"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין
כ'וואונדער מיר אויב מאמענט האט געפרעגט א שאלה פון א רב פאר'ן פאבלישן די ארטיקל פאריגע וואך איבער די באזוך אין צפון קארעא, ס'איז זייער אומקלאר אויב דער האט עובר געווען אויף עבוד"ז מיט'ן זיך בוקן צו די פסלים. (יא, כ'ווייס אויך פונעם תירוץ אז ס'איז נאר פאר כבוד, ס'איז ווייט נישט אזוי סימפל)
אז מ'רעדט שוין, האב איך אן ענליכע פראבלעם מיט'ן אינטערוויו מיט גאטליעב פון די ריעל עסטעיט קורסעס, האט מאמענט זיך נאכגעפרעגט אויף דעם פארדעם? 90% דאהי טענה'ן אז ס'איז א גניבה און ארויסגעווארפן אידיש געלט, לדעתי איז געבן פאר אזא מענטש אן אינטערוויו אויף אזא אופן אן עוולה. אויב איז עס געווען באצאלט וואלט עס געדארפט ארויסשטיין קלאר.

Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
-
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3976
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
להוסיף האט געשריבן:מיט רבי עקיבא אין ״פוילישע שטיבל״: די הונדערט יעריגע געשיכטע פון דעם שטיבל וואס האט געהאט די ערשטע מקוה אין חרדישן וויליאמסבורג, צו דער פטירה פון לאנגיעריגן גבאי הרה״ח רבי עקיבא בערלינער ז״ל.
דיסעפוינטעט מיט'ן מאמענט די וואך.
ער האט א קאווער פון הרב בערלינער אינעם פוילישע שטיבל אין וויליאמסבורג.
נאכ'ן ליינען אפאר פאראגראפן ווער איך געוואויר.
1) הרב בערלינער האט געדאווענט אין גערער שטיבל. א טענענט אין בנין פון פוילישע שטיבל. פון גערער שטיבל ווערט גארנישט געשריבן.
2) דער דעקל דערציילט אז דאס איז די שטיבל וואס האט געהאט די ערשטע מקוה אין וויליאמסבורג. שטעלט זיך ארויס אז מען רעדט פון א פריערדיגע בנין. די בנין האט קיין מקוה.
3) די הונדערט יעריגע היסטאריע ווערט גארנישט געשריבן. אפאר נעמען פון אידן וואס האבן דארט געדאווענט די לעצטערער יארן. [אויך מיט טעותים פון נעמען. למשל ווילהעלם]
הקיצור. א שטיקל ארטיקל אולי ואולי, אבער א 'קאווער סטארי' זיכער נישט. אוודאי נישט בשייכות מיט הרב בערלינער.
גם אני מצטרף, קענענדיג אביסל דעם שוהל מיט רבי עקיבא פון יוגענט אן, האט מיר דער דעקל פון מאמענט געכאפט און דערפאר האב איך עס געקויפט, אבער דער ארטיקל האט גארנישט דעליווערט. דיסעפוינטעד.
לחיים ולברכה!
מאמענט פר׳ וישלח תשע״ט
חסד שבחסד: א גראסערי מאן אין וויליאמסבורג, לאנגע פיינפולע יארן פון קינדערלאזיגקייט און חובות, התקשרות מיט צדיקי הדור, צווישן יאוש, קריטיק און חיזוק, הייליגע ראבא-קאלס און א מאסיווע חסד אימפעריע: די אנדערע זייט פון דער אינספירירנדער געשיכטע פון בארימטן איש חסיד ואיש החסד הרה"ח ר' טובי' מאיר ניימאן שליט״א
דער הייליגער מילכיגער: אויסשליסליכער שמועס מיט הגאון הגדול רבי שלמה זלמן גראסמאן שליט״א, הויפט רב אין אלעד, איבער דער געהויבענער פערזענליכקייט פון זיין פאטער, דער צדיק נסתר רבי נתן אליעזר גראסמאן זצוק״ל, וועלכער האט זיך פארשלייערט אלס פשוט'ער "מילכיגער" אין די גאסן פון ירושלים
היסטארישער בילדער פראיעקט: הרב אליעזר ראזען און הרב חיים אבראהאם ברענגען אייך אריבער 50 געקליבענע היסטארישע בילדער פון אור אלטן וויליאמסבורג אנטפלעקט צום ערשטן מאל באגלייט פון דעסקריפציעס צו יעדן בילד.
שיריים פון דער דאנערשטאג שניי שטורעם לעצטע וואך — א 7 שעה רייזע: שילדערונג פון יונגערמאן געשטראנדעט אויפ'ן באס לאנגע זיבן שעה פון וויליאמסבורג קיין מאנסי --- א באס אויפ'ן 17: א באס מיט מיידלעך געשטראנדעט אויפן רט. 17, און א גאנצע שטאט קומט צוהילף; פאראמעדיק ר' חנני' אינדיג שילדערט
א הארץ אטאקע אויפ'ן פליגער: וואונדערליכע השגחה פרטית געשיכטע פון היינטיגער צייט --- די סאטמאר באבוב חתונה בשנת תשנ״ח אין אויגן פון א פרעמדן ״ניו יארק טיימס״ זשורנאליסט --- מחנך הרב שלום יעקב וואזנער: יא, איך האב א שוואך קינד! --- הרב שבתי פריעד: גוטמוטיג, איבערראשנד און לאכעדיג... --- מענדל אונגער איבער מידיע און דעמאקראטיע

- צוגעלייגטע
-
- פאדערשטע זייט פון מאָמענט #215, פר׳ וישלח תשע״ט
- Moment Magazine Vayishlach 5779 Main Cover.jpeg (459.79 KiB) געזעהן 1680 מאל
- גולם פון פראג
- שר חמש מאות
- תגובות: 600
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אוגוסט 17, 2011 8:16 pm
ווישוואש האט געשריבן:כ'וואונדער מיר אויב מאמענט האט געפרעגט א שאלה פון א רב פאר'ן פאבלישן די ארטיקל פאריגע וואך איבער די באזוך אין צפון קארעא, ס'איז זייער אומקלאר אויב דער האט עובר געווען אויף עבוד"ז מיט'ן זיך בוקן צו די פסלים. (יא, כ'ווייס אויך פונעם תירוץ אז ס'איז נאר פאר כבוד, ס'איז ווייט נישט אזוי סימפל)
אז מ'רעדט שוין, האב איך אן ענליכע פראבלעם מיט'ן אינטערוויו מיט גאטליעב פון די ריעל עסטעיט קורסעס, האט מאמענט זיך נאכגעפרעגט אויף דעם פארדעם? 90% דאהי טענה'ן אז ס'איז א גניבה און ארויסגעווארפן אידיש געלט, לדעתי איז געבן פאר אזא מענטש אן אינטערוויו אויף אזא אופן אן עוולה. אויב איז עס געווען באצאלט וואלט עס געדארפט ארויסשטיין קלאר.
איך גלויב אז זיי האבען באצאלט, אז נישט זענען די מאמענט חברה גרויסע טפשים פאר'ן געבען א פלאטפארמע פאר א ביזנעס און נישט ארויסנעמען ריוח...
זעה אויך די יעצטיגע קאווע סטארי פון דעי וואך וכו' וד"ל וק"ל.
-
- שר העשר
- תגובות: 12
- זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 11, 2018 9:55 pm
די בילד אויפן דעקל פון כ"ק הקדוש מראבא-קאלס שליט"א איז סאך בעסער פון די בילד אין זיין וועכענטליכן קאלום אינעווייניג אינעם מאמענט. אפשר וואלט געווען כדאי צו טוישן דארט די בילד.
בעסער, אפשר איז כדאי אינגאנצן ארויסצונעמען יענע קאלום פונעם מאמענט. גענוג וואס טובים מאורות מאכט זיכער מ'זאל נישט פארגעסן פון זיי אין די וואכנטעג דארף מען נאך שבת נאכמיטאג זיך אויך אנשטויסן דערין? כ'האף אז מיטן זיין יעצט די קאווער סטארי וועט מער נישט נאכפאלגן די נערווירענדע קאלום וועכענטליך.
אגב, אוועראלל איז די מאמענט די לעצטיגע וואכן סאך סאך בעסער פון בעפאר. א ווערייעטי פון ארטיקלען און פיין אראפגעלייגט. טהאמבס אפ!

ס'וועט נאך קומען א צייט וואס קיינער וועט נישט געדענקן פון אזא מושג ווי ראבא-קאלס, און דוקא נישט ווייל זיי וועלן זיך פלוצלינג אפשטעלן וכדומה, נאר ווייל זיי וועלן באקומען א שינוי השם, "אוי האב איך היינט באקומען אסאך טובי' מאיר'ס אויפן סעלפאון".
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2577
- זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm
לכאורה האט געשריבן:ס'וועט נאך קומען א צייט וואס קיינער וועט נישט געדענקן פון אזא מושג ווי ראבא-קאלס, און דוקא נישט ווייל זיי וועלן זיך פלוצלינג אפשטעלן וכדומה, נאר ווייל זיי וועלן באקומען א שינוי השם, "אוי האב איך היינט באקומען אסאך טובי' מאיר'ס אויפן סעלפאון".
און ווען מאמענט וועט אין יאר תתשצ''ג האבן אויפן קאווער "איז 'טובי' מאיר' אן עכטע נאמען? באקענט אייך מיטן ערפינדער פון די היימישע ראבא-קאלס!" וועל איך ווייזן מיין אייניקל אז דער נאמען שטאמט פון לכאורה ז''ל אויף וויקיוועלט (דעמאלטס: אייוועלט).
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.
- הערשעל פאסטעכער
- שר מאה
- תגובות: 188
- זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 10, 2018 1:49 pm
- לאקאציע: ביים ברינעם אינדערויסן פון דארף
אסדר לסעודתא האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:ס'וועט נאך קומען א צייט וואס קיינער וועט נישט געדענקן פון אזא מושג ווי ראבא-קאלס, און דוקא נישט ווייל זיי וועלן זיך פלוצלינג אפשטעלן וכדומה, נאר ווייל זיי וועלן באקומען א שינוי השם, "אוי האב איך היינט באקומען אסאך טובי' מאיר'ס אויפן סעלפאון".
און ווען מאמענט וועט אין יאר תתשצ''ג האבן אויפן קאווער "איז 'טובי' מאיר' אן עכטע נאמען? באקענט אייך מיטן ערפינדער פון די היימישע ראבא-קאלס!" וועל איך ווייזן מיין אייניקל אז דער נאמען שטאמט פון לכאורה ז''ל אויף וויקיוועלט (דעמאלטס: אייוועלט).
האהאהא.....
ווען איך שרייב ווען די 'יש אומרים' אין מאמענט, וואלט איר דאס געזען קומענדיגער וואך...
געפעלט מיר שטארק!

איך בין טאקע א פאסטעכער!
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
אבער אלעס 'פאסט' מיר...
- שמואל אלצווייסער
- שר חמש מאות
- תגובות: 974
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
- לאקאציע: ביים נייעס טישל
-
- שר האלף
- תגובות: 1770
- זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 22, 2017 12:04 pm
איך וויל מיך אפיציעל באדאנקן פאר די "מאמענט" פארן שטעלן א בילד פון הרב ניימאנן (אויפן דעקל פעלט עפעס דער דאפעלטער נו"ן), אזוי ארום קענען מיר מקיים זיין דעם והיו עיניך רואות את מוריך, דער רבי וואס לערנט אונז אלע אויס דעם ולא תגורו מפני איש, און דעם ולא יבוש מפני המלעיגים, און ווען עס קומט צו א זאך וואס ער האלט אז עס איז ריכטיג על פי תורה וועט ער דאס טוהן כאטש די גאנצע "אידישע וועלט" ברויזט און בייזט און גיסט אים אן מיט קיתונות של שופכין.
כה לחי, רבי טוביה מאיר!
כה לחי, רבי טוביה מאיר!
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"
לכאורה האט געשריבן:ס'וועט נאך קומען א צייט וואס קיינער וועט נישט געדענקן פון אזא מושג ווי ראבא-קאלס, און דוקא נישט ווייל זיי וועלן זיך פלוצלינג אפשטעלן וכדומה, נאר ווייל זיי וועלן באקומען א שינוי השם, "אוי האב איך היינט באקומען אסאך טובי' מאיר'ס אויפן סעלפאון".
תמיהני, א תגובה וואס גרעניצט זיך מיט מכנה שם לחבירו איז דא געבליבן,
אבער מיין תגובה וואס איז סך הכל מכנה שם לעכו"ם איז געמעקט געווארן,
גיי פארשטיי?
ווענד זיך מסתמא ווער דער כותב התגובה איז....
לעצט פאראכטן דורך ראספשע אום דאנארשטאג נובעמבער 22, 2018 2:10 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
לכאורה האט געשריבן:ס'וועט נאך קומען א צייט וואס קיינער וועט נישט געדענקן פון אזא מושג ווי ראבא-קאלס, און דוקא נישט ווייל זיי וועלן זיך פלוצלינג אפשטעלן וכדומה, נאר ווייל זיי וועלן באקומען א שינוי השם, "אוי האב איך היינט באקומען אסאך טובי' מאיר'ס אויפן סעלפאון".
איינס און א גוטס שוין לאנג נישט געלכט אזאנס
לכאורה האט געשריבן:איך וויל מיך אפיציעל באדאנקן פאר די "מאמענט" פארן שטעלן א בילד פון הרב ניימאנן (אויפן דעקל פעלט עפעס דער דאפעלטער נו"ן), אזוי ארום קענען מיר מקיים זיין דעם והיו עיניך רואות את מוריך, דער רבי וואס לערנט אונז אלע אויס דעם ולא תגורו מפני איש, און דעם ולא יבוש מפני המלעיגים, און ווען עס קומט צו א זאך וואס ער האלט אז עס איז ריכטיג על פי תורה וועט ער דאס טוהן כאטש די גאנצע "אידישע וועלט" ברויזט און בייזט און גיסט אים אן מיט קיתונות של שופכין.
כה לחי, רבי טוביה מאיר!
מעשה לסתור?!
אחד היה אברהם - שעבד את ה' רק על ידי שהיה אחד, שחשב בדעתו שהוא רק יחידי בעולם ולא הסתכל כלל על בני העולם.
ראספשע האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:ס'וועט נאך קומען א צייט וואס קיינער וועט נישט געדענקן פון אזא מושג ווי ראבא-קאלס, און דוקא נישט ווייל זיי וועלן זיך פלוצלינג אפשטעלן וכדומה, נאר ווייל זיי וועלן באקומען א שינוי השם, "אוי האב איך היינט באקומען אסאך טובי' מאיר'ס אויפן סעלפאון".
תמיהני, א תגובה וואס גרעניצט זיך מיט מכנה שם לחבירו איז דא געבליבן,
אבער מיין תגובה וואס איז סך הכל מכנה שם לעכו"ם איז געמעקט געווארן,
גיי פארשטיי?
ווענד זיך מסתמא ווער דער כותב התגובה איז....
מיין תגובה איז מעגליך מכנה שם פאר ראבא קאלס
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"
- אַבּערוואַס
- שר האלפיים
- תגובות: 2179
- זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 02, 2013 5:13 pm
ראספשע האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:ס'וועט נאך קומען א צייט וואס קיינער וועט נישט געדענקן פון אזא מושג ווי ראבא-קאלס, און דוקא נישט ווייל זיי וועלן זיך פלוצלינג אפשטעלן וכדומה, נאר ווייל זיי וועלן באקומען א שינוי השם, "אוי האב איך היינט באקומען אסאך טובי' מאיר'ס אויפן סעלפאון".
