קול מבשר תשעה באב פראגראם

די אחראים: אחראי, געלעגער

פארבינדן
שר האלפיים
תגובות: 2422
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 18, 2015 6:44 pm

תשעה באב פראגראם תשע"ו

תגובהדורך פארבינדן » זונטאג אוגוסט 14, 2016 1:27 pm

1:00 - היסטארישע קאנפרענס מיט 3 זקינים וואס זענען איינציגסטע אויף די וועלט וואס זענען ארויסגעראטעוועט געווארן פון די גאז קאמערן הארט פארן פארגאזן: ר' חיים הערש שווימער, ר' וואלוויש גרינואלד, ר' הערשל הערשקאוויטש פון לאנדאן

2:00 - הרב שאול קליין, זיין בליק איבער די געפאר פון די בלוטיגע אייסיס טעראר גרופע, וואס האט זיך דער דייטשע סאלדאט נישט מוחל געווען, צו מ'דארף מורא האבן פון א פרישע וועלט מלחמה

3:30 - אינטערוויוס מיט לאנגיעריגע הצלה וואלאנטירן איבער זעלטענע גאר שווערע סצענעס וואס האט זיי בארירט ביז טרערן

4:30 - אפהאנדלונג, באגלייט מיט אינטערוויוס און שמועסן, איבער די לעצטע אויפשטייג פון ראדיקאלע טעראריזם אין אייראפע, די פולע קרבנות וואס עס האט שוין געקאסט, און איבער די געפאר וואס עס שטעלט פאר די אידישע וועלט

5:30 - די ביטערע צרה וואס האט געדראעט אויף די אידישע ישוב אין ארץ ישראל ווען די מיליטער פון היטלער ימ"ש האט זיך דערנענטער צום גרעניץפון א"י און מען איז געראטעוועט געוואן בדרך נס

6:30 - פרשת ילדי תימן, און די פרישע אויפדעקונגען וואס האבן לעצטענס אויפגערודערט א"י

8:00 - דראמאטישע אינטערעסאנטע מעשיות פון שדים און מזיקים אמאל און היינט

צו מיט האלטן די לייוו פראגראם דריקט 8-1-1 פון די מעין מעניו, ווען א אינטערוויו ענדיגט זיך קען מען עס הערן ביי די "קול מבשר ארכיוון אפטיילונג" אויף 8-8 פון די מעין מעניו
לעצט פאראכטן דורך פארבינדן אום זונטאג אוגוסט 14, 2016 1:41 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.
פאר קריטיק דריקט דא

אוועטאר
עקבי הצאן
שר האלפיים
תגובות: 2614
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 14, 2013 11:44 am

תגובהדורך עקבי הצאן » זונטאג אוגוסט 14, 2016 1:36 pm

יישר כח
אם לא תדעי לך היפה בנשים צאי לך בעקבי הצאן: התבונני בדרכי אבותיך הראשונים שקבלו תורתי ושמרו משמרתי ומצותי ולכי בדרכיהם, (רש"י שיר השירים).

אוועטאר
געשמאקער
שר האלף
תגובות: 1475
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 10, 2008 7:27 pm
לאקאציע: נישט צום געפונען

תגובהדורך געשמאקער » זונטאג אוגוסט 14, 2016 1:43 pm

שכח
מיט דעם אלעם, א שמייכעל קענסט די נאך אלץ געבען ....

קויפט איר אויף איבעי? ביטע ניצט דעם לונק.
זה נהנה וזה לא חסר

הרב החסיד
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2016 12:07 am

תגובהדורך הרב החסיד » זונטאג אוגוסט 14, 2016 9:05 pm

יאפ פארפאלן, רבי שאול האט אונז ווידעראמאל איבערראשט. אוי זאגט ער גוט..

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4281
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » זונטאג אוגוסט 14, 2016 11:02 pm

האט דער רב קליין געמאכט א דשאב, איך קען נישט צו זיך קימען, איך האב זיך אלץ געהאט געווינדערט אויף די זאכן וואס ער געט פארשטיין וועגן די פארשאלטענע נאצי'ס, איך האלט נאך מער אנהויב אבער וויפיל איך האב שוין געהערט איז עס צודרייט צו ווערן.

