טעותים אין אונזערע צייטונגען

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

טעותים אין אונזערע צייטונגען

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

כ'וועל עס מאכן קורץ.
איך בין געווען דעם שבת אין קאנטרי, האב איך געכאפט די צוויי היימישע צייטונגען אין האנט. שבת און זונטאג האב איך געהאט צייט צו ליינען און דורכקוקן. למעשה, האט זיך יעדער זיינע מעלות און חסרונות, וואס פארלאנגט א באזונדע אנאליז, אבער קודם וויל איך ברענגען פארשידענע טעותים וואס כ'האב געזען.
אנשטאט סתם קריטיקירן, וואס טוט גארנישט אויף, האב איך פרובירט פארצייכענען בשעת'ן ליינען (מוצאי און זונטאג) ווען כ'האב געזען עפעס, און כ'וועל ברענגען א טייל פון זיי.
א חלק האט סתם מיט דעם וואס אסאך שרייבער לייגן נישט צופיל דגוש וויאזוי זיי שרייבן א ווארט. וואס איז א נפקא מינה צי עס איז מיט א ו' אדער א י'. עס וועט דאך קיינעם נישט שטערן. פלאגט מען זיך נישט אויסצולערנען און נאכקוקן וויאזוי ווערטער קומען אויסגעלייגט.
אבער אן ערנסטערע פראבלעם איז ווען די עצם נייעס אדער ארטיקל איז געשריבן אויף אן אופן וואס קראצט. עס ליינט זיך נישט געהעריג, עס קראצט און גייט נישט פליסיג. עס דערקענט זיך אז דער שרייבער האט בלויז נאכגעבעבלט וואס ער האט געליינט און נישט צוגעלייגט קאפ וויאזוי עס איבערצוגעבן פאר די אידישע ליינער אויף א וועג ווי עס לאזט זיך קלאר פארשטיין וואס גענוי ער שרייבט דא. אדער האט ער אליין פשוט נישט פארשטאנען דעם געהעריגן מכוון.
און דאס איז א בושה. כמעט קיינער פון אונזערע אזויגערופענע "שרייבער", זענען היינט נישט מער ווי איבערזעצער (אדער "טראנסלירער" און "טרענסלעיטאר" ווי רוב וואלטן געשריבן). זיי דארפן נישט אויפקומען מיט אייגענע געדאנקען, אליין טרעפן און נאכגיין געשיכטעס, און ניטאמאל טראכטן און זוכן דעם שענסטן אופן וויאזוי אראפצולייגן די מעשה. סך הכל דארפן זיי גוט פארשטיין און דערנאך פשוט קלאר נאכזאגן און איבערשרייבן. וואלט מען כאטש דאס געמעגט טאן ווי א נארמאלער שרייבער. נישט סתם געבן א קלאפ ארויס א טוץ מיט ווערטער און אריינשיקן צום מערכת. עס קען צומאל אויסקוקן ווי זיי האבן עס ניטאמאל איבערגעקוקט. דאס הייסט פשוט חוזק געמאכט פונעם ליינער. אים נישט געגעבן קיין שום רעספעקט.
אלזא, לאמיר ברענגען עטליכע. כ'וועל נישט שרייבן וועלכע טעותים עס איז פון וועלכע צייטונג, ווייל עס מאכט נישט אויס און כדי עס זאל זיין פאליטיק-לאז (נאר איך טאר נישט באשאפן נייע ווערטער?...), אבער אלע זענען פון לעצטע וואך.
איך ברענג די ווארט/שורה וויאזוי עס איז געשטאנען און איך האב אונטערגעשטראכן דארט וואו עס האט מיר אויסגעקוקט פראבלעמאטיש.
*
"עקסטרעמיסטן וואס פאראליזירן דאס לאנד מיט זייער: 'מיין וועג אדער די הייוועי' צוגאנג."
עס האט אויפגעריסן אומשעדליך אינעם מדבר
פרעצעדענסלאזע
פארקירטע קאר באמבעס
פונעם פעדעראלער ריכטער
שרייבנדיג נעמען פון שטעט שרייבט ער כזה: "קענאן פאלס-מינעסאוטע", "ברוקלין-ניו יארק" אדער "מעמפיס-טענעסי". איר מעגט וויסן וויאזוי מען שרייבט אזעלכס. כ'מיין, זאגט מיר וויאזוי א צייטונג-מגיה זאל נישט וויסן וויאזוי מען שרייבט נעמען פון שטעט און נעמט אן אן אייגענעם אמעראצישן צוגאנג.
די-מאוינס,
פאלקס'ליכע
וואו ער האט געווינען
א קעפל: אבאמא וועט ארויסלייגן נייע עקאנאמישע הויבונג פלאן
דאס וועט זיין א ריפעקעדזשינג פון אמאליגע פלענער (אפילו היינט מעגן געוויסע ענגלישע ווערטער שוין אריינגעברענגט ווערן, אבער א שרייבער מעג אמאל אביסל טראכטן וויאזוי צו איבערגעבן קלאר אין זיין אייגענער שפראך וואס ער וויל זאגן. נישט בלויז געבן א שמעלץ אריין דעם ענגלישן ווארט, א לייג צו דעם "ען" (ריפעקעדזשען) און געגאנגען ווייטער.)