תמיהני, א תגובה וואס גרעניצט זיך מיט מכנה שם לחבירו איז דא געבליבן,
אבער מיין תגובה וואס איז סך הכל מכנה שם לעכו"ם איז געמעקט געווארן,
גיי פארשטיי?
ווענד זיך מסתמא ווער דער כותב התגובה איז....
לי הקטן נראה אז אייער תגובה איז נישט געמעקט געווארן וועגן כינוי שם (וואס ווי 'לכאורה' מערקט שוין אן, האט מען דא אפשר מכנה שם געווען דעם פראדוקט פין ראבא-קאלס וה"ה פין וואס איר האט גערעדט, נישט חלילה קיין מענטש) נאר צוליב די אינהאלט דערפין.
אין אונזער דור וואו ווירטואלע ווערטלעך איז געווארן א נארם, דארף מען ספעציעל צולייגן קאפ אויף א ווערטל וואס פאסט נישט צו זאגן אז ס'פאסט נישט צו שרייבן אויך נישט.
ווארט א מינוט, לאמיך נאכקוקן...
גולם פון פראג האט געשריבן:ווישוואש האט געשריבן:כ'וואונדער מיר אויב מאמענט האט געפרעגט א שאלה פון א רב פאר'ן פאבלישן די ארטיקל פאריגע וואך איבער די באזוך אין צפון קארעא, ס'איז זייער אומקלאר אויב דער האט עובר געווען אויף עבוד"ז מיט'ן זיך בוקן צו די פסלים. (יא, כ'ווייס אויך פונעם תירוץ אז ס'איז נאר פאר כבוד, ס'איז ווייט נישט אזוי סימפל)
און בכלל די בילד אין די לופטען פון אים אויפן דעקל מאמענט ויצא איז ווייט פון די וואס מיר ווילן וויזען פאר אונזערע קינדער..........................
אַבּערוואַס האט געשריבן:ראספשע האט געשריבן:לכאורה האט געשריבן:ס'וועט נאך קומען א צייט וואס קיינער וועט נישט געדענקן פון אזא מושג ווי ראבא-קאלס, און דוקא נישט ווייל זיי וועלן זיך פלוצלינג אפשטעלן וכדומה, נאר ווייל זיי וועלן באקומען א שינוי השם, "אוי האב איך היינט באקומען אסאך טובי' מאיר'ס אויפן סעלפאון".
תמיהני, א תגובה וואס גרעניצט זיך מיט מכנה שם לחבירו איז דא געבליבן,
אבער מיין תגובה וואס איז סך הכל מכנה שם לעכו"ם איז געמעקט געווארן,
גיי פארשטיי?
ווענד זיך מסתמא ווער דער כותב התגובה איז....
לי הקטן נראה אז אייער תגובה איז נישט געמעקט געווארן וועגן כינוי שם (וואס ווי 'לכאורה' מערקט שוין אן, האט מען דא אפשר מכנה שם געווען דעם פראדוקט פין ראבא-קאלס וה"ה פין וואס איר האט גערעדט, נישט חלילה קיין מענטש) נאר צוליב די אינהאלט דערפין.
אין אונזער דור וואו ווירטואלע ווערטלעך איז געווארן א נארם, דארף מען ספעציעל צולייגן קאפ אויף א ווערטל וואס פאסט נישט צו זאגן אז ס'פאסט נישט צו שרייבן אויך נישט.
אינטרעסאנט, דאס ווערטל וואס כ'האב דא געשריבן האב איך סך הכל גענומען פון ערגעץ אנדערש דא אויפן וועלטל [וואס איז בשעתו געשריבן געווארן ואין מצפצף פה ופוצה......, ווען ס'יז נאך נישט געווען אין סטייל די היינטיגע אכשר דרא'דיגער סיסטעם דא]
צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”
ווער איז אונליין
באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 7 געסט