"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 176
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » פרייטאג פאברואר 15, 2019 1:18 pm

בויער האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:סברי מורי רבנן ורבותי

די ארטיקעל פון חיים יעקב גרין אויף רבי מיילעך איז הפלא ופלא ממש יעדע שורה איז אפצולעקן מלא הומאר און אינטרעסאנטע אנעקדאטן, איך האב עס נעכטן נאכט דורכגעליינט אין איין שאס, ס'לוינט זיך אלע געלטער עס צו קויפן.


אלע געלטער ממש?

ווילסט צאלן מיט ביטקוין?

כשרע טעלעפאן
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 15, 2018 1:35 pm

תגובהדורך כשרע טעלעפאן » מוצ"ש פאברואר 16, 2019 9:59 pm

מאנסי שטופער האט געשריבן:
בויער האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:סברי מורי רבנן ורבותי

די ארטיקעל פון חיים יעקב גרין אויף רבי מיילעך איז הפלא ופלא ממש יעדע שורה איז אפצולעקן מלא הומאר און אינטרעסאנטע אנעקדאטן, איך האב עס נעכטן נאכט דורכגעליינט אין איין שאס, ס'לוינט זיך אלע געלטער עס צו קויפן.


אלע געלטער ממש?

ווילסט צאלן מיט ביטקוין?

אפשר גאר מיט רובל אדער זלאטע

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » זונטאג פאברואר 17, 2019 12:51 am

בויער האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:סברי מורי רבנן ורבותי

די ארטיקעל פון חיים יעקב גרין אויף רבי מיילעך איז הפלא ופלא ממש יעדע שורה איז אפצולעקן מלא הומאר און אינטרעסאנטע אנעקדאטן, איך האב עס נעכטן נאכט דורכגעליינט אין איין שאס, ס'לוינט זיך אלע געלטער עס צו קויפן.


אלע געלטער ממש?


חושב פארמאגט נישט מער ווי זעקס דאללער אין זיין בערזעל, סא יא אלע געלטער כפשוטו,


בד״וו איך האב אויך זייער הנאה געהאט פין זיין ארטיקל, צי די שבת קען זיך עני באדי אנשרייבן?

אוועטאר
חסיד אמיתי
שר חמש מאות
תגובות: 791
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 02, 2014 3:55 pm
לאקאציע: אין מירון

תגובהדורך חסיד אמיתי » זונטאג פאברואר 17, 2019 4:46 pm

בין איך די איינציגסטע וואס איך זעה אין די ארטיקעל מלא אגענדע'ס??????? עס זעהט אויס ווי מען פארביערט מסביר צו זיין עפעס זייער שטארק? אדער איך לעב אין א טעות?

אפילו איך גלייב אז עס איז באשטעלט געווארען פון די פירער'ס אזוי עס אויסצושרייבען, דאך האבען זיי זיך נישט געטרויעט עס צו טוען אין די נארמאלע צייטונגען ווי דער איד, בלאט, צייטונג וכו' פארוואס די מאמענט מיז אלעמאל זיין עטוואס קאנטערווירסעל ווייסט איין איינציגע גרויס הייליגע באשעפער

איך וועל בעזהשי"ת נישט פארגעפירען דא יעצט אין די שמעוס, און בל"נ נישט ענטפערען אין די נושא מער, איך הב נאר געוואלט נאכאמאל אויסשמיסען א זאך וואז איז שוין כמה וכמה פעמים געווארען דוסקעסירט דא צווישען די שפאלטענעס אז די מאמענט האט א מעלה פון זיין זייער נישט עטיש, כה לחי
צוגעלייגטע
final.PNG
final.PNG (666.76 KiB) געזעהן 2566 מאל
גייט אין פייער פאר'ן רבי'ן

אוועטאר
פישל
שר חמש מאות
תגובות: 747
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 25, 2010 11:53 am

תגובהדורך פישל » זונטאג פאברואר 17, 2019 5:56 pm

מוכר ספרים האט געשריבן:ר' חיים יענקל גרינ'ס ארטיקל אין מאמענט די וואך, יעדע ווארט קען מען אויסלעקן...

