בלאט 192 פון 694

געשריבן: מיטוואך מארטש 13, 2019 8:08 pm
דורך yid
new moment

געשריבן: פרייטאג מארטש 15, 2019 1:00 pm
דורך eller
זייער זייער א שוואכע מאמענט...
נישטא די פרייליכע ארטיקל ווי יעדעס יאר פאר פורים, אינגאנצען איין ארטיקל וואס פעלט אינמיטן אפאר שורות פון יוסעלע אייעזנבאך..
יעדעס יאר פלעגט עס זיין אסאך מער פרייליכער...
חוץ אויב זיי קומען נאך ארויס מיט נאך איינס פאר פורים.

מאמענט פר׳ ויקרא תשע״ט

געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2019 6:35 pm
דורך שלשה אחים
(איך לייג איבער פאריגע וואך קאווער, היות די וואס איינער האט דא אויבן געפאוסט איז נישט קלאר).

געשריבן: זונטאג מארטש 17, 2019 6:37 pm
דורך שלשה אחים
eller האט געשריבן:זייער זייער א שוואכע מאמענט...
נישטא די פרייליכע ארטיקל ווי יעדעס יאר פאר פורים, אינגאנצען איין ארטיקל וואס פעלט אינמיטן אפאר שורות פון יוסעלע אייעזנבאך..
יעדעס יאר פלעגט עס זיין אסאך מער פרייליכער...
חוץ אויב זיי קומען נאך ארויס מיט נאך איינס פאר פורים.



די פר׳ ויקרא אויסגאבע איז נישט די פורים נומער.. שטייט גראדע אינעם מאגאזין א מעלדונג איבער די קומענדיגע אויסגאבע פון פר׳ צו-פורים (וואס וועט אויך ענהאלטן די חודש׳ליכע ׳לבלר׳ אפטיילונג).

געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2019 9:31 am
דורך גרויסע עם הארץ
שלשה אחים האט געשריבן:
eller האט געשריבן:זייער זייער א שוואכע מאמענט...
נישטא די פרייליכע ארטיקל ווי יעדעס יאר פאר פורים, אינגאנצען איין ארטיקל וואס פעלט אינמיטן אפאר שורות פון יוסעלע אייעזנבאך..
יעדעס יאר פלעגט עס זיין אסאך מער פרייליכער...
חוץ אויב זיי קומען נאך ארויס מיט נאך איינס פאר פורים.



די פר׳ ויקרא אויסגאבע איז נישט די פורים נומער.. שטייט גראדע אינעם מאגאזין א מעלדונג איבער די קומענדיגע אויסגאבע פון פר׳ צו-פורים (וואס וועט אויך ענהאלטן די חודש׳ליכע ׳לבלר׳ אפטיילונג).

שוין אינדערויסן. עס איז פרישע נייעס!!!

געשריבן: מיטוואך מארטש 20, 2019 3:34 pm
דורך בעל הנס
פורים אויסגאבע

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 6:42 pm
דורך שלשה אחים
פאדערשטע זייט פון מאָמענט #233, פר׳ שמיני תשע״ט


531B6605-EEDE-4938-9EB8-14BA347A9D44.jpeg
531B6605-EEDE-4938-9EB8-14BA347A9D44.jpeg (211.23 KiB) געזען 2419 מאל

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 7:38 pm
דורך פרידן
איך מיין אז עס איז זייער זייער זייער ביליג פין א היימישע אויסגאבע צו מישן היימישע אידנ׳ס דורכפעלער
די אלע אידן האבן ווייבער מיט קינדער טאטע מאמע
ווען עס דיין טאטע אדער זיידע למשל וואלסטו אוודאי נישט געוואלט זעהן קיין גרויסע דעקלעך
היינט איז נישט אנדערש

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 7:43 pm
דורך ווישוואש
ווי ביליג ס'איז, איז עס שרעקליך וויכטיג. גראדע ווייס איך אז דער שרייבער דא האט באמת געוואלט אויפוועקן מענטשן צו זיין באוואוסטזיניג צו די ריזיקעס פון טון אזעלכע זאכן.

ווי אויך, צו רופן די וואס האבן אנגעזעצט 'דורכפעלער' איז אין רוב פעלער ווייט נישט אמת.

די קרבנות האבן אויך ווייבער, קינדער, שווער, און שוויגערס וועמען זיי האבן אנגעזעצט מיט שווערע צענדליגע טויזנטער דאלארן אדאנק דעם וואס זיי האבן נישט געוואוסט אין וואסערע ריזיקע זיי לאזן זיך אריין.

(איך רעד נישט פון די וואס האבן שוין פארלוירן די ווייב אדאנק דעם)

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 7:53 pm
דורך פרידן
100 % מען דארף מעורר זיין דעם עולם מען דארף שרייבן איך ב "ה באנוץ זיך כמעט מיט קייו קרעדיט קארד איך האב ב " ה גארנישט קיין פוינטס
אבער עס אויך דא א אידישע וועג ווי אזוי צו שרייבן מין מיז נישט מאכן אזא דעקל דעס קומט פין די גוישע מידיע א איד האט א אנדערע צוגאנג עכ""פ ביז נישט לאנג צירוק זעכער עס איז ביליג איו עקלדיג
אין איך בין נישט קיין מאמענט קראטעקירער געווענדליך

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 7:58 pm
דורך ווישוואש
איך בין געווענליך יא א מאמענט קריטיקירער און דא בין איך 100% מיט זיי, ווען ס'ווענדט זיך אין מיר מאך איך נאך א שארפערע דעקל.

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 8:00 pm
דורך פרידן
ב"ה עס ווענד זיך נישט אין דיר

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 8:05 pm
דורך ווישוואש
דער רייכער פארשטייט נישט דעם ארעמאן.

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 8:29 pm
דורך חמרא טבא
ווישוואש האט געשריבן:איך בין געווענליך יא א מאמענט קריטיקירער און דא בין איך 100% מיט זיי, ווען ס'ווענדט זיך אין מיר מאך איך נאך א שארפערע דעקל.

ביזט ליידער הונדרעט און איינס פראצענט גערעכט

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 8:38 pm
דורך אסדר לסעודתא
ווישוואש האט געשריבן:גראדע ווייס איך אז דער שרייבער דא האט באמת געוואלט אויפוועקן מענטשן צו זיין באוואוסטזיניג צו די ריזיקעס פון טון אזעלכע זאכן.

ווער איז דער שרייבער?

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 11:08 pm
דורך געריבענער סוחר
ב''ה אז עס איז דא אזא זאך ווי קרעדיט קארדס אויף די וועלט, עס האט שוין אסאך אידן געהאלפן אריינגיין אין ביזנעס, קויפן הייזער, אנסווייפן א פסח שאפינג, אבער מען דארף וויסן אין מעורר זיין דעם עולם וויאזוי מען ניצט עס, ח''ו נישט זיך לאזן אז יענער זאל אנסווייפן און שלישקענען דיינע קארדס. שכח פאר די מאמענט פארן אווערנעס ארטיקל.

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 11:33 pm
דורך צולייגער
געריבענער סוחר האט געשריבן:ב''ה אז עס איז דא אזא זאך ווי קרעדיט קארדס אויף די וועלט, עס האט שוין אסאך אידן געהאלפן אריינגיין אין ביזנעס, קויפן הייזער, אנסווייפן א פסח שאפינג, אבער מען דארף וויסן אין מעורר זיין דעם עולם וויאזוי מען ניצט עס, ח''ו נישט זיך לאזן אז יענער זאל אנסווייפן און שלישקענען דיינע קארדס. שכח פאר די מאמענט פארן אווערנעס ארטיקל.