די ריזיגע מאטאראלע פירמע, וועלכע האט ערצייגט דאס מין זאך ווי א סעלפאון, האט זיך עטליכע מאנאטן צוריק צוטיילט אין 2 אפטיילונגען, נעמליך מאטאראלע מאביליטי, וואס נעמט אריין ראדיא'ס (דא קומט א קאמע) סעלפאונס און אנדערע האנט געהאלטענע קאמוניקאציע מאשינקעס, און אנדערע קאנסומער זאכן (ביטע טראכט א סעקונדע איידער איר שרייבט)
די אפקויף (וואלט נישט ענדערש געקומען צו שרייבן 'דאס געשעפט') האט געהויבן די שפאקולאציעס
פארבאטן שפאקולאנטן פון פארקויפן שאַָרט די סטאקס (א דאנק פאר'ן לייגן דעם קמ"ץ, אבער דאס העלפט נישט יעדן)
כדי צו פארדינען פון זייערע שארט האנדלונגען
ווארען באפעט האט געמאכט א שטורעם מאנטאג ווען ער האט אין אן אפ-עד ארטיקל אין א צייטונג (אויב איר ווייסט נישט וואס דאס איז, לאזט עס ענדערש ארויס. עס וואלט גארנישט געפעלט פאר'ן ליינער. אויב איר ווילט דוקא יא, דאן שרייבט פשוט: אין א גאסט-עדיטאריעל)
די פאוסטעל (וואס איז שלעכט מיט "פאסט") אגענטור וויל שניידן ... מינימום 300 פראסעסינג סטאנציעס .. און אליינס מענעדזשען אירע העלט קעיר
אין אויסטויש פאר געשאנקן ... ווארשיינליך באהאנדלן
ווען די עלעוועיטארס, פייער סופרעשאנס, עלעקטריק סיסטעמען
(עדיטאריעל) די פראבלעמען די עקאנאמישע, די הויכע שטייערן די אסטראנאמישע .... זיין אלט באקאנטע לויזע צינג
זייערע נארישע פאליטיקס (פאליטיק, אָן דעם ס', איז נישט גענוג?)
עס איז נישט קיין סוד; (דער סעמי-קאלאן קומט נישט אריין דא) אבער ליידער איז דאס נישט צו ווייט פון בגדר סוד,
פאר'ן פרייז פון א רעגירונג'ס דיפאולט
ווערט ליידער אלס מער אריינגעכאפט
געוועזענע באנקירן, פינאנס ספעציאליסטן
ביז די זאך וועט זיך אויסקריסטאליזירן
מען דארף נאר זען ווי אזוי מען מאנעוורעט (איך בעט אייך...) צו מאכן דעם מצב בעסער
די און ענליכע פראגן שטעלט מען זיך פרעגן, זוכנדיג א פאקטאר וואס זאל צייגן עפעס א דיפערענץ.
און טייל האבן אפילו א היי-טעק אדער הויכראנגיקע אמט (דיין טאטע וואלט פארשטאנען וואס דו האסט דא געשריבן?)
אבער די מיטל-שטאנד מענטשן, האבן א דזשאב, א מעמד ביי זיך זעלבסט, און וועלן נישט וועלן פארלירן זייער אנזע, דעריבער (שיקט אייערע טראנסלירירונגען צו א טראנסלירארער...)
נישט געבן א גרויסע הלוואה פאר אן אנדערן וואס וויל גיין מיט אים אין קאמפעטישאן (האלאו, ביסט נאָמאָר אין ישיבה) אין די דאזיגע אינדוסטריעס אדער אויפ'ן געביט פון אימפארט עקספארט.
שטאלצירן מיט זיין א ציווילע סאסייעטי (עיין ב'ענגלישע דיקשאנערי אז "סיוויל" מיינט נישט אייביג "ציווילע", ווי למשל אין דעם פאל. און סאסייעטי האט זייער א גרינג ווארט אויף אידיש, עיין ב'אידישע דיקשאנערי.)
אין א זשורנאליסטן אוניווערסיטי; אן ארבעטער אין א וואוילטעטיגע טשעריטי גרופע ... אנערקענען אז מען האט א גענגס פראבלעם (אכטונג, אכטונג: איר שרייבט דא פאר א "אידיש-שפראכיגע" צייטונג)
אין אלגעמיין גענומען איז אין אסטראליע טייערער
געטראנקן
יוניווערזיטעט
"ווי נתניהו האט געזאגט אין די ערשטע טעג פון די פראטעסטן: פארוואס לייגט איר נישט ארונטער אייער פלייצע, אונטער'ן סטרעטשער?" (סארי, אבער אפשר קענט איר דאס איבערגעבן אויף א וועג עס זאל זיך יא קלאר און גרינג פארשטיין.)
און א יו עס בי סטארעדזש דעווייס. .... אויפ'ן דעווייז ... געזען אז די דזשי-מעיל אקאונט איז עסטאבלירט
פלאץ ... פאר זייערע ברענד נעמען אויפ'ן פעקל.
די פארשער האבן געזאגט אז טאן 15 מינוט איבונגען טעגליך ... איז גענוג. ("דאאינג" איז טאקע גוט אין ענגליש דארט, אבער אין אידיש וואלט בעסער געווען "צו מאכן". ריכטיג?)
דריי האבן זיך דערקלערט שולדיג אויף די זעלבע סארט קלאגעס און זענען באדראעט צו באקומען דריי יאר טורמע
האט זיך דער רייץ פון נאסטאלגיע זיך צושפילט .... וואוינען אין א מאדערנער מערב וועלט פרייער לאנד איז ער שוין געווען היבשליך צוגעוואוינט
דערגעגן
באיינפלוסן
סייענטיסט
זיין ריסורטש
גריבלן ... אנאליז אויף דעם ביסמארק ... ביבלאטעק ... פיליזאפיע ... נישט געטראפן אזוי אטראקטיוו ... קאנצעטרירן .... דעשפרירן
ווייזט א וועלעניש בילד. יעדע לייענער האט וועלענישן פון וואס ער פאנטאזירט זיך (עס זענען דא אנדערע וועגן דאס צו שרייבן)
ווי עס ווערט גענוצט אין אן אפנארמאלער וועג
וויצלן
עקזעסטירט
פסיכילאגישע
די סיבה פארוואס זיי האבן זיך באזעצט אין יענעם וואלי
די גאר שווערע רעגנס האט צוגעפירט צו עלעקטריציטעט קורצשלוסן
די הייוועי פאטראל ריפארט פונעם קראך
קאסירן דאס געלט דורך דעבט קאלעקשאן עידזשענסיס
טויטליכע געזן
אינעם פאסיפיק אקעאן
דאס נוצן האנט ארבעט צו שניידן תבואה איז געווען ווייט פון אידעאל ... וועלכע איז געזעצן האריזענטאל
אויב דער "קריים" איז מער אן ערנסטער
אויב איז אבער געווען א "קאר דזשעקינג" (אויב ווייסטו אז דאס מיינט ווען מ'נעמט צו דעם קאר פון יענעם מיט געוואלד, איז עס נישט אזוי שווער צו אראפשרייבן) ... קומען שוין אויך אן די פאליציי שעריף.
עס איז א נאנ-סטאפ אפעראציע
ביזסט
דארשטעריג
א אנדערע שידוך
אויב די פלעק איז גרעסער ווי זעקס מילימעטער דאס מיינט גרעסער ווי א PEA בונדל ... דאן דארף מען רעדן צום דאקטאר. (וואס האט דא אויסגעפעלט צו לאזן דאס ווארט "פיע". אזוי לעבנסוויכטיג? מיינסט ווייל עס איז [מתסמא] געשטאנען "פיע ביען" דארפסטו שרייבן "פיע בונדל", און טאקע נאך אין די אריגינעלע ענגלישע אותיות?) ... אומשעדליך (בעניין) .... מייקראסקאופ ... נישט דורכגיין א סוירדזשערי ... פון עקני געזיכט פימפלעך (און וואס האסטו דא ווידער צוגעלייגט מיט דעם ווארט "עקני"? ווידער גארנישט.) ... גוט צו קויפן געזיכט מאויסטשערייזערס
ביים לעצטן זאץ זענען מיר געווען דאפלט פאראויסזעבאר
פיליזאפיע
עקזיסטעץ
צעביסלעך
פאלוירענע
וואס טראכט און מאכט די באשלוסן די 'בעסיק' פאקטן .... אדער פונעם טשאלאנדזש וואס שטייט פאר אונז
צי מיר האבן נישט צופיל צייט אוועקגעגעבן צו טראכטן נעגאטיוו אדער פארקערט אומפראפארציענאל, און אזוי ווייטער.
מען זאל דאס האבן אין פאקעט בוק .... אויף אינפענטס (אזוי שווער איז איבערצוזעצן דעם ווארט?) דארף מען אויך לייגן "סאן סקרין"

איר פארשטייט וואס איך רעד? דאס איז פון איין איינציגע וואך.
און נאר איין האלב. איך וועל אין עטליכע מינוט ברענגען דעם איבריגן הויפן.
עס איז צייט ארויפצוברענגען דעם ניווא פון אונזערע צייטונגען. זענט איר איינשטימיג?
אוועטאר
שמעק_טאביק
שר האלף
תגובות: 1618
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 14, 2007 11:13 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעק_טאביק »

או,אַה, (גוט געשריבן? כ'האב געלייגט א פתח הונטערן (אונטערן?) א'.. קומט נישט קיין קאמע?? מעג איך שרייבן צוויי "קוועשטאן מארקס"?? אדער "פראגע צייכנ'ס" -- אדער צייכענעס??) אוי וויי, כ'האב מורא צו שרייבן ווייטער, מי יצדק לפניך בדין....

איך גיב פולע גערעכט אויף אייער לאנגע אנאליז, נאר עטליכע קליינע הערות.

אין איין צייטונג פער וואך, ליגט מער חומר ווי אין א גראבע מעשה-בוכל וואס ווערט ארויסגעגעבן איינמאל אין 2 יאר און מגיה געווען 50 מאל. וכן, און אזוי אויך, עס ווערט נישט געשריבן דורך איין מענטש, נאר פילע מענטשן שיקן אריין זייערע באשרייבונגען כפי יכולתם, אסאך מאל אין די לעצטע מינוט, און עס איז שווער צו מגיה זיין מיט אזא פונקטליכקייט אין די ראש-אוערס, כ'מיין די גאר-פארנומענע שעה'ן, אדער שעות, אדער צייט, צייטן....

רוב פון אייערע הגהות פארשטיי איך, אבער עטליכע פארשטיי איך נישט און כ'העט געוואלט איר זאלט מוחל זיין און מסביר זיין דעם טעות דערפון און שרייבן דאס ריכטיגע.

עס האט אויפגעריסן אומשעדליך אינעם מדבר
וואו ער האט געווינען (אפשר מיינסטו "געוואונען", לשון עבר?)
דערגעגן
סייענטיסט
די גאר שווערע רעגנס האט צוגעפירט צו עלעקטריציטעט קורצשלוסן
אינעם פאסיפיק אקעאן
עס איז א נאנ-סטאפ אפעראציע
צעביסלעך (צוביסלעך איז בעסער, אבער צעביסלעך איז אזא סארט גערעדעכץ)

אפשר קענסטו "אפלייען" (אממ, אפעלירן?) צו באקומען א דזשאב ביי די צייטונגען און פארדינען אפאר דאלער ביי די זייט?.......
הפך בה והפך בה דכולה בה!
בר בי רב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2011 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר בי רב »

צו אייך הרב מגיה שטעלט זיך די פראגע: פון וואו האט איר גענומען דאס ווארט "נאכגעבעבלט"? ס'קלינגט נישט ווי א ריין אידיש ווארט, נאר נישט אייביג פאלט ביי פאר'ן שרייבער דעם ריכטיגן אידישן ווארט און מיבארגט זיך אן ענגלישן ווארט. ס'איז נישט עק וועלט.

