אינטערעסאנטע רעכט געשטימטע ארטיקלען אין "אלגעמיינער זשורנאל"

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

אינטערעסאנטע רעכט געשטימטע ארטיקלען אין "אלגעמיינער זשורנאל"

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

כ'האב שוין עטליכע מאל באגעגענט אינטערעסאנטע ארטיקלעך אינעם אידישען "אלגעמיינער זשורנאל", איבער מדינת ישראל, דער ציונות, און סאטמאר, וואס זענען אנדערשט, ווי די אלגעמיינער (no pun intended) טראכטען גאנג, פון דעם זשורנאל.

כ'האב עס מיר אוועקגעלייגט, און כ'וועל עס דא ארויפלייגן, כ'האף אז דער עולם וועט הנאה האבן! ס'איז אמאל אינטערעסאנט צו זעהן די בליק פון אן אינדרויסענדיגער, אויף די וועלט פון סאטמאר.

קודם, די ערשטע איז א בריוו, וואס א סאטמערער האט אריינגעשיקט, אלץ א ענטפער אויף א בריוו, פון א צווייטען פריער מיט א צייט. כ'וועל לייגען סיי די ערשטע בריוו, און דערנאך די ענטפער, וואס איז אינטערעסאנט איז אז זיי האבן עס געדרוקט.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די ערשטע בריוו.

ציונות און סאטמאר

חשובער רעדאקטאר:

כ'וויל רעאגירן אויף דעם בריוו פון א סאטמארער סימפאטיקער, ר' יוסף לעפקאוויץ, וואס איז דערשינען אין "אלגעמיינעם זשורנאל" מערץ דעם 30סטן, 2007, אין וועלכן ער האט פעסטגעשטעלט, אז "די וויזיע פון ציוניזם איז א שטות, פון וועלכן אידן מוזן זיך באפרייען".

לאמיר מאכן א חשבון און זען וואס האט די וויזיע פון ציוניזם אויפגעטאן, און וואס האט די שיטה פון סאטמאר אויפגעטאן. לאנגע דיסקוסיעס און פאלעמיק וועלן צו גארנישט פירן. מ'דארף זען קאנקרעטע רעזולטאטן.

צי דער ציוניזם איז באנקראט אדער נישט, איז א קליינע נפקא-מינה. לאמיר זען די אונטערשטע שורה: וואס פארא ירושה האט דער ציוניזם געלאזן, און וואס פארא ירושה לאזט איבער די שיטה פון סאטמאר.

דער רעזולטאט פונעם ציוניזם איז א אידישער ישוב, וואס איז געווען אן "עיר מקלט" פאר הונדערטער טויזנטער שרידי חרב, פארביטערטע פליטים פון חורבן אייראפע, און עס איז היינט א היים פאר מיליאנען אידן, כן ירבו.

מדינת ישראל איז, מיט אלע אירע פעלערן, היינט-צו-טאג, ברוך השם, א בליענדער צענטער פון אידן שומרי תורה ומצוות, מיט תורה און חסד-אינסטיטוציעס צום באוואונדערן. אזא וויברירנדע תורה-אידישקייט האט מען נישט געזען זינט דעם חורבן הבית. וועט איר זאגן, "על אפם וחמתם" פון די ציוניסטן? (אדער אפשר גאר פון די סאטמאריסטן?). מעגלעך. אבער הלכה למעשה, פאקטן פארבלייבן פאקטן. קיין שום בר-דעת קען זיי נישט אפלייקענען.

איצט לאמיר זען וואס זיינען די רעזולטאטן פון דער סאטמארער וויזיע. וואס איז די ירושה, וואס די סאטמארער שיטה האט אונז איבערגעלאזט? יא, איר האט געטראפן: די נטורי קרתא. דאס איז די "ירושה" וואס סאטמאר האט פאר אונז איבערגעלאזט. זיי זיינען די געטרייע תלמידים פון דער סאטמארער שיטה, טראץ אלע אפלייקענונגען פון דער סאטמארער נאטשאלסטווא. זיי ברענגען ארויס די סאטמארער שיטה "מכח אל הפועל". זיי, די עוכרי ישראל, די "אידישע פארטרעטער", שעפן דערמוטיקונג פאר זייערע מעשים תעתועים פון געוויסע ספרים, ודי למבין. זיי, די שטיצער פון די שואה-פארלייקענער, וואס העלפן אפלייקענען אז זייערע אייגענע עלטערן זיינען פארברענט געווארן אין אוישוויץ, שעפן זייערע מאטיוואציע פון די זעלבע ספרים. שומו שמים!

איצט פרעג איך אייך, פריינט יוסף לעפקאוויץ, איז די וויזיע פון ציונות א "שטות", אדער איז די וויזיע פון דער סאטמארער שיטה א "שטות"?

טייערע סאטמארער חסידים, אנהענגער און סימפאטיקער: עפנט די אויגן און זעט! "ראו גידולים שגידלתם", ווי די חז"ל זאגן. גיט א קוק אויף די פרוכטן, וואס די "שיטה" האט ארויסגעגעבן.

דרך אגב: אייער צייטונג, דער "אלגעמיינער זשורנאל", האט זיך פארבעסערט אויף גאנצע הונדערט פראצענט, סיי אין אינהאלט, סיי אין פארמאט. מ'קען דארט טרעפן היסטארישע אפהאנדלונגען, פאליטישע אפשאצונגען, און קריטישע אנאליזן. מילא, פון וועלט-נייעס, ישראל-נייעס און גרינטלעכע איבערזיכטן איז דאך נישטא וואס צו רעדן. אבער בכלל איז די צייטונג היינט א מייסטערווערק.

אורי ספיר
פלעטבוש
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 11:58 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

די ענטפער:

מאי ציונות? מאי סאטמאר?

חשובער רעדאקטאר:

כ'וויל רעאגירן אויף דעם בריוו פון א ציוניסטישן סימפאטיקער, ר' אורי ספיר, וואס איז דערשינען אין "אלגעמיינעם זשורנאל", אונטער דער רובריק "טריבונע פארן פאלק", דעם 20סטן אפריל 2007, אונטערן "קעפל" וואס לייענט זיך "ציונות און סאטמאר".

דעם אמת געזאגט, כ'האב נישט געוואוסט צי איך זאל לאכן אדער וויינען פונעם שרייבערס ווערטער. כ'האב שוין א סך געהערט סיי בארעדן סאטמאר, און סיי פארטיידיקן דעם ציוניזם, אבער דאכט זיך, אז אזעלכע נארישקייטן האט מען נאך נישט געזען און נישט געהערט.

און איך וועל טאקע נוצן דעם שרייבערס ווערטער:

"לאמיר מאכן א חשבון און זען וואס האט די וויזיע פון ציוניזם אויפגעטאן, און וואס האט די שיטה פון סאטמאר אויפגעטאן. לאנגע דיסקוסיעס און פאלעמיק וועלן צו גארנישט פירן. מ'דארף זען קאנקרעטע רעזולטאטן".

אויפן דאזיקן אנאליז איבער דער "שיטה פון סאטמאר", קען מען נאך זאגן א לימוד-זכות, אז דער שרייבער איז פשוט נישט באקאנט מיט די פאקטן, אבער וואס איז נוגע צו דער "וויזיע פון ציוניזם", דארט איז שוין שווער צו באנוצן זיך מיטן דאזיקן לימוד-זכות.