כהאב ממש געשפירט ווי כבין ביי רבי מיילעכן

געמיינט האב איך אז אינעם ארטיקל ווערט נאר באשריבן דעם עצם שבת במחיצתו של רבי מיילעך, אבער כבין געווארן אנטוישט ליינענדיג זיין גאנצע נסיעה אין א"י... פון דעם זיסן רבי אברהם וואס ציילט אליהו הנביא און מיט דער אלטיטשקער וואס איז צאמגעפאלן אויפן פליגער..., די "אומקאנטראלירבארע טענץ ביז איינפאכע טאמל סאסעס"...
אוי איז דאס זיס.....

ג"א מצטרף, כ'האב געליינט מיט הנאה יעדעס ווארט פון דעם מירון-בידערמאן ארטיקל, געווען א געשמאק צו ליינען
דער ענטפער טוישט זיך, אבער די פראגע בלייבט די זעלבע, וויפיל אזייגער איז?

מוכר ספרים
שר מאה
תגובות: 166
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 05, 2017 2:12 pm

תגובהדורך מוכר ספרים » זונטאג פאברואר 17, 2019 8:49 pm

חסיד אמיתי האט געשריבן:בין איך די איינציגסטע וואס איך זעה אין די ארטיקעל מלא אגענדע'ס??????? עס זעהט אויס ווי מען פארביערט מסביר צו זיין עפעס זייער שטארק? אדער איך לעב אין א טעות?

אפילו איך גלייב אז עס איז באשטעלט געווארען פון די פירער'ס אזוי עס אויסצושרייבען, דאך האבען זיי זיך נישט געטרויעט עס צו טוען אין די נארמאלע צייטונגען ווי דער איד, בלאט, צייטונג וכו' פארוואס די מאמענט מיז אלעמאל זיין עטוואס קאנטערווירסעל ווייסט איין איינציגע גרויס הייליגע באשעפער

איך וועל בעזהשי"ת נישט פארגעפירען דא יעצט אין די שמעוס, און בל"נ נישט ענטפערען אין די נושא מער, איך הב נאר געוואלט נאכאמאל אויסשמיסען א זאך וואז איז שוין כמה וכמה פעמים געווארען דוסקעסירט דא צווישען די שפאלטענעס אז די מאמענט האט א מעלה פון זיין זייער נישט עטיש, כה לחי

אינטערעסאנט, איך, אלס תו"א חסיד וואס האטזיך משתתף געווען ביים מצוה טאנץ, האביך ליינענד'יג דעם ארטיקל זייער הנאה געהאט. איך ווייס נישט וואס די כוונה פונעם שרייבער איז טאקע געווען, אבער איך זע נישט שלעכט און נעגאטיוו ווען זיי שרייבן אז די מצוה טאנץ האט גענומען א לענגערע וויילע ווען דאס איז דער אמת און איז בכלל נישט קיין בושה און רעטאריק.
און איך זע נישט וואו מ'ען דא זען שלעכטס אדער "אומעטיש".

yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » מיטוואך פאברואר 20, 2019 7:41 pm

its a must to read
צוגעלייגטע
moment shner.jpg
moment shner.jpg (109.83 KiB) געזעהן 2108 מאל

אוועטאר
ס'רעגענט ס'גיסט
שר חמש מאות
תגובות: 878
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 04, 2018 11:15 am

תגובהדורך ס'רעגענט ס'גיסט » זונטאג פאברואר 24, 2019 1:06 am

חנוך האט געמאכט א פיינעם ארבעט דעי וואך מיט שיינער'ס שוהל.

(איינער ווייסט אפשר אויב חנוך מיט חיים יענל גרין זענען מלובש אין איין גוף..? אזוי האטעס אויסגעזעהן פאריגע וואך ביי די בידערמאן ארטיקעל...)

