אינטערעסאנטע רעכט געשטימטע ארטיקלען אין "אלגעמיינער זשורנאל"

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרת אלפים
תגובות: 19987
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

תגובהדורך לכתחילה אריבער » דאנארשטאג מארטש 01, 2012 4:04 pm

ס'האט מיר א חבר דערמאנט, אז צו די בריוו אויסטויש אנהייב אשכול, איז נאך געווען נאך צוויי בריווען אהין און צוריק, וועל איך עס דא ברענגען.

סאטמאר און רבי משה וועגן דעם נס פון ענטעבע.

חשובער רעדאקטאר:

אין א בריוו צום “אלגעמיינעם זשורנאל”, אין דער אויסגאבע פון יוני 1 2007, שרייבט ר’ יוסף קראוס, אונטער’ן “קעפל”: “מאי ציונות? מאי סאטמאר?”, אז די ענטעבע-אקציע פון דער ישראל-ארמיי אין 1976, איז נישט געווען אינגאנצן דערפאלגרייך, “אלס שטראף פאר דער מדינה”.

נו, האבן מיר שוין געהערט ר’ יוסף קראוס’עס מיינונג וועגן דער ענטעבע-אקציע. איצט לאמיר הערן וואס עס איז געווען די מיינונג פון הגאון ר’ משה פיינשטיין זצ”ל וועגן דער ענטעבע-אפערע. דער פוסק הדור האט געשריבן וועגן דער ענטעבע-פרשה, כהאי לישנא:

“מסתבר שיש להחשיב זה לנס גלוי, כי בדרך הטבע לא היה אפשר להיות דבר כזה, וכל מה שנעשה בעולם היא רק יד השם יתברך, בין הטוב ובין ח”ו להיפך” (אגרות משה, יורה דעה, חלק ד,’ סימן ח, ב).

איך האב בשום-אופן נישט געקענט טרעפן אין ר’ משה’ס ווערטער אפילו א שמץ פון אן אנדייטונג וועגן א “שטראף פאר דער מדינה...”.

בכלל, פארשטיי איך נישט ווי אזוי א סאטמארער ראש המדברים (הרב שטיין) האט געקענט ארויפברענגען אויף זיינע ליפן אז “די ענטעבע-אקציע איז געלונגען, ווייל ג-ט האט אזוי געוואלט”? די סאטמארער שיטה איז דאך אלעמאל געווען, אז די אלע דערפאלגן פון דער ישראל-ארמיי, אריינגערעכנט די גרינדונג פון דער מדינה, זיינען געווען מעשי סטרא אחרא. קען דאך אפילו נישט זיין א הוה אמינא, אז ענטעבע איז געלונגען ווייל “ג-ט האט אזוי געוואלט”. נו, פארבלייבט א קשיא.

דרך אגב, טייערער ר’ יוסף, אין אייער ליסטע פון אלע סאטמארער פארדינסטן, האט איר פארגעסן צו דערמאנען די גרויסע ירושה, וואס סאטמאר האט איבערגעלאזט פאר כלל ישראל. נעמלעך, די “נטורי קרתא”, די געטרייע סאטמארער תלמידים, וועלכע פירן-אויס די סאטמארער שיטה מכוח אל הפועל.

בצלאל פיקסלער
קיו גארדענס, נ.י.

ווער האט געראטעוועט דעם סאטמארער רבי’ן זצ”ל, נישט א ציוניסט?

חשובער רעדאקטאר:

איך האב געלייענט די ווערטער פון הרב ר’ ישראל אברהם שטיין ז”ל, ראש המדברים אין סאטמאר, אז די ענטעבע-אקציע פון דער ישראל-ארמיי אין 1976 איז געלונגען, ווייל ג-ט האט אזוי געוואלט, אבער עס איז נישט געווען אינגאנצן דערפאלגרייך, “אלס שטראף פאר דער מדינה” (טריבונע פארן פאלק, יוני 1, 0270 ).