להוסיף
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 1:50 pm

תגובהדורך להוסיף » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 11:45 am

8:00 - דראמאטישע אינטערעסאנטע מעשיות פון שדים און מזיקים אמאל און היינט

דער שעה איז געוען ארויסגעווארפן, עכ"פ לדעתי. עס איז געמארקעט געווארן אלס "שדים אמאל און היינט". געמיינט אז מען וועט הערן מעשה'ס פון שדים אין די קאנטריס.. זילטש, זערא. אפאר מעשה'ס פון מדרשים און ספר חסידים פון זאכן מקדמת דנא.

אויסגעהערט הרב שאול קליין. קיין ווערטער. מורא'דיג.

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:09 pm

אויסגעלאזט:

5:00 די אויפשטאנד אין ווארשעווער געטא. (דורך?)

---
דאס איז געווען די איינציגע זאך וואס איך האב געהערט, ס'געווען גאנץ אינטערסאנט. איך האב שוין לאנג געזוכט ווי מ'קען זעהן די גאנצע זאך באשריבן פון אנפאנג ביזן סוף.
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
טשעירמאן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 327
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יוני 24, 2013 12:24 pm
לאקאציע: אויפן באלעמער

תגובהדורך טשעירמאן » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:12 pm

אמביציע האט געשריבן:האט דער רב קליין געמאכט א דשאב, איך קען נישט צו זיך קימען, איך האב זיך אלץ געהאט געווינדערט אויף די זאכן וואס ער געט פארשטיין וועגן די פארשאלטענע נאצי'ס, איך האלט נאך מער אנהויב אבער וויפיל איך האב שוין געהערט איז עס צודרייט צו ווערן.

איך שטים צו יעדעס ווארט נאך מער יעדעס איינציגע מאל וואס איך שטויס מיך אן מיט ר' שאול קליין+צווייטע וועלט מלחמה, בין איך קיינמאל נישט געבליבען אנטוישט יעדעס מאל עפעס א טוויסט א חידוש עפעס אן אומאקאנטע נקודה איבערען פארוויקעלטען אנגעווייטאגטען תקופה, זאלעס זיין אין זיין קאלום אין די צייטונג, אדער סיי וואספארא אונטערוויא אויף קאלמע, פלאי פלאים!!!

אור
שר האלף
תגובות: 1834
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 14, 2011 12:20 pm

תגובהדורך אור » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:53 pm

[quote="וואוילע שעפעלע"]5:00 די אויפשטאנד אין ווארשעווער געטא. (דורך?)
זאגט זייער פיין
מי זה ?
איז ער א נייע קול אויף קול מבשר?

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 12:56 pm

רעגלמעסיג אויף קולמע איז ער זיכער נישט.
איך האב אים נאך קיינמאל געהערט
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25644
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:53 pm

הרב החסיד האט געשריבן:יאפ פארפאלן, רבי שאול האט אונז ווידעראמאל איבערראשט. אוי זאגט ער גוט..

וואו קען מען איבערהערן דעם שמועס פון רבי שאול זז"ג?

יענקל פאטאש
שר האלף
תגובות: 1088
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 08, 2012 6:59 pm

תגובהדורך יענקל פאטאש » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 1:55 pm

מיללער האט געשריבן:וואו קען מען איבערהערן דעם שמועס פון רבי שאול זז"ג?

קול מבשר 8 - 8 - 107

אוועטאר
וואוילע שעפעלע
שר ששת אלפים
תגובות: 6175
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 24, 2015 2:17 pm
לאקאציע: אין שטאל

תגובהדורך וואוילע שעפעלע » מאנטאג אוגוסט 15, 2016 2:01 pm

אגב, ס'איז דא א ספעציעלע אשכול פאר ר'שאול קליין'ס תשעה באב שמועסן

http://www.ivelt.com/forum/viewtopic.php?f=63&t=27456
"וואס איר זעהט און הערט אויף טעלעוויזיע איז נישט אלעמאל וואס האט עכט פאסירט" (טראמפ - יולי 2018)

הרב החסיד
שר העשר
תגובות: 24
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 14, 2016 12:07 am

תגובהדורך הרב החסיד » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:00 am

וואס זאל איך אייך זאגן ר' שאול איז טאקע ממש געוואלדיג (עמיצער האט זיך מיר אויסגעדריקט ר' שאול מעיק מיי תשעה באב) די שפעטערדיגע בעלי דרשנים אבער (אן דערמאנען קיין נעמען) האבן צו מיין גרויס באדויער גערעדט פון פאפיר ארויס וואס דאס האט מיר געצווינגען זאפארט אויפצוהענגען די פאון, מילא מ'זאגט פון צעטיל ארויס, נו איין עבירה, אבער פארוואס קיקט מען נישט איבער דעם צעטיל איידערן רעדן.?