איך וואלט געשריבן אביסל אנדערש:

באמת ברויך ווען זיין אז מען קויפט נאר וואס מען קען זיך אליין ערלויבן, מען דינגט נאר א דירה וואס מען קען זיך ערלויבן צו צאלן, און מען פארט נאר אוועק אויף אן ארט וואו מען קען זיך ערלויבן. אויב מען קען נישט פונקט אויף די מינוט און עס איז וויכטיג, איז גוט אז ס'איז ב"ה דא וואס פארבארגן אויף גרינגע טערמינען פאר איינעם וואס איז ערליך און פארלעסליך.

ועכשיו שלא זכינו, און אז ס'איז געווארן א מצב אז מען קען שאפן קרעדיט קארד הלוואות וועלכע זענען מטשטש לב האדם ומוחו, און די געשעפטן / אינדוסטריעס האבן אנגעהויבן רייטן דערויף און ארויפרוקן דעם סטאנדארט ווייל ס'איז דאך דא א מציאות פון האבן א קרעדיט קארד - אז סעקשן 8 טיילט מוציא'ס פאר רענט, און איז גורם אז מען וואוינט אין א געגנט וואס וואלט שוין לאנג געברויכט ווערן אויסגעליידיגט בדרך הטבע - אז ס'איז דא א מציאות פון האבן פוינטס און דאדורך זיך אונטערנעמען טייערע און פארשווענדערישע נסיעות צו קברי צדיקים וקברות התאווה, דאנקען מיר הקב"ה אז די אידן וועלכע זענען מיעוטי יכולת קענען כאטש אנגיין און דרייען אדאנק קרעדיט קארדס, כמובן ווילאנג די קאמפאניס לאזן זיי.

געשריבן: מיטוואך מארטש 27, 2019 11:45 pm
דורך נעגלוואסער
חמרא טבא האט געשריבן:
ווישוואש האט געשריבן:איך בין געווענליך יא א מאמענט קריטיקירער און דא בין איך 100% מיט זיי, ווען ס'ווענדט זיך אין מיר מאך איך נאך א שארפערע דעקל.

ביזט ליידער הונדרעט און איינס פראצענט גערעכט

%200 גערעכט א חבר פון א אפגעברוטער

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 12:27 am
דורך שמואל בארג
פרידן האט געשריבן:100 % מען דארף מעורר זיין דעם עולם מען דארף שרייבן איך ב "ה באנוץ זיך כמעט מיט קייו קרעדיט קארד איך האב ב " ה גארנישט קיין פוינטס
אבער עס אויך דא א אידישע וועג ווי אזוי צו שרייבן מין מיז נישט מאכן אזא דעקל דעס קומט פין די גוישע מידיע א איד האט א אנדערע צוגאנג עכ""פ ביז נישט לאנג צירוק זעכער עס איז ביליג איו עקלדיג
אין איך בין נישט קיין מאמענט קראטעקירער געווענדליך


לכאורה ביסטו גערעכט, ס'איז א נידריגע זאך אזוי צו אויספויקן אן עסק ביש, און דאס איז נישט די ערשטע ביליגע ארטיקל פון דעם אויסגאבע, פארדעם איז דאס נישט אין מיין גראסערי ארדער.

לעצם הענין, איך באנוץ מיר יא שטארק מיט קרעדיט קארדס און איך האב שוין אסאך פארדינט דערפון ב"ה, אבער דער עולם ווייסט נישט וויאזוי עס צו נוצן, מיין קרוב קומט צו מיר צו פאריגע וואך זאגן "יישר כח", אויף מיין פראגע פארוואס, האט ער מיר דערמאנט אז א שטיק צייט צוריק האט ער געוואלט געבן זיין קרעדיט קארד פאר די חברה, און איך האב אים ממש געסטראשעט אז איך גיי אים נישט טון א געוויסע געלט טובה וואס ער האט מיר געבעטן, וויבאלד ער גיבט זיין קארטל צו סווייפן, ער האט זיך באצייטנס געראטעוועט.