העכסט אינטערעסאנט: לכאורה איז עס אין קעגנזאץ צו די באוואוסטע שיטה פון סאטמאר, וועלכע איז דעמאלט איבערגעגעבן געווארן מיט א גרויסן שטורם, אז די ענטעבע פרשה איז נישט געווען יד השם, נאר די מעשה פון סטרא אחרא (חלילה), ווייל עס קען נישט זיין אז דער אויבערשטער זאל מאכן א נס דורך פושעים.

אזוי האט דאך דער סאטמארער רב זצ”ל אויך געטענהט נאך דער זעקס טאגיקער מלחמה, אז דער רבונו של עולם מאכט נישט קיין ניסים דורך פושעי ישראל, די ציונים.

דער אמת איז, אז די שיטה פון סאטמארער רבי’ן איז צריך עיון גדול. ווייל להלכה למעשה, דארף מען דען נישט מאכן א ברכה “ברוך שעשה לי נס במקום הזה” אויב איינער פון די רייזער גייט היינט צוריק קיין ענטעבע?! ווי וואלט א סאטמארער רב געפסקנט הלכה למעשה?

ווידער, נאך א פראגע: אויב עס זיינען דא צוויי דאקטוירים, איינער איז א ספעציאליסט, א מומחה, און א פושע, דער צווייטער איז א פרומער איד, אבער נישט אזא מומחה אין מעדיצין, וועמען דארף מען נוצן? זאגט מען דען, אז דער אויבערשטער שיקט נישט קיינע רפואות דורך א פושע? צו וועלכער דאקטער וואלט סאטמאר געשיקט א פאציענט?

און נאך מער: אין סאטמאר פראוועט מען יעדן יאר כ”א כסלו, אלס דער יום הצלה פון דעם סאטמארער רב. דורך וועמען איז דער רב געראטעוועט געווארן? דורך א פרומער איד, א ירא שמים און א בן תורה, אדער דורך דער ציוניסט רודאלף קאסטנער? טא ווי פראוועט מען אין סאטמאר יעדעס יאר דעם “יד השם” אום כ”א כסלו?

הרב שלום דוד גייסינסקי
ברוקלין, ניו יארק

א שאלה איז נישט קיין פירכא

חשובער רעדאקטאר,

כ’וויל קאמענטירן אויף צוויי בריוו, וואס זענען געדרוקט געווארן אין “זשורנאל” פון יוני 8.

באציענדיק זיך צו דער מיינונג פון סאטמארער רבי’ן בנוגע דער “מבצע ענטעבע” שרייבט בצלאל פיקסלער אזוי: “דער פוסק הדור האט געשריבן וועגן דער ענטעבע-פרשה, כהאי לישנא: מסתבר שיש להחשיב זה לנס גלוי, כי בדרך הטבע לא היה אפשר להיות דבר כזה, וכל מה שנעשה בעולם היא רק יד השם יתברך, בין הטוב ובין ח”ו להיפך (אגרות משה, יורה דעה, חלק ד,’ סימן ח, ב). איך האב בשום-אופן נישט געקענט טרעפן אין ר’ משה’ס ווערטער אפילו א שמץ פון אן אנדייטונג וועגן א ‘שטראף פאר דער מדינה’...”

האט איר, ר’ בצלאל, נישט עספיעט צו קוקן ביז דער ענדע פון רבי משה’ס ווערטער: “וכל מה שנעשה בעולם היא רק יד השם יתברך, בין הטוב ובין ח”ו להיפך”.

איז לפי-זה לאזט זיך דרינגען, אז אין קאליבער נס פון מבצע ענטעבע זענען אריינגערעכנט די קאסאם-ראקעטן וואס פליען יעצט אויף שדרות...

ווייטער שרייבט ר’ בצלאל: “בכלל, פארשטיי איך נישט ווי אזוי א סאטמארער ראש המדברים (הרב שטיין) האט געקענט ארויפברענגען אויף זיינע ליפן אז ‘די ענטעבע-אקציע איז געלונגען, ווייל ג-ט האט אזוי געוואלט’? די סאטמארער שיטה איז דאך אלעמאל געווען, אז די אלע דערפאלגן פון דער ישראל-ארמיי, אריינגערעכנט די גרינדונג פון דער מדינה, זיינען געווען מעשי סטרא אחרא. קען דאך אפילו נישט זיין א הוה אמינא, אז ענטעבע איז געלונגען ווייל ‘ג-ט האט אזוי געוואלט’. נו, פארבלייבט א קשיא.”

