קוריאזע בריוון און ארטיקלען אין די היימישע צייטונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 17010
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שנאפס »

קרעפטיג, יענע צייטונג פארטרעט אים ווייל זיי לייגן מודעות פון זיין קהילה.
kraitchmah עט גימעיל

באקומט סטאקס בחנם
משה עסקן
שר מאה
תגובות: 126
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 19, 2014 7:01 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך משה עסקן »

נא פארוואס האט קיינער נאכנישט געלייגט די פיקטשער פון די פענע'ס בריוו בנוגע די דרשה אין לאנדאן...
אוועטאר
ווישוואש
שר ששת אלפים
תגובות: 6961
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג סעפטעמבער 04, 2014 12:14 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ווישוואש »

משה עסקן האט געשריבן:נא פארוואס האט קיינער נאכנישט געלייגט די פיקטשער פון די פענע'ס בריוו בנוגע די דרשה אין לאנדאן...

נו, קריינא דאיגרא
Make it idiot proof and someone will make a better idiot.
גענעראל
שר מאה
תגובות: 248
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 29, 2013 6:37 pm
לאקאציע: אויפן פראנט

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך גענעראל »

העכסט נארמאלע בריוו, אביסל סארקאסטיש.
פרידן
שר האלפיים
תגובות: 2806
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 02, 2015 7:37 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פרידן »

העכסט נארמאלע בריוו פאר די אויסגאבע, אביסל קינדעריש.
אוועטאר
פריילאך
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 10, 2009 8:45 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פריילאך »

קוק ווינקל
קוק ווינקל
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט
אוועטאר
קאץ און מויז
שר שלשת אלפים
תגובות: 3584
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2016 1:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאץ און מויז »

זאג אים אז ער קען קאלן די נומבער
אטעטשמענטס
Capture.JPG
צו באקומען די טעגליכע חתונות אויף אימעיל שיקט די ווארט SUBSCRIBE צו
[email protected]
מאך זיכער צו פאולען די סטעפס נאכדעם
אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 19433
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אקטאבער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יוראפ »

קאץ און מויז האט געשריבן:זאג אים אז ער קען קאלן די נומבער

זאג אים ער האט שוין דא אדווערטייזט
viewtopic.php?p=1307290#p1307290
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2907
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

וואס איז טאקע פשט פון די עקסטרעמע קעלטן אין די שוהלן?
אוועטאר
חאצקל פרייליך
שר חמישים ומאתים
תגובות: 497
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג פעברואר 29, 2016 4:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקל פרייליך »

שאהן הענניטי האט געשריבן:וואס איז טאקע פשט פון די עקסטרעמע קעלטן אין די שוהלן?

אפשר פעלט זיך אויס א תיקון אין ענין פון אראפלייגן א ווארימע דאווענען. (אגב האט איינער מיר לעצטנס געזאגט אז דערפאר דאווענט ער אין א טערקישן טלית).
אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6345
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג דעצעמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך וואוילע שעפעלע »

דערמאנט מיר א ווערטל (קרעדיט מעלות-דע מה שתשיב)

א רב האט אמאל געפרעגט פון א יוד אין סמעדרעש היתכן ער שלאפט נישט אין סוכה, האט ער געענטפערט אז ס'איז אים קאלט.

זאגט אים דער רב צוריק 'ס'איז נישטא קיין קעלטערס ווי דיין שמו"ע, און דאך שלאפסט עס גאנץ רואיג דורך...'
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2907
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

אינעם ק"י בולעטין די וואך, איז דא אן ארטיקל איבער נאפאליען הילל, שרייבער פונעם בוך "טינק ענד גראו ריטש".

אינעם ארטיקל איז דער שרייבער מחדש דאס פאלגענדע.

נאכן ארונטעררייסן (כדרכם) די געדאנק, אויף וואס דער אויבן-דערמאנטער בוך איז געבויעט, ברענגט ער נאך פון א געוויסע נאמען-לאזע רעפארטער, וואס האט נאכגעפארשט דעם מר. הילל, און געטראפן אז ער איז בכלל נישט געווען דאס וואס ער לייגט זיך אראפ, ער איז גאר געווען א שארלאטאן, אוממענטש, גנב און שווינדלער, ער איז זאגאר נישט געגאנגן ד' אמות אהן באגנבענען און באַשווינדלען מענטשן...

