"בקודש חזיתיך" - גליון ע"י מוסדות יטב לב (מהר"א) בארה"ק

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

היסטאריקער
שר האלף
תגובות: 1594
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 05, 2009 5:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך היסטאריקער »

איינער ווייסט ווי מ' קען דאונלאודן די לעצטע בקודש חזיתיך?
אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע: אויפן עולם התוהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעפערקארן »

איינער האט די גליון פון דעם חודש איז מכובד עס ארויפצולייגען
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

פעפערקארן האט געשריבן:איינער האט די גליון פון דעם חודש איז מכובד עס ארויפצולייגען


הערליכע גליון, דער המשך פונעם שמועס מיט רבי יוסף חיים שליט"א, פלאי פלאות
אטעטשמענטס
Yetav Bakoidesh Chazisichu Kisluv 5775 LR.pdf
(6.67 MiB) געווארן דאונלאודעד 316 מאל
אוועטאר
פעפערקארן
שר האלף
תגובות: 1661
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 08, 2013 8:06 am
לאקאציע: אויפן עולם התוהו

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעפערקארן »

א גרויסען יישר כח הרב מיללער
פרשיסחא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 482
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג סעפטעמבער 17, 2013 1:26 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרשיסחא »

http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par ... 20&gil=472

ביי מיר קומט דאס נישט ארויף אינגאנצן, אפשר ווייל עס איז א שווערע פייל.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

פרשיסחא האט געשריבן:http://www.ladaat.info/showgil.aspx?par=20141220&gil=472

ביי מיר קומט דאס נישט ארויף אינגאנצן, אפשר ווייל עס איז א שווערע פייל.
אטעטשמענטס
[472]בקודש_חזיתיך_טבת.pdf
(2.5 MiB) געווארן דאונלאודעד 242 מאל
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
המבואר
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המבואר »

איינער האט די גליון פון חודש שבט איז מכובד עס ארויפצולייגען
אוועטאר
ארץישראל
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:54 am
לאקאציע: על נהרות בבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארץישראל »

המבואר האט געשריבן:איינער האט די גליון פון חודש שבט איז מכובד עס ארויפצולייגען

איך האב דעם גליון, אבער דער פייל איז זייער שווער איך ווייס נישט וויאזוי מען קען עס דא ארויפלייגן
שם ישבנו בזכרינו את ציון
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

ארץישראל האט געשריבן:
המבואר האט געשריבן:איינער האט די גליון פון חודש שבט איז מכובד עס ארויפצולייגען

איך האב דעם גליון, אבער דער פייל איז זייער שווער איך ווייס נישט וויאזוי מען קען עס דא ארויפלייגן

לייג עס אויף קאפי אדער דראפ באקס
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
ארץישראל
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:54 am
לאקאציע: על נהרות בבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארץישראל »

גליון בקודש חזיתיך חודש שבט תשע"ה

אנטהאלט צווייטע טייל פונעם אינטערוויו מיט הרה"ג ר' מאיר אליעזר פריעדמאן שליט"א

https://www.dropbox.com/s/ct5o6ciiqv4tr ... r.pdf?dl=0
שם ישבנו בזכרינו את ציון
אוועטאר
ארץישראל
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:54 am
לאקאציע: על נהרות בבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארץישראל »

גליון בקודש חזיתיך חודש אדר תשע"ה

אנטהאלט שיינע אינטערוויו מיט הרה"ח ר' יצחק חיים ביקעל פון קרית יואל יליד בני ברק - ירושלים

https://www.dropbox.com/s/xeljqwpfispdm ... r.pdf?dl=0
שם ישבנו בזכרינו את ציון
המבואר
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יולי 10, 2014 6:31 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך המבואר »

יישר כח
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35237
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ארץישראל האט געשריבן:גליון בקודש חזיתיך חודש אדר תשע"ה

אנטהאלט שיינע אינטערוויו מיט הרה"ח ר' יצחק חיים ביקעל פון קרית יואל יליד בני ברק - ירושלים

https://www.dropbox.com/s/xeljqwpfispdm ... r.pdf?dl=0

געדענק מיר נאך זיין פאטער וזוגתו אין זייער געוועלבל אויף העיס קארנער סאטמאר, דארט האט מען דאך געקויפט די קינדערישע שטאפיר, קינדערישע זכרונות.

איי האבן מיר קינדער אלעמאל מקנא געוועזן ר' יצחק חיים'ס כיתה, ס'געוועזן מיט וואס.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
שאץ מאץ
שר שלשת אלפים
תגובות: 3030
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאץ מאץ »

איך האב דעם שבת געליינט דעם לעצטן בקודש חזיתך, ווי אינצווישן אנדערע א שמועסן מיט בני ר' ליפא שווארץ ע"ה,
מלא טעם יעדעס ווארט, א מצוה צו ליינען.
http://shatzmatz.blogspot.com/" onclick="window.open(this.href);return false;
א נייע מעשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייע מעשה »

אויך האבן זיי א הערליכע באשרייבונג איבער דער קשר פון הרב וואזנער זצ"ל מיט די סאטמארע קהלה און מוסדות אין בני ברק בכלל, און מיט די סאטמארע רבי'ס בפרט, הערליך שיין אראפ געלייגט.
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

ווי באקומט מען דאס?
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
ווייסעך וואס
שר חמש מאות
תגובות: 625
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 05, 2008 7:06 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווייסעך וואס »

עס ווערט ארויס געשיקט דורך די פאסט פאר זייערע תומכים.

אויך ווערט עס געשיקט אין אימעיל דורך בחצרות סאטמאר.
תכלית הידוע שלא נדע
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

נא_שכל האט געשריבן:ווי באקומט מען דאס?

חודש אייר תשע"ה
אטעטשמענטס
Yetav Bakoidesh Iyar 5775 lr.pdf
(8.01 MiB) געווארן דאונלאודעד 280 מאל
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

יישר כוח!
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

מיללער האט געשריבן:
נא_שכל האט געשריבן:ווי באקומט מען דאס?

חודש אייר תשע"ה


איך האב א בליק געטאן אין די אינטרעסאנטע אינטערווויו פון בני ר' ליפא שווארטץ ז"ל - עס איז שיין, אינטרעסאנט, היסטאריש יא. אבער איך קלער צו מיר: איז עס אויסגעהאלטן צו שרייבן פאר א תלמיד אז דער רבי האט געהאט א טעות - אז ער האט אפגעווארפן דעם רבינ'ס גאנצע פשט'ל - ווייל דער רבי האט פאלש געלערנט?

איך קען "אלע" תירוצים, - איך גלייך זייער צו ליינען "עכטע" סחורה, נישט באפוצט, ארגינעל כמו שהוא - אבער איז דאס דרך-ארץ'דיג?

וואלט איך געשריבן אויף מיין טאטן זז"ג?
נא_שכל
שר שבעת אלפים
תגובות: 7999
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יולי 14, 2008 10:44 pm
לאקאציע: עולם התורה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נא_שכל »

איר קענט די מעשה אין ב"מ פ"ד:
נח נפשיה דר' שמעון בן לקיש והוה קא מצטער ר' יוחנן בתריה טובא, אמרו רבנן מאן ליזיל ליתביה לדעתיה ניזיל רבי אלעזר בן פדת דמחדדין שמעתתיה, אזל יתיב קמיה. כל מילתא דהוה אמר רבי יוחנן אמר ליה תניא דמסייעא לך, אמר את כבר לקישא, בר לקישא כי הוה אמינא מילתא הוה מקשי לי עשרין וארבע קושייתא ומפריקנא ליה עשרין וארבעה פרוקי וממילא רווחא שמעתא ואת אמרת תניא דמסייע לך אטו לא ידענא דשפיר קאמינא

אפשר דער אויסדריק "פאלש" וואלטען זיי געמעגט באפוצען, אבער עס איז נישט קיין בזיון פאר א רבי אז מען פרעגט אים אפ.
וויאזוי צו אויפהייבן דיינע קינדער און נאנטע

"ושכל יצא משכל ..." (ר' ברכיה בן נטרונאי, בהקדמת ספרו 'משלי שועלים').
אוועטאר
ארץישראל
שר העשר
תגובות: 19
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 07, 2014 10:54 am
לאקאציע: על נהרות בבל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארץישראל »

נא_שכל האט געשריבן:איר קענט די מעשה אין ב"מ פ"ד:
נח נפשיה דר' שמעון בן לקיש והוה קא מצטער ר' יוחנן בתריה טובא, אמרו רבנן מאן ליזיל ליתביה לדעתיה ניזיל רבי אלעזר בן פדת דמחדדין שמעתתיה, אזל יתיב קמיה. כל מילתא דהוה אמר רבי יוחנן אמר ליה תניא דמסייעא לך, אמר את כבר לקישא, בר לקישא כי הוה אמינא מילתא הוה מקשי לי עשרין וארבע קושייתא ומפריקנא ליה עשרין וארבעה פרוקי וממילא רווחא שמעתא ואת אמרת תניא דמסייע לך אטו לא ידענא דשפיר קאמינא

אפשר דער אויסדריק "פאלש" וואלטען זיי געמעגט באפוצען, אבער עס איז נישט קיין בזיון פאר א רבי אז מען פרעגט אים אפ.


עס שטייט בכלל נישט דער אויסדרוק "פאלש", זיי ברענגען דארט אז אגב חורפי' האט דער רבי אפגעלערנט דעם גרש ירחים אויף א אנדערן מהלך, און, עס איז א מורא'דיגע מעשה איבער די מידת האמת פונעם רבי'ן וואס מען מעג און מען דארף וויסן.

[עס איז אסאך א גרעסערע בזיון ווען א תלמיד פירט זיך אויף מיט זיין רבי'ן אזוי ווי געוויסע תלמידים האבן געטון מיט זייער רבי'ן ווען ער האט בטעות ארויסגענומען די ס"ת מיטוואך מיינענדיג אז עס איז א יום קריאה און קיינער האט גארנישט געוואלט זאגן, יענער אדמו"ר הישיש לאויושט"א האט זיי עס דערנאך נישט געוואלט מוחל זיין, וכן הי' אצל רביה"ק מסאטמאר זי"ע בשנה אחת בליל הסדר ווען ער האט געמאכט קידוש אן דעם שטריימל אויפ'ן קאפ (המעשה ידוע בין אנ"ש ואין אני מקבל אחריות ע"ז) ולא אמר אדם כלום, דאס הייסט א בזיון].

אגב, אלס א אינסיידער... די זאכן ווערן דורכגעקוקט דורך עטליכע ערנסטע בעלי דעת און א זאך וואס דארף נישט געדרוקט ווערן ווערט נישט געדרוקט. אזויפיל איז יא כדאי צו וויסן אז דאס וואס ווערט יא געדרוקט איז אמת און קראנט.
שם ישבנו בזכרינו את ציון
נאטרוליסט
שר האלף
תגובות: 1335
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 06, 2007 2:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נאטרוליסט »

די גמרא וואס מ'ברענגט צו אז רשב"י איז געווארן אזוי שארף אז ער האט אלעס געקענט אפווענדן - דאס מיינט נישט אז יענער לערנט פאלש.

יא תוס' קריגט רש"י טויזנטער מאל, (אן אייניקל אויף א זיידן), אבער איך האלט אז ס'איז "אפשר" נישט כבוד צו שרייבן אזוי היינטיגע צייטן.

דאס אז עס איז אמת - דאס מאכט די איבעיא, ווען ס'איז נישט אמת אויך נישט איז אפי' נישטא פון וואס צו רעדן.
א נייע מעשה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 339
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 13, 2013 8:28 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א נייע מעשה »

זיצענדיג ביי משפחה שמחה דערציילט איינער פוןן די אנוועזענדע אז ער האט ערגעץ געליינט זייער שיין באשריבן די היסטאריע פון דעם מוסד קרן הצלה, כמדומה לי אז ער האט עס געליינט אין דעם יטב לב אויסגאבע.

ווייסט איינער ווי מען קען עס דאון לואדן?
אוועטאר
הודו להשם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4699
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 17, 2017 3:44 pm
לאקאציע: אפדעיט: נארוואס צוריקגעקומען!
פארבינד זיך:

בקודש חזיתיך - ניסן תשע"ח

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הודו להשם »

איז אישי טאקע אזוי גוט ווי מען מאכט אים?
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”