אויך וואלט געווען א גלייכע זאך אז דו זאלסט צולייגן ביי יעדן דערמאנטן גרייז דעם תיקון טעות, לויט דיין מיינונג.

מגיה האט געשריבן:עס דערקענט זיך אז דער שרייבער האט בלויז נאכגעבעבלט וואס ער האט געליינט און נישט צוגעלייגט קאפ וויאזוי עס איבערצוגעבן פאר די אידישע ליינער אויף א וועג ווי עס לאזט זיך קלאר פארשטיין וואס גענוי ער שרייבט דא. אדער האט ער אליין פשוט נישט פארשטאנען דעם געהעריגן מכוון.
לערנט אייך מייקראסאפט ווארד - אידישע ווידעא לעסאנס
yiddishtutor.blogspot.com
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

גראדע האב איך געקלערט די וואך ארויף צו לייגן אפאר זאכן (פארשטייט זיך ווייט נישט אזא ליסט) וואס האט מיך געפערליך געקרענקט ביים ליינען. אבער נאך פאר איך האב געהאט א טשאנס איז די צייטונג פריצייטוג אומגעקומען.
א גרויסן יישר כח פאר דיין ליסטע רוב דערפון האב איך פארשטאנען.
בר בי רב
שר חמישים
תגובות: 50
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג מאי 30, 2011 3:23 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בר בי רב »

שמעק_טאביק האט געשריבן:או,אַה, (גוט געשריבן? כ'האב געלייגט א פתח הונטערן (אונטערן?) א'.. קומט נישט קיין קאמע?? מעג איך שרייבן צוויי "קוועשטאן מארקס"?? אדער "פראגע צייכנ'ס" -- אדער צייכענעס??) אוי וויי, כ'האב מורא צו שרייבן ווייטער, מי יצדק לפניך בדין....


"אונטער'ן" איז א קיצור פון צוויי ווערטער "אונטער דעם" און עס קומט מיט א שטרעכל צווישן דעם ר' אינעם ן'.

ס'קומט אויך מיט א אל"ף ווייל אין דעם פאל מיינט עס, ווי מ'שרייבט אין ענגליש, under. הינטער'ן וואלט געמיינט behind.

למשל, "הינטער'ן טיר" שרייבט מען "behind the door"; "אונטער'ן טיש" -- "under the table".
לערנט אייך מייקראסאפט ווארד - אידישע ווידעא לעסאנס
yiddishtutor.blogspot.com
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

די סירישע זיכערהייטס כוחות האבן מיטוואך געמאלדן אז זייער אפעראציע אראפצושטעלן אן אויפשטאנד אין לאטאקיא קעגן באוואפנטע טעראריסטן גרופעס איז קאמפלעט און זיי ציען זיך ארויס.
קוירנעל מואמאר קאדאפי
די פאליציי האט ארויסגעגעבן א העכסט שאקירנדע ווידיא פון קלאוזד-סירקוט-מאניטור וואס ווייזט ווי ...
לאנדאנ'ס מעטראפאליטען פאליציי קרעדיטירט באזונדער דעם פאליציי ...
באזונדערס האט גוט געדינט, א דריי-יעריגער דייטשער שעפהערד (אזוי רופט מען איין גרויסע סארט הינטל [א "דזשערמען שעפּערד"] און האסט גארנישט אויפגעטאן מיט שרייבן "דייטשער", אבער וויבאלד רוב ליינער ווייסן מסתמא סייווי נישט פון אזא טערמין צו זאגן, קענסטו אין אידיש פשוט שרייבן א הינטל), בעפאר'ן כאפן א ציגל אין קאפ ... ביז עס מוז אנקומען צו עמוירדזשענסי טריטמענט (וואס פעלט פאר "באהאנדלונגען"?) אין פארשידענע וועטערינארע (פארוואס נישט פשוט "חיות", אויב קלערסטו אז רוב פון דיינע ליינער קענען נישט, פונקט ווי אייך, דעם ווארט) שפיטעלער.
ערלויבן פאר די פאליציי צו צווינגען יעדן איינעם וואס ווערט פארדעכטיגט אויף טראבל, אראפוצנעמען דעם מאסקע אדער 'הוד' פון פנים; צו מעגן דערווייטערן טראבל-מעיקערס פון עפנטליך סובסידיזירטע הויזינג פראיעקטן; און פאר צייטווייליג אויסצושאלטן די סעלפאן אינסטענט-מעסענדזשינג סערוויסעס ...
געמאכט א באשלוס צו 'היירן' דעם געוועזענעם ניו יארקער פאליציי קאמישאנער
און געפרוירן די געהעלטער פון פאליציאנטן (איר האט עפעס קעגן דאס ווארט "געהאלטן"?)
הונדערטער באשולדיגטע זענען שוין דורכגעגאנגען די וואך דעם בריטישן געריכט-סיסטעם, אפטמאל אין שנעלע הגם ענדלאזע און כאאטישע ארום-דעם-מעת-לעת סעסיעס (איינער פארשטייט?)
ער פלאנט צו סטאפן פרישע ראיאטן
ווי אן אויפוועקונגס רוף
סעלפישקייט
אבער היים מיניסטארשע (איך מיין אז איר האט געמיינט צו זאגן "אינערן מיניסטער") טעראסא מאי
און ריק פערי, דער נייעסטער קאנדידאט, האט זיך נישט פארמאסן דערין ("האט נישט אנטיילגענומען אינעם פארמעסט")
א סייבער (אנליין) אטאקע אויף סאן פראנציסקא'ס (רעפיד) שנעלן טראנזיט סיסטעם
ארומצופירן דעם קאמאנדיר-אין-טשיף
פון איבער 3,500 דיגריס פארענהייט
האט געקראכט נאכ'ן פארלירן קאנטאקט ניין מינוט אינעם פלייט.
אין רעפרידזשירעיטער קאנטעינערס
איז אבער אנדערש אין יום היארצייט, וואס קומט די נשמה פון צדיק אראפ
מ'הערט לעצטנס וועגן נאך א רעסעשאן ... אז מ'ספענדט ווייניגער
וועמען'ס געשעפט איז חרוב געווארן
אנגעקומען אין זיין בארבירער געשעפט ("לאל". אויב האסט נישט ליב שערן/שערער, שרייב שוין ענדערש "בארבער שאפ")
צו דערגיין ווען זיינע פענגער זענען געווען
מוסלעמענער
ארויסגעשפרינגען
אינטרעסאנטע
דער רעגן האט אנגעהויבן אראפצוקומען שטארק בערך 1 אזייגער
א מעטראלאגיסט (מעטרא איז באנען, מעטעאראלאגיע איז פאראויסזאגן דעם וועטער, און אין אידיש וואלט מען עס געדארפט לכ' שרייבן "מעטעאראלאג", אזוי ווי מ'שרייבט פסיכאלאג, נישט פסיכאלאגיסט) פון עקיו-וועטער (טאקע זייער וויכטיג צו וויסן אז ער איז פון עקיו-וועטער און נישט פון "וועטער קאנאל")
זיין שפאציר אריבער די טווין-טאוערס. אינספירירט דערצו איז ער געווארן
פאר כינעזישע אינטעלידזשענטס באאמטע
וואו אן עף-בי-איי טיעם האט ארעסטירט
(נייעס הייבט זיך אן:) אויף (ON אויף ענגליש איז פיין, אבער אין אידיש קומט דא "אויף" אדער "אין".) סטעטן איילאנד האבן פייערלעשער ארויסגעראטעוועט צוויי ארבעטער
האט געמאלדן אינטיריאר סעקרעטאר
אפצושוינען לאקאלע 'נעיבארהוד'
אנגעפאנגען זיין רעדע אז "עס איז צייט צו ברענגען אמעריקע נאכאמאל צו ארבעטן". (צום וויפילטן מאל, געדענק: אידיש איז נישט ענגליש! טראכט אריין וואס איר שרייבט דא און וויאזוי עס וואלט געדארפט געשריבן ווערן)
געקליידעט ווי קאנפעדערעיט סיוויל-וואר סאלדאטן
מישל באקמאן ... סערא פעלין
ווידערערוויילט
קען די קאמיטע פאראויסשיקן די פארשלאגן צו די סענאט און הויז פלארס (איר וואלט פשוט געקענט אויסלאזן דאס ווארט) פאר 'ארויף אדער אראפ' אפשטימונגען אָן אמענדמענטס.
אינמיטן א גוטע וואַקעישאָן ... דאך איז דער 'ראוד-טריפ' ווייט פון זיין א וואַקעישאָן פאר'ן פרעזידענט (א דאנק פאר די נקודות, אבער מיר קענען ב"ה אויך ליינען אידיש)
געהאט אן אפערעיטינג אינקאם פון 9 ביליאן
שניידן 'סיק ליעוו' (קראנקע)
אינעם טומל פון עס-ענד-פי'ס קרעדיט-רעיטינג שניט,
א פאליציי סטעישאן
די מעגליכקייט פון א דאבל-דיפ רעסעשאן
די פארשער שרייבן אין דעטאל
פארצייטנ'ס
צושפרייט
אז דער "מידל אינקאם" מוטשעט זיך
און ער פלעגט ענדיגן: "עטס דארפטס זיי זאגן די זעלבע זאך וואס עטס וואלטס געזאגט פאר ענקער טינעידזשער ... מ'קען מיט אייך נישט דילען! ... נישט דער אמעריקאנער סטייל
אבאמא איז געווען דער מאן וואס אלעס איז פאר אים געגאנגען ... געענדיגט אין א מיאוס'ן דיזעסטער
יעצט האט אבאמא כמעט דעם זעלבן פאטש
אראפצוטאנצן פון וואס זיי זעען פאר (אלס) א זינקעדיגע שיף
אנעמפלאימענט
טייל פאליטישע מוחות אין וואשינגטאן וואס פאנטאזירן פאראויס זאגן אז די איינציגסטע
גראדע האט איין אנליין מידיא פארום געהאט א נייעס לעצטנס ... נאענט צו אבאמא'ס רי-עלעקשאן קאמפיין
צוגעלייגט א ווארענונג אז ער וועט פייערן יעדן איינעם (פייערן טוט מען א געבורטסטאג און ארבעטער טוט מען אויפזאגן)
אויך אין די "היי-סאסייעטי" קענען זיין געמיינע מענטשן
אריינגערעכנט יעדע אויטאריזירטע בוך, דאקומענטארי און סיי וועלכע
מינע אינדוסטרי .. גיט אויך "סופערווייזארי אויטאריטי" ... די אינדוסטרי רעגולאציעס
(פאראגראף הייבט זיך אן:) קאר אינשורענס ראטעס זענען מיסטעריעזע זאכן. יעדע פירמע וכו' (האט דער שרייבער דא אריינגעקלערט וואס ער שרייבט?)
אן קיין ווייאלעישאנס אויף'ן רעקארד ... נאך'ן טרינקען
שאפּט פאר א בעסערע ראטע:
אדער מענטשן וואס זענען נישט קלאר נאכ'ן נעמען מעדיצין ... און אגוסט איז דער ארגסטער חודש
די קאנסטראקשן-ארבייטער און די 'טולס' וואס זיי נוצן ... האט פעטי באוויזן מיט זיין 'קרו' צו כאפן א רייד ארויף
די אויסזיכטן זענען גוטע אנצוהאלטן ביז לאנג די זעלבע גוטע קרעדיט-שאצונג
צוריקצושטעלן אביסל טראסט (צוטרוי איז נישט גענוג טראסטבאר?) אין די פאליטישע פירער
די בעסטע וואס אונזער לאנד האט געהאט צו אפערן פאר 10 יאר
די פראגראמען ווערן קרעדיטירט פאר שפעטער
עימס, אייאווא. פערי האט מאנטאג אוועקגעמאכט מיט ראמני'ס אוועקמאכן אים. ער האט געענטפערט אויף ראמני'ס זאגן אז ער איז דער איינציגסטער קאנדידאט מיט גרויס ערפארונג
אויף א וויזיט קיין כינע מיט פלענער פאר סטאפס אין מאנגאליע און יאפאן
דורך איינעמ'ס סורוועילענס ווידיא
זיך אנגעכאפט אין די רעילינג מיט א שירעם אין די הענט
איין באס רעדל האט איר א קלאפ אראפ געגעבן און זי איז ארונטערגעפאלן