כ'וועל מאכן א הקדמה מיט א מעשה שהיה.

עס איז געווען א רב אין די סאטמארער קרייזן, מיטן נאמען הרב ר' ישראל אברהם שטיין זצ"ל, פאלטיטשאנער רב. ער איז געווען א קלוגער איד, און גאר א גוטער רעדנער, און ער איז טאקע זיינער-צייט געווען דער "ראש המדברים" ביי אלע סאטמארער פארזאמלונגען.

בעת דער באוואוסטער געשעעניש אין ענטעבע, אוגאנדא, ווען אן "עיר פראנס" עראפלאן איז פארכאפט געווארן און 103 מענטשן זיינען פארהאלטן געווארן, האט מדינת ישראל דורכגעפירט א געוואגטע אקציע, און באפרייט כמעט אלע געפאנגענע, אויסער דריי וואס זיינען ליידער אומגעקומען אין דער אקציע, און איין פרוי וואס איז אפגעפירט געווארן אין שפיטאל נאך פאר דער אקציע, און איז אויך אומגעקומען, הי"ד.

האט דעמאלס א רעגירונגס-באאמטער פון ישראל זיך אויפגעטאן מיט דער געלונגענער אקציע, אז "דאס מעכטיקע מיליטער פון ישראל האט באוויזן צו ראטעווען כמעט אלע פארכאפטע". און ווען איינער האט אנגעמערקט, אז פיר מענטשן זיינען ליידער יא אומגעקומען, האט יענער באאמטער געענטפערט: "וואס קען מען דען טאן? אזוי האט ג-ט געוואלט".

האט אויף דעם געזאגט הרב שטיין זצ"ל: "ווער זאגט אז די געלונגענקייט פון דער אקציע איז צו פארדאנקען די שטארקע ארמיי פון ישראל, און די דורכפאלן זיינען ווייל אזוי האט ג-ט געוואלט? אפשר איז דער אמת פארקערט, אז די אקציע איז געלונגען ווייל ג-ט האט אזוי געוואלט, און דאס אז עס איז נישט געווען הונדערט פראצענט דערפאלגרייך, איז עס געווען וועגן דער ישראל-ארמיי?" (נעמלעך, אלס שטראף פאר דער מדינה), עד כאן פון די ווערטער פון הרב שטיין ז"ל.

כלפי מה הדברים אמורים? היינט וואוינען אין ישראל אן ערך 7,150,000 מענטשן. פון זיי זיינען אומגעפער 76 פראצענט אידן (5,434,000). פון די דאזיקע אידן זיינען 71 פראצענט "פריי" - "חילוניים"; 12 פראצענט זיינען טראדיציאנעל, וואס מ'רופט אין מדינת ישראל "מסורתיים", און זיבעצן פראצענט זיינען פרומע, "דתיים".

איז פון 5,434,000 אידן, זיינען אין סך-הכל בערך 923 טויזנט, פרום. ליידער, ליידער.

דאס, און נאר דאס, איז די "וויזיע פון ציוניזם". די "וויזיע פון ציוניזם" איז, אז "ככל הגויים בית ישראל".

יא, זיכער זיינען פאראן פרומע אידן אין ארץ-ישראל. די וועלט זאגט, אז "יעדער כלל האט א יוצא מן הכלל", אבער דאס האט נישט מיט דער "וויזיע פון ציוניזם", וואס איז באשטאנען פון א סיסטעמאטישן שמד-אפאראט, אנגעהויבן פון הערצלס טאגבוך, וואו ער שרייבט דאס ערגסטע אויפן אידישן פאלק, און אויף דער אידישער אמונה בכלל, ואין כאן מקומו להאריך. דערנאך די קיבוצים, וואו מען האט גענומען אידישע אינגלעך און מיידלעך, וואס זיינען נארוואס אנגעקומען, זיך קוים געראטעוועט פון די אוישוויצער גאז-קאמערן, וואו מען האט אויסגעהרגעט מיליאנען אידן בגשמיות, און זיי געצוואונגען צו עסן טריפות און מחלל שבת זיין, און אזוי ווייטער, און אזוי ארום זיי "דערמארדעט" אין רוחניותדיקן זין.

דאס זעלבע האט פאסירט מיט די "ילדי תימן", וועלכע מ'האט אוועקגעפירט פון זייערע אומגליקלעכע עלטערן, וואס האבן עולה געווען קיין ישראל ווייל מען האט זיי איינגערעדט, אז די פליגל פון אן עראפלאן זיינען "כנפי נשרים" און די גאולה איז דא, און זיי האבן אוועקגעגעבן די קינדער פאר געלט צו "פרייע" מענטשן, וואס האבן זיי דערצויגן פריי. דאס זעלבע מיט די "ילדי טעהעראן".

און ווער רעדט נאך פון די אנטי-דת גזירות, ווי "גיוס בנות", "ניתוחי מתים" און נאך.

איי, עס זיינען פאראן פרומע אידן אין ארץ-ישראל? זיכער, ווייל הקדוש-ברוך-הוא האט דאך צוגעזאגט פאר אברהם, יצחק און יעקב, "כי לא תשכח מפי זרעו", קיינמאל וועט דער כלל ישראל נישט אינגאנצן פארניכטעט ווערן, חלילה וחס, נישט בגשמיות און זיכער נישט ברוחניות, אבער צו זאגן אז דאס האט צו טאן מיט דער "וויזיע פון ציוניזם"? עס איז נישט פאראן קיין גרעסערע נארישקייט פון אזעלכע רייד.

דאס איז וועגן רוחניות, און איצט, וועגן דעם גשמיותדיקן טייל. ווי טרויעריק-קאמיש און איראניש הערט זיך די הימנע פון מדינת ישראל:

"עוד לא אבדה תקוותינו,
התקווה בה שנות אלפיים,
להיות עם חופשי בארצנו,
ארץ ציון וירושלים".


איז עס נישט קיין שפאס - ווען אין ישראל מוז מען בויען א וואנט, א מויער, אנדערש קען מען נישט זיין אן "עם חופשי בארצנו", אזוי ווי דער נארישער לייב אין טיער-גארטן לאכט אז דער מענטש איז "אויסגעשפארט" פון זיין שטייג, בעת אין אמעריקע וואוינען העכער פיר מיליאן אידן, כן ירבו, און מ'דארף נישט קיין וואנט אויסצומיידן צענדליקער אומגעקומענע, צי איז דאס טאקע די "התקווה בת שנות אלפיים"?

און ווי טרויעריק-קאמיש הערט זיך דער "עוד לא אבדה תקוותינו", אז א טעראר-גרופע ווי "כיזבאלא", וואס איז ניטאמאל א לאנד אדער א מלוכה, שיקט ראקעטן אריבער דער גרעניץ און א האלבע מדינה דארף עוואקואירט ווערן, ווייל דאס "שטארקע מיליטער" פון מדינת ישראל שטייט הילפסלאז און קען גארנישט טאן.

"אם ה' לא ישמר עיר, שוא שקד שומר".

און ווי אזוי קען מען זינגען "עוד לא אבדה תקוותינו... להיות עם חופשי בארצינו", אויף א "אידישע" מדינה, וואס האט נישט קיין ברירה און מוז דורכפירן א גירוש אויף טויזנטער אידן, ארויסטרייבן זיי פון זייערע היימען, איבערלאזן דאס גאנצע "האב און גוטס", ווייל מ'קען זיך נישט קיין עצה געבן מיט "כאמאס" און אירע טעראריסטן?!