אוועטאר
יוראפ
שר עשרת אלפים
תגובות: 17255
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 18, 2011 12:16 pm
לאקאציע: על אדמת נכר

תגובהדורך יוראפ » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:03 am

נייגעריג וואס מיינט/אפטייטש לייוו?
יישכ"ח

חסדי אבות
שר חמש מאות
תגובות: 614
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 15, 2013 1:49 pm

תגובהדורך חסדי אבות » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 12:25 am

להוסיף האט געשריבן:8:00 - דראמאטישע אינטערעסאנטע מעשיות פון שדים און מזיקים אמאל און היינט

דער שעה איז געוען ארויסגעווארפן, עכ"פ לדעתי. עס איז געמארקעט געווארן אלס "שדים אמאל און היינט". געמיינט אז מען וועט הערן מעשה'ס פון שדים אין די קאנטריס.. זילטש, זערא. אפאר מעשה'ס פון מדרשים און ספר חסידים פון זאכן מקדמת דנא.

אויסגעהערט הרב שאול קליין. קיין ווערטער. מורא'דיג.


איך האב גראדע יא הנאה געהאט פון יענע שעה, טאקע נישט קיין חידושים, אבער שיינע מעשה'לעך וואס איז אלעמאל גוט צו הערן.

להוסיף
שר מאה
תגובות: 183
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 26, 2015 1:50 pm

תגובהדורך להוסיף » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:19 am

8:00 - דראמאטישע אינטערעסאנטע מעשיות פון שדים און מזיקים אמאל און היינט


דאס האט מיך פארפירט. וואס ווען ווי היינט?? אלטע מעשה'לעך, דערציילט ווי ביי "תפארת יונה" חדר.

מגיה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 273
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 23, 2011 4:48 pm

תגובהדורך מגיה » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 10:55 pm

ווען איך האב געהערט אז ר' שאול קליין איז אויף די תשעה באב מעניו, האב איך געוואוסט אז איין שעה וועל איך האבן פיינע מטעמים. און ער האט נישט אנטוישט, איך בין זאט געווארן.

א פיינע מענטש
שר חמש מאות
תגובות: 539
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 09, 2014 3:58 pm

ווארשעווער געטא

תגובהדורך א פיינע מענטש » דינסטאג אוגוסט 16, 2016 11:26 pm

איינער פון די בעלי דרשנים האבן גערעדט וועגן די אויפשטאנד, כאילו עס איז א שאלה צו עס איז געווען אויסגעהאלטן עפ"י דעת תורה,
ווייסט איינער צו ר' מיכאל בער ווייסמאנדל רעדט ערגעץ פון דעם ?
כמדומה לי אז ער שרייבט ערגעץ אז דאס איז געווען א ריין ציוניסטישע אידאלאגיע,

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4281
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:27 am

א פיינע מענטש האט געשריבן:איינער פון די בעלי דרשנים האבן גערעדט וועגן די אויפשטאנד, כאילו עס איז א שאלה צו עס איז געווען אויסגעהאלטן עפ"י דעת תורה,
ווייסט איינער צו ר' מיכאל בער ווייסמאנדל רעדט ערגעץ פון דעם ?
כמדומה לי אז ער שרייבט ערגעץ אז דאס איז געווען א ריין ציוניסטישע אידאלאגיע,

מ'קען אויפנעמען הינדרעטער פעדשעס אויף דעם טאפיק, יעדער שלעפט דעם שטריק אן אנדערע זייט. איינער זאגט ר' מנחם זעמבא איינער זאגט ר' מיכאל בער.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:39 am

