"מאמענט" - וועכענטליכע אידישע מאגאזין

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 1:46 pm

ווי איז די היכל הבעש"ט? אין אמעריקא? אוקריינא?
סוף מעשה במחשבה תחילה.

תכלית הידיעה שלא נדע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 342
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 09, 2015 11:47 pm

תגובהדורך תכלית הידיעה שלא נדע » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 1:48 pm

איסר האטלקי האט געשריבן:
תכלית הידיעה שלא נדע האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:איך בין שוין סייווי אינגאנצן פארשלעפט, כאטש זאל האבן וואס צו ליינען...

מ'רעד פון די מוזיק

איך רעד אויך פון מוזיק.

בערי קליין איז דיר נישט גענוג אינטערעסאנט?
סאיז בעסער אז מווייסט נישט אלעס

איסר האטלקי
שר האלפיים
תגובות: 2250
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג יולי 15, 2016 12:37 am
לאקאציע: אין בעסמענט

תגובהדורך איסר האטלקי » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 1:51 pm

ניין. אינגאנצן נישט. איך וואוין נישט אין וויליאמסבורג.

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 2:00 pm

יעקב צוקערמאן האט געשריבן:
חמרא טבא האט געשריבן:
farshlufen האט געשריבן:
מיסטעריעז האט געשריבן:
עכט היימיש האט געשריבן:מהר"א האט נעכטן ביי די יארצייט סעודה אראפ געריסן די מאגאזינען און געזאגט אז אפילו זיי שרייבן אמאל גוט פון אינז זאל מען עס נאך אל'ס נישט קויפן.

צ"ל לייענען

וואסע די נפק"מ להלכה למעשה?


שוין צייט צו אפעלירן צום מאמענט אויפצוהערן דעקן דעם גאנצן מוזיק חאזעריי, אדער עס לייגן אין א באזונדערן אפטיילונג, מיין בחור פרעגט מיך וואס איז ראנג מיט'ן אידישן קאנצערט וואס איז פארגעקומען חול המועד, בפרט אז פון די אנפירערס איז דער און דער פון עפעס א שטאט אין ניו יארק סיטי, וואס ער מאכט אלע ניגונים וואס מען זינגט בחצרות צדיקים.....
שוין, גיי זיי מסביר, איך האב געמוזט פארגאנגענעם שבת נאכמיטאג מקיים זיין דעם והגדת לבנך און מסביר זיין אז אויסער זיין נבדל ומופרש פון גוים, דארף מען נאך וויכטיגער וויסן און מבחין זיין א הבדלה צווישן א חסידישער איד און אן אמעריקאנער איד. דאס איז די צרה מיט'ן גאנצן מוזיק און נגינה אפטיילונג און דערפאר זעט מען אז די וואס טוען אין מוזיק, א חלק פון זיי, העלפט דאס זיי נישט שטייגן אין ערליכקייט, טאקע ווייל ביים טאן אין מוזיק ווערט א מיש-מאש פונעם ערליכסטן אפגעהיטנסטן איד ביז צום איד פון טעקסאס, וואס צווישן די ביידע דארף זיין א גרויסע הפרשה והבדלה, ואכמ"ל אפשר כ'וועל אמאל זיין אין די גלייזן וועט מען מער מאריך זיין דערינען.

איך בעט שוין איבער די עורכי ה'מאמענט, עס קומט זיי א געוואלד מיט קרעדיט, דער ארטיקל פון בערי קליין איז געווען מתוק מדבש, די נארישקייטן איבער דעם אידישן קאנצערט האבן פשוט געעקעלט, סארי, עס איז גרויליג פאר חסידישע אידן, פינטל, פונקט ווי פיצא אין פסח, און עסן דורך סאפאזאטעריס אין יום כיפור. איך האב פונקט געקלערט, דעם ארטיקל איבער בערי קליין וואלט מען אפילו בשום אופן נישט געקענט איבערטייטשן אין ענגליש. ווידעראום די ארטיקלען איבער מוזיק, מיט די אלערליי גרויליגע גויאישע ווערטער וואס מען האט אר יינגעברענגט אין אונזער מחנה, ווי "איך גיי פאר עס" "דער עולם גייט פאר עס" "ענדזשויען" און אלע ענליכע פארגרעבטע אויסדרוקן, האבן אויסגעקוקט ווי אפגעטייטשט ווארט ביי ווארט פונעם ניו יארק טיימס.


עס זעהט מיר אויס ווי די קויפסט די צייטונגען מיט די מאמענט. אז יא זאלסטו נישט האבן קיין שום קשיות פארוואס דיין בחור קוקט ארויף די אלע זאכן. אין די אלע אידישע (=גויאישע) מאגאזינען ווערט ארויסגעברענגט די שיינקייט פון די עולם הזה'דיגע לעבן אויף א שרעקליך מגושמ'דיגע פארנעם, ביז מען קען שוין בכלל נישט טראכטן גראד, מען פארגעסט שוין אז א איד איז נישט אראפגעקומען אויף די וועלט זיך צו ענזשויען אין דעים עולם הזה'דיגע לעבן, א איד איז אראפגעקומען אויף די וועלט קונה צו זיין טויזענטער דיימאנטן מיט בריליאנטן-תורה ומצות וואס מען קען נאר קויפן דא, היום לעשותם ולמחר לקבל שכרם.

איך ברוך השם קויף נישט (געווענליך) די אלע צייטונגען, איך קויף פאר מיינע קינדער דירעקט מעשה בוכלעך פון סיפורי צדיקים, איך שטאפ אין זיי אריין אוצרות פון השקפה אויף די נצחיות פון עולם הבא, איך בין זיי מגנה און איך פארמיאוס אין זייערע אויגן די אלע שטותים פון עולם הזה, (פארשטייט זיך אז צו משפיע זיין מיז מען אביסעלע כאטשיג האלטן ביי דעים און דאס אליין פילן אויף א געוויסע פארנעם, דורך זיך אליין אנזאפן מיט אוצרות פון קדושה וחסידות, זיך ווייקן ביי ערליכע אידן וואס מען זעהט ביי זיי ווי זיי לעבן אריין אין עולם הבא'דיגע זאכן, דאס לאזט איבער א מורא'דיגע רושם אויף די מענטש)

טאמער טוט מען אזוי, דאגה'ט מען אביסל ווייניגער נאכדעים פארוואס מיין בחור האט אזא משיכה צו די אלע גראבע הויפענעס שטותים און הבלי עולם הזה, אם רבי לא שנו חייא מנין. מען דארף מקדים זיין די רפואה פאר די מכה, זיך כסדר קאכן אינדערהיים ארויסצוברענגען די שיינקייט פון תורה ומצות וואס בלייבט אויף אייביג, און די נארישקייטן פון די הבלים וואס היום כאן ומחר בקבר, און אוודאי אז מען דארף נישט בידים אריינברענגען קיין צייטונג און מאגאזין אינדערהיים.

ברוך השם אז מיין בחור האט קוים געוויסט אז עס קומט פאר א קאנצערט פון wd40 אידישקייט, ער האט געוויסט אז חול המועד פארט מען קיין סקולעני, און דערנאך זיצט מען עטליכע שעה ביי א חסידישע פארברענג ווי מען זינגט אביסל ניגוני קודש בשמחה ובהתרוממות הנפש. מען גיבט אביסל צו פארזיכן פאר זיך און פאר די קינדער דעים עולמך תראה בחייך, די לעכטיגקייט און דערהויבנקייט פון א הלל, מען דרייט זיך אין פלעצער ווי די לופט פראדוצירט עבודת השם, מען פרובירט אויסצומיידן אזעלכע פלעצער ווי די לופט פראדוצירט גארבעדזש. אזוי אז אפילו אויב ער האט געוויסט פון אזעלכע צודרייטע גויאישע קאנצערטן, האט דאס קוים גערעדט צו אים. ברוך השם, דער באשעפער זאל העלפן ווייטער.

נ.ב. איך האב נישט געמיינט אזוי ווייט די מאמענט, ווי איך האב מיך באצויגן אויף די כלליות הענין, ודי למשכיל.
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 2:10 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:ווי איז די היכל הבעש"ט? אין אמעריקא? אוקריינא?

וויפיל לייז די רויטע בארד האט קענסטו פונקטליך זעהן, וואו די היכל הבעש"ט איז לאקעטיד, ווייסעך נישט

להודיע
שר האלפיים
תגובות: 2182
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

תגובהדורך להודיע » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 2:50 pm

הייליגע דיבורים סידיראם, ענדליך הערט מען שוין עפעס דברי טעם דא, אנשטאט טענות און מענות אויף די גאנצע וועלט בוי אויף לעכטיגקייט ביי דיר אין שטוב, נעם בכלל נישט אריין די אלע מגושם'דיגע צייטונגען מהחל ועד כלה און פרוביר צו לעבן מיט א העכערקייט וזכרון עלמא דאתי, זיי מהבל דעם שקר און לויב דעם יראת ה'.

יהיה כן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9196
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 03, 2009 2:25 pm

תגובהדורך יהיה כן » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 2:56 pm

הרב סידיראם, אבער דיין בחור דרייט זיך מיט אנדערע בחורים אויכעט, אין ישיבה וכדומה, איא?, סאו די השפעה פון די 'היימישע מאגאזינען' קומען אומווילנדיג צו דיר אהיים אויכעט, וע"ז ידוו כל וכו'...

אוועטאר
טיכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 698
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 03, 2016 2:28 pm
לאקאציע: אין עולם הדמיון
פארבינד זיך:

תגובהדורך טיכטיגער » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 2:57 pm

עכט היימיש האט געשריבן:איינער מיט פרטים וואס עס מיינט דער ארטיקל פון היכל הבעש"ט און צו עס לוינט זיך צו קויפן?

ludich oop!!

אוועטאר
משה כהן
שר חמש מאות
תגובות: 915
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 04, 2016 10:02 am
לאקאציע: געפינט זיך ב"ה אין א גוטן מצב, דערוילעם ווערט געבעטן ווייטער מתפלל צו זיין

תגובהדורך משה כהן » דאנארשטאג אפריל 19, 2018 4:35 pm

[/quote]

ברוך השם אז מיין בחור האט קוים געוויסט אז עס קומט פאר א קאנצערט פון wd40 אידישקייט, ער האט געוויסט אז חול המועד פארט מען קיין סקולעני, און דערנאך זיצט מען עטליכע שעה ביי א חסידישע פארברענג ווי מען זינגט אביסל ניגוני קודש בשמחה ובהתרוממות הנפש. מען גיבט אביסל צו פארזיכן פאר זיך און פאר די קינדער דעים עולמך תראה בחייך,
[/quote]
;l;p- ;l;p- ;l;p-

שוטה
שר האלף
תגובות: 1241
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » זונטאג אפריל 22, 2018 12:34 am

פעידזשעס 65 66 האבן עטליכע שמות.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג אפריל 22, 2018 10:08 am

שלום לכבוד הרב מאמענט,

איך וויל מיך באדאנקן אויף די מאמענט פון די וואך, עס איז געווען מלא תוכן!

ר' עזריאל טויבער'ס שמועס איז געווען זייער באלערנד...
די שמועס איבער דעמאקראטיע, אינפמארטיוו... ס'האט מיר עפעס געשמעקט ווי די שרייבער איז פנחס גלויבער, נאך איינער האט געהאט דעי פילינג?
סוף מעשה במחשבה תחילה.

קלוגער
שר האלף
תגובות: 1048
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 09, 2016 12:56 pm

תגובהדורך קלוגער » זונטאג אפריל 22, 2018 11:35 am

פערעל ווערטער סידיראם, האסטו דא א גרינצייג ;l;p-

טראכט איבער
שר מאה
תגובות: 153
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 18, 2017 3:15 pm

תגובהדורך טראכט איבער » זונטאג אפריל 22, 2018 1:29 pm

חושב מחשבות... האט געשריבן:שלום לכבוד הרב מאמענט,

איך וויל מיך באדאנקן אויף די מאמענט פון די וואך, עס איז געווען מלא תוכן!

ר' עזריאל טויבער'ס שמועס איז געווען זייער באלערנד...
די שמועס איבער דעמאקראטיע, אינפמארטיוו... ס'האט מיר עפעס געשמעקט ווי די שרייבער איז פנחס גלויבער, נאך איינער האט געהאט דעי פילינג?

וועלכע חלק איז גווען מער תוכנ'דיג ווי געווענטליך??

אוועטאר
חושב מחשבות...
שר האלפיים
תגובות: 2380
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מארטש 16, 2016 9:25 pm
לאקאציע: בין שמים לארץ

תגובהדורך חושב מחשבות... » זונטאג אפריל 22, 2018 1:43 pm

טראכט איבער האט געשריבן:
חושב מחשבות... האט געשריבן:שלום לכבוד הרב מאמענט,

איך וויל מיך באדאנקן אויף די מאמענט פון די וואך, עס איז געווען מלא תוכן!

ר' עזריאל טויבער'ס שמועס איז געווען זייער באלערנד...
די שמועס איבער דעמאקראטיע, אינפמארטיוו... ס'האט מיר עפעס געשמעקט ווי די שרייבער איז פנחס גלויבער, נאך איינער האט געהאט דעי פילינג?

וועלכע חלק איז גווען מער תוכנ'דיג ווי געווענטליך??


ס'מיר געפאלן אז זיי האבן צוריקגעלייגט ר' עזריאל טויבער
איך האב ליב ווען מ'באשרייבט א נושא וואס איז אינטרעסאנט בעצם אוועקצולייגן די ידיעות, ווי למשל מסביר געווען אנארכיעס מאנארכיעס דעמאראטיע אוטאקראטיע וכו', די בודאפעסט'ער שול וכו'

גראדע די היכל הבעש''ט ארטיקעל האט מיר אביסעל געאיבעל...
סוף מעשה במחשבה תחילה.

אוועטאר
דניאל אויערבאך
שר האלף
תגובות: 1078
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2017 4:31 pm

תגובהדורך דניאל אויערבאך » זונטאג אפריל 22, 2018 2:06 pm

נישט ר' עזריאל, די מיינסט ר' אבא חייא.

יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 703
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

תגובהדורך יעקב צוקערמאן » זונטאג אפריל 22, 2018 3:13 pm

ישר כוח הרב סידיראם. איך אגרי מיט דיר 100 פראצענט.

רעסטאראנט
שר האלף
תגובות: 1664
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 06, 2017 6:37 pm

תגובהדורך רעסטאראנט » מאנטאג אפריל 23, 2018 1:23 am

איך האלט אז עס היפש חוצפה פון נישט שרייבן אז די היכל הבעל שם איז א חב"ד האוז אין פלעטבוש און נישט סתם אויספאפן די מענטשהייט

און די יונגערמאן איז מקרב יודן אויף פעיסבוק , זיצט א גאנצען טאג אויף פעיסבוק און מעסעזשט יעדע מענטש צוקומען צו היכל הבעל שם

פיין אין וואיל פאר דעם יונגערמאן וואס וויל טין אין קירוב על דרך דעם לעצטיגן לובאוויטשען רבין אבער עס באלאנגט נישט אין א היימישע אויסגאבע פאר א וועג ווייזער פאר די וואס ליינען די יודישע שפראך

אני כשלעצמי באדערט עס נישט בכלל , אבער איך ווינדער מער פארוואס פאפן און נידט שרייבן דעם אמת און וועלכע קליינטעל ציט ער זאל אזאנס קויפן

די היכל הבעל שם איז אויף עוועניא זשעי אין פלטבוש וואס איז די דארטיגע לאקאל חב"ד הויז .

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מאנטאג אפריל 23, 2018 1:27 am

געוואלדיג הנאה געהאט פון די דעמאקראטיע ארטיקל

חקרן
שר מאה
תגובות: 102
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 02, 2012 8:58 pm

תגובהדורך חקרן » דינסטאג אפריל 24, 2018 5:28 pm

רעסטאראנט האט געשריבן:איך האלט אז עס היפש חוצפה פון נישט שרייבן אז די היכל הבעל שם איז א חב"ד האוז אין פלעטבוש און נישט סתם אויספאפן די מענטשהייט

און די יונגערמאן איז מקרב יודן אויף פעיסבוק , זיצט א גאנצען טאג אויף פעיסבוק און מעסעזשט יעדע מענטש צוקומען צו היכל הבעל שם

פיין אין וואיל פאר דעם יונגערמאן וואס וויל טין אין קירוב על דרך דעם לעצטיגן לובאוויטשען רבין אבער עס באלאנגט נישט אין א היימישע אויסגאבע פאר א וועג ווייזער פאר די וואס ליינען די יודישע שפראך

אני כשלעצמי באדערט עס נישט בכלל , אבער איך ווינדער מער פארוואס פאפן און נידט שרייבן דעם אמת און וועלכע קליינטעל ציט ער זאל אזאנס קויפן

די היכל הבעל שם איז אויף עוועניא זשעי אין פלטבוש וואס איז די דארטיגע לאקאל חב"ד הויז .

פונקט האט דער מענטש גארנישט איינגעלייגט מיט די ספריה היכל הבעש''ט און פלעטבוש
ווי אויך דער פערלשטיין האט גארנישט מיט ליובאוויטש אדרבה ער איז א איידעם ביי דעם ליאזשנא רבי'ן פון ב''פ וואס איז א שטיקל מתנגד צו חב''ד
ווי אויך היכל הבעש''ט איז נישט קיין בית חב''ד נאר א לייבערי
בטל רצוניך מפני רצונו היינו זאלסט כלל נישט האבן א רצון

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » דינסטאג אפריל 24, 2018 5:37 pm

fiena nieas האט געשריבן:געוואלדיג הנאה געהאט פון די דעמאקראטיע ארטיקל

אביסל נאריש געווען ווען זיי האבן גערעדט פון די יארן האבן זיי געזאגט די יודישע יאר אנטשטאט די גוי'שע דאטום

אוועטאר
קאץ און מויז
שר האלף
תגובות: 1226
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

תגובהדורך קאץ און מויז » מיטוואך אפריל 25, 2018 12:10 pm

קאווער אחרי - קדושים
צוגעלייגטע
Moment Achrei-Kedoshim 5778 Main Cover.jpg
Moment Achrei-Kedoshim 5778 Main Cover.jpg (439.94 KiB) געזעהן 1527 מאל

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך אפריל 25, 2018 12:58 pm

דער דעקל רעד צו מיר מער ווי די פריעדיגע וואך מאכט מיר טראכטן אז איך זאל עס גיין קויפן
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!

אוועטאר
fiena nieas
שר האלפיים
תגובות: 2147
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 23, 2011 8:56 am

תגובהדורך fiena nieas » מיטוואך אפריל 25, 2018 9:35 pm

קיקט אויס ווי ער איז אויסגעגאנגען פון נושאים עני איידוע??

בד"וו מיסטער מאמענט די גאס רוישט וועגן די לייט גרעיפ דשוס נושא וואלט טאקע געווען א גיטע איידוע צו באשרייבן די צדדים

אוועטאר
קנאפער ידען
שר עשרת אלפים
תגובות: 10490
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 06, 2013 10:06 pm
לאקאציע: וואו ג-ט וויל
פארבינד זיך:

תגובהדורך קנאפער ידען » מיטוואך אפריל 25, 2018 9:43 pm

אידן טייערע האלט אייך ביטע איין, דער איד איז א יחיד מיט א נאמען און שרייבן פארשעמענד און אוועקמאכענד אויף אים באדערט א איד און אים מבייש געווען. מה דעלך סני!
נישט אייביג קום איך אן צו אלעס, אויב איינער האלט איך קען בייהילפיג זיין אין עפעס קען מער מיר קאנטעקטן אין טשעט אדער אימעיל gilyoinois@gmail.com
-----------
זה נהנה וזה לא חסר, קויפט איר אמאל אויף עמעזאן גייט צו עמעזאן דורך דעם לינק: www.amazon.com

עכט היימיש
שר האלפיים
תגובות: 2113
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 04, 2018 2:40 pm

תגובהדורך עכט היימיש » מיטוואך אפריל 25, 2018 9:45 pm

fiena nieas האט געשריבן:קיקט אויס ווי ער איז אויסגעגאנגען פון נושאים עני איידוע??

בד"וו מיסטער מאמענט די גאס רוישט וועגן די לייט גרעיפ דשוס נושא וואלט טאקע געווען א גיטע איידוע צו באשרייבן די צדדים

איך מאך יעדע וואך קידוש אויף לייט גרעיפ דשוס, איך האב גארנישט געהרט, קען איינער אריינקומען מיט פרטים אדער א מראה מקום ווי מען רעד אויף אייועלט דערפון?
איך גיי נישט אהין, נישט ווייל איך האב עפעס אקעגן דעם, און נישט ווייל עס איז אקעגן מיין שיטה, נאר פשוט וויל עס איז נישט "היימיש".

וואס מיינט היימיש? היימיש!


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט