דאנערשטאג אפריל 10, 2014 2:31 pm
.
- עטעטשמענטס
-

Advertisement
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 3:32 pm
גראדע דער אויסוואהל פון א שמועס מיט א באקאנטן עקספערט אין עניני רפואה און איבערהויפט אזא קאלירפולער פיגור ווי הרה"צ ר' אליעזר שליט"א איז א פערפעקטער קאווער סטארי פאר א מאגאזין, נישט ווי די וואס העלן לייגן דעם הויפט שפיאן וואס האט כ'ווייס נישט וואס געטוען וכ'ו,
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 3:43 pm
שמעלקא טויב האט געשריבן:גראדע דער אויסוואהל פון א שמועס מיט א באקאנטן עקספערט אין עניני רפואה און איבערהויפט אזא קאלירפולער פיגור ווי הרה"צ ר' אליעזר שליט"א איז א פערפעקטער קאווער סטארי פאר א מאגאזין, נישט ווי די וואס העלן לייגן דעם הויפט שפיאן וואס האט כ'ווייס נישט וואס געטוען וכ'ו,
נישט קיין ספק אז דאס וועט ציען א גרויסער ציבור עס צו קויפן.
אני לכשעצמי, האב נאך אן אינערליכע געראגל יא קויפן אדער נישט קויפן. מצד אחד וויל איך עס קויפן, ווייל עס קוקט אויס גוטע סחורה, מצד שני איז עס אקעגן מיין פרינציפ פון נישט קויפן די רבנים-בילדער-אויסגאבעס (ובפרט א...). ווידער עס קויפן, און אוועקווארפן די בילדער אפטיילונג איז אויך נישט צום הארצן...
ווייסט איינער וויפיל בלעטער די הויפט-האגער-ארטיקל פארנעמט?
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 3:46 pm
הלשון האט געשריבן:שמעלקא טויב האט געשריבן:גראדע דער אויסוואהל פון א שמועס מיט א באקאנטן עקספערט אין עניני רפואה און איבערהויפט אזא קאלירפולער פיגור ווי הרה"צ ר' אליעזר שליט"א איז א פערפעקטער קאווער סטארי פאר א מאגאזין, נישט ווי די וואס העלן לייגן דעם הויפט שפיאן וואס האט כ'ווייס נישט וואס געטוען וכ'ו,
נישט קיין ספק אז דאס וועט ציען א גרויסער ציבור עס צו קויפן.
אני לכשעצמי, האב נאך אן אינערליכע געראגל יא קויפן אדער נישט קויפן. מצד אחד וויל איך עס קויפן, ווייל עס קוקט אויס גוטע סחורה, מצד שני איז עס אקעגן מיין פרינציפ פון נישט קויפן די רבנים-בילדער-אויסגאבעס (ובפרט א...). ווידער עס קויפן, און אוועקווארפן די בילדער אפטיילונג איז אויך נישט צום הארצן...
ווייסט איינער וויפיל בלעטער די הויפט-האגער-ארטיקל פארנעמט?
אני הק' שמעלקא טויב וועט עס מסתם קויפן, כ'וועל עס קוקן אין אפיס איידער איך ברענג עס אריין אין שטוב.
די רבנים בילדער איז מיין פעיווארד, כ'האלט זיי פאר לאנגע יארן נאכדעם וואס ס'קומט ארויס, כ'האב הנאה צו קוקן דערויף מטעמים כמוסים...
מיינע קינדער מאכן דערפון קאלערינג בוקס...
ס'איז מער אויסגעהאלטן ווי רוב צייטונגן היינט און ס'קען נישט ברענגן קיין דעמעדזש, אויב כ'קען וואלט איך ארויסגענומען די פאר זייטן פון וועלטליכע נייעס אדער ווי דער עלעפאנט אין אינדיע עסט א קעיק צו געבורטס'טאג...
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 5:48 pm
טעות לעולם חוזר
- עטעטשמענטס
-

דאנערשטאג אפריל 10, 2014 5:51 pm
וואו ערשיינט דער מודעה?
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 5:55 pm
אַבּערוואַס האט געשריבן:עמיצער ווייסט ווי מען קען עס קויפן? כ'האב'ס נישט געטראפן אין מיין לאקאלע געשעפט.
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 5:55 pm
אין מיין גראסערי איז עס נאך אלס נישטא. ביג מיסטעק.
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 6:01 pm
וועלכע חלק איז א מיסטעיק?
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 6:32 pm
אלע אויסגאבעס זענען שיין אויסגעפאקט נאר נישט דע מאמענט
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 6:40 pm
כ'בינישט זיכער ס'א מיסטעיק, אבער כ'בין אויך נישט מקנא דער וואס איז ריספאנסעבל פאר דעם דורכפאל (דער עורך, דרוקער אדער ווייסעכווער).
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 7:29 pm
אדווערטייזמענט איז דא איבעראל, איך בין געגאנגען ספעציעל אין מיין לאקאלע געשעפט עס קויפן, און ואיננו
סאוי קודם האבן די אנדערע אויסגאבעס געמאכט געלט אויף מיר...
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 8:12 pm
אַבּערוואַס האט געשריבן:כ'בינישט זיכער ס'א מיסטעיק, אבער כ'בין אויך נישט מקנא דער וואס איז ריספאנסעבל פאר דעם דורכפאל (דער עורך, דרוקער אדער ווייסעכווער).
דער מיסטעיק איז דאס וואס זיי שטעלן ארויס א אנטשולדינגונג, זיי ווייזן אז זיי האבן נישט קיין גאָץ!
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 8:21 pm
שוין דא אין גראסערי. 300 זייטן
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 8:32 pm
זייער גוט, אזוי קומט מען ארויס נאר אזוי, מען מאכט א שטונק א שערורי' א פאליטיק יעדער רעדט אלע ביינעזמאנים בחורים, מקומט עס קוקן אין גראסערי מער מענטשן קויפן עס צו זען פון וואס די רעדע איז. אויב איז גוט קויפט מען עס ווייטער און די רעסט איז היסטארי.
אויב וועט ער גיין אויף אן ערליכן שניט און האבן פרינציפן זיך צו האלטן דערצו וועט ער מצליח זיין.
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 8:35 pm
א גוט ווארט פון ר' דוד ווערדיגער ע"ה אויף די קאסעטעס פון זיין זוהן ר' מרדכי: אן א איסור צען טויזענט מיט א איסור פופצען טויזענט...
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 8:57 pm
שמעלקא טויב האט געשריבן:דער מיסטעיק איז דאס וואס זיי שטעלן ארויס א אנטשולדינגונג, זיי ווייזן אז זיי האבן נישט קיין גאָץ!
פייפן אויף די מענטשהיט איז אויך נישט קיין מהלך... פאקט איז, עד היום הזה האט זייער אויסגאבע געהאט גאר אסאך "גאָץ", און ס'האט זייער נישט געשמעקט פאר'ן אלגעמיינעם ציבור.
אויב ווילן זיי אז אנדערע עסקנים, רבנים, כלל טוער אד"ג זאלן אמאל וועלן רעדן צו זיי, פערזענליך אדער טעלעפאניש, איז עס נאר מעגליך אויב מען קען זיי טראסטן. מיט אן אנטשולדיגונג מאכן זיי כאטש א געוויסע פני תם כאילו זיי האבן גארנישט געמיינט...
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 9:41 pm
בס"ד,
געזוכט היינט אין עטליכע געשעפטן, סטאנציעס, דערווייל איז נאך נישט אנגעקומען דא דער מאמענט פונעם געהויבענעם מאמענט.
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 10:01 pm
מעג מען דאס ליינען?.....
- עטעטשמענטס
-

דאנערשטאג אפריל 10, 2014 10:04 pm
געלעגער, האסט זיי געגעבן רשות?
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 10:20 pm
וויפיל קאסט עס?
דאנערשטאג אפריל 10, 2014 10:28 pm
$4.95
פרייטאג אפריל 11, 2014 9:29 am
איז נישט געשטאנען ערגעץ אז די ערשטע אויסגאבע וועט זיין אומזיסט?
פרייטאג אפריל 11, 2014 9:52 am
לגבי זייער אנטשולדינגונג, זייער פשוט פארוואס זיי האבן עס געטוהן אין א וואויסנאוט וואס איז ארומגעפארן פון איינע פון די איינגעשטעלטע איז ער זייער שיין מסביר וויאזוי די טעות האט פאסירט, כ'וויל עס נישט דא נאכשרייבן צוליב וואס ער לייגט אן די שולד אויף איינעם און איך ווייס דאך נישט די אמת, ממילא איז פשוט אז אזא גילו דעת האט געמוזט קומען.
שנאפס, דו מישסט אויס מיט די "מהדרין" מאגאזין וואס קומט זונטאג מיט די וויקלי לינק, אסאך אידן האבן געמאכט דעם טעות.
פרייטאג אפריל 11, 2014 10:02 am
איך רעד נישט פון די מהדרין, ערגעץ האב איך געלייענט אז די ערשטע אויסגאבע פון מאמענט וועט זיין אומזיסט