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » זונטאג פאברואר 24, 2019 1:17 am

די שיינער ארטיקל איז א מעסטער פיס, א מין קערעקטער דעי חנוך׳ל, אפשר קען ער מאכן א חלק ב׳ ווי ער באשרייבט מנחה/ מעריב ווי אויך פין ר׳ בערי וועבער׳ס ישיבה, סזעט אויס צי זיין אינטערסאנט,

אויך די עמעזאן ארטיקל איז נישט שלעכט געווען,

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » זונטאג פאברואר 24, 2019 1:42 am

yid האט געשריבן:its a must to read

Can you tell me if for me which im a often visitor in Lewi Sheiners Shul, is it also interesting to read?
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1854
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג פאברואר 24, 2019 1:44 am

ס'רעגענט ס'גיסט האט געשריבן:חנוך האט געמאכט א פיינעם ארבעט דעי וואך מיט שיינער'ס שוהל.

(איינער ווייסט אפשר אויב חנוך מיט חיים יענל גרין זענען מלובש אין איין גוף..? אזוי האטעס אויסגעזעהן פאריגע וואך ביי די בידערמאן ארטיקעל...)

;l;p-
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

yid
שר חמישים ומאתים
תגובות: 331
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 08, 2011 6:37 pm

תגובהדורך yid » זונטאג פאברואר 24, 2019 1:57 am

געריבענער סוחר האט געשריבן:
yid האט געשריבן:its a must to read

Can you tell me if for me which im a often visitor in Lewi Sheiners Shul, is it also interesting to read?


for sure you will enjoy it

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

די מאסיווע אכילה גדולה ביי שיינער, ווען איז דאס?

תגובהדורך אהער און אהין » מאנטאג פאברואר 25, 2019 9:50 am

חנוכ'ל'ס קעפל האט מיר געצויגן די וואך. האב מיר געצאלט די 7 טולער דא אין מיין אפסטעיט שטאט, און יא, ס'האט זיך געלוינט יעדע פעני, סיי פון חנוכ'לס באזוך און סיי פונעם לבלר, מאסיווע טאלאנט פון שמעון שלמה זילבער איז מסדר קלאר דעם הייליגן רמב''ם'ס חיבור, און א הערליכע ארטיקל איבער ר' ליבער הגדול, ועוד ועוד.
נאר איין פראגע צו חנוכ'ל, שבת מיטאג אויפן קאנאפע האב מיר אנאליזירט דעם ארטיקל, און געקוואלן פון איר אינהאלט, נאר איין פלאקן:
עס זענען געוויזן געווארן דארט מאסיווע ארטיפישל בילדער פון אכילה גדולה, (מיין רביצין האט עס געזאגט אויף דעם ענגליש-אונגאריש אויסדרוק gousto) און איך וואונדער זיך, ווען און וואו איז דאס? די הווא דזשאווא געטרינקעכטס לייגט אראפ מיט א זיכערקייט אז דאס איז טאקע אין סאמע פארשעי, נישט ערגעץ אין אומאן אדער להבדיל מאראקא, צו ווייס איך וואו דער שיינער קומט אלץ אן, נו איך ברויך פלאנירן מיין וויזיט אין פארשעי דוקא ווען כ'וועל קענען צוטרינקען א גלעזל פון הווא דזשאווא, אלזא זיי מוחל חנוכל, נעקסטיים לייג צו קלארע ווערטער ווען מען ברענגט אריין די אכילה גדולה, אזוי מיר זאלן קענען זעטיגן דעם מויל אויכעט, נישט נאר די אויגן...
דאנקע שיין...

אוועטאר
געריבענער סוחר
שר חמש מאות
תגובות: 575
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 30, 2018 10:50 am
לאקאציע: אין קאנפערענס רום

תגובהדורך געריבענער סוחר » מאנטאג פאברואר 25, 2019 10:24 am

ביי שיינער איז די מנהג אז א ווארימע זופ פון אפאר סארטן, קענסטו האבן ווען דו באזוכסט די שוהל, ווי אויך קאפי מיט קוקיס. דאס איז די פושיטע טעגליכע מעניו. די איבריגע דארף חנוך אריינקימען קלארער.
.When someone tells you: "It can't be done!" Remember: Those are their limits, not yours

חנוך גרינבערגער
אנשי שלומינו
תגובות: 6
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 09, 2017 11:46 am

תגובהדורך חנוך גרינבערגער » מאנטאג פאברואר 25, 2019 11:14 am

אדאנק אייך אלע פאר די ווארעמע קאמפלימענטן.
די בילדער זענען פון א סעודת ברית.

נודניק
שר חמישים ומאתים
תגובות: 291
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג סעפטעמבער 14, 2014 7:16 pm

תגובהדורך נודניק » מאנטאג פאברואר 25, 2019 11:29 am

חנוך גרינבערגער האט געשריבן:.


חנוך אדער חנוך׳ל??
ערגעץ שפילסטו ארום מיט פאפעריי דא אדער אין די מאמענט??!!

לבלר
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

תגובהדורך לבלר » מאנטאג פאברואר 25, 2019 3:52 pm

צוויי מענטשן ווארט איך קוים ווען מ'גייט זיי אינטערוויוען אין די מאמענט, ר' יושע עהרנרייך פון די תפילין און אויך דער שוווארצער גוי וואס זינגט נשמת יעדע וואך שבת צופרי אויף בעדפארד קאר. פענן סט.

גם זה יעבור
שר מאה
תגובות: 197
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 15, 2015 3:32 pm

תגובהדורך גם זה יעבור » מאנטאג פאברואר 25, 2019 4:01 pm

לבלר האט געשריבן:צוויי מענטשן ווארט איך קוים ווען מ'גייט זיי אינטערוויוען אין די מאמענט, ר' יושע עהרנרייך פון די תפילין און אויך דער שוווארצער גוי וואס זינגט נשמת יעדע וואך שבת צופרי אויף בעדפארד קאר. פענן סט.


איינער האט עפעס אינפאו אויף דעם שווארצן תהילים זאגער?
ער זאגט נשמת און תהילים שבת אינדערפרי אויף לי עוו. ?
א פלא פון א מעשה! שוין לאנג געוואלט וויסן די מעשה מיט אים

אוועטאר
הלשון
שר האלפיים
תגובות: 2909
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » מאנטאג פאברואר 25, 2019 5:45 pm

גם זה יעבור האט געשריבן:איינער האט עפעס אינפאו אויף דעם שווארצן תהילים זאגער?
ער זאגט נשמת און תהילים שבת אינדערפרי אויף לי עוו. ?
א פלא פון א מעשה! שוין לאנג געוואלט וויסן די מעשה מיט אים

מונח בזכרוני: שוין געווען אמאל א לאנגע שמועס דערוועגן דא בעולם הזה

והמלנקים ילנקו
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

ניס קראכער
שר האלפיים
תגובות: 2848
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

תגובהדורך ניס קראכער » מאנטאג פאברואר 25, 2019 6:24 pm

הלשון האט געשריבן:
גם זה יעבור האט געשריבן:איינער האט עפעס אינפאו אויף דעם שווארצן תהילים זאגער?
ער זאגט נשמת און תהילים שבת אינדערפרי אויף לי עוו. ?
א פלא פון א מעשה! שוין לאנג געוואלט וויסן די מעשה מיט אים

מונח בזכרוני: שוין געווען אמאל א לאנגע שמועס דערוועגן דא בעולם הזה

והמלנקים ילנקו

דא

אין דא (קוקט אפער בלעטער דארט)

אין נאך

אוועטאר
אדער יא
שר האלפיים
תגובות: 2092
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 11, 2018 11:00 am

רעיון אינטערוויא

תגובהדורך אדער יא » מאנטאג פאברואר 25, 2019 7:18 pm


לבלר
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 15, 2018 10:37 am

תגובהדורך לבלר » מיטוואך פאברואר 27, 2019 11:37 am

שכ'ח פארן צוצייכענען ס'האט מיר געגעבן א שטיקל קלארקייט,
אין מיינע אויגן שעפט ער חיות אגאנצע וואך פונעם שבת'דיגע דאווענען....
און די גאנצע זאך איז נישט מער וווי אשפיל, כ'האב אים געזען מיט די וואכענדיגע קליידער, ס'האט נישט קיין ריס! און די לשה"ק ליינט ער מסתם דורך ענגלישע בוכשטאבן כ'האב אמאל אריינגעבליקט אין זיינע צעטלען, סאיז פול מיט ענגלישע און להבדיל לשה"ק.
אלענספאל שעפט ער זיין לעבהאפט פון די זייטיגע בליקן פון דורכגייער און זיכער ווען א גאסט שטעלט זיך אפ שאקירטערהייט....

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 163
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט פר׳ ויקהל תשע״ט

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך פאברואר 27, 2019 2:02 pm

מאמענט פר׳ ויקהל תשע״ט
צוגעלייגטע
Moment Magazine Vayakheil 5779 Cover.jpg
Moment Magazine Vayakheil 5779 Cover.jpg (184.32 KiB) געזעהן 721 מאל

אוועטאר
טעם וריח
שר חמש מאות
תגובות: 723
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 19, 2017 7:33 pm

תגובהדורך טעם וריח » מיטוואך פאברואר 27, 2019 2:17 pm

אוי.. כמיין דאסמאל וועל איך מוזן באהאלטן דעם מאמענט פון מיינע קליינע קינדערליך וואס וועלן ווילן פונקלעך וויסן וואס איז פשט פון דעם בילד...

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 824
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » זונטאג מארטש 03, 2019 1:59 pm

איבערקוקענדיג איינמאל און נאכאמאל דעם מאסיוון גוט-געשריבענעם ארטיקל-אנאליז איבער די 'שיינער שול', דורך חנוך גרינבערגער, האמיר אויך באטראכט די בילדער.
איין בילד וואס 'רעדט ווערטער', און אין מאמענט אויף סוכות איז געווען אן אינטערוויו מיט אלי וואהל, א פארטאגראפירער וואס האט 'אפגעלערנט בילדער', לדעתי איז דער בילד גאר גאר קנאקעדיג פון א פאטאגראפיע ווינקל, און דער פשוטער אויג כאפט אויך דערפון התפעלות.
דער בילד איז פון א באזוך פון הגאון המקובל, כל רז לא אניס לי', ר' איטשע מאיר מארגענשטערן שליט''א, וואו ער דאווענט אין די שיינער שול. ווי ס'זעהט אויס פון די שארפע קלארקייט פון דעם בילד, איז דאס געכאפט פון א פראפעסיאנאלן פאטאגראפיסט מיט טייערע כלים, זעהט מען ווי ר' איטשע מאיר בעונתנותו הילט זיך אריין אינעם טלית, וואו ער וויל באהאלטן זיינע הויכע כונות און טיפער מח וואס קלעטערט, פאר אים איז אויפגעמישט א דיקער כונות סידור וואס קוקט אויס ווי אן אנטיק און הייבט זיך אזוי פון ביידע זייטן וואס ווארפט זיך גוט צוזאם מיטן צדיק דערנעבן, פון די זייט זעהט מען איידעלע קבלה ליבהאבער וואס שטייען מיט עהרע און קוקן צו דעם צדיק'ס עבודה לכוין, ווען פון אויבען שטייען די טשילאר'ס און ווארפן א ליכט אויף דעם 'מראה' וואס מען זעהט דא.
דער בילד וואס קאנצעטרירט בלויז אויף דעם מקום אן אריינכאפן עפעס פרעמד'ס פון ארום, גיט זייער קלאר אראפ דעם 'מצב' דארט אויפן ארט.
*
חנוך, ביטער ברענג אהער דעם לעבעדיגן בילד, ס'זאל זיין 'עד שהראה לו''.


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט