Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

קול הקהל - נייע נייעס צענטער

מאנטאג יוני 18, 2007 2:17 pm

שוין, ס'איז למשל 5:00 נאכמיטאג, איר האט שוין אלע האט ליינ'ס געהערט, איר האט שוין שפאצירט אינעם קול מבשר אין אלע ווינקלן, נאט אייך פרישע הייסע סחורה.

די נומבער איז: 705-5000 718

Advertisement

מאנטאג יוני 18, 2007 2:26 pm

איז אזוי,
ער האט נייעס - שידוכים - חתנות,
ער האט נייעס אפדעיט'ס 4 מאל א טאג, אין די צייטן פון 11:00 - 3:00 - 8:00 - 11:00,
ס'איז אבער נאר אידישע נייעס, נישט קיין וועלטליכע ניייעס, (דערווייל עכ"פ)
און ער דארף רעדן היפש שנעלער, ווייל די נערווען פלאצט.

מאנטאג יוני 18, 2007 2:27 pm

ס'דויערט דריי מאל אזוי לאנג צו הערן די נייעס, און נאך פארשידענע חסרונות.
ווי וויל סטיק וויט "קול מבשר".

מאנטאג יוני 18, 2007 10:44 pm

איינמאל געהערט - בעיסיקלי די זעלבע סחורה, לעיקוואוד ארויף, לעקוואוד אראפ, מיר קריכט שוין די חרדי'שע נייעס פון די נחירים, לאמיר הערן עפעס זאכליך, רעד פון כאמאס! לבנון! מעכדי ארמיי! זאג עפעס...

דינסטאג יוני 19, 2007 9:42 am

קרעמער, לייג צו: ווילאנג זיי עקזיסטירן נאך..

דינסטאג יוני 19, 2007 4:41 pm

נעכטן איז מיין באבע תליט"א געוון אין זייער א גוטע גוסטע, זי פלעגט זיך שטענדיג אפרעדן אויף מיסטער קול מבשר, אז ער רעדט צו שנעל, זי האט זיך אסאך מאל אפגערעדט אז ער רעדט צו שנעל פאר איר, אבער יעצט מיט די קול הקהל, איז זי שוין צופרידן.
ברוך השם פארדעם.

זונטאג אוגוסט 12, 2007 11:52 am

קען מען דען יעדן צופרידן שטעלן? (יעדעס ווארט ענדיגט זיך מיט נו"ן, באמערקט?..........)
קול מבשר איז גוט, ער ווערט בעסער און בעסער. איין זאך, ער מעג רעדן מער סימפל אידיש..... נישט די שרייבערישע אידיש......
נישט ווייל איך פארשטיי נישט, נאר טאקע פאר די עזרת נשים (די אינגע........).

זונטאג אוגוסט 12, 2007 4:39 pm

לחיים, גיבט מיר די ערלויבעניש צו קריגן אויף אייך. מיין מיינונג איז אז קול מבשר זאל זיך נישט אראפרעדן צו פלעין אידיש, ווייל אויב איז נאך דא א שאנס אז אונזערע קינדער זאלן רעדן א שפראך וואס ענדלט צו אידיש איז זיכער ראטזאם דאס צו נוצן.

לגבי קול הקהל, ס'האט א טעם ווי כרפס נאכן עד דלא ידע.

זונטאג אוגוסט 12, 2007 4:43 pm

קרעזי, מעגסטעך קריגן מיט מיר, נאו פראבלעם.
אגב, וואסערע טעם האט כרפס נאכ'ן עד דלא ידע?

זונטאג אוגוסט 12, 2007 4:44 pm

ווייסט נישט? אט האסטו די נומער, איבערצייגט אייך אליין: זיבן באלי אכט - זיבן באלי פינף, פינף באלי באלי באלי.
שרייב א תגובה

Advertisement