראציע. אט איז א דעטאלירטע שילדערונג וויאזוי איך האב דורכגעמאכט דעם פראצעדור און וויאזוי עס שפירט צו אראפגיין 7 סייזעס - דערווייל...

ויהי ממחרת הכינוס - הרה״ח ר׳ יצחק אייזיק דאסקאל הי״ו, מגדולי עסקני חצר הקודש סאטמאר, ענטפערט אלע שאלות איבער דעם מעמד אדיר \ מנחם גאלד

יציאת אינדיע -
מעשה שהיה: די דראמאטישע געשיכטע פון רונן דבש וועלכער איז אנטלאפן פון דער מערסטע באוואכטער תפיסה אין אינדיע \ ב. האניג

בליץ רעוואלוציע - ביזנעס גערעדט מיט ענערגישן און מאטיווירטן ר' דובי וואלטער פון 'בליץ', וויאזוי סוקסעספולע ביזנעסער בענעפיטירן פון טעכנאלאגישע פארשריט \ חנוך גרינבערגער



גלילות קרית יואל: מתתיהו דייטש /// מאנסי אומגעגנט: מתתיהו דייטש ????????
וואס זאל איך שרייבן ביי מיין אינטערשריפט?

אוועטאר
גרויסע עם הארץ
שר מאה
תגובות: 139
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 24, 2018 9:17 pm

תגובהדורך גרויסע עם הארץ » מיטוואך אפריל 17, 2019 1:53 pm

ווישוואש האט געשריבן:נישטא קיין בן מנחם ארטיקל?

בן מנחם איז פאר נפשי, ניין??
וואס זאל איך שרייבן ביי מיין אינטערשריפט?


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 4 געסט