בלאט 6 פון 12
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 2:17 pm
דורך יקוםפרקן
שטיקל פון די צייטונג וועבסייט!
וואספארא מין געשרייבעכטס איז דאס???
http://www.ditzeitung.com/newsbulletin5a.pdf
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 2:29 pm
דורך פישל
דער אלבערט כאפט לעצטנס קאלטס און ווארעמס דא אז ס'איז א פחד
פארעפענטליכט: דינסטאג אוקטובר 28, 2014 9:46 pm
דורך מי חכם
אינדעקס איז א טעות וואס קומט נישט אריין דארט. (עס קומט שפעטער, ביים שרייבן אז ווייל זי איז געווארן אויפגערעגט איז איר פיבער אינדעקס ארויף). נאך עפעס שטערט דיר?
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 04, 2014 8:15 am
דורך יקוםפרקן
דאס מאל זעט אויס א פיינע ארבייט, בעיקר צולייגט ער גוט די 3 פראפאזעלס
http://www.ditzeitung.com/newsbulletin6.pdf
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 04, 2014 8:27 am
דורך msp
געזעהן אין א מודעא
אז עס וועט זיין א נועם הכבוד
נו איז כבוד דען נישט זיס?
פארעפענטליכט: פרייטאג נובמבר 07, 2014 9:34 am
דורך יקוםפרקן
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 10:41 am
דורך קיקיון
msp האט געשריבן:געזעהן אין א מודעא
אז עס וועט זיין א נועם הכבוד
נו איז כבוד דען נישט זיס?
געזעהן א הודעה פון "מפעל נועם התורה" וואס גיט שיעורים
פאר מג"ש וכ' מתחילים
האפענטליך וועלען זי פראדוצירען נואמים וואס איז א נועם אויסהערען
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 11:04 am
דורך מאנ-יימער
עצה וויאזוי צו פיצן די ציין.
1. נעמט א ציין בערשטל (צו באקומען אין אייער לאקאלע פארמאסי)
2. לייגט ארויף ציין פיץ (זעהט אייער לאקאלע גראסערי פאר א אויסוואל פון אסאך סארטן, מער איבער די אלע סארטן אינעם קומענדיגן נומער אי"ה)
3. רייבט גוט אפ אייער ציין אויף אלע זייטן
4. שווענקט אויס אייער מויל מיט וואסער
5. מאכט זיכער ס'בלייבט נישט קיין ציין פוץ ארום אייער מויל פאר איר גייט אין שוהל.
אויסגעפרואווטע עצה, אבער מיר קענען נישט גאראנטירן אז עס וועט אלעמאל ארבעטן.
יישר כח
די רעדאקציע.
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 11:24 am
דורך farshlufen
מאן יימר...
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 11:44 am
דורך מיסטעריעז
msp האט געשריבן:געזעהן אין א מודעה
אז עס וועט זיין א נועם הכבוד
נו איז כבוד דען נישט זיס?
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 12:32 pm
דורך קיקיון
מיסטעריעז האט געשריבן:msp האט געשריבן:געזעהן אין א מודעה
אז עס וועט זיין א נועם הכבוד
נו איז כבוד דען נישט זיס?
האסט געמאכט א ביטול
מודעא וואס איז דער לשון וואס חז"ל און פוסקים ניצען
אויס נייגעריגקייט האב איך געגוגלט דאס ווארט
מודעה און באקומען בלעטער און בלעטער
און נור איין ערליכער באניצער פון דעם ווארט מיט א ה
----
אז די בוסט טאקע אזא דייקן
טעותים אדער טעיות ?
פארעפענטליכט: דינסטאג נובמבר 18, 2014 12:51 pm
דורך אור
די בינה מאגאזין האט פאריגע וואך מיטגעלייגט די קינדער-אפטיילונג פון א וואך פארדעם!! זעלבע זאך
די וואך האבן זיי געלייגט ביידע נייע, די וואך און פאריגע וואך
בושות
פארעפענטליכט: מיטוואך נובמבר 19, 2014 12:33 am
דורך מיסטעריעז
קיקיון האט געשריבן:טעותים אדער טעיות ?
אין שו''ע שטייט 'טעיות'.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 12:45 am
דורך סביב העולם
דורך יוםטובערליך » דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 12:37 am
בס"ד,
"מאמענט" מאכט זייער דראמאטישע טריט פאראויס, אבער - אבער - זייט נישט קיין אויבער חכמים.
"גויים" מיט צוויי יודעלעך איז אדער גראב אמעראצעס אדער גראב איווריטיזם. קיין איינס איז ניט ווילקאמען ביי אייערע קליענטן, די שויניגע אדער פאטענציעלע.
שויניגע, נייע ווארט, הא? און איר מעגט מאכן נייע ווערטער, אנטי-חרדיזם, ניטאמאל מיט א שטרעכל?
נאכאמאל, א טאפ קוואליטי אויסגאבע, איז איין זאך, אבער שטעלן פאר א ציל צו רעפארמירן די געשריבענע שפראך ביים חרדישן אידענטום, איז שוין גאר אן אנדערע מעשה. די חרדישע ניו יארק איז נישט ביראבידזשאנ.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 7:17 am
דורך ירוחם
דו האלטסט אז כתיב מלא איז איווריט? כ'האב יעצט געמאכט א סערטש אין אייוועלט, "גויים" איז גענוצט געווארן 722 מאל.
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 9:28 am
דורך farshlufen
ירוחם לעבן.
גיים: "כל גוים באורייתא מלא וא"ו וחד יו"ד בר מן דין דכתיב תרין יודי"ן וחסר וא"ו".
פארעפענטליכט: דאנערשטאג נובמבר 27, 2014 9:48 am
דורך ירוחם
נו?
טאנצען אויף 2 חתונות
פארעפענטליכט: דינסטאג דצמבר 02, 2014 10:08 pm
דורך ניק ניק
דאס איז א טעות אדער אפשר האט קאנטענענטל געפענט נאך א זאל?
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 2:48 pm
דורך שלום אויש
אויב קאנטינענטאל האט נאך א זאל ווייס איך נישט אבער דאס אז קאנטינענטאל איז א צייטונג דאס האב איך זיכער נישט געוואוסט
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 7:04 pm
דורך משה עסקן
טעות אין די וואך שאפערס רוט,
ביי די לוח פונעם קומענדיגע וואך פאר חתונות האבן זיי אריינגעלייגט די חתונות פון פארגאנגענעם יאר פרשת וישב
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 7:07 pm
דורך משה עסקן
וועלנדיג עטעטשן א בילד בין איך ארויף אנליין צו זייער אויסגאבע,
זעה איך אז דארטבן זיי עס שוין געפיקסט, ס'איז נאר אין די פרינט עדישען
פארעפענטליכט: מיטוואך דצמבר 03, 2014 7:40 pm
דורך משה עסקן
ווי אויך שטייט ביים לאשאנצער'ס אינוויטעישאן "היום", ס'איז דאנערשטאג
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 3:01 pm
דורך מיללער
שאין להם הכרע
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 3:03 pm
דורך והנה און נון
פארעפענטליכט: זונטאג דצמבר 14, 2014 3:09 pm
דורך בוידעם
אוטש!