מיט רעטאריק, פארשטייט איר מיך, קען מען אפווענדן די גאנצע תורה. אבער אויב זוכט איר דווקא צו פארשטיין, וועל איך א שטעלן א קעגן-פראגע: אויב וועט עמעצן פון דער ראדיקאלער “נטורי קרתא” גרופע געלונגען ביי איינעם פון די קלאסישע באזוכן זייערע אין איראן צו איבערצייגן אכמעדיניזשאדן צו אויפגעבן אויף זיינע נוקלעארע אמביציעס, וואס וועט דאס זיין: א נס, צי מעשה סטרא אחרא?...

דער בריוו פירט אויס: “דרך אגב, טייערער ר’ יוסף, אין אייער ליסטע פון אלע סאטמארער פארדינסטן, האט איר פארגעסן צו דערמאנען די גרויסע ירושה, וואס סאטמאר האט איבערגעלאזט פאר כלל ישראל. נעמלעך, די ‘נטורי קרתא’, די געטרייע סאטמארער תלמידים, וועלכע פירן-אויס די סאטמארער שיטה מכוח אל הפועל”.

גערעכט. אבער איך וואלט אין די אויפטוען פון ציונות אויך דערמאנט די ציוניסטישע ירושה פון די ישראלדיקע לינקע, פרא-פאלעסטינער אקאדעמיקער און אקטיוויסטן. ווי מיינט איר?

נאכפאלגנדיק ר’ בצלאל, איז געדרוקט א בריוו פון הרב שלום דוד גייסינסקי. ער שרייבט אזוי: “איך האב געלייענט די ווערטער פון הרב ר’ ישראל אברהם שטיין ז”ל, ראש המדברים אין סאטמאר, אז די ענטעבע-אקציע פון דער ישראל-ארמיי אין 1976איז געלונגען, ווייל ג-ט האט אזוי געוואלט, אבער עס איז נישט געווען אינגאנצן דערפאלגרייך, ‘אלס שטראף פאר דער מדינה’ (טריבונע פארן פאלק, יוני 1, 2007). העכסט אינטערעסאנט: לכאורה איז עס אין קעגנזאץ צו די באוואוסטע שיטה פון סאטמאר, וועלכע איז דעמאלט איבערגעגעבן געווארן מיט א גרויסן שטורם, אז די ענטעבע פרשה איז נישט געווען יד השם, נאר די מעשה פון סטרא אחרא (חלילה), ווייל עס קען נישט זיין אז דער אויבערשטער זאל מאכן א נס דורך פושעים”.

כ’וויל זייער גלויבן אז הרב גייסינסקי איז נישט אזוי נאאיוו ווי פארשטיין, אז הרב שטיין איז אויסן געווען נישט מער ווי אנווייזן אז די השגחה-עליונה לאגיק דערלויבט צו זען די געשעעניש פון א פארקערטן פערספעקטיוו.

וואס שייך די הלכה-שאלות וואס הרב גייסינסקי ברענט אויף: איך בין נישט קיין פוסק; ווייס איך נישט דעם ענטפער. אזויפיל יא: אין (סאטמארער) חדר האט דער מלמד מיך אויסגעלערנט צו פארשטיין די נפקא-מינא צווישן א שאלה און א פירכא.

מיט דרך ארץ,

שמואל סאפיר
ברוקלין, ניו יארק
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" קרעדיט אדמו"ר מהר"ש

אוועטאר
למעלה משבעים
שר תשעת אלפים
תגובות: 9028
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 02, 2008 10:17 pm
לאקאציע: ערגעץ פארבלאנדזשעט אויף די גראדע וואסערן

תגובהדורך למעלה משבעים » דאנארשטאג מארטש 01, 2012 5:06 pm

לאמיר זיך באדאנקן דא פאר לכתחילה אריבער פארן ברענגן די ארטיקלען/בריוון דא, א ריזן דאנק.
סתם פאר אינטרעסאנטקייט וועל איך ברענגן די גאנצע שטיקל פון אגרות משה אויף דעם ענטעבע פרשה.
שו"ת אגרות משה יורה דעה חלק ד סימן ח האט געשריבן:
ובדבר יהודי שנחטף באוגנדא וניצול משם ע"י החיילים שבאו לשם, מסתבר שיש להחשיב זה לנס גלוי, כי בדרך הטבע לא היה אפשר להיות דבר כזה. וכל מה שנעשה בעולם הוא רק יד השי"ת בין הטוב ובין ח"ו להיפוך, והוא המכה והמרפא. והוא עשה שנשבו, והוא עשה ההצלה בזה שנתן אומץ ורצון שילכו להציל, ואשר הצליח דרכם שהצילו. ודרכי השי"ת שעשה הנס ע"י פושעים נעלמו ממנו. ואסור לשום אדם להתחכם בקושיות על הקדוש ברוך הוא, אלא תמים תהיה עם ה' כמפורש בתורה

אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 8:13 pm

תגובהדורך אינסוזעאיסט » דינסטאג יולי 31, 2012 3:28 pm

כי לדעתי העלייה לארץ ישראל הינה קיבוץ גלויות בזעיר אנפין [הגרנ"ט טראפ זצ"ל]

אוועטאר
לכאורה
שר עשרת אלפים
תגובות: 10729
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 20, 2009 2:43 pm

תגובהדורך לכאורה » מיטוואך אוגוסט 01, 2012 3:51 pm

אינסוזעאיסט האט געשריבן:כי לדעתי העלייה לארץ ישראל הינה קיבוץ גלויות בזעיר אנפין [הגרנ"ט טראפ זצ"ל]

ולדעתי הניק אינסוזעאיסט הינו ציוני מובהק בזעיר אנפין [הגרי"ד מילר שליט"א]
איך בין צוריקגעבליבן מיט טויזנטער אשכולות, אבער איך געב נישט אויף... שטייטליך און צוביסלעך וועט מען אי"ה "ווייס מאכן די קרעטשמע"

אוועטאר
שנאפס
שר עשרת אלפים
תגובות: 15169
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג סעפטעמבער 12, 2011 9:59 pm
לאקאציע: אויף די קרעטשמע פאליצעס
פארבינד זיך:

תגובהדורך שנאפס » פרייטאג אוגוסט 03, 2012 2:02 pm

הערשט יעצט איבערגעלייענט דעם אשכול, זייער אינטערעסאנט
kraitchmah עט גימעיל

אוועטאר
אינסוזעאיסט
שר מאה
תגובות: 208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג פאברואר 14, 2012 8:13 pm

תגובהדורך אינסוזעאיסט » זונטאג אוגוסט 05, 2012 1:57 pm

לכאורה האט געשריבן:
אינסוזעאיסט האט געשריבן:כי לדעתי העלייה לארץ ישראל הינה קיבוץ גלויות בזעיר אנפין [הגרנ"ט טראפ זצ"ל]

ולדעתי הניק אינסוזעאיסט הינו ציוני מובהק בזעיר אנפין [הגרי"ד מילר שליט"א]


דער הייליגער סאטמאר רב זי"ע האט געזאגט אויף זיך אז ער איז א ציוני, וכן הרוגאטשעווער ועוד אמרו היתכן ווי קומט צו פורקי עול די חוצפה זיך צו רופן די הייליגע טיטל "ציוני".

אפשר מוז מען מלחמה האלטן מיט די פורקי עול וואס האבן זיך ארויפגעזעצט אויף די הייליגע פאן פון סאטמאר און פארן מיט דעם אויסצורייסן א יעדע פלאקער פון א איד צו החזרת השכינה לימי קדם ובתוכם החזרת כל התרי"ג מצוות, פונקט ווי בימי התחלת רעיון התגשמות חזון שיבת ציון וירושלים דורך הייליגע ערליכע אידן ובתוכם אונזערע אונגארישע רבנים זי"ע - האבן דערויף זיך ארויפגעזעצט פורקי עול און אנגעזייט חורבנות בלב ליבו פון די הייליגסטע און טייערסטע ביי א אידישע נשמה אלע דורות און האבן מיט דעם אפגעפארן א ריזן טייל פון די אידישער פאלק.

היו לא תהיה! סאטמאר איז טאקע קעגן מדינת ישראל, אבער נישט קעגן ארץ ישראל ויושביה

און אויב איז ציונות געווען א נסיון ווען זיי האבן אפען געווען קעגן קוב"ה, איז היינט א הימל שרייענדע נסיון איבער די פורקי עול וואס באהאלטן זיך מיט פרומע קליידער און פרומע דיבורים אויך, אבער בלב לבם איז נעבאך אלץ אויסגעריסן.

הצדיק
שר האלף
תגובות: 1678
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 05, 2016 9:52 am

תגובהדורך הצדיק » פרייטאג פאברואר 23, 2018 1:36 pm

שנאפס האט געשריבן:הערשט יעצט איבערגעלייענט דעם אשכול, זייער אינטערעסאנט

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » פרייטאג פאברואר 23, 2018 2:10 pm

לכתחילה אריבער האט געשריבן:הערצל, קצב און פּערעס

מיין מיינונג : יוסף יצחק יעקבסאָן

בירגער נומער איינס פון דער אידישער מדינה; דער פרעמיער מיניסטער בכבודו ובעצמו; צוויי יוסטיץ מיניסטארן; די פירער פון דעם שטייערן ביורא פון דער מדינה; א רב הראשי; אן ארמיי שעף - אלע געפינען זיך אונטער קרימינאלע אויספארשונגען אדער געפינען זיך שוין אין געריכט. די ליצני הדור וויצלען זיך אז כדי צו זיין א פאסיקער קאנדידאט היינט צו טאג אויף א פירנדן אמט אין מדינת ישראל מוז מען פריער האבן א “הכשר” פון אן ערלעכן רב אז מען איז קארופטירט און אז מען האט עמעצן באגנבעט אדער באגזלט.

פרעגט מיר א ישראלדיקער איד, היתכן אז קיינער פראטעסטירט נישט אין די גאסן. אין א נארמאלע מדינה, זאגט ער, וואלטן די בירגער געמאכט א “ויצעקו”; מ’וואלט געפאדערט א טראנספארמאציע אין דער רעגירונג, אבער דא אין ישראל גייט דער עולם ווייטער כאילו גארנישט איז געשען. פארוואס?
איך גלויב אז די סיבה אויף דעם איז, וואס טיף אין הארצן באגרייפן מערסטע ישראלים אז דא האנדלט זיך נישט וועגן די רעגירונג, די קארופציע, און אפילו נישט וועגן אן אומגעלומפערטע מלחמה. דא האנדלט זיך וועגן א מהותדיקן קריזיס אין דעם עצם וויזיע און צוקונפט פון ציוניזם.

די גרינדער פון דער ציוניסטישער פילאזאפיע און דער אידישער מדינה האבן געגלויבט בלב ונפש אז דער ציוניזם וועט דערגרייכן צוויי הויפט צילן:

1) א זעלבסשטענדיקע מדינה וועט גאראנטירן די זיכערהייט פון דעם אידישן פאלק. נאך 2000 יאר פון רדיפות, גירושים, שחיטות, מאסן רציחות, וועט ענדלעך זיין איין ארט אין דער וועלט וואו אידן וועלן זיין זיכער; וואו זייער גורל וועט ליגן ביי זיך אין די הענט און זיי וועלן נישט דארפן אנקומען צו גוטהארציקע גויים זיי צו באשיצן.

2) דער צווייטער ציל פון ציונות איז געווען צו נארמאליזירן דעם אידישן פאלק. בנימין הערצל און זיין חבורה האבן געטענהט אז כל זמן אידן וואוינען אין די גלות-לענדער צווישן אנדערע פעלקער, וועט די וועלט זיך נישט באציען צו זיי אויף א נארמאלן אופן. בלויז ווען אידן וועלן גרינדן א נאציאנאלע היים און ענדלעך ווערן א פאלק ווי אלע פעלקער, מיט אן אייגענעם לאנד און אן אייגענעם רעגירונג, וועט די וועלט אנערקענען דאס אידישע פאלק אלס א נארמאלע פאלק, ככל הגויים. פונקט ווי די איטאליענער האבן איטאליע, און די ענגלאנדער האבן ענגלאנד, וועלן די אידן האבן זייער לאנד, ישראל.

היינטיקס יאר ווערט הונדערט און צען יאר זינט דער ערשטער ציוניסטישער קאנגרעס, וועלכע איז פארגעקומען אין באזעל אין 1897. בעת יענעם היסטארישן קאנגרעס האבן טיאדאר הערצל, מאקס נארדוי און זייערע קאלעגעס געהאלטן פייערדיקע רעדעס וועגן דער נויטיקייט און וויזיע פון ציוניזם. נאך 110 יאר, פול מיט עקסטרעמע עליות און ירידות אין דעם לעבן פון כלל ישראל, קען מען היינט מאכן א ניכטערן חשבון הנפש וואס איז געווארן פון די צוויי הויפט צילן וואס די גרינדער פון ציוניזם האבן געשטרעבט צו דערגרייכן.

1. די זיכערהייט פון דעם אידישן פאלק:

אויב דער גרויסער נצחון אין 1967 און אנדערע גלענצענדע מיליטערישע טריאומפן פון ישראל האבן דעמאנסטרירט צו אידן און צו דער וועלט, אז די מדינה איז מסוגל צו באשיצן אידן פון זייערע שונאים, איז געקומען די לעצטע מלחמה אין לבנון און פאראורזאכט א טיפן קריזיס אין דער זעלבסט זיכערהייט געפיל. במשך פון העכער א חודש צייט האט אן ארמיי פון עטלעכע טויזנט כיזבאלא טעראריסטן באשאטן צענדליקע אידישע שטעט און ישובים מיט ראקעטן און דער גרויסער, מעכטיקער צה”ל ארמיי איז נישט געווען מסוגל צו מאכן א סוף צו דעם טאג טעגלעכן טעראר. טראץ די מאסיווע לופט אטאקעס און די ריזיקע ערד-כוחות פון דעם ישראל מיליטער, האט כיזבאלא בראש מיט דעם צורר היהודים כאסאן נאסראללה פארטריבן א מיליאן אידן פון זייער אייגענעם לאנד און די מדינה איז געווען פאראליזירט.

און ווי האט זיך די מלחמה געענדיקט? נישט דורך דעם נצחון פון ישראל, נאר, ווידער, דורך דעם גרויסן גוי וועלכער האט זיך אריינגעמישט. די יו-ען האט געדריקט אויף ביידע צדדים און געבראכט צו א פייער אפשטעל.

עס איז נישט די רעזיגנאציע פון דן חלוץ אדער די פערציק קאמיטעטן אין ישראל וואס פארשן אויס די דורכפאלן פון דער מלחמה וועלכע פארדאגהן אידן. די פראגע איז א סך א טיפערע: “הזאת נעמי”?! אויב צה”ל האט זיך נישט געקענט איינקערן מיט עטלעכע טויזנט באנדיטן און זייערע טויטלעכע ראקעטן, וואס איז די צוקונפט? און וואס וועט ווערן בשעת איראן וועט חלילה אנטוויקלען די באמבע?

עס איז איראניש און טראגיש, אבער אין די לעצטע יארן זאגן א סך אידן, אז דאס זיכערסטע פלאץ פאר אידן איז דווקא אויסער די גרענעצן פון מדינת ישראל... דווקא אין די “מדינות הגויים”, אין אמעריקע וכדומה, פילן אידן זיך א סך מער זיכער.