"אם ה' לא יבנה בית, שוא עמלו בוניו בו".

איצט קום איך צו סאטמאר:

דער סאטמארער רבי, כ"ק אדמו"ר ר' יואל טייטלבוים זצ"ל, איז געקומען קיין אמעריקע מיט גארנישט ממש. זיין תלמוד-תורה האט ער געעפנט - עס לאזט זיך נישט גלויבן - מיט זעקס תלמידים, און היינט באשטייט די סאטמארער תלמוד-תורה אין וויליאמסבורג אליין, פון צען טויזנט קינדער, כן ירבו, אויסער די תלמוד-תורהס אין קרית יואל, מאנראו, בארא פארק, מאנסי, מאנטרעאל, און אין אויסלאנד, אין לאנדאן, אנטווערפן, ירושלים, בני-ברק, און נאך, בלי עין הרע, כן ירבו, אלץ אידן שומרי-תורה אויפן בעסטן וועג וואס איז נאר שייך, און סאטמאר ווערט היינט געשאצט דורך דער "מידיא" אויף 100 טויזנט נפשות, כן ירבו.

און דאס אלץ, אויסער די אומצאליקע חסד-ארגאניזאציעס פון סאטמאר, וואס זי פירט דירעקט און אומדירעקט, והדברים ידועים.

זיכער איז נישטא קיין שלימות. שלימות איז פאראן נאר ביי הקדוש-ברוך-הוא, און שלימות וועט זיין ווען משיח וועט קומען בקרוב, אבער ביי אונז, אידן, דערווייל אין גלות, איז נישט פאראן קיין שלימות, און מען קען אלץ טרעפן פעלערן בכלל ובפרט.

אבער אין אלגעמיין, בלייבט דער פאקט: די "וויזיע פון ציוניזם" האט מצליח געווען, ליידער, צו בויען אן אימפעריע פון חילול השם; די "שיטה פון סאטמאר", פון דער צווייטער זייט, האט מצליח געווען און אויפגעבויט אן אימפעריע פאר כבוד שמים.

איצט קום איך צוריק צו אייער "קעפל": "דאס איז דער חילוק צווישן ציוניזם און סאטמאר".

"ראו מה בין בני לבן חמי"...

יוסף קראַוס

ברוקלין
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום פרייטאג פעברואר 17, 2012 12:03 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

איך האב זייער הנאה געהאט דערפון. חזק ואמץ. וישלח ברכה והצלחה במעשי ידך.
לעצט פארראכטן דורך קראק-פאט אום דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 4:41 pm, פארראכטן געווארן 2 מאל.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

פון גרשון יעקבסאן: רעדאקטאר פון דער אלגמיינער זשורנאל

לויה פון סאטמארער רבי'ן

ר’ ליפא פרידמאן טעלעפאנירט...

איינמאל, נאך א פראטעסט דעמאנסטראציע ביי דעם ישראל קאנסולאט אין ניו יארק האבען געוויסע קנאים באשמירט דעם בנין פון קאנסולאט מיט סוואסטיקאס. די אידישע גאס האט דאן געקאכט מיט גרויס אויפרעגונג און פארדאמט די סוואסטיקאס שמירער. האט מען באשולדיגט אין דעם די סאטמארער. איך בין דאן געווען א רעפארטער און א נייעס רעדאקטאר אין “טאג מארגען זשורנאל. אויף מארגען נאך דער דעמאנסטראציע האט צו מיר טעלעפאנירט ר’ ליפע פרידמאן ז”ל, דער מנהל פון די סאטמארער אינסטיטוציעס. ער האט געזאגט, אז סאטמאר האט נישט געהאט קיין שייכות מיט שמירען די סוואסטיקאס. ער האט גע’טענה’ט, אז “משוגענע כוליגאנעס” האבען זיך באנוצט מיט דעם נאצישען סימבאל און אז קיין שום סאטמארער חסיד וועט אזוינס נישט וואגען צו טאן. ר’ ליפע פרידמאן האט געבעטען אפדרוקען אין “טאג מארגען זשורנאל” א דערקלערונג, אז סאטמאר האט נישט געשמירט די סוואסטיקאס.

צוויי סאטמארער שליחים

איך האב אים געזאגט, אז איך וועל גערען פארעפענטליכען די דערקלערונג, אבער איך דארף איר האבען בכתב. ר’ ליפע האט געזאגט, אז ער שיקט שוין ארויס צוויי שליחים, וואס וועלען מיר ברענגען די דערקלערונג. יענעם נאכמיטאג זענען געקומען מיר זען ר’ סענדער דייטש און ר’ משה אייזענבערג. זיי האבען מיר דערלאנגט א קאנווערט מיט א דערקלערונג וואו סאטמאר האט אפיציעל זיך אפגעטרייסלט פון די סוואסטיקע שמירער און פאקטיש פארדאמט דעם אקט פון וואנדאליזם.

ר’ סענדער דייטש’ן האב איך געקענט נאך פון פריער. ער האט יארען לאנג געארבעט אלס זעצער אין דער טיפאגראפיע פון די “שולזינגער ברידער” און האט געהאט אויפגעשטלעט זיין אייגענע דרוקעריי. ר’ משה אייזענבערג איז געווען צווישען די ארויסהעלפער פון ר’ ליפע פרידמאן און האט געארבעט פאר דער סאטמארער קהילה. די דערקלערונג, וואס די צוויי סאטמארער פארשטייער האבען מיר געבראכט, האב איך אפגעדרוקט אויף דער ערשטער זייט פון “טאג מארגען זשורנאל”.

אויף מארגען, ווען די צייטונג איז דערשינען האט ר’ ליפע פרידמאן מיר ווידער טעלעפאנירט און שטארק געדאנקט פאר דערפילען זיין בקשה. ער האט מיר געזאגט, אז א דאנק דעם באריכט, אז סאטמאר האט נישט געשמירט די סוואסטיקאס האב איך געהאלפען אפשאפען א פאגראם-שטימונג וואס האט זיך דאן געהאט צעפלאקערט אויף דער אידישער גאס קעגען סאטמארער חסידים. ר’ ליפע האט געזאגט, אז סאטמאר וועט קיינמאל נישט פארגעסען די טובה וואס איך האב זיי געטאן און ער האט צוגעגעבען, אז ער וואלט, זייער געוואלט, איך זאל קומען צום סאטמארער רבי’ן און מיט אים ריידן.
א באגעגעניש מיט’ן רבי’ן

איך האב זיך דערמאנט וועגען יענעם עפיזאד בעת דער לוויה פון סאטמארער רבי’ן זצ”ל אין מאנראו. איך בין געשטאנען א פארקוועטשטער צווישען דעם ריזיגען עולם אידען אין גרויסען בית מדרש און זיך צוגעהערט צו די הספדים. איך בין געווען דורכגעווייקט מיט שווייס און מיט די לעצטע כוחות פרובירט אנהאלטען דעם גלייכגעוויכט. פאר מיינע אויגען איז דורכגעשוואומען יענע באגעגעניש מיט’ן סאטמארער רבי’ן, מיט כמעט 18 יאר צוריק.

נאך דעם ווי ר’ ליפע פרידמאן האט מיר איינגעלאדען צו טרעפען זיך מיט’ן רבי’ן זענען אוועק א וועלכע צוויי יאר. דאן בין איך אוועק צו ר’ ליפע’ן און ער האט מיר אריינגעפירט צום סאטמארער רבי’ן, זיין היים איז דאן געווען אויפ’ן ערשטען שטאק אויף בעדפארד עוועניו אין א בראונסטאון געביידע.

דער רבי האט ביי מיר געפרעגט פון וואנעט איך קום און וואו איך האב געלערענט, ער האט געוואלט וויסען וועגען מיין טאטען און מיינע זיידעס און אפילו געפרעגט וואו איך האב זיך אויסגעלערענט צו שרייבען אידיש און ווי מען באהאנדעלט מיך אין “טאג מארגען זשורנאל”. ווען איך האב געזאגט צום סאטמארער רבי’ן, אז אין מיין פראפעסיע איז נישטא קיין מנוחת הנפש און אז די ארבעט איז פול מיט שפאנונג און עגמת נפש, האט ער מיט א שמייכעל באמערקט, אז כדי צוצוקומען צו מנוחת הנפש מוז מען פריער האבען עגמת נפש. ער האט געזאגט, אז יעדער איד איידער ער גייט אריין אין גן עדן מוז דורכגיין חיבוט הקבר: פאר ביאת המשיח מוזען אידען זיין אין גלות, נע ונד, און דורכגיין אלערליי יסורים וואס לייטערן זיי אויס און צוגרייטען זיי צו דער גאולה שלמה.

דער רבי ענטפערט

איך האב געפרעגט ביי דעם סאטמארער רבי’ן א צאל פראגען און ער האט אויף אלע מיינע שאלות געענטפערט קלאר און אן קווענקלענישען. איך האב געפרעגט פארוואס ער איז אזא שארפער קעגנער נישט נאר פון די ציוניסטען נאר אויך פון די רעליגיעזע פארטייען, וואס זענען ווייט פון דער ציוניסטישער שיטה. איך האב געפרעגט פארוואס ער איז א קעגנער פון דער אגודת ישראל און פועלי אגודת ישראל, ווען אזויפיל גדולי ישראל שטיצען די דאזיגע פרומע פארטייען.

אויף דעם טיש איז געשטאנען א טאץ מיט וויינטרויבען און אנדערע פרוכטען און ר’ ליפע פרדימאן האט געזאגט, אז איך זאל מאכען א ברכה. דער סאטמארער רבי האט געגעבען א מאך מיט דער האנט ווי איינער זאגט, אדרבא, מאכט א ברכה אויף די פירות. איך האב אבער געווארט אויף דעם רבינ’ס ענטפער. ער האט זיך אנגעשפארט אויף דער לינקער זייט פון בענקעל. ער האט ברייט געעפענט זיינע בלויע אויגען און געזאגט, אז די צרה מיט דער אגודת ישראל און פועלי אגודת ישראל איז דאס וואס זיי ווערען אנגעפירט פון באאמטע, און די באאמטע זענען אנגעשטעלטע ביי בן-גוריונ’ען און ביי דעם ציוניסטשיען אפאראט, וואס דאס מיינט, אז די אמת’ע דעה אויף דעם וואס עם טוט זיך אין די רעליגיעזע פארטייען האבן די ציוניסטען און נישט די גדולי ישראל. ער האט דאן געגעבען א צאל ביישפילען צו באווייזען ווי גערעכט ער איז.

דער סאטמארער רבי האט געזאגט, אז יעדען מאל ווען עס געשעט עפעס וואס דערשיטערט דעם חרד’ישען אידענטום, זענען פרומע עסקנים די ערשטע, וואס זוכען איינצושטילען, בארואיקען און איינשלעפערן דעם עולם. זיי מאכען אלע אנשטרענגונגען צו פארטושען און דערשטיקען דעם פראטעסט און די פאדערונגען פון גדולי התורה. מען דארף נישט זיין קיין גרויסער פאליטיקער צו זען, אז זיי זענען פארקויפט און מען קען זיך אויף זיי נישט פארלאזען, האט דער סאטמארער רבי געזאגט.

דער גלות נאך דעם חורבן

איינער פון די סאטמארער חסידים ביי דער לוויה, וואס איז געשטאנען נעבען מיר האט באמערקט, אז די פטירה פון סאטמארער רבי’ן האט ביי אים ארויסגערופען א געפיל ווי נאך אוישוויץ. “אונזער וועלט איז חרוב געווארען. דער סאטמארער רבי איז נישט נאר געווען א צדיק און א גדול הדור נאר ער איז געווען אונזער פאטער און מוטער, ער איז געווען אונזער טרייסט נאך דעם ווי מיר האבען אלץ פארלוירן אין די קרעמאטאריומס”.

איך האב אנגעקוקט דעם אידען און פאר מיר איז ווידער דורכגעפלויגען יענע באגעגעניש מיט’ן סאטמארער רבי’ן אויף בעדפארד עוועניו אין וויליאמסבורג,
דער רבי האט גערעדט וועגען דעם חורבן פון מזרח אייראפעאישען אידענטום און באמערקט, אז זיינע חסידים זענען אין מערסטנטייל אומגעקומען אין אוישוויץ. ער האט געזאגט, אז ווי ביטער עס איז נישט געווען דער חורבן איז נאך ביטערער און שווערער דער גלות נאך דעם חורבן. ווען מענטשען זענען געבליבן איינזאם, ווען די גאנצע אידישע וועלט איז פארשניטען געווארן. דער גלות נאך דעם חורבן איז פיל שווערער ווי דער חורבן אליין, האט דער סאטמארער רב געזאגט.

ר’ ליפע פרידמאן האט צוגעגעבען, אז די מערסטע אידען אין דער סאטמארער קהילה זענען געראטעוועטע פון אוישוויץ און אנדערע טויט לאגערן און א דאנק דעם סאטמארער רבי’ן האבען זיי אנגעפאנגען פירען א נארמאלן לעבען, אויפגעשטעלט פאמיליעס און זיך איינגעארדענט. דער סאטמארער רבי האט עטליכע מאל באמערקט, אז דער חורבן בית המקדש איז געווען א שרעקלעכער קלאפ פאר דעם אידישען פאלק אבער נאך שרעקליכער איז געווען דער גלות וואס איז געקומען נאך דעם חורבן.

דער סאטמארער רבי האט זיך פאררופען אויף א גמרא וואס זאגט, אז דער באשעפער האט געטאן א גוטע זאך מיט אידען, וואס ער האט זיי צושפרייט צווישען פעלקער. דא האט זיך דער רבי צוריקגעקערט צו דער ערשטער טעמע וואס ער האט בארירט אין אנפאנג פון אונזער געשפרעך. ער האט געזאגט, אז כדי צו דערגרייכען די מדריגה פון פולשטענדיגער אויסלייזונג, כדי צו קענען צוקומען צו דער געהויבענקייט און געלייטערטקייט פון ביאת המשיח. מוז מען דורכגיין דעם לאנגען דערנער וועג פון גלות. אדם הראשון איז פארטריבען געווארען פון גן עדן צו אקערן און זייען און הארעווען. לכאורה איז שווער, אדם הראשון איז דאך געווען א מושלם , אים האט דאך באשאפען השי”ת אליין. טא ווי קומט עס אז ער איז פארטריבען געווארען פון גן עדן? נאר כדי צו דערגרייכען צו נאך א העכערער מדרגה פאדערט זיך גלות און דער עגמת נפש פון גלות און ערשט דאן קומט מען אל המנוחה ואל הנחלה, האט דער סאטמארער רבי אויסגעפירט.

ער האט גערעדט וועגען נאך ענינים און געשפרודעלט מיט ווערטלעך און קלוגע באמערקונגען. ר’ ליפע פרידמאן וועלכער איז געווען א איד א חכם, האט ממש געקוועלט און האט מיר שפעטער געזאגט, אז דער סאטמארער רבי איז געווען שטארק אויפגעלייגט און האט הנאה געהאט צו רעדען מיט מיר. ר’ ליפע האט באמערקט, אז איך האב געוואוסט ווי צו רעדען מיט דעם סאטמארער רבי און אים נישט געשטעלט קיין קלאץ קשיות. איך האב אים געדאנקט פאר די קאמפלימענטן.

נישט אנגענעמע דערפארונגען

עס זענען אוועק יארען. ר’ ליפא פרידמאן איז נפטר געווארען. איך האב געהאט א סך נישט אנגענעמע דערפארונגען מיט סאטמארער אידען. איך האב אפט באדויערט וואס ר’ ליפע איז נישטא און דער סאטמארער רבי איז שוואך און מען קען צו אים נישט צוקומען, א סך עגמת נפש און פארביטערונג וואלט געקענט אויסגעמיטן ווערן, האב איך געטראכט, אויב מען וואלט געקענט רעדן מיט’ן רבי’ן דירעקט: כ’וואלט לייכט געקענט אים איבערצייגען, אז כ’בין נישט קיין שונא פון סאטמאר.

איצט אבער בין איך געשטאנען צווישען טויזענטער צעווייטעגטע אידען אין דעם בית המדרש אין קרית יואל און זיך צוגעהערט צו די הספדים און צו די בכיות.

אין די אויערן האבען געקלונגען די ווערטער פון דעם נפטר, אז דער וועג צו דער גאולה איז אויסגעפלאסטערט מיט יסורים און עגמת נפש און אז דער גלות נאכ’ן חורבן איז פיל שווערער ווי דער עצם חורבן.

אפנים אז שוין מיט אזויפיל יארען צוריק האט דער סאטמארער רבי פאראויסגעזען דעם מצב פון היינט...
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום פרייטאג פעברואר 17, 2012 12:08 am, פארראכטן געווארן 2 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
יגעתי ומצאתי
שר האלף
תגובות: 1672
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג יאנואר 31, 2011 5:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יגעתי ומצאתי »

גאר אינטערעסאנט, ברענג נאך.

עס וואלט אויך זייער אינטערעסאנט געווען צו זעהן די דערקלערונג אז סאטמאר שאקלט זיך אפ (לויט זיינע ווערטער דארף דאס זיין לערך תשכ"ג).
אוועטאר
חייקל
שר חמש מאות
תגובות: 627
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג סעפטעמבער 15, 2008 5:41 pm
לאקאציע: ביים טישל ווי ס'ליגט די געשמאקע תיקון יי"ש מיט לקח לחיים!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חייקל »

העכסט אינטערסאנט צו ליינען, דעם פאלטישאנער רב'ס ווארט איז גיוואלדיג, ביטע ברענגט נאך!
נישט יעדן טאג רעגנט... אט קומט ארויס די זוהן פון אונטער די וואלקענעס - לא יהי' לעולם אפילה - יזרח לנו במהרה!
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

ולצערי ליינט אנדרויד געפונטעלטע ווערטער פארקערט,
אויב ווילסטו אז איך מיט נאך אידן זאלן עס קענען ליינען דעמאלטס פראביר ארויפצולייגן אהנע פונטעלעך.

יישר כח
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

לכתחלה; יעדעס מאל וואס איך עפען דיינער אן אשכול ווער איך נאכאמאל באגייסטערט פון דיין וויסנשאפט, און די וועג וויאזוי דו ברעגסט עס ארויס אויפן סקרין, א יישר כח נאכאמאל און אסאך הצלחה אויף ווייטער.

איך גיי פאר זייערע ארטיקלען, זייער שפראך און ווערטער אוצר איז ריזיק, נאר מ'קען נישט נישטערען צופיל ביי זיי, עס איז פול מיט קריכעדיגע.

יעצט עטליכע הערות:

דער מעשה וואס ער ברענגט דא פון די שרייבער פונעם אלגעמיינעם, איז אינטערעסאנט צו וויסן די נאמען פון די שרייבער.

די מעשה פון ר' ליפא פריעדמאן איבער די האקן קרייץ האט א צווייטע העלפט, ר' פארשלאפן האט דאס שוין צוגעברענגט אין הדרת נשים אשכול, אז דער רבי האט בשום אופן נישט מסכים געווען צו ארויס ווארפן די בחורים פון ישיבה, פאר מער זעהט דא.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

בחורהזעצער האט געשריבן:דער מעשה וואס ער ברענגט דא פון די שרייבער פונעם אלגעמיינעם, איז אינטערעסאנט צו וויסן די נאמען פון די שרייבער.

מיינסט פון די לויה? שטייט דאך אויבן גרשון יעקבסאן, דער גרינדער פונעם אלגעמיינעם.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 961
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

אה, כ'האב דאס נישט באמערקט.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יאפין האט געשריבן:ולצערי ליינט אנדרויד געפונטעלטע ווערטער פארקערט,
אויב ווילסטו אז איך מיט נאך אידן זאלן עס קענען ליינען דעמאלטס פראביר ארויפצולייגן אהנע פונטעלעך.
יישר כח

ולצערי הרב יאפין, קען איך מיט דעם נישט העלפען, וויייל איך נעם דאס גראד פון זיי, איך קען נישט אזוי שנעל טייפן, און זייערע ליינער, קוקט אויס קענען - אויף מיינע שונאים געזאגט - נאר אזוי ליינען!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלף
תגובות: 28338
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קרעמער »

לכתחילה אריבער האט געשריבן:
יאפין האט געשריבן:ולצערי ליינט אנדרויד געפונטעלטע ווערטער פארקערט,
אויב ווילסטו אז איך מיט נאך אידן זאלן עס קענען ליינען דעמאלטס פראביר ארויפצולייגן אהנע פונטעלעך.
יישר כח

ולצערי הרב יאפין, קען איך מיט דעם נישט העלפען, וויייל איך נעם דאס גראד פון זיי, איך קען נישט אזוי שנעל טייפן, און זייערע ליינער, קוקט אויס קענען - אויף מיינע שונאים געזאגט - נאר אזוי ליינען!

דער אייבערשטער האט אבער מקדים געווען רפואה למכה, און ידידנו למעלה משבעים האט שוין עטליכע מאל געטוהן אזוי מיט ארטיקלן, אז מיט א פיינד און ריפלעיס [וויילדקארדס מסתמא] נעמט ער אראפ אלע פינטלעך אויף איינמאל, פארשטענדיג דיך מיט אים דערוועגן.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

וויל טריי
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

נאכניושט געליינט, אבער ווי שטענדיג, ייש"כ לכתחילה פארן אונז ברענגען אינטערעסאנטע און געשמאקע מאטריאל.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

הערצל, קצב און פּערעס

מיין מיינונג : יוסף יצחק יעקבסאָן

בירגער נומער איינס פון דער אידישער מדינה; דער פרעמיער מיניסטער בכבודו ובעצמו; צוויי יוסטיץ מיניסטארן; די פירער פון דעם שטייערן ביורא פון דער מדינה; א רב הראשי; אן ארמיי שעף - אלע געפינען זיך אונטער קרימינאלע אויספארשונגען אדער געפינען זיך שוין אין געריכט. די ליצני הדור וויצלען זיך אז כדי צו זיין א פאסיקער קאנדידאט היינט צו טאג אויף א פירנדן אמט אין מדינת ישראל מוז מען פריער האבן א “הכשר” פון אן ערלעכן רב אז מען איז קארופטירט און אז מען האט עמעצן באגנבעט אדער באגזלט.

פרעגט מיר א ישראלדיקער איד, היתכן אז קיינער פראטעסטירט נישט אין די גאסן. אין א נארמאלע מדינה, זאגט ער, וואלטן די בירגער געמאכט א “ויצעקו”; מ’וואלט געפאדערט א טראנספארמאציע אין דער רעגירונג, אבער דא אין ישראל גייט דער עולם ווייטער כאילו גארנישט איז געשען. פארוואס?
איך גלויב אז די סיבה אויף דעם איז, וואס טיף אין הארצן באגרייפן מערסטע ישראלים אז דא האנדלט זיך נישט וועגן די רעגירונג, די קארופציע, און אפילו נישט וועגן אן אומגעלומפערטע מלחמה. דא האנדלט זיך וועגן א מהותדיקן קריזיס אין דעם עצם וויזיע און צוקונפט פון ציוניזם.

די גרינדער פון דער ציוניסטישער פילאזאפיע און דער אידישער מדינה האבן געגלויבט בלב ונפש אז דער ציוניזם וועט דערגרייכן צוויי הויפט צילן:

1) א זעלבסשטענדיקע מדינה וועט גאראנטירן די זיכערהייט פון דעם אידישן פאלק. נאך 2000 יאר פון רדיפות, גירושים, שחיטות, מאסן רציחות, וועט ענדלעך זיין איין ארט אין דער וועלט וואו אידן וועלן זיין זיכער; וואו זייער גורל וועט ליגן ביי זיך אין די הענט און זיי וועלן נישט דארפן אנקומען צו גוטהארציקע גויים זיי צו באשיצן.

2) דער צווייטער ציל פון ציונות איז געווען צו נארמאליזירן דעם אידישן פאלק. בנימין הערצל און זיין חבורה האבן געטענהט אז כל זמן אידן וואוינען אין די גלות-לענדער צווישן אנדערע פעלקער, וועט די וועלט זיך נישט באציען צו זיי אויף א נארמאלן אופן. בלויז ווען אידן וועלן גרינדן א נאציאנאלע היים און ענדלעך ווערן א פאלק ווי אלע פעלקער, מיט אן אייגענעם לאנד און אן אייגענעם רעגירונג, וועט די וועלט אנערקענען דאס אידישע פאלק אלס א נארמאלע פאלק, ככל הגויים. פונקט ווי די איטאליענער האבן איטאליע, און די ענגלאנדער האבן ענגלאנד, וועלן די אידן האבן זייער לאנד, ישראל.

היינטיקס יאר ווערט הונדערט און צען יאר זינט דער ערשטער ציוניסטישער קאנגרעס, וועלכע איז פארגעקומען אין באזעל אין 1897. בעת יענעם היסטארישן קאנגרעס האבן טיאדאר הערצל, מאקס נארדוי און זייערע קאלעגעס געהאלטן פייערדיקע רעדעס וועגן דער נויטיקייט און וויזיע פון ציוניזם. נאך 110 יאר, פול מיט עקסטרעמע עליות און ירידות אין דעם לעבן פון כלל ישראל, קען מען היינט מאכן א ניכטערן חשבון הנפש וואס איז געווארן פון די צוויי הויפט צילן וואס די גרינדער פון ציוניזם האבן געשטרעבט צו דערגרייכן.

1. די זיכערהייט פון דעם אידישן פאלק:

אויב דער גרויסער נצחון אין 1967 און אנדערע גלענצענדע מיליטערישע טריאומפן פון ישראל האבן דעמאנסטרירט צו אידן און צו דער וועלט, אז די מדינה איז מסוגל צו באשיצן אידן פון זייערע שונאים, איז געקומען די לעצטע מלחמה אין לבנון און פאראורזאכט א טיפן קריזיס אין דער זעלבסט זיכערהייט געפיל. במשך פון העכער א חודש צייט האט אן ארמיי פון עטלעכע טויזנט כיזבאלא טעראריסטן באשאטן צענדליקע אידישע שטעט און ישובים מיט ראקעטן און דער גרויסער, מעכטיקער צה”ל ארמיי איז נישט געווען מסוגל צו מאכן א סוף צו דעם טאג טעגלעכן טעראר. טראץ די מאסיווע לופט אטאקעס און די ריזיקע ערד-כוחות פון דעם ישראל מיליטער, האט כיזבאלא בראש מיט דעם צורר היהודים כאסאן נאסראללה פארטריבן א מיליאן אידן פון זייער אייגענעם לאנד און די מדינה איז געווען פאראליזירט.

און ווי האט זיך די מלחמה געענדיקט? נישט דורך דעם נצחון פון ישראל, נאר, ווידער, דורך דעם גרויסן גוי וועלכער האט זיך אריינגעמישט. די יו-ען האט געדריקט אויף ביידע צדדים און געבראכט צו א פייער אפשטעל.

עס איז נישט די רעזיגנאציע פון דן חלוץ אדער די פערציק קאמיטעטן אין ישראל וואס פארשן אויס די דורכפאלן פון דער מלחמה וועלכע פארדאגהן אידן. די פראגע איז א סך א טיפערע: “הזאת נעמי”?! אויב צה”ל האט זיך נישט געקענט איינקערן מיט עטלעכע טויזנט באנדיטן און זייערע טויטלעכע ראקעטן, וואס איז די צוקונפט? און וואס וועט ווערן בשעת איראן וועט חלילה אנטוויקלען די באמבע?

עס איז איראניש און טראגיש, אבער אין די לעצטע יארן זאגן א סך אידן, אז דאס זיכערסטע פלאץ פאר אידן איז דווקא אויסער די גרענעצן פון מדינת ישראל... דווקא אין די “מדינות הגויים”, אין אמעריקע וכדומה, פילן אידן זיך א סך מער זיכער.

2. און איצט צו דער צווייטער ציל פון ציונות. צו דערקלערן אז מיט דער גרינדונג פון א נאציאנאלע היים פאר אידן האט די וועלט אנגעהויבן באציען זיך צו אידן אויף א נארמאלן, אנשטענדיקן אופן, איז א טרויעריקער שפאס.

