"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17531
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » פרייטאג אפריל 11, 2014 11:09 am

איינער פון די פענס האט עס דא ערגעץ געשריבן אז ס'גייט מיטקומען בחנם מיט די בליקס

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » פרייטאג אפריל 11, 2014 12:39 pm

נו, חברה
אויפו ערשטן בליק האט איר הנאה געהאט פונעם "מאמענט" נומער 1?
איז עס ווערט געווען 4.95 ?
לאמיר הערן דעם דעת הקהל..

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » פרייטאג אפריל 11, 2014 12:48 pm

"כזעה אז " די וואך" איז נישט שטיל געבליבן און האט ארויסגעגעבן עטליכע אינטערסאנטע ביילאגעס מיט זיין וועכענטליכע בילדער מאגעזין
ביי די ענד אוף די געים גייען די ליינערס פארדינען.

פאר די וואס האבן ליב היסטאריע, דא האט איר:

עס איז דא אפאר לאנג יעריגער קביצות "די וואך" בבעלות הערשי רובינשטיין ארבעט האנט ביי האנט מיט JDN וועבסייט וועלכע איז היפש פאפולער
פון די אנדערע זייט איז דא "א בליק" וועלכע האט יעצט "מאמענט" וואס איז בבעלות שיע רובין און ער האט די וועבסייט JCN

די 2 מאגעזינען גייען קעפ אויף קעפ, למשל וויקלי לינק נעמ בילדער פון JDN און תורה טיימס ביי JCN
פארשטייט זיך אז מ'קען נישט האבן פון ביידע
לויט מיין קוק ווינקעל וועט אצינד " די וואך" מיזן טוהן עפעס צו קאמפעטירן מיט "מאמענט"

נ.ב. פאר די וואס האבן נאכנישט און אכט גענומען איז היינט אנגעפילט געווארן אלע גאסן מיט פאסטערס איבער די נייע מאגעזין.
אבער דאס מאל זענען זיי יא געווען קליג און פארדעקט די פנים פון הרב הגר שליט"א,

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14317
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג אפריל 11, 2014 1:22 pm

באקומען א אימעיל פון א גאר חשוב'ער פראמינענטער בעל מחבר ספרים פון בארא פארק.

האם ראית מאגאזין שבוע החדש ״מאמענט״ כדאי לקנותו. משהו יפה באידיש על ידי אברכים חשובים יראים ושלמים. נדמה לי שזה יכנס לרבבות אלפי בתים חרדים ברחבי העולם.

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » פרייטאג אפריל 11, 2014 1:45 pm

ק.נ.א. וועטער האט געשריבן:באקומען א אימעיל פון א גאר חשוב'ער פראמינענטער בעל מחבר ספרים פון בארא פארק.

האם ראית מאגאזין שבוע החדש ״מאמענט״ כדאי לקנותו. משהו יפה באידיש על ידי אברכים חשובים יראים ושלמים. נדמה לי שזה יכנס לרבבות אלפי בתים חרדים ברחבי העולם.


היתכון ער האט אימעיל? און ער האט גאר צייט שוין אינעם ערשטן טאג וואס עס איז ערשינען עס דורכצוליינען?!

אוועטאר
ק.נ.א. וועטער
שר עשרת אלפים
תגובות: 14317
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 06, 2011 9:23 am

תגובהדורך ק.נ.א. וועטער » פרייטאג אפריל 11, 2014 1:46 pm

מיר איז עס אויך געווען א געוואלדיגע חידוש.

די רעדע איז פון הרב ש.ד. פר"מ שליט"א.

אוועטאר
הלשון
שר שלשת אלפים
תגובות: 3195
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 27, 2011 5:48 pm

תגובהדורך הלשון » פרייטאג אפריל 11, 2014 1:47 pm

ער אידאך א ביזנעסמאן אויכעט. איז ער בארעכטיגט...
הלשון הוא קולמוס הלב, והניגון הוא קולמוס הנפש (בעל התניא מליאדי)

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובהדורך קענטעלאופ » פרייטאג אפריל 11, 2014 2:01 pm

רבי ש.ד. פר"מ'ס זוהן איז די אינוועסטער פאר א בליק
לעצט פאראכטן דורך קענטעלאופ אום פרייטאג אפריל 11, 2014 2:04 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5328
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

תגובהדורך שמעלקא טויב » פרייטאג אפריל 11, 2014 2:02 pm

קענטעלאופ האט געשריבן:ש.ד. פר"מ'ס זוהן איז די אינוועסטער פאר א בליק


כאטש א ר' מעגסטו אים געבן!
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
shmelketaub@gmail.com

אוועטאר
private
שר האלפיים
תגובות: 2918
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 16, 2011 11:30 am

תגובהדורך private » פרייטאג אפריל 11, 2014 2:38 pm

קענטעלאופ האט געשריבן:רבי ש.ד. פר"מ'ס זוהן איז די אינוועסטער פאר א בליק

סא זיין שיקט אימעלס פין זיין טאטעס אקאנט?

דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

תגובהדורך דוד פיישוט » פרייטאג אפריל 11, 2014 7:05 pm

קוקט פאראויס האט געשריבן:
הלשון האט געשריבן:קוקט פאראויס: איר זאגט גענוי וואס מר. גרין האט געזאגט אז די בילד איז נגד רצונו ושלא ברשותו

ריכטיג אז אויב וואלט מען געווען א נושא צו מען מעג לייגן וואלט ער זיכער נישט געוואלט אבער למעשה איז ער דאך מעגליך די פארנומענסטע מענטש אויף די וועלט איז זעהט אויס האט ער נישט געכאפט אז ער האט פארפעלט צו אנזאגן אז אנדערש וואו יעדע אינטערוויוא גייט מיט א בילד זאל דאז נישט גיין, אזוי לייגט זיך מיר אויפן שכל אז עס האט פאסירט
אדרבה אז איר ווילט הערן פינקטליך רופט אן זייער האטליין # און פרעגט זיי גראד די ריכטיגע סיבה

קען איינער ארויפלייגן די נאמבער פליז?

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » מוצ"ש אפריל 12, 2014 11:07 pm

נו, עס איז אריבער שבת הגדול.
א טייל עולם האט שוין אנגעיאגט דורכצוליינען די נייע " מאמענט". וואלט איך געוואלט וויסן וואס איז די דעת הקהל איבערדעם?
איז דער עולם צופרידן? [ א חוץ פון די קריץ אויפן סידי אינמיטן אייו ניגון..]

פון די דעזיינונג שטאפעל זעה איך אז יולי פון YHK האט דעליווערט עפעס אויסערגעווענליך

אוועטאר
דניאל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2013 10:02 pm

תגובהדורך דניאל » מוצ"ש אפריל 12, 2014 11:20 pm

די וואך איז שוין היינט צוטאגס מער נישט קיין קאמפטישען פאר די בליק, ווייל די בליק איז ארויס געקראכן פון רבינם בילדער און גאנצען זייער רבנים אפטיילונג איז שרעקליך שוואך די וואך, וואס ביי די וואך איז דאס די וואך זייער שטארק לכבוד יו"ט,
ממילא דארף די וואך גארנישט מער ווייסען פאר א בליק אז זיי פארמאגן עפעס בכלל
א בליק איז שווער געגאנגען די גאנצע רבישע ליין האט ער זיך אוועק געצויגן דערפון און געגאנגען צו אן אנדערע ריכטונג און יעצט איז שוין אלעס גיט

אוועטאר
דניאל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2013 10:02 pm

תגובהדורך דניאל » מוצ"ש אפריל 12, 2014 11:22 pm

C/P BP: R' Lazer Hager @ SHBH"G Drushe @ BM"D 42: I told MOMENT clearly i'm against pictures. Also half of the things there not true

אוועטאר
מר. גרין
שר האלף
תגובות: 1513
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 22, 2014 1:30 pm

תגובהדורך מר. גרין » זונטאג אפריל 13, 2014 12:01 am

כהאב געהערט פון מיין שכן אז ער האט געהערט פון א וויזניצער אז הרב א. הגר שליט"א האט די וואך ביים שבת הגדול דרשה אויך גערעדט וועגן די אינטערוויאו אינעם "מאמענט" מאגעזין
איז איינער אפשר דארט געווען און ווייסט גענוי וואס ער האט געזאגט?

אוועטאר
זאל ער קומען
שר האלף
תגובות: 1950
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 04, 2011 12:25 am
לאקאציע: בעיקבתא דמשיחא

תגובהדורך זאל ער קומען » זונטאג אפריל 13, 2014 12:11 am

וואס אימער ס'גייט זיך אויסקאכן מיט דעם רב האגער סומעטאכע, איז עס איז א גיניאלער מארקעטינג מאוו. צווינגען פאטענשל קאסטומער צו רעדן און וויסן דערפון.
זאלער, וואס וועט זיין מיט אפאר דאלער...

אוועטאר
מייקראסאפט
שר האלף
תגובות: 1057
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 07, 2012 10:09 am

תגובהדורך מייקראסאפט » זונטאג אפריל 13, 2014 2:07 am

געקויפט מאמענט.

די קוואלעטי פין די פאפיר, צי די וועג וויאזוי עס איז איינגעבינדען איז זייער זייער שוואך.

די מיטעלסטע פאפיר איז שוין ארויסגעריסען ביי מיר. אזא אויסגאבע מיז זיין גוט געבינדען מען זאל עס קענען איינבייגען אין עס זאל זיך נישט צירייסען, נאך קיינמאל נישט געהאט אז די שטערן זאל זיך אפרייסען א בלאט...

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » זונטאג אפריל 13, 2014 2:12 am

זאל ער קומען האט געשריבן:וואס אימער ס'גייט זיך אויסקאכן מיט דעם רב האגער סומעטאכע, איז עס איז א גיניאלער מארקעטינג מאוו. צווינגען פאטענשל קאסטומער צו רעדן און וויסן דערפון

מאדנע מהלך המחשבה דאס במחכ, דאס איז אמאל זיכער אז וויזניץ האטער פארלוירן. .

אוועטאר
derech eretz
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4112
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 04, 2011 3:13 pm

תגובהדורך derech eretz » זונטאג אפריל 13, 2014 2:56 am

מייקראסאפט האט געשריבן:געקויפט מאמענט.

די קוואלעטי פין די פאפיר, צי די וועג וויאזוי עס איז איינגעבינדען איז זייער זייער שוואך.

די מיטעלסטע פאפיר איז שוין ארויסגעריסען ביי מיר. אזא אויסגאבע מיז זיין גוט געבינדען מען זאל עס קענען איינבייגען אין עס זאל זיך נישט צירייסען, נאך קיינמאל נישט געהאט אז די שטערן זאל זיך אפרייסען א בלאט...

געוואלט שרייבן די זעלבע.

אוועטאר
יונהלע
שר חמש מאות
תגובות: 673
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 21, 2013 12:21 am

תגובהדורך יונהלע » זונטאג אפריל 13, 2014 3:39 am

לאמיר עס צולייגען אביסל

הויפט ביילאגע מאמענט
איז גאנץ גוט ס'איז דא וואס צוליינען אבער ווייט פון זאפטיג ס'איז זייער שוואך סיי אין שריפט אין סיי קוואלעטי א גרויס חלק דערפון איז זייער לאנגווייליג למשל באשרייבען זייער סידי מיט 3 נגונים אויף כמעט 20 זייטן,

א בליק
אויב איז עס ביז היינט געווען שלעכט איז עס יעצט גרויליג! סיי ווייל ס'איז זייער שלעכט אויסגעשטעלט אין אויף זייער שוואכע פאפיר וואס מאכט עס זייער שווער צו קוקן און ליינען

קליידער שאפע
גוטע געדאנק זייער א זיסע איידיע כ'האב עס זייער געגעליכן ("די וואך" האט אויך אזא ביילאגע וואס ס'איז אסאך שענער אין בעסער)

שטוינעדיגע מאמענטן
נישט שלעכט אין נישט גוט... באשריבן אינטרסאנטע זאכן זייער טריקען וואס אסאך פון דעם איז שוין געווען באשריבן געשמאק אין זאפטיג אין דער שטערן, (דוגמה אין טשיינע איז דא א שטאט פון קליינע מענטשען, ס'איז באשריבן אין בערך 6 קליינע שורות, )

סי די
נאכנישט געהערט

סך הכל
נישט פון דעם האט מען גערעדט און געווארט אזוי לאנג, די עולם האט געווארט אז מ'זאל ברענגען עפעס וואס האט ארטיקלען פין אויסגעריפענע שרייבער'ס מיט גוטע פעדער'ס דערווייל איז עס כמעט אזוי גוט ווי דער בלאט אוצר... אפאר ארטיקלען אויסגעשפרייט אויף צענטליגער זייטן (א יעדע קעפל פון א קליינע ארטיקעל איז אויסגעצויגן אויף 2 זייטן אדער מער, אפשר ווייל מ'וויל קענען שרייבן אויף דעקל אז ס'האט 600 זייטן אבער לדעתי איז עס זייער נאריש און קינדעריש)
כ'האף אז זיי וועלן זיך נאך צולערנען אין בעסער ווערן זיך לערנע'נדיג אויף זייערע מיסטעיק'ס אז נישט וועט עס זיין נאך א אויסגאבע אויפן גראסערי שעלף וואס דער עולם האט שוין גענוג...

כ'געדענג נישט ווען א אויסגאבע האט מיר אזוי אנטוישט, ס'קען זיין ס'וועט בעסער ווערן אבער ווי מ'זאגט אויף ענגליש "נאו סעקענט טשענס פאר עי פורסט אומפרעשען!"

קענטעלאופ
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 20, 2010 4:19 pm

תגובהדורך קענטעלאופ » זונטאג אפריל 13, 2014 9:47 am

איך האב אויך גערישט אויף אסאאאאך בעסערס נאך די גערודער וואס זיי האבען געמאכט שוין וואכען פאר דעם
זעהט מיר אויס אז חיים לעווי און גלויבער האבען אריינגעשמירט פארען מאמענט ארטיקלען וואס זיי האבען געהאט אין סטאַק שוין זייער לאנג און קיינער האט עס נישט גענומען - די 2 טויגען אויף אסאך בעסער

איך געב זיי אבער יא נאך א טשענס אבער איך קען נישט פארשטיין ווי אזוי זיי פלאנען צו מאכען געלט דא?

אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

תגובהדורך בנחיים_שמואלסאן » זונטאג אפריל 13, 2014 9:53 am

דניאל האט געשריבן:C/P BP: R' Lazer Hager @ SHBH"G Drushe @ BM"D 42: I told MOMENT clearly i'm against pictures. Also half of the things there not true


אלע צייטונגען און מאגעזינען פירן זיך אזוי, זיי פרעגן אויס א מענטש, און דערנאך שרייבן זיי וואס עס שמעקט זיי, דער שטערן מיטן שפאקטיוו בראש, שוין געהאט מיט זיי מער ווי איינמאל, עס איז א טעות זיך צו אנטשולדיגן אויף א זאך וואס יעדער טוט, חוץ אויב האבן זיי געוואלט באקומען דערפון אומזיסטיגע אטענטשן.

אוועטאר
דניאל
שר מאה
תגובות: 117
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 20, 2013 10:02 pm

תגובהדורך דניאל » זונטאג אפריל 13, 2014 10:18 am

בנחיים_שמואלסאן האט געשריבן:
דניאל האט געשריבן:C/P BP: R' Lazer Hager @ SHBH"G Drushe @ BM"D 42: I told MOMENT clearly i'm against pictures. Also half of the things there not true


אלע צייטונגען און מאגעזינען פירן זיך אזוי, זיי פרעגן אויס א מענטש, און דערנאך שרייבן זיי וואס עס שמעקט זיי, דער שטערן מיטן שפאקטיוו בראש, שוין געהאט מיט זיי מער ווי איינמאל, עס איז א טעות זיך צו אנטשולדיגן אויף א זאך וואס יעדער טוט, חוץ אויב האבן זיי געוואלט באקומען דערפון אומזיסטיגע אטענטשן.


למעשה ווייסט יעדע חדר יונגעל אז און וויזניץ איז אסור אסוז בילדער שרעקליך און דא קימט א יונגאטש און טיט וואס ער וויל עס באדערט פאר די גאנצע ר'לעזער משפחה זייער זייער שטארק איינע פון זיינע קינדער האבן מיר געזאגט שבת נאכמיטאג אז זיין טאטע באדערט נישט אזוי ווייט די ליגענט וואס שטייט דארט אבער די בילדער ווי אזוי קען מען דאס טיען ווען האט דאס בפירוש פארלאנגט ער האט זיך אויסגעדריקט זייער שארף עס איז א "חוצפה העזה" פון די ארויסגעבער

ויה"ר שיתקדש שם שמים על..........

אוועטאר
דע מה שתשיב
שר חמש מאות
תגובות: 722
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 16, 2013 8:32 pm

תגובהדורך דע מה שתשיב » זונטאג אפריל 13, 2014 10:34 am

און איך וועל זיך באציען צו די גראפיק - ווייל די תוכן האב איך נאכנישט געליינט, נאר אויבנאויף געקוקט די ארטיקלען און די פאפיר נאכנישט צופיל מאל געמישט - עס איז זייער ווילד און טומלדיג. איך בין נישט אנטציקט פון דעם גראפיקער, ווייל איינער וואס טוט אין גראפיק דארף שוין וויסן אז א ליינער דארף האבן א רואיגקייט און מנוחת הנפש ביים ליינען, און עס דארף זיין אויסגעשטעלט רואיג און איידל, מיט אסאך ספעיס פון די זייטן און אינצווישן. די ארטיקלען, בילדער און הויפזעכליך דער קעפל פאר יעדן ארטיקל און פארווארט - זענען שרעקליך ווילד און צומישט. ממש א מכת ערוב.

אוועטאר
בנחיים_שמואלסאן
שר חמש מאות
תגובות: 617
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 01, 2013 2:34 pm

תגובהדורך בנחיים_שמואלסאן » זונטאג אפריל 13, 2014 10:39 am

רב דניאל, איך האב נישט געזאגט אז דאס איז ריכטיג, איך זאג נאר אז עס איז נישט עפעס א אויסערארענדליכע ערשיינונג


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט