מאמענט מאגאזין
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
- פארפלאנטערט
- שר האלפיים
- תגובות: 2479
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 11, 2014 2:28 pm
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
לא לנו האט געשריבן:wow
מורשת איז אן איבערראשונג!
ברוך השם פאר דעם, איך האב נאכנישט געליינט די ארטיקל בסופו, אבער עס אנטשפרעכט צו זיין גאר א רייכע שמועס איבער די פארשידענע פראיעקטן אינערהאלב מורשת, היסטארישע אנטדעקונגען און פילצאליגע קרישקעלעך און 'טיפס' איבער א סוקסעספולער פארש-אפאראט וועלכע גייט שוין אן קרוב צו צעהן יאר.
פאר אייוועלט ליינער, וועט געוויס די שמועס זיין דער חלק ב' פון דעם ארטיקל:
viewtopic.php?p=1143098#p1143098
לאמיר האפן שיתרומם קרן הצדיקים ויתקדש שם שמים, ומינן ומינכון יתקלס עילאה
-
א זייטיגע נאטיץ מאת ה' היתה זאת אז די מורשת זאל 'שערן' א 'מאמענט' מיטן ריזיגען כינוס קידוש שמו יתברך, שפירט זיך עס פאר א ספעציעלער זכיה און אות מן השמים אויף די געוואלדיגע ארבייט פון מורשת.
עס איז צום האפן אז לאור פון די שטארקע אינטערעסע ביים אלגעמיינעם עולם איבער די כינוס וועלן מער אידן זיך דערוויסען איבער דאס לעבן און שאפן פון אזויפיל צענדליגע ארזי לבנון ואדירי התורה וועלכע האבן ליידער אויסגעלעבט זייערע יארן על אדמת נכר און רוב פון זיי זענען פונלאנג פארגעסן געווארן דורך זייערע אייגענע דורות רח"ל, און זייער זכרון שווימט ארום בתהום הנשיה, וואס אולי וועט דער ארטיקל דינען אלס אויפוואכונג זיך צו פאראינטערעסירן מער איבער זייער באשטייערונג צו אידישקייט אין אמעריקא, באזוכען זייערע קברים ולהנציח זכרם בתוך שאר צדיקי עולם ישיני עפר.
און אוודאי וויל איך נישט פארגעסן אויסצודרוקן ברבים אן הכרת הטוב פאר די פארוואלטונג און מערכת פון 'די מאמענט' פארן צושטעלן אט די פלאטפארמע, זיי האבן אריינגעלייגט כח און צייט שיצא מתחת ידם דבר מתוקן, תיתי להם ויזכו לראות ברכה בעמלם כל הימים
כ"ד הק' יעקב דוב מיללער רובץ תחת משא הקודש פה סקרענטאן יצ"ו
נשיא מכון מורשת חכמי אמעריקא
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2190
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 18, 2016 8:42 am
-
- שר האלפיים
- תגובות: 2750
- זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אקטאבער 21, 2015 4:49 pm
הערטס אויף צו מקנא זיין... הייבט'ס אהן צו האקן אויף די מאמענט וועט איר אויך באקומען דעקאונג... ציפקע איך זעה איר ווייסט וויאזוי דעם רב צו ציפן...
יעצט ערנסט גערעדט: כל הכבוד סקרענטאנער רב לאויט"א, מזל טוב אויף אייער דערגרייכאונג! האפן מיר נאר יעצט אז אחרי שהפצת את המעינות וועלן די גליונות ארויס קומען מער אפטער.

- וואוילע שעפעלע
- שר ששת אלפים
- תגובות: 6345
- זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
- לאקאציע: אין שטאל

מיללער האט געשריבן:לא לנו האט געשריבן:wow
מורשת איז אן איבערראשונג!
ברוך השם פאר דעם, איך האב נאכנישט געליינט די ארטיקל בסופו, אבער עס אנטשפרעכט צו זיין גאר א רייכע שמועס איבער די פארשידענע פראיעקטן אינערהאלב מורשת, היסטארישע אנטדעקונגען און פילצאליגע קרישקעלעך און 'טיפס' איבער א סוקסעספולער פארש-אפאראט וועלכע גייט שוין אן קרוב צו צעהן יאר.
פאר אייוועלט ליינער, וועט געוויס די שמועס זיין דער חלק ב' פון דעם ארטיקל:
viewtopic.php?p=1143098#p1143098
לאמיר האפן שיתרומם קרן הצדיקים ויתקדש שם שמים, ומינן ומינכון יתקלס עילאה
-
א זייטיגע נאטיץ מאת ה' היתה זאת אז די מורשת זאל 'שערן' א 'מאמענט' מיטן ריזיגען כינוס קידוש שמו יתברך, שפירט זיך עס פאר א ספעציעלער זכיה און אות מן השמים אויף די געוואלדיגע ארבייט פון מורשת.
עס איז צום האפן אז לאור פון די שטארקע אינטערעסע ביים אלגעמיינעם עולם איבער די כינוס וועלן מער אידן זיך דערוויסען איבער דאס לעבן און שאפן פון אזויפיל צענדליגע ארזי לבנון ואדירי התורה וועלכע האבן ליידער אויסגעלעבט זייערע יארן על אדמת נכר און רוב פון זיי זענען פונלאנג פארגעסן געווארן דורך זייערע אייגענע דורות רח"ל, און זייער זכרון שווימט ארום בתהום הנשיה, וואס אולי וועט דער ארטיקל דינען אלס אויפוואכונג זיך צו פאראינטערעסירן מער איבער זייער באשטייערונג צו אידישקייט אין אמעריקא, באזוכען זייערע קברים ולהנציח זכרם בתוך שאר צדיקי עולם ישיני עפר.
און אוודאי וויל איך נישט פארגעסן אויסצודרוקן ברבים אן הכרת הטוב פאר די פארוואלטונג און מערכת פון 'די מאמענט' פארן צושטעלן אט די פלאטפארמע, זיי האבן אריינגעלייגט כח און צייט שיצא מתחת ידם דבר מתוקן, תיתי להם ויזכו לראות ברכה בעמלם כל הימים
כ"ד הק' יעקב דוב מיללער רובץ תחת משא הקודש פה סקרענטאן יצ"ו
נשיא מכון מורשת חכמי אמעריקא
רעדט מען דארט אויך איבער ספעציפישע גדולים ורבנים אדער בלויז איבער די מורשת גופא?
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
- farshlufen
- שר שלשים אלף
- תגובות: 35431
- זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
- לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק
- פריילעך אידל
- שר האלף
- תגובות: 1854
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm
כבוד הרב מיללער:
ערנסט גערעדט, איך פארשטיי נישט וויאזוי איינער וואס האקט וואך איין וואך אויס אויפן מאמענט, ווי ביליג זיי זענען וכו' זאל נישט מער און נישט ווייניגער זיך לאזן אינטערוויא'ען דורך זיי?! האסט נישט מורא אז די ביליגקייט פון מאמענט וועט מאכן 'מורשת' אויסקוקן ביליג?... לכאו' לדידכם איז שוין ענדערש צו געבן דעם פלאטפארם פארן בלאט ווי פארן מאמענט, ניין?
איך הייב ערנסט אן שפעקולירן אז דאס איז עפעס א 'סתום פיות' אקציע....
(ברך אגב, ווי איר האט געשריבן אז איר שערט א קאווער מיטן כינוס, און איך קויף טאקע געווענדליך נישט מאמענט, אבער לכבוד דעם כינוס, האב איך מיך ערלויבט, סאיז א שיינער ארטיקל, און איך האף אז עס וועט זיך שאפן א פאנד צו צירוקשטעלן דעם ביה"ח דארט (כדענק נישט ווי...) על מכונה הראוי.)

אין יעדע תגובה איז פארהאן איינע פון די צוויי: תוכן אדער טוחן = מאלן וואסער. פערזענליך גלייך איך די ערשטע.
פריילעך אידל האט געשריבן:כבוד הרב מיללער:
ערנסט גערעדט, איך פארשטיי נישט וויאזוי איינער וואס האקט וואך איין וואך אויס אויפן מאמענט, ווי ביליג זיי זענען וכו' זאל נישט מער און נישט ווייניגער זיך לאזן אינטערוויא'ען דורך זיי?! האסט נישט מורא אז די ביליגקייט פון מאמענט וועט מאכן 'מורשת' אויסקוקן ביליג?... לכאו' לדידכם איז שוין ענדערש צו געבן דעם פלאטפארם פארן בלאט ווי פארן מאמענט, ניין?
איך הייב ערנסט אן שפעקולירן אז דאס איז עפעס א 'סתום פיות' אקציע....
א גוטן,
איך ווייס נישט ווער איר זענט ממילא איז מיר אביסל שווער צו ענטפערן אויפריכטיג, נישט וואוסענדיג פונקטליך וואו איר צילט, אבער בקיצור משום והייתם נקיים:
1. "מורשת חכמי אמעריקא" איז פארמירט דורך א גרופע אינגעלייט, און יעדער פון זיי איז א בר דעת פאר זיך און בארעכטיגט צו שענקען אן אינטערוויו ווען ער האלט אז עס קען 'עדווענסען' דעם ציהל, און איך בין נישט דא איינצוטיילן פאר קיינעם פון די חשוב'ע מיטגלידער ווען און צו וועם צו רעדן.
2. מיט אלע מיינע פערזענליכע באמערקונגען איבער די מאמענט, נישט בשם המורשת, זעה איך מיך נישט אלס "איינער וואס האקט וואך איין וואך אויס אויפן מאמענט", יא, איך האב זיי שוין אסאך קריטיקירט און אויך אויסגעלויבט ווען עס איז זיי געקומען קרעדיט, און קענענדיג די מערכת פון מאמענט (אנדערש פון אנדערע אויסגאבעס) האבן זיי ארויס די סוגיא פון פי. אר. און זיי האבן קיינמאל נישט פרובירט צו דערשטיקען סיי וועלכע נעגאטיווע באמערקונגען (אויב פארשטייסטו אז טייל פון די דעקלעך זענען דירעקט פראוואצירנד אויפצואוועקן די קאמענטארן דא און איבעראל, ווער עס פארשטייט אביסל צו מארקעטינג), ממילא איז לעכערליך צו קלערן אז זיי האבן גענוצט דעם אינטערוויו אלס א לא יחרץ מיטל אפצושטילן אזעלכע קאמענטארן.
3. למען האמת, די 'ראגאטשאווער' סומטאכע איז שוין געווארן אויסגעשמירט דא, כולל מיינע קאמענטארן, אפאר וואכן נאכדעם וואס די אינטערוויו איז פארגעקומען, און איך האב נישט באקומען קיין שום ווענדונג פון 'מאמענט' עס אפצושטעלן, טראץ דעם וואס זיי האבן געקענט סטראשען אז דער שמועס וועט נישט געדרוקט ווערן, ווייל כאמור פארשטייען זיי אז לא זו הדרך.
4. מורשת קוקט נישט אויס ביליג ווען אירע פעולות ווערן געדעקט אינעם מאמענט, און אדרבא, מורשת ארבייט שלא עמלק"פ מיט איין איינצעלנעם ציהל מנציח צו זיין זכרונם של הצדיקים שוכני עפר וועלכע די השגחה עליונה האט פארשיקט קיין אמעריקא, און אזא שמועס אינעם מאמענט קען נאר האבן פאזיטיווע ווירקונגען צו ברענגען פאראויס דעם ציהל, מיר זענען דאנקבאר פאר די חברי המורשת וועלכע האבן אראפגענומען פון זייער צייט צו רעדן צום מאמענט, שיקן בילדער און רעדאגירן דעם שמועס שיצא דבר מתוקן, און עס איז א זכיה פאר די מאמענט צו זיין די אכנסיא פאר אזא הייליגע און אמת'ער ציהל, וממנו ילמדו וכן יעשו, אנדערע אויסגאבעס קענען גיין בדרכם און פרובירן צו טאן די זעלבע.
ודי בזה והיה בזה שלום
הק' יעקב דוב מיללער
פק"ק סקרענטאן יצ"ו
נשיא המורשת
- שמעלקא זאפטיגער
- שר שלשת אלפים
- תגובות: 3321
- זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 15, 2016 3:19 pm
- לאקאציע: איינגעטונקען
פריילעך אידל האט געשריבן:כבוד הרב מיללער:
ערנסט גערעדט, איך פארשטיי נישט וויאזוי איינער וואס האקט וואך איין וואך אויס אויפן מאמענט, ווי ביליג זיי זענען וכו' זאל נישט מער און נישט ווייניגער זיך לאזן אינטערוויא'ען דורך זיי?! האסט נישט מורא אז די ביליגקייט פון מאמענט וועט מאכן 'מורשת' אויסקוקן ביליג?... לכאו' לדידכם איז שוין ענדערש צו געבן דעם פלאטפארם פארן בלאט ווי פארן מאמענט, ניין?
איך הייב ערנסט אן שפעקולירן אז דאס איז עפעס א 'סתום פיות' אקציע....
(ברך אגב, ווי איר האט געשריבן אז איר שערט א קאווער מיטן כינוס, און איך קויף טאקע געווענדליך נישט מאמענט, אבער לכבוד דעם כינוס, האב איך מיך ערלויבט, סאיז א שיינער ארטיקל, און איך האף אז עס וועט זיך שאפן א פאנד צו צירוקשטעלן דעם ביה"ח דארט (כדענק נישט ווי...) על מכונה הראוי.)
מיללער האט שוין געענטפערט כדרכו בקודש מיט אינטעליגענץ און עהרע.
אבער אזוי ווי דו פארשטייסט אז דער סאטמארער רב זי"ע האט אריינגעלייגט אן ארטיקל אינ'ם טיימס צו פארשפרייטן זיין דעת תורה איבער די מדינה הציונית וגזירותיה, כאטש וואס ער האט געהאלטן איבער די אויסגעהאלטנקייט פונ'ם צייטונג גופא.
נישט אז איך בין מדמה די צוויי, נאר א משל לשבר את האוזן
- פריילעך אידל
- שר האלף
- תגובות: 1854
- זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2015 4:10 pm
-
- שר ארבעת האלפים
- תגובות: 4124
- זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 13, 2008 7:11 pm
- לאקאציע: צווישן סקרענטאן און סיראקיוז
כתוספת והשלמה לדברי יקירנו, מרן הנשיא שליט"א
מורשת האט שוין עטליכע מאל זיך געפונען צווישן די שפאלטענעס פון (פראמינענטע) אויסגאבעס, אמאל בשמם המלא און אמאל ברמיזה. מורשת וואס האט בלויז איין איינציגער ציל פאר אירע אויגן: מנציח זיין זכרם פון שוכני עפר וועלכע האבן במסירות נפש געקעמפט אין אמעריקא פאר גאט ברוך הוא'ס נאמען ותורתו הקדושה, האט קיינמאל נישט געזוכט די פאבליסיטי צו זיך געפונען דוקא אין די סארט אדער אין אנדערע אויסגאַבע. יא, כל הרוצה את השם יבוא ויטול, דער עיקר אז אידישע קינדער זאלן דערהערן וואס דא האט זיך אפגעשפילט, און צומאל אויך דערמאנען יענעם גדול'ס נאמען אז ס'זאל זיין שפתותיו דובבות, און אויב וועט איינער קומען פוקד זיין קברו - והיה זה שכרינו!
מעגליך ווען מורשת וואלט ווען געווען אַ ביזנעס, וואלט מען זיך אפשר געקליבן אין וועלכע אויסגאבע צו 'מאכן העדליינס', אבער וויבאלד פעולות המורשת ווערן געטוהן מתוך רצון ובנדיבות הלב, קוקט מען נישט אויף די סאָרט זאכן.
מיר האבן שוין אמאל באריכטעט א ערשט-האַנטיגע געשיכטע וואס האט זיך אפגעשפילט ביי איינע פון די נסיעת ידידים, וואס איז געקומען דירעקט מפעולות המורשת (זעה דא: היסטארישע נסיעת ידידים (3) - כ"א תמוז תשע"ה - מאונט ציון), דאס איז אַ ריכטיגער ביישפיל, זאת ועוד איז די אינטערעסע פונעם מורשת, צו געדענקן און איבערגעבן ווייטער וואס דא האט זיך אלץ אָפגעשפילט על אדמת נכר.
צומאל רירט עס טאקע אן קאנטרעווערסיאלע שנוי במחלוקת'דיגע נושאים, אַ שטייגער ווי קברי 'נסתרים' וואס ווערן אנדעקט חדשים לבקרים (ערווענט קלאר אינעם מאָמענט ארטיקל), אבער מורשת וואס צילט צום אמת לאמיתו, קען זיך נישט ערלויבן צו פארקוקן דעם פאקט אז אזעלכע גרויסע לייט וואס האבן געשאָקעלט וועלטן, איז ליידער אין יוצא ואין בא לפקוד את מקומם, ווען בעלי חלומות פאבליצירן זייערע חזיונות, און עולם גולם לויפט און קויפט.

לחיים ולברכה!