"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

נכד
שר חמש מאות
תגובות: 606
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » מאנטאג סעפטעמבער 09, 2019 7:12 pm

[quote="eller"]די ארטיקל פון וויליאמסבורג אמאל איז סאמטינג ספעשיל....
כ'וואונדער מיר נאר וואו איז היינט די קלויזענבורגע סקול אויף קעיפ וואו עס איז געווען אמאל די קלויזענבורגע שול. (אפשר מיינט ער פאפא סקול ? )
און ווער איז דאס טאקע מתתי' דייטש ? ס'זעהט מיר נישט אויס א פען נעים. וועמענס זון איז ער ? ער רעדט דארט אויך פון זיין שווער און זיידע.[/quote]

נאכן ליינען דעם גאנצן ארטיקל געפינט מען די געציילטע רמזים פון, שווער, מוטער און זיידע.

סך הכל.

נאכן א שנעלן קוק אין ״אנשי שלומינו״ טרעפט זיך דארט א איד מיט דעם נאמען מתתיהו דייטש א זון פון הרב ר׳ משה לייב דייטש (געוועזענער שרייבער אין ״דער איד״) וואס ער איז אן איידעם ביי ר׳ ליפא לעפקאוויטש, דער מתתי׳ איז אן איידעם ביי דוד יצחק ווערצבערגער א זון פון הרב ר׳ אברהם ווערצבערגער.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21829
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג סעפטעמבער 10, 2019 9:05 am

eller האט געשריבן:כ'וואונדער מיר נאר וואו איז היינט די קלויזענבורגע סקול אויף קעיפ וואו עס איז געווען אמאל די קלויזענבורגע שול.

זע דא
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

בעל הנס
שר מאה
תגובות: 159
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 01, 2017 11:21 pm

תגובהדורך בעל הנס » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 10:40 am

עס איז געווען א הערליכע ארטיקל, אבער צו קורץ. עס איז צומאל א מעלה און צומאל א חסרון, דאסמאל איז עס געווען א חסרון. עס האט זיך געשפירט ווי כ'ליין קעפלעך פון אן ארטיקל.

זיי זאלן מאך נאך אזעלכע פראיעקטן, אבער עטוואס מער אויסציען.

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 239
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט פר׳ כי-תצא תשע״ט

תגובהדורך שלשה אחים » מיטוואך סעפטעמבער 11, 2019 12:33 pm

מאמענט פר׳ כי-תצא תשע״ט

מאמענט כי תצא תשע״ט.jpeg
מאמענט כי תצא תשע״ט.jpeg (456.06 KiB) געזעהן 2889 מאל


חודש׳ליכע תורה זשורנאל ״לבלר #11״ לחודש אלול — בייגעלייגט אינעם ״מאמענט״ פעקל פון היינטיגער וואך

לבלר 11 - אלול תשע״ט.jpeg
לבלר 11 - אלול תשע״ט.jpeg (394 KiB) געזעהן 2889 מאל

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 5:26 am

האט נאך איינעם געבאדערט דא די יו״ט פרייז פאר א רעגוחער מאמענט? וואס איז פשט פון בעטן א דאלאר מער פאר יו״ט, אבער גארנישט צוגעשטעלט מער, געווען א דינער מאמענט ווי יעדע וואך, אן אפילו די לבלר און נפשי. פלעין געריטן אויפ׳ן עולם מיט׳ן בעטן מער

יישר כח באשעפער
שר מאה
תגובות: 135
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוקטובער 11, 2018 11:01 pm

תגובהדורך יישר כח באשעפער » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 9:58 am

גראמער האט געשריבן:האט נאך איינעם געבאדערט דא די יו״ט פרייז פאר א רעגוחער מאמענט? וואס איז פשט פון בעטן א דאלאר מער פאר יו״ט, אבער גארנישט צוגעשטעלט מער, געווען א דינער מאמענט ווי יעדע וואך, אן אפילו די לבלר און נפשי. פלעין געריטן אויפ׳ן עולם מיט׳ן בעטן מער

איך זעה נישט וואס טוט דיר וויי
פאר די שמוס מיט אברהם מרדכי איז עס ווערט א דאלער מער זייער א שיינע אינטערוויא

אוועטאר
רינדעכיג
שר מאה
תגובות: 181
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 14, 2015 1:16 pm
לאקאציע: וואו נישט

תגובהדורך רינדעכיג » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 11:28 am

גראמער האט געשריבן:האט נאך איינעם געבאדערט דא די יו״ט פרייז פאר א רעגוחער מאמענט? וואס איז פשט פון בעטן א דאלאר מער פאר יו״ט, אבער גארנישט צוגעשטעלט מער, געווען א דינער מאמענט ווי יעדע וואך, אן אפילו די לבלר און נפשי. פלעין געריטן אויפ׳ן עולם מיט׳ן בעטן מער

ניין,
עס נישט געקויפט דערוועגן
די חסימה באטן איז גרייט, ווער ס'האט נישט קיין איבעריגע צייט צו טראכטן פארן שרייבן וועט ווערן נחסם...

(קרעדיט: @וויכי)

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 5:06 pm

טוט ווי אנדערע קלוגע אידן און באשטעלט עס צום טיר. פאר זעלבן פרייז יעדע וואך.
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

גראמער
שר חמישים ומאתים
תגובות: 421
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 11, 2016 8:21 pm

תגובהדורך גראמער » מיטוואך אוקטובער 02, 2019 5:25 pm

איך קויף עס דאך בלויז נישט מער ווי 10 מאל א יאר.

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 699
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 1:12 pm

גראמער האט געשריבן:האט נאך איינעם געבאדערט דא די יו״ט פרייז פאר א רעגוחער מאמענט? וואס איז פשט פון בעטן א דאלאר מער פאר יו״ט, אבער גארנישט צוגעשטעלט מער, געווען א דינער מאמענט ווי יעדע וואך, אן אפילו די לבלר און נפשי. פלעין געריטן אויפ׳ן עולם מיט׳ן בעטן מער

ס'איז יתכן אז זיי זענען ארויף מיט'ן פרייז, עמי און משפּחה זענען שוין פאר חדשים זיבן טאלער.

אוועטאר
חנוך
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 1:34 pm

טראמבאן האט געשריבן:טוט ווי אנדערע קלוגע אידן און באשטעלט עס צום טיר. פאר זעלבן פרייז יעדע וואך.


וועלכע טאג אין וואך קומט עס אן?

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » דאנארשטאג אוקטובער 03, 2019 4:48 pm

חנוך האט געשריבן:
טראמבאן האט געשריבן:טוט ווי אנדערע קלוגע אידן און באשטעלט עס צום טיר. פאר זעלבן פרייז יעדע וואך.


וועלכע טאג אין וואך קומט עס אן?

געווענליך דאנערשטאג נאכט אדער פרייטאג פארטאגס.
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

אוועטאר
חמרא טבא
שר חמשת אלפים
תגובות: 5645
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 08, 2014 2:13 pm

תגובהדורך חמרא טבא » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 3:24 pm

קודאס מאמענט פארן מאכן א דעקל וואס ציהט מיר...
דביה תחדי נפשא

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » דאנארשטאג אוקטובער 10, 2019 3:40 pm

חמרא טבא האט געשריבן:קודאס מאמענט פארן מאכן א דעקל וואס ציהט מיר...

זעהט אויס ווי "חמרא טבא"... און מסתם אויך "תחדי נפשא"...
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

לעכטל
שר מאה
תגובות: 212
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 27, 2019 6:03 pm

תגובהדורך לעכטל » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 12:32 pm

טראמבאן האט געשריבן:טוט ווי אנדערע קלוגע אידן און באשטעלט עס צום טיר. פאר זעלבן פרייז יעדע וואך.


נאפ, מען דארף האבן א סיבה צו בעטן מער, מען קען נישט בעטן סתם אזוי.
אגב: יעצט די סוכות אויסגאבע איז גאנץ א פיין פרייז פאר די הערליכע ארבעט!
...Life is so precious
There is no time to leave words unsaid
or kindness undone

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 1:53 pm

יא, חברה.
איך האב שוין פעסט אנגעהויבן די שפאציר פון צווישן די הונדערטער "מאמענט" זייטן, שטארקע ווארע ערווארט אייך!
אויב קען מען זיך אפילו אויסדרוקן "ווי קייינמאל בעפאר".

פון צווישן די שעלווס אין קראם, איז דאס די רייכסטע ארטיקלען אויף אזא הויכער לעוועל, אנדערע זאכן זענען אויך און שטארק אינטרעסאנט, אבער קומט נישט צו צום מאמענט קאליבער!

יישר כח פאר מאמענט פובלישערס, רעדאקטארן, און שרייבער'ס (און אדווערטיייזערס...).

און די פרייז? גאר ביליג פאר אזויפיל רייכע מאמענטן.

כ'אף נאך צוריקצוקוצען מיט ברייטערע באריכטן און אפהאנדלונגען אי"ה.
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 1:55 pm

לעכטל האט געשריבן:
טראמבאן האט געשריבן:טוט ווי אנדערע קלוגע אידן און באשטעלט עס צום טיר. פאר זעלבן פרייז יעדע וואך.


נאפ, מען דארף האבן א סיבה צו בעטן מער, מען קען נישט בעטן סתם אזוי.
אגב: יעצט די סוכות אויסגאבע איז גאנץ א פיין פרייז פאר די הערליכע ארבעט!

וואס מיינסטו א סיבה?
א פארגרעסערטע אויסגאבע אויף ר"ה מעג קאסטן א דאלער מער.

איך גלייב אז זיי האבן נישט פארלוירן קיין איין קאסטומער אדאנק דעם, פאר ס'קויפט עס ווייל ער ווייסט זייער שטאפל און מאטריאל וואס זיי ברענגען.
לעצט פאראכטן דורך טראמבאן אום פרייטאג אוקטובער 11, 2019 2:16 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

אוועטאר
הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 2:10 pm

איך קויף קיינמאל נישט די מאמענט,
לכבוד סוכות וויל איך עס קויפן,
די שלשה אחים מיט הרה"ג ר' טודרוס רעדט נישט צי מיר,
לוינט זיך עס נאך אלץ צו קויפן?

טראמבאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 303
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 07, 2019 7:12 pm
לאקאציע: א געשמאק אידיש ווינקל. ווייסט פון איינס? שיק מיר אריין ביטע.

תגובהדורך טראמבאן » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 2:17 pm

הערשקא האט געשריבן:איך קויף קיינמאל נישט די מאמענט,
לכבוד סוכות וויל איך עס קויפן,
די שלשה אחים מיט הרה"ג ר' טודרוס רעדט נישט צי מיר,
לוינט זיך עס נאך אלץ צו קויפן?

איך קען נישט פארשטיין דיין מענטאליטעט און מהלך אויב די זאכן רעדן נישט צו דיר.
א 'טראמבאן' פון אונטן שמאל - טאקע קליין. אבער נאר גרעסער און ברייטער טוט זי ביים ענדע זיין. זי הייבט איר שטימע און א שטארקע הערליכער קול פון גזאנג טוט גיין. פרעגסטו נאך פארוואס 'טראמבאן' איז די ניק מיין?

אלבערט איינשטיין
שר העשר
תגובות: 12
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 19, 2019 2:08 pm

תגובהדורך אלבערט איינשטיין » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 3:55 pm

טראמבאן האט געשריבן:
הערשקא האט געשריבן:איך קויף קיינמאל נישט די מאמענט,
לכבוד סוכות וויל איך עס קויפן,
די שלשה אחים מיט הרה"ג ר' טודרוס רעדט נישט צי מיר,
לוינט זיך עס נאך אלץ צו קויפן?

איך קען נישט פארשטיין דיין מענטאליטעט און מהלך אויב די זאכן רעדן נישט צו דיר.

הגה"צ חו"פ רא"מ מלאך שליט"א LOL
(הרה"ג read)
וד"ל

אוועטאר
חנוך
שר חמישים
תגובות: 63
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש אפריל 05, 2014 10:15 pm
לאקאציע: על גשר צר מאד

תגובהדורך חנוך » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 3:59 pm

ס'דא גענוג גוטע סחורה אן די עיקר דערמאנטע ארטיקלן. אבער גיב א קוק די טווערסקי ברודער, ס'דעקט דאך אזא רייכע ספקטרום פון אדמורות ביז געזעץ, דאקטעריי ביז היסטאריע און נאך.

אוועטאר
הערשקא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 443
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג פאברואר 14, 2016 1:47 pm

תגובהדורך הערשקא » פרייטאג אוקטובער 11, 2019 4:35 pm

אה זאגסט עפעס, עס הייבט אן אויסציקוקען אינטערעסאנט פאר מיר,
העלמער עס פארזיכען אי"ה.

בד"וו לייג איבער די קאווער'ס דא, עס איז נאך נישט דא אין די אשכול

פייערקרעקערס
שר העשר
תגובות: 48
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 04, 2019 3:55 pm

תגובהדורך פייערקרעקערס » מוצ"ש אוקטובער 12, 2019 11:06 pm

געליינט די מאמענט סוכות אויסגאבע. איך קויף עס נישט געווענליך, איך האב עס אצינד געקויפט צוליב די שלשה אחים ארטיקל. דא האט איר מיין קורצע אנאליז.

אנגעהויבן צו לייענען דעם שלשה אחים ארטיקל, אנהויב איז עס געשריבען ניש'קשה, היבש א שוואכע גרעממער, שטארק נישט מסודר אבער פארט א שטארקע תוכן. אנקומענדיג צום לעצטן ברודער איז אבער דער שרייבער אראפ עטליכע שטאפלען, איבערגעשריבן גאנצעטע שטיקער פון די פריערדיגע ברודער, אריין אין א מאאד פון מאלן וואסער אז ס'איז געווען צו ברעכן, גערעדט פון זיינע פרעזענליכע געפילן אנשטאט צום ענין, בקיצור, דארט האב איך עס אראפגעווארפן.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר חמש מאות
תגובות: 956
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג אוקטובער 13, 2019 11:04 am

איך האב בעיקר הנאה געהאט פון די ערשטע 2 ברודער.
פרומע אדמורים וואס רעדן פון גאט ב"ה און משיח און גלייכצייטיג געלערנטע שטודירטע (!) פראפעסארן, בפרט ר' אברהם,
איך האב שוין געליינט אסאך פון זיינע בוכער, ער האט פארברענגט מיט די געמיינסטע אויף דער וועלט, אלע מינע גלויבנס (!) און איז א ערליכער יוד וואס זיין פנים לייכט
פאר מיר פערזענליך איז דער ארטיקל געוען זייער אינטרעסאנט, בפרט פון ר' אברהם, ער איז א כוכב!!!

טראכט איבער
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm

תגובהדורך טראכט איבער » זונטאג אוקטובער 13, 2019 11:26 am

פייערקרעקערס האט געשריבן:געליינט די מאמענט סוכות אויסגאבע. איך קויף עס נישט געווענליך, איך האב עס אצינד געקויפט צוליב די שלשה אחים ארטיקל. דא האט איר מיין קורצע אנאליז.

אנגעהויבן צו לייענען דעם שלשה אחים ארטיקל, אנהויב איז עס געשריבען ניש'קשה, היבש א שוואכע גרעממער, שטארק נישט מסודר אבער פארט א שטארקע תוכן. אנקומענדיג צום לעצטן ברודער איז אבער דער שרייבער אראפ עטליכע שטאפלען, איבערגעשריבן גאנצעטע שטיקער פון די פריערדיגע ברודער, אריין אין א מאאד פון מאלן וואסער אז ס'איז געווען צו ברעכן, גערעדט פון זיינע פרעזענליכע געפילן אנשטאט צום ענין, בקיצור, דארט האב איך עס אראפגעווארפן.

עס איז ביי מיר בלי ספק אז דער שרייבער פון דעם מילוואקי איז א צווייטער ווי דער ערשטע צווי ברידער


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט