בלאט 4 פון 68

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 01, 2011 4:45 am
דורך msp
איר הערט א מעשה
נעכטען ליג איך אין בעט און ליין די המדיח
די ענגלישע
און איך זעה אין אנ ארטיקעל וועגען הגאון ר' אהרן קאטלער זצ"ל
עטליכע בילדער
און איין בילד איז מיט כ"ק אדמו"ר מהר"ש מבאבוב זצ"ל און כ"ק אדמו"ר הברך משה מסאטמאר זצ"ל
ביי א חתונה
דער חתן איז לפי די צייטונג
the loike rebbe
איר האט שוין געהערט פון אזא רבי?
מיר זעהט ער אויס צו זיין הרה"צ ר' מיכל טווערסקי שליט"א
ונתחלף להטראנסלעיטאר מילוקי למ'לוקי....

דרך אגב איז דא א בריעף אין יענע צייטונג אז די ארטיקעל וועגען די נייע תורה שטאט אין די באזעצטע געביטען איז נישט בסדר
א גוט מארגען
איז דער פראבלעם די צייטונג
צו איז דער פראבלעם די אגודה וואס איז אזוי ווי מזרחי...

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 02, 2011 1:38 am
דורך שוטה
msp האט געשריבן:נעכטען ליג איך אין בעט און ליין די המדיח

-----------

צו איז דער פראבלעם די אגודה וואס איז אזוי ווי מזרחי...

איז פארוואס ליינט איהר איהם?

ד"א, ס'איז מיר משמע געווען מכמה מקומות אז איהר זענט א באבוב'ער חסיד, איז פון וואו נעמט איהר אזא שארפקייט [נישט נאר דא]?

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 02, 2011 4:10 am
דורך msp
איך קויף עס וועגען שלום בית
און אפשר אויך וועגען דע מה שתשיב...
אין הכי נמי עס וואלט בעסער געווען בכלל נישט האבען אין שטוב
וועגען באבוב איז דען א סתירה צו האבען די ריכטיגע השקפה אויף ציונות ואביזרייהו?

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 02, 2011 10:01 am
דורך שטארק זיך
msp האט געשריבן:איך קויף עס וועגען שלום בית
און אפשר אויך וועגען דע מה שתשיב...
אין הכי נמי עס וואלט בעסער געווען בכלל נישט האבען אין שטוב
וועגען באבוב איז דען א סתירה צו האבען די ריכטיגע השקפה אויף ציונות ואביזרייהו?

ר׳ מנחם שלום,
א סתירה, נישט אזוי ווייט, אבער קיין סיבה אויך נישט...

דערציילט אונז טאקע, ווי קומט דאס שארפקייט, איר זייט דאך א יעקישער אפשטאמיגער... אין אייער פלאץ איז דאך די אגודה געבוירן געווארן?

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 02, 2011 1:06 pm
דורך קרעמער
אז א איד זעהט איין דעם אמת פרעגט מען אים נישט פארוואס

פארוואס קען מען פרעגן פון די וואס זענען נאך אומזעהוודיג

געשריבן: פרייטאג דעצעמבער 02, 2011 2:49 pm
דורך שוטה
msp האט געשריבן:און אפשר אויך וועגען דע מה שתשיב...

אויף דעם איז עס גראדע גאנץ א גוטע עצה, ווייל די אידיש-געשריבענע צייטונגען איז וואס מער איך ליין זיי ווילט זיך מיר זיין מער אפיקורוס...

געשריבן: זונטאג דעצעמבער 04, 2011 12:24 pm
דורך שטייסטענישט
שוטה האט געשריבן:
msp האט געשריבן:און אפשר אויך וועגען דע מה שתשיב...

אויף דעם איז עס גראדע גאנץ א גוטע עצה, ווייל די אידיש-געשריבענע צייטונגען איז וואס מער איך ליין זיי ווילט זיך מיר זיין מער אפיקורוס...

זיי דיך מער מסביר ביטע

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 05, 2011 4:16 am
דורך msp
דאכטזיך אז ער מיינט צו זאגען אז די "ערליכע" צייטונגען ווייזען ווי אמאהל אויך די שמוץ וואס טוט זיך ביי די היימישע קרייזען

געשריבן: מאנטאג דעצעמבער 05, 2011 9:41 pm
דורך שנאפס
דאכט זיך אז ווער עס האלט מיט די היסטאריע פון זיינע תגובות (נישט אין היכי תמצא אשכול...) ווייסט אז ער האט עפעס אנדערש געוואלט ארויסברענגען

געשריבן: דאנערשטאג דעצעמבער 08, 2011 9:10 am
דורך msp
אין די וואכעדיגע המודיע איז דא אנ אויפםקלערונג פון בת אדמו"ר ממילוואקי-הורנוסטייפל שליט"א
אבער זי איז נישט מסביר די לומדות פון דעם טעות
עכ"פ זענען דא אויך נאך צוויי בריוו וועגען דער ארטיקעל איבער דער "תורה" שטאט אין די באזעצטע געביטען
איינס וואס שטיצט דער בריוו פון איינער וואס האט קריטיקירט דער ארטיקעל
און איינער וואס רייסט אים אראפ
זעהט אויס א מחלוקת אחרונים...

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 22, 2012 7:38 am
דורך msp
נעכטען געעפענט דער משפחה מאגאזין
אנ'עד פון ארטסקראל
שוין צו באקומען דער ובלכתך בדרך אויסגאבע פון גמרא מעילה כנים תמורה כריתות

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 22, 2012 7:49 am
דורך farshlufen
כינים איז מענינא דיומא..

געשריבן: מאנטאג אפריל 16, 2012 11:16 am
דורך קרעמער
א טעות אין מעלות ניסן תשע"ב

ביי חיימ'לס חלומות [א הערליכע ארטיקל!] האט דער שרייבער געגרייזט און געשריבן אז ר"ח ניסן האט מקריב געווען דער נשיא פון שבט ראובן, און א טאג דערויף פון שבט שמעון א.א.וו., בעת ווען דער ערשטער מקריב איז געווען נחשון בן עמינדב לשבט יהודה.

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2012 1:23 am
דורך לכל זמן
יא, געמערקט.
אויך די הגה בכלליות איז אביסל 'כאפ לאפ' דעם חודש לענ"ד.

געשריבן: דינסטאג אפריל 17, 2012 5:37 am
דורך msp
אין איינער פון די ענגלישע צייטונגען איז געווען באשריבען א געוויסע רב
rabbi tabraski
איך מיין אז זיי מיינען הרב טברסקי

געשריבן: מאנטאג פעברואר 03, 2014 6:59 pm
דורך היפאקריט
בית לפליטות גייט אראפלייגן עפעס געמישט מיט דראמאטיע
http://issuu.com/weeklylink.com/docs/vo ... 18/6515327

געשריבן: מאנטאג פעברואר 03, 2014 7:02 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
אינעם קרית יואל בולעטין איז פאריגע וואך געשטאנען אז די סאושעל סעקיורעטי באאמטע וועלן אראפקומען קומענדיגן דאנערשטאג "אקטובער" 22.

געשריבן: מיטוואך אפריל 23, 2014 1:19 pm
דורך ק.נ.א. וועטער
דער שמש פון מיין שול האט היינט צופרי ארויסגעווארפן אלע אומפארקויפטע 'דער איד'ס' וואס איז ערשינען בעפאר פסח, האב איך אזוי אביסל געבלעטערט אינעם פסח ביילאגע, ווי צווישן אנדערע איז געווען אן ארטיקל געשריבן דורך 'שמואל פוקס' ווי ער האט שיין צאמגענומען מעשה'לעך פון עמי הארצים ביים סדר.

איינע פון די מעשה'לעך ברענגט ער דארט די באקאנטע מעשה (ווערטל) וואס הרה"ק ר' שלום קאמינקער זי"ע פלעגט דערציילן איבערן שווער און איידעם מיטן המוציא און על אכילת מצה, אבער אנשטאט בשם הרה"ק מקאמינקא זי"ע ברענגט ער עס בשם הרה"ק ר' הירש מרימנוב זי"ע - ווארשיינליך איז דאס א טעות.

געשריבן: זונטאג יוני 22, 2014 8:20 am
דורך farshlufen
ראש חודש שב"ק קרח און זונטאג בלק..

געשריבן: זונטאג יוני 22, 2014 1:09 pm
דורך בוידעם
ליינענדיג דער בלאט האב איך מיר אנגעטראפן אין א אנאליז וואס איך האב דא געליינט בנוגע די דריי פארכאפטע בחורים.
יענער, י.ל. יאקב האט אבער נישט גענומען די קרעדיט פאר זיך, ער שרייבט אז איז אים אנגעקומען......
איך מיין אז די אנאליז קומט פון תהלים יוד. הרב תהלים איר זענט אין גוטן מיט הרב יאקאב?
----
עס בלאנגט נישט דא, אבער וואו יא ווייס איך נישט. שוין, שיק עס.

געשריבן: מאנטאג יוני 23, 2014 8:04 am
דורך msp
זעהט אויס אז דו האסט דעם סיסטעם אין בוידעם.....

געשריבן: מיטוואך יוני 25, 2014 10:57 am
דורך יוראפ
אפשר קומט עס טאקע נישט דא אריין, ווייל ס'גייט נישט אריין אינעם כלל פון 'אונזער'

אבער וואס מיינט דאס א ערדישע קוה?

שוין געהערט פון א מן הארץ אבער א מן האדמה איז שוין א נייע דערהער

געשריבן: דאנערשטאג יוני 26, 2014 7:55 am
דורך msp
עס איז מיט א שורוק.....

געשריבן: זונטאג יוני 29, 2014 8:02 am
דורך קיקיון
msp האט געשריבן:עס איז מיט א שורוק.....



רמ"ש
איך האב דיר ניט פארשטאנען ביז איך האב מעביר סדרה זיין
און געזעהן פָרָה אֲדֻמָּה און חומש

געשריבן: זונטאג יוני 29, 2014 8:22 am
דורך msp
ברוך השם