א פיינע מענטש האט געשריבן:איינער פון די בעלי דרשנים האבן גערעדט וועגן די אויפשטאנד, כאילו עס איז א שאלה צו עס איז געווען אויסגעהאלטן עפ"י דעת תורה,
ווייסט איינער צו ר' מיכאל בער ווייסמאנדל רעדט ערגעץ פון דעם ?
כמדומה לי אז ער שרייבט ערגעץ אז דאס איז געווען א ריין ציוניסטישע אידאלאגיע,

איך מיין אז דער פראבלעם איז נישט אזוי ווייט דאס זיך קעגנשטעלן די דייטשען, הבא להרגך השכם להרגו גייט רואיג אן ביי די דייטשען אויך.

דער גרעסערער פראבלעם איז אז עס האט נישט געהאט קיין שום טשאנס פאר הצלחה און עס האט נאר פארשנעלערט די טויט פון די אידן. (פאר געוויסע איז אבער גווען וויכטיגער צו שטארבן ווי העלדען נישט קיין חילוק צו מען גייט ראטעווען. ואכמ"ל).

אמביציע
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4281
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג אוגוסט 13, 2015 9:48 pm

תגובהדורך אמביציע » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 12:49 am

היימישער אינגערמאן האט געשריבן:
א פיינע מענטש האט געשריבן:איינער פון די בעלי דרשנים האבן גערעדט וועגן די אויפשטאנד, כאילו עס איז א שאלה צו עס איז געווען אויסגעהאלטן עפ"י דעת תורה,
ווייסט איינער צו ר' מיכאל בער ווייסמאנדל רעדט ערגעץ פון דעם ?
כמדומה לי אז ער שרייבט ערגעץ אז דאס איז געווען א ריין ציוניסטישע אידאלאגיע,

איך מיין אז דער פראבלעם איז נישט אזוי ווייט דאס זיך קעגנשטעלן די דייטשען, הבא להרגך השכם להרגו גייט רואיג אן ביי די דייטשען אויך.

דער גרעסערער פראבלעם איז אז עס האט נישט געהאט קיין שום טשאנס פאר הצלחה און עס האט נאר פארשנעלערט די טויט פון די אידן. (פאר געוויסע איז אבער גווען וויכטיגער צו שטארבן ווי העלדען נישט קיין חילוק צו מען גייט ראטעווען. ואכמ"ל).

מ'האט זיי געדארפט פירן קיין אויפשוויץ אין די טעג ארום די אויפשטאנד און פארדעם האבן זיי דאן געמאכט די אויפשטאנד, סאו איך מיין אז זיי האבן נישט פארשנעלערט זייער טויט, קען גאר זיין אז זיי האבן עס פארלענגערט, איך ווייס נישט, אבער קען זיין.

היימישער אינגערמאן
שר חמשת אלפים
תגובות: 5387
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 06, 2015 6:18 pm

תגובהדורך היימישער אינגערמאן » מיטוואך אוגוסט 17, 2016 1:10 am

מיט בונקערס און ארויסשמוגלען אין וואלד האבן זיך טויזענטער טויזענטער אידן געראטעוועט כידוע. פילייכט איז עס נישט אזוי העראיש ווי אן אויפשטאנד. ואכמ"ל

אוועטאר
moishy56
שר ששת אלפים
תגובות: 6292
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 10, 2013 6:36 am

תגובהדורך moishy56 » פרייטאג אוגוסט 09, 2019 9:58 am

קול מבשר תשעה באב פראגראם
תשע"ט

fffffff.JPG
fffffff.JPG (120.56 KiB) געזעהן 489 מאל

נאר מיט שמחה
שר חמישים ומאתים
תגובות: 319
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 08, 2017 10:04 am

תגובהדורך נאר מיט שמחה » מאנטאג אוגוסט 12, 2019 2:53 pm

געליינט האב איך פון איינער וואס איז דארט געווען, טענה'ט ער אז סי' געווען א קינדערישע זאך, אפאר צוהיצטע בחורים וואס האבן געהאט אפאר שפילערייען און מיט דעם געוואלט געווינען, ער האלט אז קיין ערליכער איד האט נישט געהאלטן דעמאלט'ס אז מ'דארף עס טוהן...


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט