בן נון האט געשריבן:לוי יצחק האט געשריבן:איך בין אביסל בייז אויף די מעשה פון די מעלות דעם חודש "דריי שדכנים".
דארט רעדט מען פון א יונגערמאן וואס לעבט אויף א מצומצם'דיגע געהאלט, און "ס'האט איהם געכאפט א חשק" צו פארן צו רבי שמעון ל"ג בעומר, ער מיט די ב"ב מיט די טאכטער... נו, מילא...
אבער בהמשך המעשה קומט אויס, אז ער פארט ראש השנה קיין אומאן, און איז אויך געווען דאס פאלגענדע יאר כ"א אדר אין ליזענסק...
במחילת כבוד בעל המעשה, ובמחילת כבוד המעלות, אזא איד דארף מען איבערלייגן און אריינשמייסן אין איהם! אויב האט מען נישט - פארט מען נישט!! און אויב איז מען ח"ו פאר'צרה'ט, און מ'האלט אז דער אייבערשטער הערט נישט אויס א פשוטע דאווענען (חס מלהזכיר), אדער אז דער אייבערשטער וועט שנעלער העלפן אויב פארט מען ווי איידער זיך צעברעכן א מדה, דאן איז איין מאל צו א מקום קדוש אויך גענוג...
געקלערט די זעלבע.
אבער עס איז נישט די ערשטע מאל.
איינער איז אריין אין שיך געשעפט אן געלט. מיט ׳בטחון׳ אז עס גייט אריינפליען געלט האט זי אויסגענוצט די געשעפט אייגענטומער.
די חודש האט איינער ׳נישט׳ גערופן די הנהלה צו באקומען באצאלט אין קימפעט. זי גייט נישט טון השתלות, זי האט ׳בטחון׳.
און נאך אזעלכע מעשות.
וויל איך וויסן צו אזא מהלך המחשבה איז אויסגעהאלטן.
כ'ווייס נישט צו כ'בין גערעכט, אבער קויפן שיך אפילו ווען די טאש ערלויבט נישט וואלט איך נאך פארשוויגן, אבער עס איז דאך אינו דומה צו איינער וואס פארט דריי מאל א יאר אויף מקומות הק' אן דעם וואס מ'זאל האבן די געלט דערצו.
קויפן שיך קען אמאל אריינגיין אין הוצאות שבת ויו"ט שעל זה אחז"ל כל מזונותיו של אדם קצובין חוץ מהוצאות שבת ויו"ט שאם פחת פוחתין לו ואם הוסיף מוסיפין לו, ווי די גמ' זאגט אויפן פסוק כי חדות ה' היא מעוזכם אמר הקב"ה לוו עלי ואני פורע פאר שמחת יו"ט, און חז"ל זאגן חייב אדם לשמח בניו ובני ביתו ביו"ט, נשים בבגדים וכו', ממילא גייט עס אריין בגדר שמחת יו"ט (חייב לשמח אשתו ובניו לערנט מען ארויס פון ושמחת בחגך), משא"כ דער וועלכער האט זיך ערלויבט צו פארן אן די געלט דערצו.
ובדרך צחות, האט יענער בעל בטחון אפשר געלערנט פשט אז דאס פארן איז אויך נכלל אין ושמחת בחגך והיית אך שמח, עפ"י מה ששמעתי אז דא איז מרומז דאס פארן צו די דריי מקומות הקדושים.
ושמחת בחגך - ושמח"ת ר"ת חס ושלום שתשתכח תורה מישראל (מימרא הידוע של התנא אלקי רשב"י) און דער בני יששכר ברענגט אז די שמחה ל"ג בעומר אין מירון איז חוץ לדרך הטבע.
והיית אך שמח - א"ך שמ"ח איז ר"ת שנראה כל אחד מעלת חברינו (בתפילה קודם התפילה להרבי ר' מיילעך זי"ע) און די יארצייט איז א"ך שמח, כ"א לחודש שמרבין בו בשמחה.
און דאס שטייט אין פ' ראה, רא"ה ר"ת אומאן ראש השנה.
וויצן אין א זייט געלייגט, די יולדת וואס האט נישט געוואלט קאלן די הנהלה קען זיין אז ס'האט טאקע נישט קיין שייכות צו בטחון, ווייל א איד דארף טון השתדלות. איך שרייב נאר 'קען זיין' ווייל כ'האב נאכנישט געליינט די מעשה אינעווייניג צו וויסן וואס ס'איז געווען איר חשבון לפנים.
(ובדרך צחות קען זיין ווייל חז"ל זאגן ג' מפתחות בידו של הקב"ה שלא נמסרו ביד שליח ואלו הן מפתח של חיה ומפתח של פרנסה וכו', ממילא כשראתה ידו הגדולה של הקב"ה אצל מפתח של חיה, האצע געטראכט אז נעקסט קומט מפתח של פרנסה, ס'איז דאך אויך לא נמסרו ביד שליח).
גראדע, איך גלייך די מעלות היינט פונקט ווי אמאל, כ'קויף עס שוין זינט תשנ"ז, און מדי חודש בחדשו ווערט עס אדורכגעליינט מרישא לסיפא דורכאויס דעם חודש. (און לגבי וואס די חברים שרייבן דא פריער, זאגט די וועלט 'נאר א חכם קען זיך באנארישן', וכן י"ל בדידן, נאר מעלות קען האבן חסרונות). השי"ת יתן להם ברכה והצלחה במעשה ידיהם לזכות את הרבים.
איך שרייב נאכאמאל, כ'ווייס נישט צי איך בין גערעכט, גאנץ מעגליך אז נישט.