בלאט 5 פון 217

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 3:31 pm
דורך 1x1
.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 4:32 pm
דורך שמעלקא טויב
גראדע דער אויסוואהל פון א שמועס מיט א באקאנטן עקספערט אין עניני רפואה און איבערהויפט אזא קאלירפולער פיגור ווי הרה"צ ר' אליעזר שליט"א איז א פערפעקטער קאווער סטארי פאר א מאגאזין, נישט ווי די וואס העלן לייגן דעם הויפט שפיאן וואס האט כ'ווייס נישט וואס געטוען וכ'ו,

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 4:43 pm
דורך הלשון
שמעלקא טויב האט געשריבן:גראדע דער אויסוואהל פון א שמועס מיט א באקאנטן עקספערט אין עניני רפואה און איבערהויפט אזא קאלירפולער פיגור ווי הרה"צ ר' אליעזר שליט"א איז א פערפעקטער קאווער סטארי פאר א מאגאזין, נישט ווי די וואס העלן לייגן דעם הויפט שפיאן וואס האט כ'ווייס נישט וואס געטוען וכ'ו,

נישט קיין ספק אז דאס וועט ציען א גרויסער ציבור עס צו קויפן.
אני לכשעצמי, האב נאך אן אינערליכע געראגל יא קויפן אדער נישט קויפן. מצד אחד וויל איך עס קויפן, ווייל עס קוקט אויס גוטע סחורה, מצד שני איז עס אקעגן מיין פרינציפ פון נישט קויפן די רבנים-בילדער-אויסגאבעס (ובפרט א...). ווידער עס קויפן, און אוועקווארפן די בילדער אפטיילונג איז אויך נישט צום הארצן...

ווייסט איינער וויפיל בלעטער די הויפט-האגער-ארטיקל פארנעמט?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 4:46 pm
דורך שמעלקא טויב
הלשון האט געשריבן:
שמעלקא טויב האט געשריבן:גראדע דער אויסוואהל פון א שמועס מיט א באקאנטן עקספערט אין עניני רפואה און איבערהויפט אזא קאלירפולער פיגור ווי הרה"צ ר' אליעזר שליט"א איז א פערפעקטער קאווער סטארי פאר א מאגאזין, נישט ווי די וואס העלן לייגן דעם הויפט שפיאן וואס האט כ'ווייס נישט וואס געטוען וכ'ו,

נישט קיין ספק אז דאס וועט ציען א גרויסער ציבור עס צו קויפן.
אני לכשעצמי, האב נאך אן אינערליכע געראגל יא קויפן אדער נישט קויפן. מצד אחד וויל איך עס קויפן, ווייל עס קוקט אויס גוטע סחורה, מצד שני איז עס אקעגן מיין פרינציפ פון נישט קויפן די רבנים-בילדער-אויסגאבעס (ובפרט א...). ווידער עס קויפן, און אוועקווארפן די בילדער אפטיילונג איז אויך נישט צום הארצן...

ווייסט איינער וויפיל בלעטער די הויפט-האגער-ארטיקל פארנעמט?


אני הק' שמעלקא טויב וועט עס מסתם קויפן, כ'וועל עס קוקן אין אפיס איידער איך ברענג עס אריין אין שטוב.

די רבנים בילדער איז מיין פעיווארד, כ'האלט זיי פאר לאנגע יארן נאכדעם וואס ס'קומט ארויס, כ'האב הנאה צו קוקן דערויף מטעמים כמוסים...

מיינע קינדער מאכן דערפון קאלערינג בוקס...

ס'איז מער אויסגעהאלטן ווי רוב צייטונגן היינט און ס'קען נישט ברענגן קיין דעמעדזש, אויב כ'קען וואלט איך ארויסגענומען די פאר זייטן פון וועלטליכע נייעס אדער ווי דער עלעפאנט אין אינדיע עסט א קעיק צו געבורטס'טאג...

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 6:48 pm
דורך הלשון
טעות לעולם חוזר

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 6:51 pm
דורך יוראפ
וואו ערשיינט דער מודעה?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 6:55 pm
דורך אַבּערוואַס
אַבּערוואַס האט געשריבן:עמיצער ווייסט ווי מען קען עס קויפן? כ'האב'ס נישט געטראפן אין מיין לאקאלע געשעפט.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 6:55 pm
דורך private
אין מיין גראסערי איז עס נאך אלס נישטא. ביג מיסטעק.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 7:01 pm
דורך אַבּערוואַס
וועלכע חלק איז א מיסטעיק?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 7:32 pm
דורך private
אלע אויסגאבעס זענען שיין אויסגעפאקט נאר נישט דע מאמענט

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 7:40 pm
דורך אַבּערוואַס
כ'בינישט זיכער ס'א מיסטעיק, אבער כ'בין אויך נישט מקנא דער וואס איז ריספאנסעבל פאר דעם דורכפאל (דער עורך, דרוקער אדער ווייסעכווער).

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 8:29 pm
דורך ענדע צדיק!
אדווערטייזמענט איז דא איבעראל, איך בין געגאנגען ספעציעל אין מיין לאקאלע געשעפט עס קויפן, און ואיננו

סאוי קודם האבן די אנדערע אויסגאבעס געמאכט געלט אויף מיר...

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 9:12 pm
דורך שמעלקא טויב
אַבּערוואַס האט געשריבן:כ'בינישט זיכער ס'א מיסטעיק, אבער כ'בין אויך נישט מקנא דער וואס איז ריספאנסעבל פאר דעם דורכפאל (דער עורך, דרוקער אדער ווייסעכווער).


דער מיסטעיק איז דאס וואס זיי שטעלן ארויס א אנטשולדינגונג, זיי ווייזן אז זיי האבן נישט קיין גאָץ!

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 9:21 pm
דורך private
שוין דא אין גראסערי. 300 זייטן

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 9:32 pm
דורך שוועמל
זייער גוט, אזוי קומט מען ארויס נאר אזוי, מען מאכט א שטונק א שערורי' א פאליטיק יעדער רעדט אלע ביינעזמאנים בחורים, מקומט עס קוקן אין גראסערי מער מענטשן קויפן עס צו זען פון וואס די רעדע איז. אויב איז גוט קויפט מען עס ווייטער און די רעסט איז היסטארי.

אויב וועט ער גיין אויף אן ערליכן שניט און האבן פרינציפן זיך צו האלטן דערצו וועט ער מצליח זיין.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 9:35 pm
דורך שמעלקא טויב
א גוט ווארט פון ר' דוד ווערדיגער ע"ה אויף די קאסעטעס פון זיין זוהן ר' מרדכי: אן א איסור צען טויזענט מיט א איסור פופצען טויזענט...

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 9:57 pm
דורך הלשון
שמעלקא טויב האט געשריבן:דער מיסטעיק איז דאס וואס זיי שטעלן ארויס א אנטשולדינגונג, זיי ווייזן אז זיי האבן נישט קיין גאָץ!

פייפן אויף די מענטשהיט איז אויך נישט קיין מהלך... פאקט איז, עד היום הזה האט זייער אויסגאבע געהאט גאר אסאך "גאָץ", און ס'האט זייער נישט געשמעקט פאר'ן אלגעמיינעם ציבור.
אויב ווילן זיי אז אנדערע עסקנים, רבנים, כלל טוער אד"ג זאלן אמאל וועלן רעדן צו זיי, פערזענליך אדער טעלעפאניש, איז עס נאר מעגליך אויב מען קען זיי טראסטן. מיט אן אנטשולדיגונג מאכן זיי כאטש א געוויסע פני תם כאילו זיי האבן גארנישט געמיינט...

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 10:41 pm
דורך יוםטובערליך
בס"ד,

געזוכט היינט אין עטליכע געשעפטן, סטאנציעס, דערווייל איז נאך נישט אנגעקומען דא דער מאמענט פונעם געהויבענעם מאמענט.

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 11:01 pm
דורך private
מעג מען דאס ליינען?.....

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 11:04 pm
דורך דער תהילים איד
:lol:

געלעגער, האסט זיי געגעבן רשות?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 11:20 pm
דורך מצב כללי
וויפיל קאסט עס?

געשריבן: דאנארשטאג אפריל 10, 2014 11:28 pm
דורך private
$4.95

געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2014 10:29 am
דורך שנאפס
איז נישט געשטאנען ערגעץ אז די ערשטע אויסגאבע וועט זיין אומזיסט?

געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2014 10:52 am
דורך היטל
לגבי זייער אנטשולדינגונג, זייער פשוט פארוואס זיי האבן עס געטוהן אין א וואויסנאוט וואס איז ארומגעפארן פון איינע פון די איינגעשטעלטע איז ער זייער שיין מסביר וויאזוי די טעות האט פאסירט, כ'וויל עס נישט דא נאכשרייבן צוליב וואס ער לייגט אן די שולד אויף איינעם און איך ווייס דאך נישט די אמת, ממילא איז פשוט אז אזא גילו דעת האט געמוזט קומען.

שנאפס, דו מישסט אויס מיט די "מהדרין" מאגאזין וואס קומט זונטאג מיט די וויקלי לינק, אסאך אידן האבן געמאכט דעם טעות.

געשריבן: פרייטאג אפריל 11, 2014 11:02 am
דורך שנאפס
איך רעד נישט פון די מהדרין, ערגעץ האב איך געלייענט אז די ערשטע אויסגאבע פון מאמענט וועט זיין אומזיסט