Advertisement

די תקנות פונעם פארום
שרייב א תגובה

הערט איר קול מבשר ?

1)
3
13%
2)
2
8%
3)
4
17%
4)
8
33%
5)
5
21%
6)
2
8%
 
סך הכל שטימען : 24

הערט איר "קול מבשר"

דאנערשטאג מאי 31, 2007 6:19 pm

בס"ד

Advertisement

דאנערשטאג מאי 31, 2007 7:25 pm

איך בין דער דריטער אפצוגעבן מיין שטימע, און דער ערשטער אפצוגעבן אויפן ערשטן אפציע.

איך וויל צוגעבן: סארא שאלה? אודאי הער איך קול מבשר! צוויי מאל א טאג, אינדערפרי און ביינאכט! פון וואנעט מיינט איר ווייס איך וואס עס טוט זיך אויף די וועלט?...

דאנערשטאג מאי 31, 2007 9:23 pm

לעצט פאראכטן דורך בני היכלא אום מיטוואך אפריל 09, 2008 4:18 am, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.

דאנערשטאג מאי 31, 2007 9:42 pm

מיין שטימע איז געווען צו נאמבער 3 איך הער אים איינמאל און אפאר טאג. זאל דער קול וואס איז מבשר טאקע נאר מבשר זיין גיטע בשורות ומלכינו בראשינו אמן סלה

פרייטאג יוני 01, 2007 12:37 am

כ'בין א שוואכער צוהערער צו די אלע האט ליינס.

פרייטאג יוני 01, 2007 8:48 am

ביי מיר איז ס'מעשה אזוי: מיין רביצין הערט אלע שטיבלעך דארט, און אויב ס'איז דא אזאך וואס זי האלט ס'איז פאר מיר אינטערעסאנט זאגט זי מיר, פליס קאל "קאלמבאשער, דרוק 3 5 8 4 2, עפעס אזוי, און איך פאלג (געווענדליך..).

זי הערט עס מיט א קליינעם העדפאן, ביים וואשן וועש/דישעס, עקסערסייז. אמאל פלעגט זי עס אויך הערן ביים באדן, ביז א מעשה שהי' אז אן הצלה מעמבער איז געקומען צו מיר אינדערהיים, והוא רחום יכפר.

ומכאן הקריאה יוצאה, אויב ווילט איר הערן וואס קול מבשר האט נעכטן געזאגט, רופט צו מיר אין שטוב, און זי וועט עס אייך איבערזאגן, מלה במלה.

(איר קענט עס איבערגעבן פאר "קול מבשר", מסתמא וועלן זיי הנאה האבן, אז זיי פארמאגן אזעלכע חסידית'טעס.)

פרייטאג יוני 01, 2007 9:52 am

יעקב אלי', דו רעדסט פון חסידות'טעס רוף אפ מיין מאמען זאל זיין געזונט, זי הערט קול הנייעס (כלשונה הטהור) איטליכן טאג עטליכע מאל.

פרייטאג יוני 01, 2007 12:18 pm

מיין אופציע איז נישט דא. כ'הער אפשר איינמאל א וואך. און עס איז נישט נומער 4 אויך נישט.

פרייטאג יוני 01, 2007 12:21 pm

אוקיי כאב עורך געווען ס'תגובה, און צוגעלייגט אן אפשרות.

אוקיי, די עיקר סיבה העריך דעם הערשל פרידעמאן. אויב נישט איינמאל אין א וואך, העריך איהם נעקסטע וואך צוויי סעשאנס.

ערגעצוואו דא אין פארק האביך איהם אמאל אוועקגעמאכט. אבער דאך העריך איהם. ער איז גאנץ גוט.

פרייטאג יוני 01, 2007 12:23 pm

איך האב אמאל געזען אן חשובע עלטערע איד וואס איז געווארן ווילד 7:00 אין געזאגט איך דארף שוין קאלן קול מבשר

פרייטאג יוני 01, 2007 4:37 pm

יעקב אלי' בראך האט געשריבן:ביי מיר איז ס'מעשה אזוי: מיין רביצין הערט אלע שטיבלעך דארט, און אויב ס'איז דא אזאך וואס זי האלט ס'איז פאר מיר אינטערעסאנט זאגט זי מיר, פליס קאל "קאלמבאשער, דרוק 3 5 8 4 2, עפעס אזוי, און איך פאלג (געווענדליך..).

זי הערט עס מיט א קליינעם העדפאן, ביים וואשן וועש/דישעס, עקסערסייז. אמאל פלעגט זי עס אויך הערן ביים באדן, ביז א מעשה שהי' אז אן הצלה מעמבער איז געקומען צו מיר אינדערהיים, והוא רחום יכפר.

ומכאן הקריאה יוצאה, אויב ווילט איר הערן וואס קול מבשר האט נעכטן געזאגט, רופט צו מיר אין שטוב, און זי וועט עס אייך איבערזאגן, מלה במלה.

(איר קענט עס איבערגעבן פאר "קול מבשר", מסתמא וועלן זיי הנאה האבן, אז זיי פארמאגן אזעלכע חסידית'טעס.)


לאז נישט דעם עולם נייגעריג, ביטע.

זונטאג יוני 03, 2007 12:00 pm

שוין געשטימט.
*
אגב, אין אלט-קרעטשמע איז געווען א שמועס דערוועגן.
ווער געדענקט נאך וואס טריאו האט געשריבן דארט? אויך וועגן זיין רביצין.

זונטאג יוני 03, 2007 1:39 pm

א אינטערעסאנטע זאך האב איך געזעהן ביי אן עלטערע איד.

געווען בין איך ביי אים אין שטוב,זעה איך אז ער האט א צעטלע מיט די נומערען פון די קינדער,
און פןן אפאר אייניקלעך,ווער עס קאן אים צוניצקומען.דרך אגב,יאך צייל זעך צעווישען דיזע.

דריי איך זעך ארום דארט,פאלט געווענליך מיינע אויגען אויף דעם צעטל,
זעכער צו מאכן אז מיין נאמען ערשיינט נאך,ווייל אז נישט קאן איך כאפן א פסוק פונעם פאטער.

איז לאמיר נישט פארקריכען,זעה איך אויפן פאפיר דארט אין גרויס,זייער גרויס, בערך א צוויי דריי אינטשעס,
מיט א גרויסע מארקער (אינדערצייט וואס אינזערע נעמען שטייען,זיצען,ליגען,געשריבן נאר מיט א פעדער,בליי ואכמ"ל )
קול מבשר 212-444-1100

און איך קוק נאכאמאל , און יא איך זעה גוט.זה הוא.

פארוואס זאג איך אייך דאס, וויל איך וויל ארויסברענגען אז אפילו איך-איר הערט דאס נישט יעצט,
יבוא יומו one day

זונטאג יוני 03, 2007 1:46 pm

אן עלטערן איד האט מיר געזאגט אז ער נעמט שוין נישט אן נאך האטליין'ס ער איז פארנימען פון ציפרי ביז ביינאכט , ער האט ספעשל געמאכט אנלימיטד מיניטן אויף זיי טעלעפאן אינדערהיים צי הערן אלע האט ליינ'ס, איינמאל ציפרי פנעף צי צען האב איך אים געזען לויפן פרעג איך אים ווי לויפט איר זאגט ער מיר אז קול מבשר גייט שוין זאגען נייעס

זונטאג יוני 03, 2007 4:44 pm

איך האב געשטימט אויף אפציע 5, ניטא קיין צייט דערפאר

מאנטאג יוני 04, 2007 11:12 am

איך לאז מיין באבן מיר מוציא זיין דערמיט. ממש זעלטן וואס איך רוף קול מבשר אויס גרויס לאנגווייליגקייט. מיר אידן יושבי על מדין, וואס זיצן דא אויפן אינטערנעץ, דארפן נישט צוקומען צו זיינע נייעס סייווי, און דערפאר הער איך אים נישט צו.

מאנטאג יוני 04, 2007 12:51 pm

כ'האב שוין געשטימט,

כ'הער עס איינמאל א טאג, געווענליך אויפדערנאכט,

מיין בני בית איז דער וואס דערמאנט מיך דערוועגן, גראדע איר איז מער אינטערעסאנט די רעדעס פון דעם פסיכעלאג, (כ'דענק נישט יעצט זיין נאמען) ווי די דרשות פון הערשל פריעדמאן, די שידיכים איז אויך א וויכטיגע זאך ביי איר,

איך האלט אז זיי זענען א אויפגעארבעטע זאך, מענטשן זאגן מיר אז אן עדווערטייזמענט דארט ברענגט די בעסטע רעזאלטאטען, זיי הייבן יעצט אן מיט די "לייוו" אפשען, וואס איז זייער א גוטע זאך, מ'וועט אלע רבי'שע חתינות, שמחות א.ד.ג. קענען מיטהאלטן לייוו.

ס'בלייבט זיי נאר איבער צו ווינטשן ברכה און הצלחה.

מאנטאג יוני 04, 2007 4:17 pm

נאך אין מיין לעבן נישט געהערט. אויסער דוכט זיך איין מאל ווען עמיצער האט עס אנגעצינדן אויף ספיקער.

מאנטאג יוני 04, 2007 9:47 pm

אויב איך צינד אן א נייעס האטליין, איז עס די ענגלישע קול מבשר, טעלל מי. און גלייבט מיר יעדע מינוט איז אויסגעווארפען.
פארוואס איך רוף זיי יא, איז ווייל ס'איז נישטא קיין עדס, און איך קען לויפן צי וועלכן טשענעל נייעס איך בין אינטרעסעסירט.

גלייבט מיר, ווען מפ'רעגט איינעם פון ווי האסטו געהערט די נייעס, וועט ער קיינמאל נישט זאגן: היידפארק, קול מבשר, אדער עפעס אנדערש
ער וועט זאגן: איך האב עס געהערט קראנט.... דעמאלטס ווייס איך קלאר וואו?

דינסטאג יוני 05, 2007 12:41 am

גראדע שעם איך זיך כלל נישט צו זאגן פאר מיינע פריינט אז איך נעם די נייעס פון קול מבשר (עס איז פארט בעסער ווי די אינטערנעט ימ"ש).

ווען איינער קומט צו מיר - און איך האב עס אסאך - מיט די היינט-שוין-באקאנטע פראזע: וואסי-נייעס? ענטפער איך גלייך: רוף קול מבשר.

דינסטאג יוני 05, 2007 7:51 am

קרעמער

איך ענטפער קוק אין אידישע וועלט

דינסטאג יוני 05, 2007 8:26 am

די נייעס גאר זעלטן באט די פאליטישע אנאליז מאך איך זיכער צי הערן
ער מאכט א גוטן סך הכל פין די וואך
שרייב א תגובה

Advertisement