בלאט 2 פון 217

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 12:21 pm
דורך פאכמאן
פאלגנד איז א לינק צו די "דער מאמענט" וואס קומט ארויס יעדע צווייטע וואך אין "מאנטריאל". (מ'קען זיך דארט אויפסיינען עס צו באקומען)

http://www.dermoment.ca

(עס גייט שוין אן צוויי יאר)

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 12:24 pm
דורך שטיקל גבאי
ביז יעצט האב איך נישט מגיב געווען אין דעם שמועס, אבער אזוי ווי הרב קוקט פאראויס האט זיך יעצט איין געשריבן און נאר געשריבן אין דעם אשכול, זעהט אויס אז ער ווייסט גאר אסאך איבער דעם גאנצע מאגאזין ווילן מיר בעטן אז איר זאלט אונז געבן נאך אסאך אונטער די קוליסען אינפארמאציע.
מיט דאנק

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 12:36 pm
דורך מר. גרין
פיינעלעלי, עס לעבט שוין און עס איז שוין דא צו באקומען!!
עס קומט מיט 5 מוספים, הויפט אויסגאבע, קינדער אויסגאבע, א סידי פון מוטי אילעוויטש מיט נאך אנדערע, א ביילאגע איבער די נושא פון מלבושים, און נאכדעם איז בייגעלייגט "א בליק"

די מעין קאווער טראגט א בילד פון ר' אליעזר הגר שליט"א און אינטער אים א בילד פון מאנט סייניי שפיטאל [ העמיר בעטן די מומחים צו שאפן א בילד]
ס'קוקט אויס וואו זיי האבן אנגעהויבן מיט די רעכטע פוס..

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 12:42 pm
דורך מר. גרין
די קינדער אויסגאבע וועט זיי ברענגן גוטע רעזולטאטן
די הסבר דערצו איז, אז א אינגערמאן קען טראכטן איך וועל קויפן די מאגעזין נאר ווען עס איז דא אן אינטערסאנטע דעקל, אנדערש איז אבער מיט קינדער וואס ווילן זעהן די סיפורים בהמשכים און זיי וועלן פאר קיין פרייז נישט מוותר זיין דערויף..
נ.ב. איידער איר הייבט אן נעמט עס אין אכט....

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 12:50 pm
דורך derech eretz
אינטערסאנט אז http://www.yiddishmoment.com מאכט זיך צו דעם חודש..

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 12:50 pm
דורך מר. גרין
יא, יולי האט עס באוויזן
פון אלע זייטן שרייט זיך ארויס YHK....

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 12:53 pm
דורך אַבּערוואַס
יואל שווארטץ האט געשריבן:
קענטעלאופ האט געשריבן:נאך א צייטינג מיט די נאמען מאמענט
http://www.momentmag.com/

און די ארויסגעבער פון די נייע מאגאזין האבן נישט געהאט קיין בעסערע דאמעין ווי פלעין נוצן די זעלבע נאר טוישן פון .com צו .org?!


טאקע א אינטערעסאנטע באשלוס, ס'עטזעך טון א צעמישעניש...

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 1:10 pm
דורך מר. גרין
אַבּערוואַס האט געשריבן:
יואל שווארטץ האט געשריבן:
קענטעלאופ האט געשריבן:נאך א צייטינג מיט די נאמען מאמענט
http://www.momentmag.com/

און די ארויסגעבער פון די נייע מאגאזין האבן נישט געהאט קיין בעסערע דאמעין ווי פלעין נוצן די זעלבע נאר טוישן פון .com צו .org?!


טאקע א אינטערעסאנטע באשלוס, ס'עטזעך טון א צעמישעניש...


פארוואס ווער גייט ארויף בכלל א אויף א צייטונגס וועבזייטל??
געראדע איז מיר ממש געקומען צו וויינען ליינענדיג די לינק וואס "דרך ארץ" האט ארויפגעלייגט, וואו זיי שרייבן מלא טענות אויף די ציבור פון 100000 איינגעשריבענע אין זייער אימעיל ליסטע
עס רעדט זיך פון אזוי גערופענע אידן וואס בענקן זיך צו צייטונגען מיט די אידיש פון 100 יאר צוריק

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 1:33 pm
דורך אבי.גערעדט
אין די לוח היום קענט איר זען די אדווערטייזמענט מיט די דעקלעך פון די פרישע אויסגאבע, זיי שרייבן אז ס'האט 300 זייטן!
http://www.dailyluach.com/issue.pdf

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 1:39 pm
דורך מומחה עצום
איך בין נייגעריג צו מען וועט נישט טרעפן דארט זאכן וואס זענען גענומען פון דא (אייוועלט)

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 1:44 pm
דורך שטיקל גבאי
מומחה עצום האט געשריבן:איך בין נייגעריג צו מען וועט נישט טרעפן דארט זאכן וואס זענען גענומען פון דא (אייוועלט)

;l;p- ;l;p-

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 1:48 pm
דורך לכתחילה אריבער
קוקט פאראויס האט געשריבן:די נאמען מאמענט איז זייער א שטארקע נאמען וואס האט כמעט נישט קיין פאסיגערע סלאוגען וואס שטימט אזוי גוט סיי אויף היינטיגע אידיש און סיי אלטע אידיש, און אויך אויף ענגליש
........

עגרי.

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 2:03 pm
דורך AHA
מיסטער גרין זעהט אויס זייער עקסייטעד.

ברוך השם פאר דעם.

העמיר עס קויפען אין ליינען אין איך וועל לאזען וויסען צו איך שעיר דיין עקסייטמענט.

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 3:04 pm
דורך קוקט פאראויס
האט נאך איינער שוין געהערט אז פאר "מאמענט" איז צום ערשטע מאל געלונגן צו באקומען א קאווער אינטערוויוא מיט הרה"צ רבי אליעזר האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ?

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 3:17 pm
דורך יונהלע
עמיר עס לויפן קויפן, ב"ה עס וועט זיין וואס צוליינען אויף יו"ט,

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 3:51 pm
דורך והמבין יבין
יואל שווארטץ האט געשריבן:
קענטעלאופ האט געשריבן:נאך א צייטינג מיט די נאמען מאמענט
http://www.momentmag.com/

און די ארויסגעבער פון די נייע מאגאזין האבן נישט געהאט קיין בעסערע דאמעין ווי פלעין נוצן די זעלבע נאר טוישן פון .com צו .org?!

טאקע געוואלט פרעגן צו סכאפט א חילוק פאר א אזא סארט ביזנעס ?

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 3:53 pm
דורך טראנספארט
קוקט פאראויס האט געשריבן:האט נאך איינער שוין געהערט אז פאר "מאמענט" איז צום ערשטע מאל געלונגן צו באקומען א קאווער אינטערוויוא מיט הרה"צ רבי אליעזר האגער בן כ"ק אדמו"ר מוויזניץ שליט"א ?


אוודאי, זיי קומען יעצט ארויס די ערשטע מאל

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 3:56 pm
דורך קוקט פאראויס
יונהלע האט געשריבן:עמיר עס לויפן קויפן, ב"ה עס וועט זיין וואס צוליינען אויף יו"ט,

האט שוין איינער געזען זייערע קאווער'ס? אויב יא ביטע לייגט עס ארויף, (איינער זאגט מיר אז זיי האבן איבער 300 עמודים מיט מעסיוו ארטיקלן)

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 3:57 pm
דורך מומחה עצום
איינער זאגט מיר אויך אז זיי האבן עטליכע ניקס דא...

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:02 pm
דורך קיווי סטראבערי
300 פעידשעס, wow, וויפיל קען מען דען ליינען?
איך מאך נישט קיין ווערטל, שוין די לעצטע עטליכע יאר ווען ס'קומט פסח און סוכות קויף איך איין אלע ליין מאטריאל, אלע 'מגזין חגיגי מוגדל'ס, און דאס ליין איך פאר די קומענדיגע האלבע יאר, איך קויף כמעט נישט קיין צייטונגען ביז די נעקסטע יום-טוב.

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:02 pm
דורך קרעפטיג
מומחה עצום האט געשריבן:איינער זאגט מיר אויך אז זיי האבן עטליכע ניקס דא...

חחח
ס'איז געפערליך בולט.

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:06 pm
דורך AHA
מומחה עצום האט געשריבן:איינער זאגט מיר אויך אז זיי האבן עטליכע ניקס דא...

עס גיט א שלעכטע געפיהל.

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:14 pm
דורך משה קארנפעלד
איינער זאגט מיר פריער... [געמעקט ביז א קומענדיגע מעלדונג. קרעטשמער\געלעגער]

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:23 pm
דורך קענטעלאופ
300 עמודים און עטליכע ביילאגעס
און פון ווי פלאנען זיי זיך צו קאווערען?

געשריבן: מיטוואך אפריל 09, 2014 4:23 pm
דורך יונהלע
קוקט פאראויס
זאג פארדעם וואס האטיר געזאגט אז ס'האט 300 עמודים אז ער זאל זיך איינשרייבן אין אייוועלט און ארויף לייגן די קאווער און צושרייבן אז ער האט עס באקומען פון א אינסיידער...