נאך א מעשה מיט אן אנדערע ידיד, איך האב אים געווארנט ער זאל סטאפן געבן זיין קארטל, לעצטנס פארציילט מיר אן אנדערער אויף דעם ידיד אז ס'איז יו"ט דארט.

ע"כ איז גאר א וויכטיגע זאך אזאלכע ארטיקלען, פארשטייט זיך יעדע אויסגאבע האט זיין צוגאנג צו זאכן.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 9:24 am
דורך ענדע צדיק!
צולייגער האט געשריבן:טייערע און פארשווענדערישע נסיעות צו קברי צדיקים וקברות התאווה

:cry:

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 9:29 am
דורך חושב מחשבות...
איך האב נעכטן געליינט די 'ארי בארי באקסער' ארטיקעל, איך מוז זאגן דעי שרייבער איז אן אויסטערלישע קריעטיוו בעל דמיון פון איין זייט און פון די אנדערע זייט א טיעפע געבויעטע בעל מחשבה, איך האב מיך ממש באלעקט די פינגערס.

שכח!

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 9:33 am
דורך חושב מחשבות...
און כלפי די נושא פון קרעדיט קארדס, האף איך אז זיי האבן נישט סתם אנגעשראקן דעם עולם ביזן אנדערן עקסטרעם, הגם ס'איז א לאך ווי מ'קען אריינפאלן איז אבער נישט די עצה צו אינגאנצן אנטלויפן דערפון, נאר מ'דארף טרעפן די מיטל וועג און יעדער דארף זיך אליינס קענען צו פסקנען צו ס'איז פאר איהם צו נישט, אבער סתם אנשרעקן פארקלאפט די אפעטיט פון וועלן טראכטן ארויס פון די אייגענע קעסטעלע פון זיין א 9-5 פארדינער. ודו''ק כי קצרתי

(די וואס האבן א אייגענע ביזנעס רובם ככולם מוזן אין די ערשטע תקופה אנזעצן אפאר קרעדיט קארדס, און אויך די וואס קויפן א הויז, איך רעד נישט פון די בני עשירים...)

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 9:55 am
דורך גרויסע עם הארץ
חושב מחשבות... האט געשריבן:איך האב נעכטן געליינט די 'ארי בארי באקסער' ארטיקעל, איך מוז זאגן דעי שרייבער איז אן אויסטערלישע קריעטיוו בעל דמיון פון איין זייט און פון די אנדערע זייט א טיעפע געבויעטע בעל מחשבה, איך האב מיך ממש באלעקט די פינגערס.

שכח!

איך בין געווארן סורפרייזט נאכן ליינען די ארטיקל נאכדעם וואס איך האב איינגעזעהן אז די שרייבער האט מיר געטראגן אויף א רייד אין נישט אנגעקומען אין ערגעץ נישט.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 9:58 am
דורך גרויסע עם הארץ
איין קאמענט אויף די וואכעדיגע מאמענט, אויב אין די שטערן איז די חודש געווען באשריבן ווען קאנספיראציע טעאריעס, פארוואס דארף די מאמענט נאכשרייבן ווארט ביי ווארט נאר מיטן צולייגן די מוללער מעשה? וצ"ע.

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 28, 2019 10:07 am
דורך צעגראדזשעט
גרויסע עם הארץ האט געשריבן:איין קאמענט אויף די וואכעדיגע מאמענט, אויב אין די שטערן איז די חודש געווען באשריבן ווען קאנספיראציע טעאריעס, פארוואס דארף די מאמענט נאכשרייבן ווארט ביי ווארט נאר מיטן צולייגן די מוללער מעשה? וצ"ע.

בכלל נישט די ערשטע אויסגאבע וואו איך טרעף אן אלטע ארטיקלען ווארט ביי ווארט... ניטאמאל די גרייזן פארראכטן...