מיסטעריעז האט געשריבן:האסט געשריבן אז ער טוט וואס ער "דארף"...
וואס ער דארף פאר זיינע נערווען....
די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער
שטאלצער יוד האט געשריבן:אבער מאדיך גיסא, זעהט דאך אויך די באסס אז עס מאכן זיך טעותים איבעראל...אויך ביים קאמפיטישין...
איינס האט געשריבן:שוין באריכטעט אין א אנדער אשכול..
זאג נאר ווי אזוי האסטו אויפגעבראכן דעם דאזיגן פארשפארטן אשכול?...
farshlufen האט געשריבן:אין דער בלאט די וואך איז בטעות אריין א בילד פון נשים ביי א חתונה, איינער זאל עס מדווח זיין.
שבתי בוים האט געשריבן:קאנסטראקטיוו קריטיק איז א וויכטיגע זאך.
בנוגע טעותים, דעם אשכול גלייך איך נישט (איי איך קריטיק דעם בעל הקנקן? איך מיין זיין טובה...) ווייל נישט יעדעס מאל וואס א שרייבער ווערט נכשל מיט א טייפא דארף מען עס סעלעברעיטן און ס'גרעניצט זיך מיט מתכבד בקלון חבירו\.
אין דעם פאל (בפרט וואס הרב יונגרייז איז פון די ריינסטע שרייבערס פארהאן) איז עס שוין געווען מיט א שמוץ אריבער, האב איך מגיב געווען, ואתכם הסליחה.
דעפרעסט האט געשריבן:אן אשכול מלא רשעות דאס. יענער האט געמאכט א טעות? לאמיר עס צעשמירן פובליק. זאל יענער כאפן פון זיין בעל הבית און ווערן פארשעמט!
יעקב צוקערמאן האט געשריבן:גם אני מצטרף. שפירנדיג אמאל אויף די אייגענע הויט צו כאפן פאר אזעלכע זאכן.
אגב ר' מילער, דאס מאל בין איך מחולק מיט דיר, דו ווייסט נישט וויאזוי עס קוקט אויס פונעם אנדערן זייט. צו לייגן דיינע קאמענטארן אין קאנטעקסט, די אקטיוויסט אינוועסטארס, די רשעים ווי קארל אייקען וכדומה, טענה'ן אויך אז זיי מיינען בעסער צו מאכן ביזנעסער. עס פעלט אפילו נישט אויס קיין ביאורים.
עס עפעס האט געשריבן:איך מוז עגריען אז ס'איז מלא רשעות. מ'האט קאנסטרוקטיווע קריטיק, קען מען אריינשיקן צו די רעדאקציע אדער זיך ווענדן צום שרייבער וואס האט געמאכט דעם טעות.
דאס אז ס'ווערט אפיציעל צעשמירט אין א פובליק פארום, ברענגט צומאל סתם אז די בעלי בתים זאלן ווערן צעשרויפט און שרייען, נישט עס אננעמען אלס קאנסטרוקטיווע קריטיק.
להודיע האט געשריבן:מיללער האט געשריבן:קאנסטרוקטיווע קריטיק און מעורר זיין אויף טעותים איז נישט קיין רשעות, א געזונטע אויסגאבע נעמט עס אן און לערנט זיך דערפון אויף ווייטער, א שוואכע רעדאקציע פארטיידיגט זיך אז עס איז 'מלא רשעות' און אומפארגינערישקייט, און ער גייט ווייטער אן מיט זיין נידריגע סטאנדארט.
#אלטע טענות
יעדע רעדאקציע האט אן אימעיל נומבער, וואו מען קען אריינשיקן אייערע גוטהארציגע "קאנסטרוקטיווע" קריטיק. זיך צו שטעלן אויף אזעלכע דקות'דיגע טעותים ווי הבאי וכד' און דאס אויסשמירן פאר טויזנטער מענטשן איז לויטער רשעות און ביטערע שלעכטיגקייט. אין ערגסטן פאל שטעלן יענעם איד'ס פרנסה אין געפאר און אין בעסטן פאל אים רויט מאכן פאר בושה.
בענאק האט געשריבן:סיז מסודר האט געשריבן:בענאק האט געשריבן:איסר האטלקי האט געשריבן:איינער האט שוין אמאל פארפירט אין די פארגאנגענהייט אז מען דארף עס פארשפארן. די שרייבער קענען ליידן ווען די באס ליינט דעם אשכול....
שרייב בעסער: די שרייבער קענען ליידן ווען די באס ליינט דעם אשכול....
דו ווייסט אזוי?? דעמאלטס היתכן די אשכול איז נאך אפן??
איך... בין א ארבעטער אין א צייטונג, און איך האב שוין געכאפט א פסק
farshlufen האט געשריבן:שווער צו פארשטיין די וואס קריטיקירן די קריטיקירער, מיילע די קריטיקירער וואס קריטיקירן, דאס איז דאך דער קריטיקירענדע שיטה, אבער די היצטיגע קריטיקירער זענען דאך אנטי קריטיקירער, איז אויף וואס ארויף קריטיקירען זיי די קריטיקירער, אלא מאי האלטסטו יא פון קריטיקירן דאן וואס קריטיקירסטו די קריטיקירער?
דריידל האט געשריבן:farshlufen האט געשריבן:אין דער בלאט די וואך איז בטעות אריין א בילד פון נשים ביי א חתונה, איינער זאל עס מדווח זיין.
אקעי, איך גיי שוין קויפן די בלאט......
כ'מיין וואססי פשט פון עס מעלדן דא? אז די ברענגסט א טעות וואס קאסט א שמייכל, מילא. אבער סתם באריכטן אז ס'געשען א טעות?
דניאל אויערבאך האט געשריבן:אין קול הציבור
אסדר לסעודתא האט געשריבן:איז שוין דא אן אשכול פון די ערגסטע בעקערייען?
ליסטע פון געשעפטן מיט שוואכע קאסטומער סערוויס?
פארמעסיס וואס דעליווערן שפעט?
בתי מדרשים וואו מ'רעדט ביים דאווענען?
דאקטוירים וואס טויגן נישט?
טייערסטע שיך סטארס?
אז איינער וויל אמאל שרייבן קריטיק, פיין. שרייב. אבער פארוואס זאל זיין אן אשכול מיוסד אויף דורכפעלער פון היימישע אידן וואס מאכן קוים אפאר גראשן צום לעבן פון שרייב ארבעט? לא זכיתי להבין.
דניאל אויערבאך האט געשריבן:אסדר לסעודתא האט געשריבן:איז שוין דא אן אשכול פון די ערגסטע בעקערייען?
ליסטע פון געשעפטן מיט שוואכע קאסטומער סערוויס?
פארמעסיס וואס דעליווערן שפעט?
בתי מדרשים וואו מ'רעדט ביים דאווענען?
דאקטוירים וואס טויגן נישט?
טייערסטע שיך סטארס?
אז איינער וויל אמאל שרייבן קריטיק, פיין. שרייב. אבער פארוואס זאל זיין אן אשכול מיוסד אויף דורכפעלער פון היימישע אידן וואס מאכן קוים אפאר גראשן צום לעבן פון שרייב ארבעט? לא זכיתי להבין.
אויב איך שרייב אמאל אין די אשכול , איז עס קיינמאל נישט צו קריטיקירן.
עס איז נאר אויב איך האב א שמייכל פון א גוטס, וויל איך עס שערן מיט די חבירים דא...
גיטס א שמייכל און גייטס ווייטער.
אויב א רעדאקטאר זאגט אפ (אדער גיט א פסק) א שרייבער צוליב א מינדערוויטכטיגע הומאריסטישע טעות, איז ער א פאלנער מש****ער.
אדרבה, אפילו נעגאטיווע אויפמערקזאמקייט איז צומאל גוט, כידוע פון אלע מארקעטערס.