געדענקט: מיר האלטן נאך אלץ ביי דער זעלבער איינער וואך, פרשת עקב.
באלד וועט קומען די לעצטע פעקל, טראנספארט, ליפערונג, אדער, פשוט, שיפמענט.
אוועטאר
פעדער
שר האלף
תגובות: 1373
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 02, 2011 4:23 am
לאקאציע: אין די הויזן!
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פעדער »

פשששש. אוי האסטו גוט געשריבן. אומגלויבליך.....(אמבעליוועבל) איז דאס אלעס פון איין וואך?
אדער דו פארפירסט דעם ציבור..? ס'כאפט דאך א פחד און א שרעק. אזא מין עם הארצות. !!!
אפ' איך מאך מישט אזעלכע האר אויפשטעלנדע אירטהומען. און נאכגעבעבלט, איז יא א אידישע ווארט. אבער מיט א מ' אינדערמיט. אזוי: נאכגעבעמבלט.

און עס קומט פון באמבלען. כ'האב מיך ממש מחיה געווען....כ'מיין ס'האט שטארק געשטאכן, אבער זייער הומאריסטיש געווען אין גוט צום פונקט ארויסגעברענגט...

איך וועל איבערחזר'ן מיינע ווערטער פון א אנדערע אשכול:

קרעפלקאפ האט געשריבן:
שטארק זיך האט געשריבן:אז מען רעדט פון נאוועלן געבויט און צוזאמען געפלאכטן מיט היסארישע פאקטן דארף ארויסגעברענגט די מייסטערהאפטיגע ווערק פון הר״ר י.י. ריינמאן שליט״א המכונה ׳אבנר גאלד׳ פון לעיקוואד וועלעכער האט ארויסגעגעבן א גאנצע סעריע ביכער וואו ער האט פאכמאניש פארשריבן די תקופה פון גזירות ת״ת ות״ת, כת שץ, התקופה אחר הגרוש משפאניע ופארטוגאל ועוד רבות. באגלייט מיט א ריינע השקפה באמונה, א בליק אויף כלל ישראל׳ס תפקיד בזמן פרעניות, מסירת נפש וכדומה.

ווי אויך האט ער קונצליך אריינגעפלאכטן די לעבנס ביאגראפיע פון די ענקי התקופה ווי למשל: דער חכם צבי, בנו היעב״ץ, רבי מנשה בן ישראל, רבי יצחק אבוהב ועוד זכר כולם לברכה.

לדעתי וואלט געווען א מצווה עס איבערצוזעצן, ולא עוד, א גוטע ביזנעס אינוועסטמענט.


ערשטע און צווייטע פאראגראף - מסכים.

מצוה איבערצוזעצן? - קען זיין.

גוטע ביזנעס אינוועסטמעט? - אממ... נישט אזוי זיכער... (וויפיל שטיקלעך וועלן זיך פארקויפן אויפן "אידישן" מארקעט?)


פעדער האט געשריבן:כ'בין שטארק מיט דיין מיינונג נאכן זיך לעצטנס שטארק אינטרעסירן דערין , ס'איז נישט דא קיין מארקעט דערויף, זעהט אויס מ'העט נאך דארפן צוווארטן א צוואנציגער'ל. כ'בין אויך מסופד דערין , ווייל כ'האב מורא אז דעמאלטס וועט די יונגע דור רעדן מער ענגליש ווי אידיש.


ס'איז שוין די העכסטע צייט עס צו פאררעכטן , און אויפקומען אויף א מיטל זיי צוריק איינצושולן אידיש.
כ'האלט אז דאס נישט קענען ריכטיג דעם אידישן שפראך, וויבאלד מען באגעגנט זיך נישט מער דערמיט, סיי ליטעראריש און סיי מונדליך. דעריבער איז אבסאלוט קריטיש וויכטיג, שנעל צו טרעפן א לעזונג דערצו.

כ'האב מיך דערפרייט און פאסמאקעוועט מיט דיין אפשאצונג. ס'איז לאגיש, פארשטאנדיג, וואר, און אויסגעהאלטן. און א טייל קומט עס, צוליב די אונגעהויערע לחץ און דרוק, אינטער וואס זיי זענען, צו פארענדיקן דעם ארטיקל וואס גיכער. צוליב די צאללאזע ארטיקלען און נייעס באריכטן וואס א צייטונג ברויך היינט צוטאגס דעקן.
כ'מיין נישט דיך! אבער אויב מיינסטו אז איך מיין דיך, זאלסטו וויסן אז טאקע דיך מיין איך!!
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

שלום עליכם הרב מגיה שליט"א.

כ'האב נאכנישט אנגיאגט צו ליינען אלע דיינע ביישפילן, אבער פון דאס ביסל וואס כ'אב יא געליינט, זעה איך אז דו ביסט ליידער גערעכט.

טייל מאל איז שולדיג דערין די רצון צו באווייזן די קענטעניסן צו שרייבן ווי גרעסערע מליצות, און ווי מער אלטע ווערטער ארויסגענומען פון אן אוראלטע דיקשענערי, אדער גאר פריש איבערגעטייטשט פון ענגליש.

אבער אין מערסענטייל איז טאקע די פראבלעם דאס אז מען שרייבט גארנישט אליין, נאר מען טראנסאלירט דאס גלייך פון אנדערע שפראכן, ולשבחו יאמר פון ר' אלבערט שיחי'; וואס ע"פ רוב - לויט ווי עס דערקענט זיך - ווערט זיינע נייעס געשריבן פון דאסניי.

איין זאך וויל איך נאר אנמערקן אז די סעמי-קאלאן ביי דיין ביישפיל, (עפעס רעדט מען דארט וועגן א סוד), לכאורה לפי קט שכלי קומט עס יא דארטן, אדרבה זיי מעיין דא, און זאג מיר צו עס איז נישט די זעלבע זאך.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

פארשטיינערט מיך נישט אבער איך וויל פרעגן א צענטראלע שאלה. "וועם גייט עס אן?" למעשה וואקסט אונטער א דור פון טוויטער/בלאגס/וועב זייטליך. אלעס לויפ אויף די ענגלישע שפראך און דאס ליינט מען.
וואס האט א שרייבער פון שוויצן און צושטעלן א פערפעקטן אידיש מיט אלע כללים? ווער גייט דאס אנערקענען? די עלטערע דור איז די מינאריטעט וואס נישט אלע ליינען אפילו די צייטונגען און אויב יא וועלן זיי זיך נישט לאזן הערן. די אינגערע דור אינטערעסירט עס נישט. אדרבה, פרעג דיין חבר (נישט אן אייוועלט מעמבער, דאס הייסט נישט איינער וואס האט א שטיקל געפיל צו שרייבן ליינען) צו ער באמערקט דאס אלעס. קיינמאל!
די מציאות איז אז מ'לערענט נישט היינט אין חדר קיין אידיש. די אינגע דור וואקסט אויף אן וויסן די כללים און זיי ווייסן ניטאמאל אז עפעס פעלט זיי. פארוואס האט איר טענות אויף די שרייבערס? אויב איז נישטא קיין פארלאנג דערפאר פארוואס זאל ער זיך מוטשען?
און פון ווי ווייס איך אז ס'איז נישטא קיין פארלאנג? ווייל אז א צייטונג זאל קענען ארויסקומען אזוי שוין פאר אפאר יאר און זיך נאך אלס האלטן צום פרייז אנאדעם וואס ער זאל זיך דארפן שעמען ארויס צוקומען אויפן גאס מיינט דאס אז דער עולם אינטערעסירט עס נישט.
יא, איך גלייב אז ער הערט אמאל קריטיק דא דארט פון אידן וואס טוט זיי וויי דאס עצם מציאות אז די אידישע שפראך ווערט ארימער און פארוואסערט מיט אלע ענגלישע געמישאכצער, אבער דאס איז עס. מיין טענה פאנגט זיך אן צו די חדרים, פארוואס לערענט מען נישט מיט די קינדער איבסל אידיש? פארוואס זאל א אינגל נישט קענען די יסודות און די כללים פון די שפראך וואס ער רעדט און גייט רעדן פאר נאך הונדערט יאר?
אין חדר האט מען מיט מיר געלערענט ענגליש כללים אבער פון אידיש האט מען קיינמאל נישט גערעדט. פארוואס???

אלזא, טענות צו די שרייבערס קען מען עכט נישט האבן, די פרייז וואס מ'צאלט זיי און די פארלאנג וואס איז דא איז קלאר אויף די ארבעט וואס זיי מאכן יעצט. קאפי טרענסלעיט פעיסט. אן קיין טראפ הבנה אן קיין טראפ מחשבה.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

אוי איז די היינטיגע אידישע ליטעראטור א חורבן!!

איך בלעטער שנעל דורך די היימישע צייטונגען און בעיקר גלייך איך 'די צייטונג' וואס דאכט זיך אז דארטן איז דא די ווינציגסטע 'גראבע' טעותים. און טאקע צוליב דעם וואס זיי האלטן דעם ליינער פאר א גולם וואס פארשטייט ממילא נישט די 'גארבעדזש' וואס מען פיטערט אים!

איך האב שוין עטליכע בילדער גענומען פון גראבע עם הארצות און געקלערט אהערצוברענגען, אבער זיך נישט געאיילט אהערצוברענגען. יעצט נאכן עפענען אזא אשכול, וועל איך עס אי"ה אהערשטעלן.

איך בין אבער נישט אינגאנצן איינשטימיג מיט דיר, און טראצדעם וואס איך וואלט זיך געפריידט אז די צייטונגען זאלן זיין 'ריין' אידיש, אבער אז ס'פאלט אריין א ווארט ענגליש וואלט איך נאכנישט גע'פסל'ט דעם פאפיר וועגן דעם.
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

געלעגער, מיט דיין לעצטער פאראגראף בין איך פולקאם איינשטימיג! מען צאלט זיי ממש גארנישט! און מען פארלאנגט נישט פון זיי קיין שום רעספעקט פארן ליינער!

איך געדענק נאך ווען איך האב גערעדט מיט ר' חיים משה שטויבער ווען ער איז נאך געווען רעדאקטאר אין 'איד', האט מען גערעדט איבער די טאלאנט פון שרייבעריי אז נישט אלע זענען דערויף געמאכט געווארן. דאכט זיך אז מען קען רואיג זאגן אז צו זיין א שרייבער אין די צייטונגען היינט צוטאג (איך וואלט ארויסגעשריבן איין צייטונג וואס איז מפורסם מיטן אראפברענגען די ניווא פון אידיש שרייבעריי ממש עד התהום, אבער אין דעם שטרענגען אייוועלט ווייס איך שוין נישט וואס יא און וואס נישט) דארף מען נישט קענען שרייבן בכלל, און א גוטע ניינציג פראצענט פון די היימישע אידן קענען זיך ארויפארבעטן צו זיין גאר געלונגענע שרייבער אין די היינטצייטיגע בלעטער.

און אוטאמאטיש ווערן די ליינער צוגעוואוינט, און וויבאלד די פאר נארמאלערע און פארשטענדליכע ליינער איז נישט און אפשר קען נישט ארויסקומען מיט א פראטעסט איז שוין אזוי געווארן די נארמע אז מען שטאפט דעם עולם גולם מיט נארישקייטן און אפענע טפשות.
אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 12250
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלעגער »

כ'משח. דו כאפסט נישט מיין נקודה. די פרעבלעם איז נישט אז די שרייבערס שרייבן וואו עם הערצים און דאס ברענגט אראפ אונזער שפראך. פארקערט, די שפראך איז אזוי אין דער ערד אז יעדע שמויגער קען שרייבן און ס'וועט קיינעם נישט באדערן א-חוץ אפאר יחידים וואס קיינער הערט זיי סייווי נישט אויס.
פארוואס די שפראך איז אין די אדמה? ווייל מ'לערענט עס נישט און מיין מלמד פלעגט אייביג זאגן "אז מ'לערענט נישט קען מען נישט". קיינער ווערט נישט געבוירן קענענדיג אידיש, דאס איז א לימוד ווי אלע לימודים.

צוריק צו מיין פונקט. די שרייבערס האבן נישט פארוואס און פארוועם זיך צו פלאגן.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

ויקם דור חדש אשר לא ידע את מאשקע. אינטערעסאנט אז קיינער יאוועט זיך נישט אראפצוברענגען א לינק צו מיין אשכול מלא בכיות איבער דעם ענין.
An article a day keeps the babies away
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

הרב מגיה, אייערע הערות זענען ווי א קאמפלימענט פאר די באטרעפענדע שרייבער. וויבאלד זיי זעען אז כאטש איינער איז משים לב אויף זייער שווערע הארעוואניע.

צום פונקט:
טראץ וואס איר האט, קענטליך, אריינגעלייגט א היבשע ארבעט אין אייערע תגובות; איז דא א שטארקע מקום מחולק צו זיין מיט ,כאטש, טייל פון אייערע קאמענטארן. האב איך אבער נישט די צייט און געדולד זיי דורכצוגיין אחת לאחת. אבער איך וויל דאך פארט מיט אייך פירן פאלעמיק, טא ביטע שרייבט עטוואס קורצערע תגובות, ליתן רווח בין הפרקים, וועט מיר גרינגער זיין דאס מגיב זיין.

״בלייבט אונץ נאר איבער צי ווינטשן כו לחו״ (קרעדיט: דער ....) 
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12672
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאשקע »

viewtopic.php?f=17&t=4369&

תן לחכם ויחכם עוד.
An article a day keeps the babies away
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

געלעגער, א צייטונג איז היינט די איינציגסטע וואס קענען האלטן דעם שפראך אויף א נארמאלע מהלך.

זאג מיר נישט אז צען און צוואנציג יאר צוריק האט מען בעסער געלערנט אידיש אין חדר!! און די צייטונגען האבן פיל פיל בעסער אויסגעזען!!!
אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אךשמח »

מאשקע, אצינד זע איך דיין לאנגע אשכול. מערצעשעם ווען מיינע נערווען וועלן ערלויבן וועלן מיר זיך נעמען צו דעם.
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

באפעט שרייבט, אז האוזהאלדס אין די איין פראצענט קאטעגאריע פון פארדינער
אונטן אינעם ארייוועל'ס טערמינאל
אין די לעצטע יאר איז צוגעקומען נאך עפעס פי'ס ... אבער וואס טוט זיך מיט דעם פי ... די מערסטע צוריק-באצאלטע טרעוולערס ... טאמער איז דיין בעג בלויז "נישט אנגעקומען", ביזטו אן מזל ווען עס קומט צו א ריפאונד...
ס'איז ערווארט (עט) פארענדיגט צו ווערן אין 2 יאר ארום.
פאלענטי איז געקומען צום "שטרוי-פארמעסט" מיט א גרויסן עקספיריענסד און טייערן קאמפיין סטעף ...
שוין צייט אז די שפילערייען זאלן סטאפן
דאס שיסן א סקאד מיסיל איז א פרישער באווייז איבער קאדאפי'ס גרויס פארפלייצונג (אפשר מיינט איר פארצווייפלונג?), זאגן מבינים.
אבער קאמעראן'ס וועלן 'היירן' ברעטאן פאר דעם דזשאב, האט נישט גוט אפגעקלינגען ביי רוב מענטשן אין לאנד ... נאר אלס קאנסולטאנט פאר'ן פרעמיער ... אויפצובלאזן זייער קריים פראבלעם
דער ארסאניסט ("אונטערצינדער" איז עפעס שלעכט?)
"די אפיציאלן (אמת'דיג א דאנק אייך פאר'ן אזוי שיין פאראידישן דאס ווארט "אפישעלס"...) גייען ווייטער פון זייער רוף צו דינסט צו העלפן די ארטאדאקסישע אידישע געמיינדע
פריערדיגע פארזוכן צו רעגולירן און לייסענסן קאנטראקטארס זענען דורכגעפאלן
דאס קען זיין דער לעצטער שטרוי אויפ'ן קאמעל'ס רוקן זיי צו ברענגען צו העכערן פרייזן. (אכטונג, אכטונג: קאמעל איז נישט קיין פערזאן, נאר א סארט חיה גערופן קעמל. און עס איז דא אזא אויסדרוק פון "די שטרוי וואס האט צעבראכן דעם קעמל'ס רוקן.)
ער איז דיאגנאזירט געווארן מיט ליים דיזיעז ... אבער ער איז געווען מזל'דיג ("הי וואָז לאָקי" איז גוט, אבער אין אידיש וואלט לכ' געווען נאטירליכער צו שרייבן: אבער צו זיין מזל האט מען) אז מ'האט עס געטראפן און באהאנדלט באצייטנס
עלטערן מיט קליינע קינדער זאלן זיכער מאכן איינצוטיילן די אויפזיכט פאראנטווארטליכקייטן מיט די לייף-אינשורענס גארדס
און א דריטל פון די וואס שטעקן עס אן (ווערן אנגעשטעקט) שטארבן דערפון
די לעצטע ערגסטע אזא ערנסטער אויפרייס אין די פאראייניגטע שטאטן איז געווען אין ....
קענסעס
די שאולדערס (אקסלען = די זייטן פונעם שטראז) (פשי, א חידוש, שאולדערס מיינט אקסלען. אבער האט דאס עפעס מיט ראודס? אינטערעסאנט צו וויסן)
לענגאויס אן 'אינטערסטעיט' הייוועי איז נישט ערלויבט קיין 'גאז סטאנציע' (פרעגט מיך נישט וואס די שטרעכלעך באדייטן), און ווי אויך (אלע דריי פעלט טאקע אויס? אפשר וואלט איין "אדער" זיי געקענט איבערנעמען) סיי וואספארא אנדערע אקטיוויטעטן.
און דריקן דעם פּעדאַל ... טרעפט מען זיך אן טעגליך מיט ריזיגע 'פאטהאלס'
האוואי
פונעם 'אינדזשינער' (די שטרעכלעך העלפן נישט פארשטיין אז דא רעדט זיך פון אן אינזשעניר) ... ביז דער יעניגער וואס האלט דעם 'סלאו דאון' שילד


גלייבט מיר בנאמנות, איך האב נישט געברענגט נאך צענדליגער אדער הונדערטער אנדערע טעותים וואס איך האב באמערקט, ווערטער וואס שטימען נישט עפ"י כללי גראמאטיק אדער ווען עס וואלט געדארפט געשריבן ווערן אויף א מער קלארן און איינפאכן אופן, אויך האב איך כמעט נישט געברענגט קיין טעותים וואס האבן אויסגעקוקט ווי זיי זענען פשוט געשען צוליב'ן טייפן ("טייפּאוס), נאר כ'האב דא נאר געוואלט ברענגען די אויבנאויפיגע און פשוט'ע טעותים, וואס אויב דאס גייט אריבער דעם שרייבער און מגיה מדי שבוע בשבוע, איז עס ממש א פארברעך. מען דארף כאטש א פיצל שעצן דעם ליינער.
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

שמעק_טאביק האט געשריבן:או,אַה, (גוט געשריבן? כ'האב געלייגט א פתח הונטערן (אונטערן?) א'.. קומט נישט קיין קאמע?? מעג איך שרייבן צוויי "קוועשטאן מארקס"?? אדער "פראגע צייכנ'ס" -- אדער צייכענעס??) אוי וויי, כ'האב מורא צו שרייבן ווייטער, מי יצדק לפניך בדין....

איך גיב פולע גערעכט אויף אייער לאנגע אנאליז, נאר עטליכע קליינע הערות.

אין איין צייטונג פער וואך, ליגט מער חומר ווי אין א גראבע מעשה-בוכל וואס ווערט ארויסגעגעבן איינמאל אין 2 יאר און מגיה געווען 50 מאל. וכן, און אזוי אויך, עס ווערט נישט געשריבן דורך איין מענטש, נאר פילע מענטשן שיקן אריין זייערע באשרייבונגען כפי יכולתם, אסאך מאל אין די לעצטע מינוט, און עס איז שווער צו מגיה זיין מיט אזא פונקטליכקייט אין די ראש-אוערס, כ'מיין די גאר-פארנומענע שעה'ן, אדער שעות, אדער צייט, צייטן....



עס איז א גראבע מעשה ביכל, אבער יעדע פאר בלעטער האט אן אנדערער געשריבן. יעדער פאר זיך דארף בלויז א ביסל אכט געבן אויף זיין אייגענער שרייבעריי. דאס ביסל וואס בלייבט איבער, דארף מען דאך האבן א מגיה מומחה, וועלכער זאל כאפן און פאררעכטן דאס פארבליבענע.
שנית, יעדע צייטונג און אויסגאבע איז דיק און ווי א גראבע מעשה-בוך. און כ'גלייב שווער אז עס איז פאראן נאך וועלכע געפינען זיך אין אזא נידריגן מצב אין אלע הינזיכטן.
מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 274
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מגיה »

עס האט אויפגעריסן אומשעדליך אינעם מדבר
וואו ער האט געווינען (אפשר מיינסטו "געוואונען", לשון עבר?)
דערגעגן
סייענטיסט
די גאר שווערע רעגנס האט צוגעפירט צו עלעקטריציטעט קורצשלוסן
אינעם פאסיפיק אקעאן
עס איז א נאנ-סטאפ אפעראציע
צעביסלעך (צוביסלעך איז בעסער, אבער צעביסלעך איז אזא סארט גערעדעכץ)

אסאך מאל דארף מען קוקן אויפ'ן צוזאמשטעל פונעם זאץ, דעמאלט זעט מען בעסער ווי עס קלאפט עפעס נישט. אמאל קראצט עס פשוט און וואלט גרינג געקענט פארראכטן ווערן מיט א קליינעם שינוי און צומאל איז עס ממש אומפארשטענדליך.
געווינען, איז נאר בלשון הוה און עתיד
דערקעגן
וויסנשאפטלער
"צוגעפירט" איז עפעס נישט. "געברענגט" וואלט ווארשיינליך בעסער געווען. "קורצשלוסן" וואלט לכ' גענוג געווען אן "עלעקטריציטעט" (נאכאמאל, באמת וואלט מען געדארפט נאכקוקן דעם גאנצן ארום צו קענען בעסער אנאליזירן, אבער איך האב געשריבן לויט ווי איך האב געזען בשעת'ן לייענען.)
אינעם פאציפישן אקעאן
אנטשולדיגט, אבער "צעביסלעך" איז נישט קיין ווארט און אויך נישט אזא סארט גערעדעכץ. אויב ווילסט דוקא קענסטו אויך שרייבן "צעביסעלעך" אדער "צעביסלעכווייזעכץ", עס איז אויך אזא סארט גערעדעכץ, אבער עס איז אזא ווארט ניקס פאראן.

צו אייך הרב מגיה שטעלט זיך די פראגע: פון וואו האט איר גענומען דאס ווארט "נאכגעבעבלט"? ס'קלינגט נישט ווי א ריין אידיש ווארט, נאר נישט אייביג פאלט ביי פאר'ן שרייבער דעם ריכטיגן אידישן ווארט און מיבארגט זיך אן ענגלישן ווארט. ס'איז נישט עק וועלט.

בעבלען איז נישט קיין ריין אידיש ווארט? כ'דענק אז יא, אבער קען זיין אז נישט. און געדענק אז דא מעג איך שרייבן וויאזוי עס גלוסט מיר, ווייל קיינער האט מיך דא נישט געדונגען. וועסט מסתמא קענען טרעפן נאך טעותים אין מיין שרייבן, סיי ווייל איך קוק נישט איבער וואס איך שרייב און סיי ווייל איך לייג נישט קיין דגוש דערויף. ווער איז דען מקפיד צו שרייבן אין א בלאג עפ"י כללי הדקדוק?
ווען מ'בארגט זיך א ווארט פון ענגליש בשעת עס איז דא א באשטימטן ווארט דערפאר אין אידיש, אוי ווי עס איז עק וועלט. איבערהויפט נאך ווען ער אליין פארשטייט נישט געהעריג דעם ענגלישן ווארט, און דא קומט ער עס איבערגעבן פאר די לייענער, וועלכע צאלן געלט אים צו ליינען, פארשטיין, באקומען ידיעות און הנאה האבן.

גראדע האב איך געקלערט די וואך ארויף צו לייגן אפאר זאכן (פארשטייט זיך ווייט נישט אזא ליסט) וואס האט מיך געפערליך געקרענקט ביים ליינען. אבער נאך פאר איך האב געהאט א טשאנס איז די צייטונג פריצייטוג אומגעקומען.

אדרבא, ברענג. נאר אזוי.

'קומט אויך מיט א אל"ף ווייל אין דעם פאל מיינט עס, ווי מ'שרייבט אין ענגליש, under. הינטער'ן וואלט געמיינט behind.

למשל, "הינטער'ן טיר" שרייבט מען "behind the door"; "אונטער'ן טיש" -- "under the table".


ריכטיג

פשששש. אוי האסטו גוט געשריבן. אומגלויבליך.....(אמבעליוועבל) איז דאס אלעס פון איין וואך?

גלייבט מיר נישט; שלעפט אליין ארויס די צייטונגען.

איין זאך וויל איך נאר אנמערקן אז די סעמי-קאלאן ביי דיין ביישפיל, (עפעס רעדט מען דארט וועגן א סוד), לכאורה לפי קט שכלי קומט עס יא דארטן, אדרבה זיי מעיין דא, און זאג מיר צו עס איז נישט די זעלבע זאך.

וואס וואלט שלעכט געווען אויב דו לייענסט ווי פאלגענד: עס איז נישט קיין סוד, אבער ליידער איז דאס אויך נישט צו ווייט פון בגדר סוד (באמת דארף מען קוקן לויט די קאנטעקסט פון זיינע ווערטער, וואס די ווערטער אליין קלאפן עפעס בכלל נישט אזוי הונדערט פראצענט)

פארשטיינערט מיך נישט אבער איך וויל פרעגן א צענטראלע שאלה. "וועם גייט עס אן?" למעשה וואקסט אונטער א דור פון טוויטער/בלאגס/וועב זייטליך. אלעס לויפ אויף די ענגלישע שפראך און דאס ליינט מען.
וואס האט א שרייבער פון שוויצן און צושטעלן א פערפעקטן אידיש מיט אלע כללים? ווער גייט דאס אנערקענען? די עלטערע דור איז די מינאריטעט וואס נישט אלע ליינען אפילו די צייטונגען און אויב יא וועלן זיי זיך נישט לאזן הערן. די אינגערע דור אינטערעסירט עס נישט. אדרבה, פרעג דיין חבר (נישט אן אייוועלט מעמבער, דאס הייסט נישט איינער וואס האט א שטיקל געפיל צו שרייבן ליינען) צו ער באמערקט דאס אלעס. קיינמאל!
די מציאות איז אז מ'לערענט נישט היינט אין חדר קיין אידיש. די אינגע דור וואקסט אויף אן וויסן די כללים און זיי ווייסן ניטאמאל אז עפעס פעלט זיי. פארוואס האט איר טענות אויף די שרייבערס? אויב איז נישטא קיין פארלאנג דערפאר פארוואס זאל ער זיך מוטשען?


דער תירוץ איז, אז עס איז דאך טאקע הא בהא תלי'. דער וואס וואוינט אין אן ארימען שטעטל אין אפריקע און עסט קוים אמאל א שטיקל ברויט, וועט קיינמאל נישט פארלאנגען קיין פיצא. אויב מען שטעלט נישט צו קיין שטאף, פארלירט מען דעם טעם. און אזוי וואקסט טאקע אונטער א דור וואס עס אינטערעסירט זיי קנאפ. אבער עס איז נישט צו שפעט.
יא, אמת, אלע שרייען אז אונזערע ליינער זענען נישט אויף דער העכסטער דרגא און דער פארלאנג נאך א גוטע שרייבעריי איז גאר א קליינע. אבער קודם כל, זענען יא דא גענוג וואס פארשטיין יא, און דאס אליין אז מען שאצט זיי אונטער, איז א פארברעך. צווייטנס, זענען רוב אפשר נישט קיין גרויסע מבינים אויף שפראך, אבער ווען זיי ליינען א גוט שטיקל, שפירט יעדער דעם ספעציעלן טעם דערין. צו בארשט, דארף מען נישט קיין ציין. דריטנס, איז די סיבה פארוואס אזויפיל פארשטייען נישט צו גוטע געשרייבעכץ, איז דאך טאקע ווייל קיינער שטעלט עס נישט צו. דאס איז דאך איינע פון די צילן פון א צייטונג, צו ארויפברענגען דעם ליינער. אים ארויפטראגן צו א העכערן שטאפל, אויסלערנען נייע זאכן און געבן נייע געדאנקען. און נאכ'ן צושטעלן גוטע סחורה, נאך ווי זיי וועלן כאפן דעם טעם.
אבער דא האלט מען נאך ליידער נישט ביי צושטעלן עפעס ריכטיגע סחורה. אונזער עולם פארלאנגט ניטאמאל א ריכטיגער זשורנאליזם, ווייל זיי האבן עס זעלטן טועם געווען. נאר פשוט וואס מען שרייבט יא, זאל כאטש זיין געשריבן. מיר בעטן פשוט א צייטונג וואס איז נארמאל געשריבן, קלאר געשריבן, און אָן קיין [כאטש גראבע] טעותים.

איך בין אבער נישט אינגאנצן איינשטימיג מיט דיר, און טראצדעם וואס איך וואלט זיך געפריידט אז די צייטונגען זאלן זיין 'ריין' אידיש, אבער אז ס'פאלט אריין א ווארט ענגליש וואלט איך נאכנישט גע'פסל'ט דעם פאפיר וועגן דעם.

הלוואי מ'רעדט פון "אריינפאלן" אן ענגליש ווארט. און הלוואי דאס וואלט געווען די איינציגע פראבלעם. ווען האסטו דאס לעצטע מאל געזען עפעס א זאפטיגן ארטיקל מיט וואס האסט זיך באלעקט די פינגער? ווען האסטו דאס לעצטע מאל געזען א אידישן ארטיקל וואס דו האסט געלייענט מיט דארשט? ווען האסטו דאס לעצטע מאל געזען א גוט שטיקל זשורנאליזם אין די היימישע צייטונגען?
איך געדענק נאך ווען איך האב גערעדט מיט ר' חיים משה שטויבער ווען ער איז נאך געווען רעדאקטאר אין 'איד', האט מען גערעדט איבער די טאלאנט פון שרייבעריי אז נישט אלע זענען דערויף געמאכט געווארן. דאכט זיך אז מען קען רואיג זאגן אז צו זיין א שרייבער אין די צייטונגען היינט צוטאג (איך וואלט ארויסגעשריבן איין צייטונג וואס איז מפורסם מיטן אראפברענגען די ניווא פון אידיש שרייבעריי ממש עד התהום, אבער אין דעם שטרענגען אייוועלט ווייס איך שוין נישט וואס יא און וואס נישט) דארף מען נישט קענען שרייבן בכלל, און א גוטע ניינציג פראצענט פון די היימישע אידן קענען זיך ארויפארבעטן צו זיין גאר געלונגענע שרייבער אין די היינטצייטיגע בלעטער.

און אוטאמאטיש ווערן די ליינער צוגעוואוינט, און וויבאלד די פאר נארמאלערע און פארשטענדליכע ליינער איז נישט און אפשר קען נישט ארויסקומען מיט א פראטעסט איז שוין אזוי געווארן די נארמע אז מען שטאפט דעם עולם גולם מיט נארישקייטן און אפענע טפשות.


אזוי ווי איר זאגט.


טראץ וואס איר האט, קענטליך, אריינגעלייגט א היבשע ארבעט אין אייערע תגובות; איז דא א שטארקע מקום מחולק צו זיין מיט ,כאטש, טייל פון אייערע קאמענטארן. האב איך אבער נישט די צייט און געדולד זיי דורכצוגיין אחת לאחת. אבער איך וויל דאך פארט מיט אייך פירן פאלעמיק, טא ביטע שרייבט עטוואס קורצערע תגובות, ליתן רווח בין הפרקים, וועט מיר גרינגער זיין דאס מגיב זיין.


דארפסט נישט דורכגיין אלע, קענסט אנהייבן צוביסלעך. ברענג קודם איינס, דערנאך נאך איינס, וועלן מיר ערגעץ אנקומען.
אגב, כ'מיין חלילה גארנישט פערזענליך, אבער איך האף אז איר גייט נישט טענה'ן אבי אין דער וועלט אריין. ווייל אין אייערע צוויי געשריבענע שורות זענען דא ארום צען גרייזן... (ווי למשל דאס וואס מען האט דא פריער גערעדט פון סעמי-קאלאנס (פינטל-קאמע), איז דא געווען א גוטער ביישפיל ווי עס איז זיכער "נישט" אריינגעקומען.)
שטארק זיך
שר שבעת אלפים
תגובות: 7764
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 28, 2009 8:23 pm
לאקאציע: ביים נעקסטן שטאפל

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שטארק זיך »

אפשר וועלן מיר אנהייבן צוביסלעך,

איבער מיינע גרייזן, דארפט זיי מיר נישט אנצייגן, איך קען עס טוהן אנשטאט דיר...
וועסט זיך באקענען מיט דאס געבלאגעראציע דא וועסטו פארשטיין.
לעת עתה האלט איך נישט ביים לעבן מיט די דאגה אז הרב המגיה דרייט זיך דא און מען דארף וואטשן וויאזוי מען שרייבט.
דער פראבלעם איז קיינמאל דער פראבלעם!
עס איז וואס ליגט אונטערן פראבלעם.
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

אלטע אויסגעדראשענע טעמע בין כותלי קרעטשמתינו, ווי מאשקע האט שוין צוגעצייכנט.

דער חורבן וואקסט וועכענטליך, לדוגמא, איז פארהאן עמיצער (נאמען געהיט אין רעדאקציע) וואס איז לעצטענס אקטיוו אין געוויסע אונטערנעמונגען לטובת הכלל, ער שטייט בראש פון א זעלבסט געגרינדעטע ארגענעזאציע בשם 'שמורה מעולה' וואס שטעלט אהער טעלעפאן-קאנפרענצן בעניני חינוך והמסתעף.

דאס גייט נאך מיט, האט ער לעצטענס א פלוג-בלעטל וואס איז אויך א חלק פון א נייעס ארטיקל אין פארשידענע צייטונגען, דאס קעפל ליינט זיך בערך אזוי 'הונדערטער משפחות 'נתחזק' פון וועכענטליכע קאנפרענצן'.

יעדערער וואס קען איין ווארט לשה"ק ווייסט וואספארא גראבע עם-הארצות דאס איז, מיר שרייען 'חזק חזק ונתחזק' אז מיר וועלן ווערן מחוזק בל' עתיד און דער אנאלפאבעטניק נוצט דאס ווי א לשון עבר, און דאס איז בלויז אינעם קעפל, דער ארטיקל שפעטער און אזוי אויך אלע אדווערטייזמענטס ארום דעם זענען מלא וגדוש מיט טעותים, גראבע און פעטע וואס גריזשעט אין די אויערן און שווינדעלט פאר די אויגען, ואין מי שיגדור גדר.

וואס האב איך נאך צו וויינען, אידישע ליטעראטור איז בשפל המצב, פני השרייבערס כפני הכלב, די היינטיגע צייטונגס שרייבערס קענען נישט דאס מינדענסטע, פארשטיין ניטאמאל ווען מ'קריטיקירט זיי, ווייסען נישט וואס פעלט זיי, און אפי' מיין באליבטע 'די צייטונג' וואס פלעגט אמאל זיין מער עמפינדליך איבער טעותים איז שוין היינט אויך פיל מיט גרייזן, סיי אין אויסלייג ווי אויך אין גראמאטיק, ועל כולם אין 'חומר' מ'נעמט היינט שרייבערס וואס 'קאפי/פעיסטען' אן האבן א פיצינקע אהנונג איבער וועם און וואס זיי שרייבען, מאכען נישט די מינימום 'ריסערטש' איבער א פערזאן, פלאץ אדער זאך וואס זיי זעצן איבער/שרייבען, ס'א חורבן וואס מ'קען נישט באשרייבען.

לייג צו די אלע דערמאנטע פראבלעמען, די בילדער-העפטליך וואס ערשיינען וועכנטליך מיט די אלע קאלירטע בעקיטשעס, און עס וואקסט אויף א דור פון אנאלפאבעטן, אידישע קינדער דער 'עם הספר' וואקסן אויף ווי פאראזיטען און צוגיינער מ'פיטערט אונזערע קינדער מיט 'בילדער' וגם כי יזקין לא יסור ממנה, מ'זעהט 'טאטעס' דורכקוקען וועכנטליך די מיטלסטעט בלעטער פון '........' ווי אן עלעפאנט שפאצירט און א פייגל עסט, א פערד לויפט און א הויז געמאכט פון שוועבל, נאכדעם מישט ער צו די בילדער פון די האצעפלאצער חתונה און צו יעהופיצער בר-מצוה ווי אלע רבי'ס פון מעקסיקא האבן געוואונשען מז"ט מיט א פרישע בעקיטשע און א נייע זילבערנע שטעקן.

מ'קען שרייבען און שרייבען, וויינען און קייכען אבער ליידער אויף טויבע אויערן, נחר גרוני פון אזויפיל וויינען, וואך איין וואך אויס.
שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 996
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שאלת_חכם »

משיח דארף שוין קומען
שאלת חכם חצי נחמה
אוועטאר
בחורהזעצער
שר חמש מאות
תגובות: 960
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יאנואר 16, 2011 9:54 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך בחורהזעצער »

מיללער; אפשר זאל מען צוריק אויפרישן די אידישע וועלט צייטונג, אפשר וועט עס אויף טוהן אין דעם געביט?
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27043
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

בחורהזעצער האט געשריבן:מיללער; אפשר זאל מען צוריק אויפרישן די אידישע וועלט צייטונג, אפשר וועט עס אויף טוהן אין דעם געביט?


איך ווייס נישט וואס דאס איז אבער דאס איז זיכער לויט ווי איך הער פון מומחים, אז עס איז נישט פארהאן קיין גרויסע נאכפראגע אויף אוטענטישע און קלאסישע אידישע ליטעראטור פון א גוטע קוואליטעט, עולם גולם איז מסכים צו אלעמען וואס מ'פיטערט.

(משא"כ בענגליש או לשה"ק/עברית יש אינטלקטואלים ברמה יותר גבוהה והדברים ארוכים, יגעים ומייגעים, עתיקין ומיותרין ודי ודו"ק)
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”