"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

להתודע ולהגלות
שר העשר
תגובות: 22
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 13, 2017 4:27 am

תגובהדורך להתודע ולהגלות » זונטאג ינואר 06, 2019 2:26 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:איך שעץ זייער די ארטיקל איבער לב טהור (ס'באצאהלט?) ס'איז טאקע וויכטיג קודם צו מברר זיין ביי דעת תורה און טראכטן מיט שכל פארן פאורטיילן די אידן (א חלק פון די ארעסטירטע) וואס זענען מעגליך אומשילדיג.

הגם איך פארשטיי אז ס'קען קומען א קעגן-רעאקציע און גורם זיין א שטורעם, אבער דאך פיל איך אז ס'איז געשריבן געווארן אויפריכטיג און ס'איז אחריות'דיג עס אראפצושרייבן און פארשפרייטן.

גערעכט חושב רעדט צו די זאך
אפשר ברענגסטו ארויף א בילד פונעם ארטיקל

אוועטאר
יש ברירה
שר חמשת אלפים
תגובות: 5973
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אוגוסט 17, 2015 3:44 pm

תגובהדורך יש ברירה » זונטאג ינואר 06, 2019 12:02 pm

שטארק הנאה געהאט פונעם אנטארקטיקע ארטיקל.

שיין געשריבן, אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו!

האלט
שר מאה
תגובות: 104
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 03, 2015 5:39 pm

תגובהדורך האלט » זונטאג ינואר 06, 2019 2:57 pm

יש ברירה האט געשריבן:שטארק הנאה געהאט פונעם אנטארקטיקע ארטיקל.

שיין געשריבן, אינטערעסאנט און אינפארמאטיוו!

גא"מ נישט צו לאנג אבער גאר אינטערסאנט און אינפארמאטיוו

אוועטאר
fiena nieas
שר האלף
תגובות: 1923
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » זונטאג ינואר 06, 2019 11:39 pm

גאר שטארק הנאה געהאט פונעם ארטיקל אט אזאלכע ארטיקלעןן ערווארטן מיר צו זעהן שכוח א דאנק

שטיגליץ
שר מאה
תגובות: 162
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מארטש 01, 2016 11:23 am

תגובהדורך שטיגליץ » מאנטאג ינואר 07, 2019 3:23 am

משהלע האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:איך שעץ זייער די ארטיקל איבער לב טהור (ס'באצאהלט?) ס'איז טאקע וויכטיג קודם צו מברר זיין ביי דעת תורה און טראכטן מיט שכל פארן פאורטיילן די אידן (א חלק פון די ארעסטירטע) וואס זענען מעגליך אומשילדיג.

הגם איך פארשטיי אז ס'קען קומען א קעגן-רעאקציע און גורם זיין א שטורעם, אבער דאך פיל איך אז ס'איז געשריבן געווארן אויפריכטיג און ס'איז אחריות'דיג עס אראפצושרייבן און פארשפרייטן.


מחללי שבת בפרהסיא קומט זיך נישט קיין שום לימוד זכות.

יא אר מיססינג דע פוינט, פארשטייט זיך אז איינמאל די פאקטן זענען באשטעטיגט האט עס א אנדערע הלכה. מען רעדט נאך בעפאר כמעט קיינער האט געהאט באשטעטיגטע פאקטן זענען מענטשן אויפגעשפרינגען מיט קאנקלוזיעס, החלטות, און אורטיילן.

צו דעם האט זיך דער שרייבער באצויגן און איך גיב איהם דעם פולסטן קרעדיט.

אוועטאר
יש מזל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 438
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 11, 2017 1:46 pm

תגובהדורך יש מזל » מאנטאג ינואר 07, 2019 3:33 am

להתודע ולהגלות האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:איך שעץ זייער די ארטיקל איבער לב טהור (ס'באצאהלט?) ס'איז טאקע וויכטיג קודם צו מברר זיין ביי דעת תורה און טראכטן מיט שכל פארן פאורטיילן די אידן (א חלק פון די ארעסטירטע) וואס זענען מעגליך אומשילדיג.

הגם איך פארשטיי אז ס'קען קומען א קעגן-רעאקציע און גורם זיין א שטורעם, אבער דאך פיל איך אז ס'איז געשריבן געווארן אויפריכטיג און ס'איז אחריות'דיג עס אראפצושרייבן און פארשפרייטן.

גערעכט חושב רעדט צו די זאך
אפשר ברענגסטו ארויף א בילד פונעם ארטיקל

גא"מ, ניתי ארטיקל וניחזי!

אוועטאר
קלאָצקאָפּ
שר האלף
תגובות: 1503
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יולי 25, 2017 9:24 pm

תגובהדורך קלאָצקאָפּ » מאנטאג ינואר 07, 2019 12:30 pm

שוין געווען דא, און שוין פארמעקט געווארן.
קריך נישט צו הויך, ווייל אויב דו וועסט חלילה פאלן וועט דיין קלאפ זיין פיל שטארקער!

ליבלעך
שר חמש מאות
תגובות: 612
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 21, 2017 4:08 pm

תגובהדורך ליבלעך » מיטוואך ינואר 09, 2019 7:48 pm

איידער איר קויפט די מאמענט די וואך זאלט איר באשליסן אויב איר זענט גרייט צו צאלן פאר א האלבע אינטערוויא, מאמענט האט די וואך ווידעראמאל עובר געווען אויף גניבת דעת און פובליצירט בלויז א האלבע אינטערוויא!
זייט פארזיכטיג מיר האבן אייך געווארנט...

אוועטאר
וואס עפעס?
שר חמש מאות
תגובות: 830
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 05, 2014 11:31 pm

תגובהדורך וואס עפעס? » מיטוואך ינואר 09, 2019 8:51 pm

האלט אייך ריהוג בערל
[Life is hard stupid people make it even harder
Credit: Donald Trump Jr

אוועטאר
ברעחדך קאפ
שר מאה
תגובות: 136
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 12, 2015 10:51 am

תגובהדורך ברעחדך קאפ » מיטוואך ינואר 09, 2019 10:27 pm

שלשה אחים האט געשריבן:
דער חסידישער וואנדערער: רייזע נאטיצן פון א חסידישן רייזנדער און שרייבער וואס זעט א העכער ענין אין זיין באגער צו באזוכן אלץ מער ימ'ען און קאנטינענטן און פילע פון זיינע נסיעות ווערן פאראייביגט אלס שריפטשטעלער. הרב אליעזר ראזען אין א געשמאקער שמועס מיט חסידישן שרייבער און רייזער ר' שלמה יוסף זייאנץ וועלכער דערציילט איבער זיינע נסיעות און שרייבעריי.


ווייס מיר שוין די סוד ווי ער איז געווען, ( אין די מאמענט אינטערוויו זאגט ער אז ער קען נישט זאגן ווי ער איז יעצט, אבער איינמאל ער קימט ציריק וועט ער זאגן)

Screenshot_20190109-222432_WhatsApp.jpg
Screenshot_20190109-222432_WhatsApp.jpg (741.29 KiB) געזעהן 1391 מאל

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » מיטוואך ינואר 09, 2019 10:38 pm

ער קוקט טאקע אויס ווי אן אראבער, אבער עכט איז עס דער חסידישער אינגערמאן...

בילד 1 - אינאיינעם מיט האדמו''ר מטורקס.

בילד 2 - ווארשיינליך ביים ליקוי חמה, זומער תשע"ז....
צוגעלייגטע
download.jpg
download.jpg (8.55 KiB) געזעהן 1374 מאל
37922572_294891687930695_1288765753901711360_n.jpg
37922572_294891687930695_1288765753901711360_n.jpg (66.18 KiB) געזעהן 1374 מאל
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

אהער און אהין
שר חמש מאות
תגובות: 621
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 27, 2018 4:14 pm

תגובהדורך אהער און אהין » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 2:17 pm

ברעחדך קאפ האט געשריבן:
שלשה אחים האט געשריבן:
דער חסידישער וואנדערער: רייזע נאטיצן פון א חסידישן רייזנדער און שרייבער וואס זעט א העכער ענין אין זיין באגער צו באזוכן אלץ מער ימ'ען און קאנטינענטן און פילע פון זיינע נסיעות ווערן פאראייביגט אלס שריפטשטעלער. הרב אליעזר ראזען אין א געשמאקער שמועס מיט חסידישן שרייבער און רייזער ר' שלמה יוסף זייאנץ וועלכער דערציילט איבער זיינע נסיעות און שרייבעריי.


ווייס מיר שוין די סוד ווי ער איז געווען, ( אין די מאמענט אינטערוויו זאגט ער אז ער קען נישט זאגן ווי ער איז יעצט, אבער איינמאל ער קימט ציריק וועט ער זאגן)

Screenshot_20190109-222432_WhatsApp.jpg

דארף צו זיין א בראווער יונגערמאן...

שלשה אחים
שר מאה
תגובות: 151
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 18, 2015 11:09 am

מאמענט פר׳ בא תשע״ט

תגובהדורך שלשה אחים » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 4:28 pm

רבי יאיר וויינשטאק: הרב אליעזר ראזען אין אן אויסשליסליכער און ארומנעמענדער אינטערוויו מיט דעם קעניג פון אידישער ליטעראטור בזמנינו און פראליפישער פארפאסער פון פילצאליגע אטעמפארכאפנדע פיקציע ביכער וואס האט געפארעמט א נייעם זשאנער אין אידישער שריפט.

דער באנק רויבער דער בעל תשובה: ער האט דורכגעפירט באנק רויבערייען איינמאל און נאכאמאל און ווידעראמאל ביז תפיסה איז געווארן זיין אפיציעלע היים פאר 30 יאר | דאן האט זיין אידישע ליכטל זיך אנגעצינדן און זיצנדיג מיט די "צדיקים אין אטיסוויל" האט זיין לעבן זיך געטוישט אויף אייביג. די אויסערגעווענליכע געשיכטע פון אברהם בעין, וועלכער איז כמעט נישט געווען אויף דער פריי פון תשמ"ט ביז פארלאפענעם חנוכה

פּרשת פאה נכרית: שמועס מיט הרה״ג ר׳ אליעזר פאשקעס שליט״א נאך אסיפה פון גדולי רבני עיר מאנסי איבער "יומען העיר" שייטלעך

נאה דורש ונאה מקיים: רבי עזריאל טויבער'ס "קבלת יסורים" מעסעדזש פון שפּיטאל בעט --- די התרגשות׳דיגע טעלעפאנישע געשפּרעך ביים ציון פון ישמח משה --- הרב שבתי פריעד: דער מנהל מיט'ן תהלים --- המחנך הרב שלום יעקב וואזנער: א שבת ביים רבי'ן! --- מנחם גאלד ברענגט אן אייגנארטיגן באריכט פון דעם אייגנארטיגן פארזאמלונג פאר יהדות בוכארא ניטל נאכט אין וויליאמסבורג --- די "גרויע גייסט" שיף: קווין מערי (און ווען די קווין מערי האט געראטעוועט אידן) --- און נאך!

בייגעלייגט: חודש׳ליכע מענטל העלט אויסגאבע ״נפשי #14״
צוגעלייגטע
Moment Magazine Boi 5779 Cover.jpg
Moment Magazine Boi 5779 Cover.jpg (235.16 KiB) געזעהן 1041 מאל

eller
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4625
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מארטש 25, 2016 11:41 am

תגובהדורך eller » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 6:55 pm

ליבלעך האט געשריבן:איידער איר קויפט די מאמענט די וואך זאלט איר באשליסן אויב איר זענט גרייט צו צאלן פאר א האלבע אינטערוויא, מאמענט האט די וואך ווידעראמאל עובר געווען אויף גניבת דעת און פובליצירט בלויז א האלבע אינטערוויא!
זייט פארזיכטיג מיר האבן אייך געווארנט...

וועלכע ? יאיר וויינשטאק ?
כ'האלט אויך אז ס'איז ריין גניבות דעת. שוין אפאר מאל זיך אפגעבריט מיט זיי.
איך בין נישט קיין שרייבער . נאר א נייגעריגע ליינער. פרעגער. און קאמאנטירער...
מיין בליק אויף איי וועלט

אוועטאר
מאנסי שטופער
שר מאה
תגובות: 160
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 11, 2018 12:40 am

תגובהדורך מאנסי שטופער » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 7:19 pm

איך פלעג אויך אמאל וויינען אויף אזעלכע זאכן, ביז כ'האב מיך דערלערנט אז די מאמענט איז מלא סופרייזעס אין ווען איך קויף עס בינעך גרייט אויף אלעם, צוהאלבטע ארטיקלען, ארטיקלען וואס זענען ריין לשם אדווערטייזמענט, ארטיקלען וואס זענען געווען פאריגע וואך אין אנדערע צייטונגען אא''וו, זייט איך האב אנגעהויבן דאס צו נעמען אין באטראכט האבעך סך מער הנאה פון די מאמענט, יעדע גוטע ארטיקל איז א פלאס...

שבתי בוים
שר מאה
תגובות: 240
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אפריל 20, 2017 9:29 am

תגובהדורך שבתי בוים » דאנארשטאג ינואר 10, 2019 8:33 pm

דער ארטיקל מיט הרב יאיר איז צוואנציג זייטן, באלד דריי מאל די לענג פון סתם אןארטיקל. צעטיילן אויסנאם לאנגע ארטיקלען איז א סטאנדארט אין אלע מאגאזינען סיי אין אלגעמיינע ווי דער ניו יארקער און סיי אידישע ווי עמי די וואך אין סאודי אראביע ארטיקל.

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלף
תגובות: 1717
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » פרייטאג ינואר 11, 2019 2:33 am

וואס איז די פראבלעם פון צוטיילן?

און וואס גייט פאר מיט ר' עזריאל טויבער?
יסוד החסידות: קודם זיי א "חסיד" פון דיר אליינס, גלייב אין דיינע כוחות!

אסדר לסעודתא
שר האלפיים
תגובות: 2184
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 25, 2018 11:08 pm

תגובהדורך אסדר לסעודתא » פרייטאג ינואר 11, 2019 5:54 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:וואס איז די פראבלעם פון צוטיילן?

טאמיר דו ווילסט וויסן ווי לאנג זיין בארד איז, און נאר פארדעם האסטו עס געקויפט, און פונקט די שאלה איז אין די צווייטע האלב אינטערוויו! שטעל דיך פאר...
אכטונג: מיין ניק איז טיילווייז אפעקטירט געווארן פונעם פעדעראלן שאטדאון.

וואשינגטאן
שר חמש מאות
תגובות: 581
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 16, 2017 8:08 am

תגובהדורך וואשינגטאן » פרייטאג ינואר 11, 2019 5:59 am

חושב מחשבות... האט געשריבן:און וואס גייט פאר מיט ר' עזריאל טויבער?
כי זה כמה נכסוף נכספתי לראות בתפארת עזיך!

אוועטאר
ענדע צדיק!
שר חמשת אלפים
תגובות: 5302
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

תגובהדורך ענדע צדיק! » פרייטאג ינואר 11, 2019 8:51 am

וואשינגטאן האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:און וואס גייט פאר מיט ר' עזריאל טויבער?

שוין געהאט געפראוועט א סעדות הודאה, אבער סאיז ליידער צוריקגעקומען, מען קען מתפלל זין פאר א ישועה.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון

קאנסילמאן
שר חמש מאות
תגובות: 570
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 23, 2018 7:26 pm

תגובהדורך קאנסילמאן » זונטאג ינואר 13, 2019 12:17 pm

"אויסשליסליכער אינטערוויא מיט יאיר וויינשטאק"?! ער איז כסדר אויפן דעקיל פון יעדען איינציגען מאגאזין מדן ועד באר שבע, און דא איז עס גאר נאר א האלבע אינטערוויא.

עני

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » זונטאג ינואר 13, 2019 12:19 pm

גראדע איז עס א קנאקעדיגע אינטערוויו.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

שפע רב
שר העשר
תגובות: 44
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 06, 2018 11:20 am

תגובהדורך שפע רב » זונטאג ינואר 13, 2019 12:49 pm

איז די אינטערוויא מיט די בעל תשובה אונטערסאנט?
איך זעה אים יעדן אינדערפרי אין ביהמ"ד. ער קוקט אויס גאר גאר ערנסט.זיין דאוונענען זיין התנהגות. במקום שבעלי תשובה עומדים וכו'

אוועטאר
קלאפער
שר מאה
תגובות: 172
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2018 8:30 am

תגובהדורך קלאפער » זונטאג ינואר 13, 2019 1:23 pm

נישט עפעס ספעשל. די גאנצע אינטערוויו ברענגט ארויס אז ער איז געזיצן און תפיסה און דאך באשלאסן אז ער גייט צוריק צום קרימינאלן לעבן, אזוי האט מען אים עטליכע מאל ארעסטירט, ביז ער איז אנגעקומען צו די 'צדיקים אין אוטיסוויל' און באשלאסן אז ער קערט זיך צוריק צום באשעפער.
אֲנִי יְשֵׁנָה וְלִבִּי עֵר קוֹל דּוֹדִי דוֹפֵק פִּתְחִי לִי

אוועטאר
קיווי סטראבערי
שר חמש מאות
תגובות: 624
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 15, 2010 5:29 pm

תגובהדורך קיווי סטראבערי » זונטאג ינואר 13, 2019 2:03 pm

די אונטערוויא מיט ר' יאיר וויינשטאק איז סופער סופער! אזוינס ווי דער אליעזר ראזען קען קען קיינער!
שוין געליינט ערגעץ אנדערש אן אינטערוויא מיט ר' יאיר'ן אבער קומט נישט צו דעם כמלא נימה!


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: ליבלעך און 4 געסט