אט למשל נעמט אזעלכע לענדער ווי יוגאסלאוויע, ראוואנדע, און סודאן. אין די ערטער זיינען פארגעקומען אין די לעצטע יארן מאסן שחיטות פון הונדערטער טויזנטער אומשולדיקע מענטשן. אבער ווי אפט לייענט איר וועגן די אכזריותדיקע און בארבארישע מארדן אין די דאזיקע מקומות? אין קעגנזאץ צו דעם, בשעת ישראל הרגעט בטעות עטלעכע פאלעסטינער ציווילע מענטשן, לייענען מיר וועגן דעם אין אלע צייטונגען, די יו-ען פארדאמט, און אלע מענטשן רעכט אקטיוויסטן און אקאדעמיקער שרייען געוואלד קעגן ישראלס נאצישע גרוילטאטן.

400 טויזנט אומשולדיקע מענער, פרויען און קינדער זיינען זינט 2003 דערמארדעט געווארן אין דארפור. ווי אפט לייענט איר וועגן דעם? אבער בשעת א צה”ל בולדאזער הרגעט בטעות רחל קערי - נאך דעם וואס מ’ווארנט איר נישט צו שטיין נעבן דעם הויז פון א טעראריסט און זי פאלגט נישט - גייט די וועלט כאדאראם. דערנאך פראדוצירט מען אין בראדוועי א פארשטעלונג וועגן די דאזיקע העלדין.

צפון קארעא לאכט אפ פון די וועלט; איראן רופט צו גענאציד; איראק איז פארוואנדלט געווארן אין א לאנד וואו בלוט איז מער פארשפרייט ווי וואסער; סאודי אראביע צילט פארשפרייטן איסלאמישער עקסטרעמיזם איבער דעם ערדקוגל און האט פראדוצירט די רוצחים פון סעפטעמבער דעם 11טן. אבער קיינער האט נישט די העזה צו שטעלן א צייכן פראגע אויף די לעגיטימאציע פון די דאזיקע מדינות. בלויז איין לאנד דארף זיך נאכאנאנד פארענטפערן און אויפקלערן פארוואס זי מעג עקזיסטירן...

110 יאר נאך הערצל האט מדינת ישראל נישט געבראכט צו א נארמאליזאציע פון דאס אידיש פאלק.

דעריבער פראטעסטירט נישט דער ישראלדיקער ציבור אין די גאסן. רוב אידן פארשטיין אז דער אויבנדערמאנטער קריזיס קען נישט באהאנדלט ווערן דורך א נייעם פרעמיער, שוץ מיניסטער אדער פרעזידענט. דא האנדלט זיך וועגן א קריזיס אין דעם עצם מהות פון ציוניזם און מדינת ישראל.

שמעון פערעס האט די וואך, בעת דער באוואוסטער הרצליה קאנפערענץ, דערקלערט ווי אפטימיסטיש ער איז כלפי די צוקונפט פון ישראל. ער האט גערעדט וועגן זיין שלום פלאן און צוגעזאגט אז דער שלום איז אויפן וועג. פערעס האט גערעדט ווי א פייערדיקער מאמין. אבער אין וועמען? אין אבאסן? אין אראפאטן? פערעס וואלט געדארפט אננעמען די מוט צו קלאפן “אשמנו” און פרעגן ביי זיך צי מ’דארף אפשר נאכאמאל באטראכטן די גאנצע וויזיע הינטער דער אידישער מדינה.
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום דאנערשטאג פעברואר 16, 2012 11:43 pm, פארראכטן געווארן 1 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

(כמעט די זעלבע ארטיקל געשריבן אין אן אנדערער געלעגענהייט, צוויי יאר שפעטער, מיט עטליכע קליינע שינויים)

אין וועלכע ריכטונג גייט ישראל?
יוסף יצחק יעקבסאָן

אין בין געזעצן פרייטיק צו נאכטס אויפן גאניק פון א אידן, א תושב פון ישראל, ר׳ מאיר הייסט ער, און ער האט זיך אראפגערעדט פון הארצן וועגן א מהותדיקן קריזיס אין דער עצם וויזיע און צוקונפט פון ציוניזם.

די גרינדער פון דער ציוניסטישער פילאזאפיע און דער אידישער מדינה האבן געגלויבט בלב ונפש אז דער ציוניזם וועט דערגרייכן צוויי הויפט צילן: 1) א זעלבסשטענדיקע מדינה וועט גאראנטירן די זיכערהייט פון דעם אידישן פאלק. נאך 2000 יאר פון רדיפות, גירושים, שחיטות, מאסן רציחות, וועט ענדלעך זיין איין ארט אין דער וועלט וואו אידן וועלן זיין זיכער; וואו זייער גורל וועט ליגן ביי זיך אין די הענט און זיי וועלן נישט דארפן אנקומען צו גוטהארציקע גויים זיי צו באשיצן.

דער צווייטער ציל פון ציונות איז געווען צו נארמאליזירן דעם אידישן פאלק. בנימין זאב הערצל און זיין חבורה האבן געטענהט אז כל זמן אידן וואוינען אין די גלות-לענדער צווישן אנדערע פעלקער, וועט די וועלט זיך נישט באציען צו זיי אויף א נארמאלן אופן. בלויז ווען אידן וועלן גרינדן א נאציאנאלע היים און ענדלעך ווערן א פאלק ווי אלע פעלקער, מיט אן אייגן לאנד און אן אייגענעם רעגירונג, וועט די וועלט אנערקענען דאס אידיש פאלק אלס א נארמאלע פאלק, ככל הגויים. פונקט ווי די איטאליענער האבן איטאליע, און די ענגלאנדער האבן ענגלאנד, וועלן די אידן האבן זייער לאנד, ישראל.

הונדערט און צוועלף יאר זיינען אדורך זינט דער ערשטער ציוניסטישער קאנגרעס, וועלכע איז פארגעקומען אין באזעל אין 1897. בעת יענעם היסטארישן קאנגרעס האבן טיאדאר הערצל, מאקס נארדוי און זייערע קאלעגעס געהאלטן פייערדיקע רעדעס וועגן דער נויטיקייט און וויזיע פון ציוניזם. נאך העכער 110 יאר, פול מיט עקסטרעמע עליות און ירידות אין דעם לעבן פון כלל ישראל, קען מען היינט מאכן א ניכטערן חשבון הנפש וואס איז געווארן פון די צוויי הויפט צילן וואס די גרינדער פון ציוניזם האבן געשטרעבט צו דערגרייכן.

1. די זיכערהייט פון דעם אידישן פאלק:

אויב דער גרויסער נצחון אין 1967 און אנדערע גלענצענדע מיליטערישע טריאומפן פון ישראל האבן דעמאנסטרירט צו אידן און צו דער וועלט, אז די מדינה איז מסוגל צו באשיצן אידן פון זייערע שונאים, איז געקומען די לעצטע מלחמה אין לבנון אין זומער פון 2006 און פאראורזאכט א טיפן קריזיס אין דעם זעלבסט זיכערהייט געפיל. במשך פון העכער א חודש צייט האט אן ארמיי פון עטלעכע טויזנט כיזבאלא טעראריסטן באשאטן צענדליקע אידישע שטעט און ישובים מיט ראקעטן און דער גרויסער, מעכטיקער צה״ל ארמיי איז נישט געווען מסוגל צו מאכן א סוף צו דעם טאג טעגלעכן טעראר. טראץ די מאסיווע לופט אטאקעס און די ריזיקע ערד-כוחות פון דער ישראל מיליטער, האט כיזבאלא בראש מיט דעם צורר היהודים כאסאן נאסראללה פארטריבן א מיליאן אידן פון זייער אייגן לאנד און די מדינה איז געווען פאראליזירט.

און ווי האט זיך די מלחמה געענדיקט? נישט דורך דעם נצחון פון ישראל, נאר, ווידער, דורך דעם גרויסן גוי וועלכער האט זיך אריינגעמישט. די יו-ען האט געדריקט אויף ביידע צדדים און געבראכט צו א פייער אפשטעל.

ארץ ישראל איז פון די איינציקע ערטער אויף דער וועלט וואו אידן טארן נישט וואוינען אין באשטימטע ערטער. נישט אין עזה, נישט אין טיילן פון מזרח ירושלים, נישט אין געוויסע טיילן פון יהודה און שומרון.

און איצט צו דעם צווייטן ציל פון ציונות.

צו דערקלערן אז מיט דער גרינדונג פון א נאציאנאלע היים פאר אידן האט די וועלט אנגעהויבן באציען זיך צו אידן אויף א נארמאלן, אנשטענדיקן אופן, איז א טרויעריקער שפאס.

אט למשל נעמט אזעלכע לענדער ווי יוגאסלאוויע, ראוואנדע, און סודאן. אין די ערטער זיינען פארגעקומען אין די לעצטע יארן מאסן שחיטות פון הונדערטער טויזנטער אומשולדיקע מענטשן. אבער ווי אפט לייענט איר וועגן די אכזריותדיקע און בארבארישע מארדן אין די דאזיקע מקומות? אין קעגנזאץ צו דעם, בשעת ישראל הרגעט בטעות עטלעכע פאלעסטינער ציווילע מענטשן, לייענען מיר וועגן דעם אין אלע צייטונגען, די יו-ען פארדאמט, און אלע מענטשן רעכט אקטיוויסטן און אקאדעמיקער שרייען געוואלד קעגן ישראלס ״נאצישע״ גרוילטאטן.

400 טויזנט אומשולדיקע מענער, פרויען און קינדער זיינען זינט 2003 דערמארדעט געווארן אין דארפור. ווי אפט לייענט איר וועגן דעם? אבער בשעת א צה״ל בולדאזער הרגעט בטעות רחל קערי - נאך דעם וואס מ׳ווארנט איר נישט צו שטיין נעבן דער הויז פון א טעראריסט און זי פאלגט נישט – גייט די וועלט כאדאראם. דערנאך פראדוצירט מען אין בראדוועי א פארשטעלונג וועגן די דאזיקע ״העלדין״.
צפון קארעא לאכט אפ פון דער וועלט; איראן רופט צו גענאציד; פאקיסטאן און אווגאניסטאן זיינען א חורבן; סאודי אראביע צילט פארשפרייטן איסלאמישער עקסטרעמיזם איבער דעם ערדקוגל און האט פראדוצירט די רוצחים פון סעפטעמבער דעם 11טן. אבער קיינער האט נישט די העזה צו שטעלן א צייכן פראגע אויף די לעגיטימאציע פון די דאזיקע מדינות. בלויז איין לאנד דארף זיך נאכאנאנד פארענטפערן און אויפקלערן פארוואס זי מעג עקזיסטירן...

110 יאר נאך הערצל האט מדינת ישראל נישט געבראכט צו א נארמאליזאציע פון דאס אידיש פאלק.
האט ר׳ מאיר געוואלט וויסן וואס איז היינט די וויזיע פון ציוניזם?
לעצט פארראכטן דורך לכתחילה אריבער אום פרייטאג פעברואר 17, 2012 12:01 am, פארראכטן געווארן 3 מאל.
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
קראק-פאט
שר חמש מאות
תגובות: 936
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קראק-פאט »

איך באלעק מיך מיט יעדעס ווארט. שכח און קיפ איט אפ.
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יאפין האט געשריבן:ולצערי ליינט אנדרויד געפונטעלטע ווערטער פארקערט,
אויב ווילסטו אז איך מיט נאך אידן זאלן עס קענען ליינען דעמאלטס פראביר ארויפצולייגן אהנע פונטעלעך.
יישר כח

ס'איז ארלעדיגט, ישר כח פאר למעלה משבעים, פארן אנווייזען ווי אזוי מען טוט דאס אנרעכטען!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

א גרויסן יישר על פארן ארטיקעל, שקויעך. פארן מאכן אנע פימטילעך
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
לכתחילה אריבער
שר עשרים אלף
תגובות: 20191
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 09, 2010 7:20 pm
לאקאציע: למטה מעשרה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לכתחילה אריבער »

יאפין האט געשריבן:א גרויסן יישר על פארן ארטיקעל, שקויעך. פארן מאכן אנע פימטילעך


גראדע די "פימטילעך" ,האבעך יא געלאזט!! כ'מאך נאר א וויץ, יו אר ווערי וועלקאם!
"די וועלט זאגט אז מען קען ניט ארונטער דארף מען אריבער, און איך האלט אז מ'דארף לכתחילה אריבער" - אדמו"ר מהר"ש
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

א יש"כ לכתחילה פאר די ארטיקלען

איך פלעג א שטיק צייט קויפן דעים "אלגעמיינער", זיי האבן יארן לאנג געהאט "הרב דוד דוב האלענדער" אלץ א וועכענטליכער קאלומניסט, איך מיין אז זיין וועכענטליכער ארטיקל איז געווען דער הויכפונקט פונעם צייטונג, ער איז געווען אביסל קנאי'ש געשטימט און פלעגט אסאך נאך ברענגען פון "סאטמארע'ן רבי'ן"-- קיינמאל האביך נישט געוויסט וואס פארא פערזענליכקייט און ערליכער רב ער איז געווען. ווען ער איז אוועק האט אים דער איד באשריבן א לאנגס און א ברייטס, דארט האביך געליינט אז ער איז געווען נאנט צום רבי'ן און ער פלעגט אויספירן געויסע שליחות'ן ווען ס'האט אויסגעפעלט.

אויב האט איר, לכתחילה, אויך ארטיקלן פון אים וואלט גוט געווען עס ארויפצולייגן.
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
שטייסטענישט
שר האלפיים
תגובות: 2351
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג נאוועמבער 07, 2011 10:35 pm
לאקאציע: וואו אימער כ'בין נישט וועלקאם

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטייסטענישט »

כ'אב געמאכט א גוגל סוירטש האביך געטראפן ווי דער אלגעמיינער באריכט ר' דוד דוב האלנדער'ס פטירה

http://www.algemeiner.net/generic.asp?id=5143

און דא אין אלגעמיינער לכ' די שלושים

http://www.algemeiner.net/generic.asp?id=5264
ביסטע דעפרעסט? איר זענט נישט אליינס, קליק דא און הער צו.
אוועטאר
יאפין
שר האלף
תגובות: 1546
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג פעברואר 24, 2009 8:12 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך יאפין »

:evil: קען איך שוין ווייטער נישט ליינען

פימטעלעך איז נישט מיינס ס'איז דעם טעלעפונס.....
ת׳הא ש׳נת פ׳רנסה ג׳דולה
אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10560
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך דעצעמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאנ-יימער »

יישר כח לכתחילה, זייער אינטערעסאנט, און ייש"כ פון פאראויס פאר די קומענדיגע, מ'ווארט דערויף
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”