אנהויבענדיג מיט זיין כלומר'שטע שייכות מיט דעיל קארניגי. אין זייערע ווערטער - דאס גאנצע מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער. נאפאליען איז געווען אן אנזעצער און שווינדלער, און קארניגי האט זיך מיט אים קיינמאל געטראפן.

דערנאך, איבער דעם ווואס הילל שרייבט אז ער האט זיך געטראפן מיט פרעזידענט רוזוועלט, און ער האט אים גע'עצה'ט איבער די צווייטע וועלט קריג. זאגט דער שרייבער, אז דאס איז ווייטער פאנטאזיעס, עס איז נישט פארהאן קיין שום רעקארד אז נאפאליען זאל האבן איבערגעטרעטן דעם שוועל פון ווייסן הויז, און אוודאי האט דער פרעזידענט קיין עצות פון אים נישט גענומען.

דער שפיץ איז, אז נישט נאר איז ער נישט געווען קיין ביזנעסמאן, ער איז גאר געווען א ביטערער ארימאן!

דער שרייבער פונעם ארטיקל גייט ווייטער פאר אייניגע שורות, אריינגייענדיג אינעם ביאגראפיע פון מר. הילל, ווען די ארטיקל ווערט פלוצלינג איבערגעהאקט, איבערלאזנדיג דעם ליינער פארוואונדערט.

------

וויל איך וויסן, האט שוין איינער אמאל געהערט עפעס פון דעם, אדער דער שרייבער האט זיך בלויז צוגעכאפט צו אן אגענדע-געשטיפטע, אומקראנטע ארטיקל, פילייכט גאר אונטערגעשטופט דורך די העכערע פענסטער פונעם צייטונג, צו איבערמאכן היסטאריע משום איזה סיבה?

פאר ווער עס ווייסט נישט, די לערנונגען פון נאפאליען הילל, איז פון די גאר שטארק אויפגעכאפטע ווארע ביים היינטיגן דור, גויאישע, צי להבדיל אידיש צוגלייך. ער האט פארפאסט מערערע ביכער איבער זיינע געדאנקען. איך האב שוין געליינט דעם פריער דערמאנטן בוך מער ווי איין מאל, און איך בין זיכער אז אנדערע האבן אויך.
אוועטאר
שמאטע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3485
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2009 3:40 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמאטע »

שאהן הענניטי האט געשריבן:אינעם ק"י בולעטין די וואך, איז דא אן ארטיקל איבער נאפאליען הילל, שרייבער פונעם בוך "טינק ענד גראו ריטש".

אינעם ארטיקל איז דער שרייבער מחדש דאס פאלגענדע.

נאכן ארונטעררייסן (כדרכם) די געדאנק, אויף וואס דער אויבן-דערמאנטער בוך איז געבויעט, ברענגט ער נאך פון א געוויסע נאמען-לאזע רעפארטער, וואס האט נאכגעפארשט דעם מר. הילל, און געטראפן אז ער איז בכלל נישט געווען דאס וואס ער לייגט זיך אראפ, ער איז גאר געווען א שארלאטאן, אוממענטש, גנב און שווינדלער, ער איז זאגאר נישט געגאנגן ד' אמות אהן באגנבענען און באַשווינדלען מענטשן...

אנהויבענדיג מיט זיין כלומר'שטע שייכות מיט דעיל קארניגי. אין זייערע ווערטער - דאס גאנצע מעשה איז אויסגעזויגן פון פינגער. נאפאליען איז געווען אן אנזעצער און שווינדלער, און קארניגי האט זיך מיט אים קיינמאל געטראפן.

דערנאך, איבער דעם ווואס הילל שרייבט אז ער האט זיך געטראפן מיט פרעזידענט רוזוועלט, און ער האט אים גע'עצה'ט איבער די צווייטע וועלט קריג. זאגט דער שרייבער, אז דאס איז ווייטער פאנטאזיעס, עס איז נישט פארהאן קיין שום רעקארד אז נאפאליען זאל האבן איבערגעטרעטן דעם שוועל פון ווייסן הויז, און אוודאי האט דער פרעזידענט קיין עצות פון אים נישט גענומען.

דער שפיץ איז, אז נישט נאר איז ער נישט געווען קיין ביזנעסמאן, ער איז גאר געווען א ביטערער ארימאן!

דער שרייבער פונעם ארטיקל גייט ווייטער פאר אייניגע שורות, אריינגייענדיג אינעם ביאגראפיע פון מר. הילל, ווען די ארטיקל ווערט פלוצלינג איבערגעהאקט, איבערלאזנדיג דעם ליינער פארוואונדערט.

------

וויל איך וויסן, האט שוין איינער אמאל געהערט עפעס פון דעם, אדער דער שרייבער האט זיך בלויז צוגעכאפט צו אן אגענדע-געשטיפטע, אומקראנטע ארטיקל, פילייכט גאר אונטערגעשטופט דורך די העכערע פענסטער פונעם צייטונג, צו איבערמאכן היסטאריע משום איזה סיבה?

פאר ווער עס ווייסט נישט, די לערנונגען פון נאפאליען הילל, איז פון די גאר שטארק אויפגעכאפטע ווארע ביים היינטיגן דור, גויאישע, צי להבדיל אידיש צוגלייך. ער האט פארפאסט מערערע ביכער איבער זיינע געדאנקען. איך האב שוין געליינט דעם פריער דערמאנטן בוך מער ווי איין מאל, און איך בין זיכער אז אנדערע האבן אויך.

א שנעלע זוכעניש צייגט אן די זייטל http://budgeburgess.com/LiesaboutAC.html
זעהט נישט אויס ווי עפעס א מעכטיגע סארס....
לעצט פארראכטן דורך שמאטע אום מאנטאג דעצעמבער 26, 2016 6:16 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
עדיטערס נאוט: שמאטע איז דער האוסט פונעם בצל כוואפאפעיכו שאו. די אויסגעקוועטשטע אפיניען איז זיין אייגענע.
בך בטחו
שר מאה
תגובות: 185
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אפריל 27, 2015 11:36 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בך בטחו »

זעה די תגובה אפשר איז ער גאר די שרייבער פרעג איהם פון ווי ער האט גענומען זיין אינפ.
ווארים ער ית' איז אלעס, איז אז מען געבט אפ צו עם אלעס, גיבט ער אלעס אוצר אגרות קודש מכתב ק"ל
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

העי סארי
דאס בין איך הקטן
איך האב עס געשריבן
קודם אנטשולדיג, געווען א קורצער ארטיקל בלויז 6,000 קערעקטערס, עס קומט א לאנגער פארזעצונג נאך. אבער געווען שארט אין צייט, דערפאר אריינגעשיקט קודם דעם פייל און אינזינען געהאט צוצושיקן נאך א שטיקל אבער נישט אנגעקומען.
עניוועי
לאמיר אפירזוכן דעם לינק פון וואו כ'האב גענומען דעם ארטיקל
יעקב צוקערמאן
שר חמש מאות
תגובות: 705
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 05, 2014 1:27 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יעקב צוקערמאן »

דעם לינק וויל איך נישט ארויפלייגן משום ולפני עוור לא תתן מכשול, און יעדער וועבסייט היינט צוטאגס האט רח"ל גאר געמיינע בילדער, אבער איך קען דיר שיקן א פי. די. עף. אין אישי, אויב ביזטו פאראינטערסירט.
גראדע, איך האב זיך צוגעכאפט צום ארטיקל, פשוט, ווייל אמאל האב איך זיך געלערנט דעי טרעידינג, יארן פארפירט געווארן דורך עפעס א גויאישן שווינדלער. ער האט אונז געהייסן לערנען די אלע ביכער, כ'געדענק נאך ווי א חבר מיינער, וואס האט זיך אויך געלערנט די שטאף, האט מיך געווארענט אז היות איך לערן נישט די ביכער פון דעם שוטה היל גאר פלייסיג, וועל איך נישט מצליח זיין. כא כא כא כא כא.
עניוועי
הצלחה
שאהן הענניטי
שר האלפיים
תגובות: 2907
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יוני 15, 2012 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאהן הענניטי »

קענסט מיר עס שיקן. ווי קראנט איז עס?
אוועטאר
מיסטעריעז
שר שמונת אלפים
תגובות: 8556
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אוגוסט 13, 2010 2:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיסטעריעז »

מיללער האט געשריבן:מ'האט שוין דא אויף אייוועלט צונומען דעם טיטול "פוסק הדור" און אנדערע טיטלען. וויפיל איך האב געזוכט אין אלטע צייטונגען, הסכמות און ספרים, האב איך נישט געטראפן אזא טיטול געדרוקט פאר ת"ש

אויב האט איר עפעס דערפון וואלט איך אייך שטארק מכיר טובה געווען

די פאלגענדע איז נישט געדרוקט געווארן פארן קריג, אבער כ'גלייב נישט אז דער שרייבער האט דאס אויסגעזויגן פון פינגער... אפשר זאלט איר זיך פארבינדן מיט איהם ער זאל אייך מיטטיילן זיין מקור...
אטעטשמענטס
IMG_2094.JPG
IMG_2094.JPG (52.93 KiB) געזען 2260 מאל
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
(מרן החת"ס, שבה"ג תקפ"ח)
נכד
שר חמש מאות
תגובות: 767
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך נכד »

א בריוו אין ״איד״ די וואך אוועקצוווארפן געניצטע טישאס...

כמיין.. מאכט נישט דאס גענאר פון אינטעליגענטע ליינער.

אויסער דעם, מסטמא שוין געשטאנען די ערשטע וואך פון אידס ערשיינונג, נישט וויכטיג איבערשרייבן יעדעס יאר.
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

נכד האט געשריבן:א בריוו אין ״איד״ די וואך אוועקצוווארפן געניצטע טישאס...

כמיין.. מאכט נישט דאס גענאר פון אינטעליגענטע ליינער.

אויסער דעם, מסטמא שוין געשטאנען די ערשטע וואך פון אידס ערשיינונג, נישט וויכטיג איבערשרייבן יעדעס יאר.

זיי מעגן עס איבערלייגן יעדע וואך

אן עקל און א גרויל וואס (אומ)מענטשן לאזן אלץ איבער

פארוואס קען ער עס נישט לייגן אין טאש? ווייל ער עקלט זיך? פארדעם דארף ער פארעקלען יענעם?
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
אוועטאר
שטאלצער יוד
שר האלפיים
תגובות: 2438
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מאי 19, 2016 2:00 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטאלצער יוד »

הענדימען האט געשריבן:
נכד האט געשריבן:א בריוו אין ״איד״ די וואך אוועקצוווארפן געניצטע טישאס...

כמיין.. מאכט נישט דאס גענאר פון אינטעליגענטע ליינער.

אויסער דעם, מסטמא שוין געשטאנען די ערשטע וואך פון אידס ערשיינונג, נישט וויכטיג איבערשרייבן יעדעס יאר.

זיי מעגן עס איבערלייגן יעדע וואך

אוודאי. די חברה לאזן די טישוס אויך יעדער וואך. אויב נישט מער...
אוועטאר
הענדימען
שר עשרת אלפים
תגובות: 15034
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג אקטאבער 27, 2017 11:14 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך הענדימען »

שטאלצער יוד האט געשריבן:
הענדימען האט געשריבן:
נכד האט געשריבן:א בריוו אין ״איד״ די וואך אוועקצוווארפן געניצטע טישאס...

כמיין.. מאכט נישט דאס גענאר פון אינטעליגענטע ליינער.

אויסער דעם, מסטמא שוין געשטאנען די ערשטע וואך פון אידס ערשיינונג, נישט וויכטיג איבערשרייבן יעדעס יאר.

זיי מעגן עס איבערלייגן יעדע וואך

אוודאי. די חברה לאזן די טישוס אויך יעדער וואך. אויב נישט מער...

אבער דער איד קומט ארויס נאר איינמאל א וואך

אפשר זאלן זיי שיקן יעדן טאג מיט'ן דעילי :grin:
כאניש אזוי קיין געהעריגע אקסן (קרעדיט כאניש)

מ'קעמיך קאנטאקטירן אויף handymanivelt ביי דזשימעיל
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

מענין לענין, די זעלבע זאך איז מיט האנטוכער אין מקוה (אפשר נישט אזױ עקלדיג, אבער דאך זײער אומענטשליך) און ס׳איז א שרעקליכע חילול השם אױכעט, האט שױן אײנער ארײנגעטראכט פאר א סעקונדע װאס דער גױ טראכט װען ער גײט ארום אין פראנט פון יעדעם אױפהײבן דײן גארביטש װײל ביסט פלעין פױל צו גײן 2 טריט צום קען?? אין מײן אפיניען איז עס ממש א סלעיװערי אײדיע..
האו עבאוט די גוי זאל ארום גײן אראפ-פלאשן טױלעט׳ס?? אדער װער ס׳װיל גײן נעקסט זאל קעיר נעמען פון דעם פאריגן׳ס שמוץ?? (עגען, ס׳נישט די זעלבע לעװעל אין מיאוס׳קײט, אבער ס׳איז די סעים אײדיע, פשוט צו כאפן די קאנצעפט, מ׳קלינט נישט נאך די אײגענע גארביטש)
כ׳האלט ס׳פשוט א פארנאכלעסיגקײט.. מ׳כאפט נישט אז אזא סאָפער גרינגע זאך מאכט אזא דיפרענס, און ס׳ברױך אן אױפװאכונג.
אוועטאר
ניס קראכער
שר שמונת אלפים
תגובות: 8835
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 26, 2016 5:36 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניס קראכער »

האנטיכער אין מקוה איז נישט די פראבלעם מיט חילול השם!
ס'איז פשוט אוממענטשלעך אז דער נעקסטער וואס זוכט א מקום פאר זיין דבר יום ביומו, זאל דארפן אויפהייבן דיין האנטעך מיט וואס די האסטעך געבלאזן די נאז דערין אין צו די זייט אפווישן די באנק וואס די האסט געלאזט נאס
א הארטע ניסל קען מען צוקראכן, א ווייכע ניסל נישט! ער ווערט צוקוועטשט!
פּשוט און פּראָסט
שר האלף
תגובות: 1327
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 25, 2017 2:11 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פּשוט און פּראָסט »

א הונדערט פראצענט!
חילול השם איז עס אבער אױכעט, כ׳האב געזאגט חילול השם אלץ אן עדישאנעל פראבלעם (און ס׳נישט קײן קלײנע פראבלעם)

און א חילול השם איז עס מכח 2 סיבות.

קודם כל כלפי דעם גױ, לאזן אן ארבײטער טוהן אזא אומבא׳טעמ׳טע ארבײט בפני כל עם ועדה (און פאר נאו גאד ריזן) איז זײער אן אומעטישע זאך, מילד גערעדט.
און צװײטנס, טאקע דאס אומאײדלקײט אײנער כלפי דעם צװײטן איז עפעס װאס פאסט זיך בכלל נישט פארן עם הנבחר.
(און אלץ א זײטיגע בענעפיט װעט דער גױ זיך מער בכלל נישט דארפן דרײען צװישן עולם דארט, װאס ס׳דא װאס האלטן אז ס׳איז א געפערליכע פראבלעם פאר זיך)

און ס׳גײט מיר נישט ארײן אין קאפ װיזױ עולם כמנהגו נוהג, און ס׳פאלט נישט אײן פאר קײנעם אין די ׳המעוררים׳ דיפארטמענט פון דבר יום ביומו (פאר עקזעמפל) זוך צו ציקראצן װעגן דעם.

זעט עפעס אױס װי אן הלכה למשה מסיני, אדער גאר א שטיקל זוה״ק, אז ארײנװארפן די האנטוך אין קען איז ביהרג ואל יעבור.
אײ דאוננאו, מעיבי אײ עם מיססינג סאמטינג.

(ב״ה כ׳האב שױן אװעק געמאפט פון די הײליגע שטאט, אבער ס׳פלעגט מיר געפערליך נערװירן, און כ׳גלײב נישט דעט דעיר װאָס עני טזשענזשעס די לעצטע אנדערטהאלבן יאר, נאכן אנהאלטן די מסורה אזױפיל לאנגע יארן)
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”