איך געדענק נישט פאר זיכער אויף ר' יוסף שאול אדער ווער פון יענע צייט, אבער מיר דאכט זיך אז איך האב עס לעצטינס געזעהן (אין א נישט-איבערגעזצטע דרוק) העכער א הסכמה
מ'האט שוין דא אויף אייוועלט צונומען דעם טיטול "פוסק הדור" און אנדערע טיטלען. וויפיל איך האב געזוכט אין אלטע צייטונגען, הסכמות און ספרים, האב איך נישט געטראפן אזא טיטול געדרוקט פאר ת"ש
אויב האט איר עפעס דערפון וואלט איך אייך שטארק מכיר טובה געווען
די בענעפיטן פון זיין א חבר המורשת? אה, אומזינסטע קרקע בביה"ח שע"י קהלתינו (נייע)
א זוכעניש אויף היברא בוקס האט ארויף געברענגט 20 בלעטער מיט ספרים, אויסגאבעס מיט'ן אויסדריק פוסק הדור, אלעס איז פון די ת"ש'ס , 90% פון תשל"ב און ווייטער, -- מיללער האקט שלח
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
קוק אין רש"י פרשת וירא על הפסוק ויעש אברהם משתה גדול,
העי! דו, זיי נישט אזוי פארזעצט,
עפעס א לחלוחיות גוטסקייט איז אראפגערונען צו דיר אויך, אז דו וועסט עס איינזען וועסטו אנהייבן שפירן אז אך טוב וחסד ירדפוני.
פרשיסחא האט געשריבן:איך גענדענק אז מיט איבער צען יאר צוריק האט מען געשריבן מיט גרויסע ליילעכער אויף איינעם א רב דא אין ארץ ישראל דער טיטול "פוסק הדור". היינט ברעגנט עס א ביטערן געלעכטער ביי יעדער איינער.
פאני ווי אזוי מ'פארדרייט שמועסן קודם ווייס איך דאך נישט פון וועם דו רעדסט און מה ענין שמיטה אצל הר סיני, די געלעכטער איז ווייל פוסק הדור איז א נייע טיטל?
איך געדענק נישט פאר זיכער אויף ר' יוסף שאול אדער ווער פון יענע צייט, אבער מיר דאכט זיך אז איך האב עס לעצטינס געזעהן (אין א נישט-איבערגעזצטע דרוק) העכער א הסכמה
מ'האט שוין דא אויף אייוועלט צונומען דעם טיטןל "פוסק הדור" און אנדערע טיטלען. וויפיל איך האב געזוכט אין אלטע צייטונגען, הסכמות און ספרים, האב איך נישט געטראפן אזא טיטול געדרוקט פאר ת"ש
אויב האט איר עפעס דערפון וואלט איך אייך שטארק מכיר טובה געווען
די בענעפיטן פון זיין א חבר המורשת? אה, אומזינסטע קרקע בביה"ח שע"י קהלתינו (נייע)
איך האף אז איר ווייסט אז איך האב נישט קיין שום נגיעה אז פוסק הדור זאל זיין א אלטע זאך. ווי געשריבן אויבן "עס דאכט זיך מיר", א מענטש איז נאר א מענטש (הלואי ווען איך זאל געדענקען אלעס וואס איך האב שוין געזעהן און וואו עס איז געווען).
בטבע ישראל ותורה להיות שלום ואהבה ואחוה וריעות, אך הדיעות הנפסדות של טומאת ארץ העמים מפריד בין הדבקים.
אמאל האט א פשוטע (אין היינטיגע טערמינען..) 'מורינו' געמיינט גאר אסאך, עס האט געהאט גאנצע הלכות כדי צו באטוטלען איינעם מיטן 'מורינו' טיטל, און ווער רעדט נאך פון 'גאון', היינט אבער ווערט יעדער איינער וואס האט נאר גיעפנט א 'חיים שיש בהם' באטיטלט בטיטל 'מורינו הרב' און אויב האט ער א חברותא ביינאכט איז ער שוין א גאון אויך.. אז מ'וויל היינט באטיטלען איינעם וואס קומט איהם א טיטל 'אביסל מער' דארף מען שוין ניצן אזאלעכע טיטלען ווי 'סבא קדישא' 'פאר הדור' און יא אויך פראדיצירן נייע טיטלען.. נישטא קיין שום פרינציפ איש כל הישר בעיניו יעשה וכל הרוצה ליטול את השם יבא ויטול. ובענין 'פוסק הדור' נראה אז דאס קומט פון 'פאר הדור' 'מופת הדור' 'צדיק הדור' איז געווארן 'פוסק הדור'
ובענין טיטלען שמעתי על הג' הרעק''א אז ווען ער האט געשריבן א תשובה האט ער פאר יעדעם געשריבן טיטלען שלא לבייש מי שאין לו.. אבער פאר איינעם וואס די על טיטלען איז איהם געווען פאסיג, האט ער געשריבן בדרך 'יראתו קודמת לחכמתו' וואס שטייט אין די משנה אז חכמתו מתקיימת, און פאר די וואס די טיטלען איז נאר ווייל מ'דארף שרייבן ואינו הולמתו האט ער געשריבן בדרך חכמתו קודמת ליראתו שאינו מתקיימת. ואגב, דאס וואס מיר האבן נישט די טיטלען געדריקט בתוך התשובות כשאר שו''ת, איז ווייל זיין זון וואס האט געדרוקט די תשובות האט עס ארויסגענומען זאגנדיג 'מה דעלך סני לחברך לא תעבוד, איך וואלט נישט געוואלט אז טיטלען געשריבן אויף מיר זאל ווערן געדריקט'..
ירוחם האט געשריבן:מיללער, כ'בין נייגעריג צו די טיטל "גדול הדור" איז אויך ניי?
גדול הדור איז א טיטול וואס דאכט זיך רש"י הק' ניצט שוין, טעם "ברִבִי" אינו יודע, כ'מיין ס'איז אין סוטה און אפשר אויך אין פסחים ביי די סוגיא פון ר' חנינא סגן הכהנים, זאגט רש"י אויף ברבי אז דאס מיינט "גדול הדור".
כ'געדענק אז אויסדרוק פון הייליגן דברי חיים גדול הדור מערער מאל אין די תשובות און אין מכתבים, אויפ'ן שאול ומשיב טאקע אינעם באקאנטן בריוו וועגן די מאשין מצות, און אזוי ווייטער. די וואס שרייבן היינט גדול הדור אידאך עס פונקט ווי יענער שרייבט עמוד הוראה און פוסק העיר, מאטיווירט פון וכו'.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה [email protected]
מאנ-יימער האט געשריבן:וואס מאכט די וועלט פאריקט איז דאס אז מענטשן מאכן פאריקט מענטשן וועגן טיטלען וואס צייטונגען און מדעות דריקערייען טיילן פאר מענטשן, איך ווייס נישט אין וועלכע וועלט איר לעבט אבער א טיטל אין א צייטונג אדער מודעה מאכט נישט אויס קיין כי הוא זה, נישט ווערט צו עסן דאס געזונט דערפאר, ניטאמאל ווערד עס צו דערמאנען.
איך בין זיך מחולק.
א טיטל - אמאל - האט געברענגט ריספעקט פאר א מענטש. עס איז געווען א וועג וויאזוי ארויסצוברענגען איינעמ'ס גרויסקייט, אז מען זאל כאפן התפעלות אויף די גוטע וועג, און האבן א ביטול און א דרך ארץ פארן אדם גדול.
דאס שרייבן משוגענע טיטלען האט געמאכט אז די טיטל האט פארלוירן די ריספעקט, און היינט אז דו שרייבסט "הקדוש" אויף טאשע רבי לרפו"ש ברענגט עס שוין גארנישט ארויס. פאר א סיבה האט מען גערופן א תנא "רבי" און א אמורא נישט. און פאר א סיבה האט רבי יהודא הנשיא געהייסן "רבינו הקדוש". א טיטל מיינט עפעס.--------
אן אריינגיין אין די עצם שמועס, נאר א הערה. אפילו ביי חז"ל זעהט מען אז ווי שפעטער אין דור אלס גרעסער די טיטל. די ערשטע דור תנאים האבן נישט געהאט גארנישט צו זייער נאמען (שמעון בן שטח, שמעי' ואבטליון, יוסי בן יועזר שמאי והילל ועוד)
Dear Milkman: From now on please leave two pints every other day and one pint on the days in between, except Wednesdays and Saturdays when I don't want any milk.