2. און איצט צו דער צווייטער ציל פון ציונות. צו דערקלערן אז מיט דער גרינדונג פון א נאציאנאלע היים פאר אידן האט די וועלט אנגעהויבן באציען זיך צו אידן אויף א נארמאלן, אנשטענדיקן אופן, איז א טרויעריקער שפאס.

אט למשל נעמט אזעלכע לענדער ווי יוגאסלאוויע, ראוואנדע, און סודאן. אין די ערטער זיינען פארגעקומען אין די לעצטע יארן מאסן שחיטות פון הונדערטער טויזנטער אומשולדיקע מענטשן. אבער ווי אפט לייענט איר וועגן די אכזריותדיקע און בארבארישע מארדן אין די דאזיקע מקומות? אין קעגנזאץ צו דעם, בשעת ישראל הרגעט בטעות עטלעכע פאלעסטינער ציווילע מענטשן, לייענען מיר וועגן דעם אין אלע צייטונגען, די יו-ען פארדאמט, און אלע מענטשן רעכט אקטיוויסטן און אקאדעמיקער שרייען געוואלד קעגן ישראלס נאצישע גרוילטאטן.

400 טויזנט אומשולדיקע מענער, פרויען און קינדער זיינען זינט 2003 דערמארדעט געווארן אין דארפור. ווי אפט לייענט איר וועגן דעם? אבער בשעת א צה”ל בולדאזער הרגעט בטעות רחל קערי - נאך דעם וואס מ’ווארנט איר נישט צו שטיין נעבן דעם הויז פון א טעראריסט און זי פאלגט נישט - גייט די וועלט כאדאראם. דערנאך פראדוצירט מען אין בראדוועי א פארשטעלונג וועגן די דאזיקע העלדין.

צפון קארעא לאכט אפ פון די וועלט; איראן רופט צו גענאציד; איראק איז פארוואנדלט געווארן אין א לאנד וואו בלוט איז מער פארשפרייט ווי וואסער; סאודי אראביע צילט פארשפרייטן איסלאמישער עקסטרעמיזם איבער דעם ערדקוגל און האט פראדוצירט די רוצחים פון סעפטעמבער דעם 11טן. אבער קיינער האט נישט די העזה צו שטעלן א צייכן פראגע אויף די לעגיטימאציע פון די דאזיקע מדינות. בלויז איין לאנד דארף זיך נאכאנאנד פארענטפערן און אויפקלערן פארוואס זי מעג עקזיסטירן...

110 יאר נאך הערצל האט מדינת ישראל נישט געבראכט צו א נארמאליזאציע פון דאס אידיש פאלק.

דעריבער פראטעסטירט נישט דער ישראלדיקער ציבור אין די גאסן. רוב אידן פארשטיין אז דער אויבנדערמאנטער קריזיס קען נישט באהאנדלט ווערן דורך א נייעם פרעמיער, שוץ מיניסטער אדער פרעזידענט. דא האנדלט זיך וועגן א קריזיס אין דעם עצם מהות פון ציוניזם און מדינת ישראל.

שמעון פערעס האט די וואך, בעת דער באוואוסטער הרצליה קאנפערענץ, דערקלערט ווי אפטימיסטיש ער איז כלפי די צוקונפט פון ישראל. ער האט גערעדט וועגן זיין שלום פלאן און צוגעזאגט אז דער שלום איז אויפן וועג. פערעס האט גערעדט ווי א פייערדיקער מאמין. אבער אין וועמען? אין אבאסן? אין אראפאטן? פערעס וואלט געדארפט אננעמען די מוט צו קלאפן “אשמנו” און פרעגן ביי זיך צי מ’דארף אפשר נאכאמאל באטראכטן די גאנצע וויזיע הינטער דער אידישער מדינה.


איז דאס די באקאנטער ״וויי וויי דזשעקאבסאן?״
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

נכד
שר חמישים ומאתים
תגובות: 366
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 20, 2014 1:25 am

תגובהדורך נכד » זונטאג פאברואר 25, 2018 12:45 am

ניין, די זענען צוויי אנדערע מענטשן.

מעגליך משפחה, כבין נישט באקאנט.

ע.ב
שר העשר
תגובות: 31
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג מאי 26, 2017 11:40 am

תגובהדורך ע.ב » זונטאג פאברואר 25, 2018 1:06 am

הצדיק האט געשריבן:
שנאפס האט געשריבן:הערשט יעצט איבערגעלייענט דעם אשכול, זייער זייער אינטערעסאנט

טראכט טיף
אנשי שלומינו
תגובות: 9
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יוני 14, 2017 3:30 pm

תגובהדורך טראכט טיף » זונטאג פאברואר 25, 2018 2:17 am

נכד האט געשריבן:ניין, די זענען צוויי אנדערע מענטשן.

מעגליך משפחה, כבין נישט באקאנט.

מן הסתם יא זיין טאטע איז דאך געווען די גרינדער

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג פאברואר 25, 2018 9:24 am

שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
איז דאס די באקאנטער ״וויי וויי דזשעקאבסאן?״


יא.

zugurnish
שר חמש מאות
תגובות: 678
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג מאי 17, 2011 8:31 am

תגובהדורך zugurnish » זונטאג פאברואר 25, 2018 10:23 am

נכד האט געשריבן:ניין, די זענען צוויי אנדערע מענטשן.

מעגליך משפחה, כבין נישט באקאנט.

נו נו

ווי דער וואס האט געשריבען אין תגובה פאר מיר עז איז דער זעלבער מענטש.


(דערמאנט מיר אז איינער א רב האט אמאל געזאגט הונדרעט יאר נאך מיין פטירה וועט מען קוקען דורך אלע מייני פסקים און זיי וועלן קומען צו אמסקנה אז עס איז געווען צוויי הרב...

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג פאברואר 25, 2018 11:53 am

שמואל בארג האט געשריבן:
שמואל אלצווייסער האט געשריבן:
איז דאס די באקאנטער ״וויי וויי דזשעקאבסאן?״


יא.


היינט צוטאגס איז ער זייער פרא ציוניזם
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג פאברואר 25, 2018 1:08 pm

אלעמאל געווען, ער מיט זיין פאטער אינאיינעם.

אוועטאר
שמואל אלצווייסער
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 01, 2018 4:19 pm
לאקאציע: ביים נייעס טישל

תגובהדורך שמואל אלצווייסער » זונטאג פאברואר 25, 2018 8:26 pm

שמואל בארג האט געשריבן:אלעמאל געווען, ער מיט זיין פאטער אינאיינעם.


אין די אויבנדערמאנטע ארטיקל מאכט ליצנות פון די מדינה
איך קען זיך נישט קריגן מיט א פאקט, איך קען זיך אבער קריגן מיט דער וואס האט עס געמאכט פאר א פאקט.

שמואל בארג
שר האלף
תגובות: 1565
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 18, 2016 6:44 pm

תגובהדורך שמואל בארג » זונטאג פאברואר 25, 2018 10:22 pm

אין זה סתירה.

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג יולי 19, 2018 12:08 pm

איך ווייס צו דא איז דער ריכטיגער מקום, איך זוך א ארטיקעל אינעם אלגעמיינער תשל"ו, ווייסט איינער ווי איך קען דאס טרעפן?

סידיראם
שר האלפיים
תגובות: 2178
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 03, 2015 1:04 pm

תגובהדורך סידיראם » דאנארשטאג יולי 19, 2018 12:53 pm

דער אלגעמיינער קומט נאך ארויס?
EXCLUSIVE COUPONS ON AMAZON FOR YOU NOW!!!!! http://amzn.to/2tHqNZZ

אוהב ספרים
שר האלף
תגובות: 1928
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג נובעמבער 17, 2011 8:17 pm

תגובהדורך אוהב ספרים » דאנארשטאג יולי 19, 2018 5:22 pm

יא


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 8 געסט