'דער אוצר' - מאנאט'ליכע צייטשריפט

די אחראים: אחראי, געלעגער

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

'דער אוצר' - מאנאט'ליכע צייטשריפט

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג יולי 10, 2011 10:49 pm

דעם פארגאנגענע פרייטאג איז אנגעקומען איינע פון די צעטעלך פון קרית יואל האמיר געזען עדווערטייזט א אויסגאבע 'דער אוצר'. אויפן דעקל שטייט אז ס'איז שוין די צווייטע יארגאנג. אונטערסאנט אז זיי שיקן דאס נישט צו די געשעפטן אלל אווער. אין מיין געשעפט האביך עס קיינמאל נישט געזען.

אלענפאלס כ'האב געזוכט דא אינישט געטראפן קיין אשכול דערפון, אויב איינער האט מער אינפא דערוועגן איז מכובד מיטצוטיילן. (דעם בוך אליינס האביך דערווייל נישט געשאפט) עס וואלט געווען אונטערסאנט צו הערן מה טובו פון דעם.

און אוואדי אויב איינער האט אינסייד אינפא דארטן פארוואס מען זעהט עס ניש אין די געשעפטן ווערט אויך געבעטן עס מיטצוטיילן...
לעצט פאראכטן דורך לאז געמאכט אום מאנטאג יולי 11, 2011 10:40 pm, מאל פאראכטן געווארן 1 סך הכל.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » זונטאג יולי 10, 2011 10:55 pm

image
צוגעלייגטע
IMG00249-20110710-0008.jpg

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » זונטאג יולי 10, 2011 11:52 pm

דער אוצר ווער ארויסגעגעבן דורך תלמידי וחסידי סאטמר (בני יואל) קרית יואל
עס פלעגט ארויסקומען די לעצטע צוויי יאר אויף א קליינעם פארמאט אין די לעצטע חודש האבן זיי זיך פאברייטערט צו א פולע אויסגאבע א שטייגער ווי אוצרות, מעלות
עס זעהט אויס גאנץ א גוטע ארבייט
איך ווייס נישט פארוואס יגעתי האלט אז השתיקה יפה אין ווי איינער האט שוין געשריבען אין די אוצרות אשכול (שוין געמעקט געווארן) אז מ'מעג שוין אויפהערן צו קריטיקירען יעדע פראקציע האט ב"ה אייגענע שרייבערס אין היסטאריקערס ואדרבה יעדער זאל עקסטער שרייבן ס'זאל זיין א קנאת סופרים
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג יולי 11, 2011 9:26 am

לויט ווי ים זאגט שטימט שוין אלעס. די צווייטע יארגאנג רעדט זיך פון א פנימי אויסגאבע, הערשט יעצט אפעלירן זיי צו די ברייטע גאס, שטימט?
אגב נעכטן דורכגעקוקט אלע אויסגאבע'ס אין געשעפט ס'איז נאך אלץ נישט דא צום האבן דאהי.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג יולי 11, 2011 9:49 am

איך האב דאס באמערקט עטליכע וואכן צוריק אין "תלפיות" ספרים געשעפט.

באמערקונגען: שתיקה יפה...

אוועטאר
ליינער
שר האלף
תגובות: 1602
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג יולי 13, 2009 9:20 am
לאקאציע: אינעם עולם הליין מאטריאל

תגובהדורך ליינער » מאנטאג יולי 11, 2011 10:09 am

עס פלעגט ביז יעצט ארומגיין אויף די פאסט פאר אלע תושבי קרית יואל יעצט האבן זיי עס אנגעפאנגען צו פארקויפן ביי די מקוה אידן פון די סאטמארע שוהל'ן (מהרז"ל)
נישט נאר א ליינער בין איך נאר שרייבן קען איך אויך

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » מאנטאג יולי 11, 2011 10:11 am

אין קרית יואל קען מען עס באקומען ביי די מקוה אידן פון בני יואל און מהרז"ל.

אויך קען מען עס באקומען ביי היימאן'ס גראסערי, דאכט זיך אויך ביי וויינשטאק'ס.

בשמים
שר חמישים ומאתים
תגובות: 356
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 12, 2011 12:12 am

תגובהדורך בשמים » מאנטאג יולי 11, 2011 10:12 am

ליינער האט געשריבן:עס פלעגט ביז יעצט ארומגיין אויף די פאסט פאר אלע תושבי קרית יואל יעצט האבן זיי עס אנגעפאנגען צו פארקויפן ביי די מקוה אידן פון די סאטמארע שוהל'ן (מהרז"ל)

עס פלעגט געשיקט ווערן אויך קיין ווילי, און קיין בארא פארק, פאר די מענטשן וואס שטיצן און זענען אנהענגער פון זייער קרייז.

שאלת_חכם
שר חמש מאות
תגובות: 995
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 06, 2011 4:46 pm

תגובהדורך שאלת_חכם » מאנטאג יולי 11, 2011 11:32 am

איך האבעס באקומען אפאר מאל אפילו איך בין נישט קיין שטיצער און נישט קיין אנהענגער
שאלת חכם חצי נחמה

אוועטאר
שאץ מאץ
שר האלפיים
תגובות: 2885
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מאי 15, 2008 5:01 pm
לאקאציע: איבעראל
פארבינד זיך:

תגובהדורך שאץ מאץ » מאנטאג יולי 11, 2011 8:27 pm

ס'איז מיר געוועהן אינטרעסאנסט אין דער גליון לחודש אייר איז אויפן דעקל געוועהן א בילד פונעם רמ"א שול אין קראקא, אנדערשט ווי רוב אויסגאבעס וואס זיכן חודש אייר צו לייגן א בילד פון מירון, אבער לשיטתם איז פארן קיין מירון זייער א הארבע זאך, דעריבער האבן זיי אהין געלייגט דעם רמ"א שול אויפן פראנט דעקל,
גאנץ א אינטרעסאנטע איידיע,

איך האב עס דורך געליינט מ'זעהט נאך אלץ אז ס'איז היפש פנימי'דיג, ווען א האלבע גליון איז לאקאלע נייעס'ן פון שיעורי תורה און מסיבות אינערהאלב דעם קרייז,
לויט זיין עדעטאריעל איז ערווארטעט אז דער גליון זאלן ווערן מפורסם און פאבליצירט אין די קומענדיגע חדשים אויף א גרעסערע אופן, עיי"ש,

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » מאנטאג יולי 18, 2011 7:06 pm

פופציג תגובות זענען נעלם געווארן ווי אין וואסער אריין... דאס קומט אויס צו זיין בערך דריי און אכציג פראצענט פונעם אשכול...
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג יולי 18, 2011 8:00 pm

הערטס אויף! נישט אין מיין אשכול! ווער ס'וויל ניש רעדן פון דעם זאל איבערהיפן דעם אשכול און גיין געזונטערהייט, וואס פאר א שמועס אידאס מען קומט אהער דעם קאפ פארדרייען?!.
:x :x

אמשטרדם
שר מאה
תגובות: 119
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוקטובער 05, 2010 11:54 am

תגובהדורך אמשטרדם » מיטוואך יולי 20, 2011 9:43 pm

שאץ מאץ האט געשריבן:ס'איז מיר געוועהן אינטרעסאנסט אין דער גליון לחודש אייר איז אויפן דעקל געוועהן א בילד פונעם רמ"א שול אין קראקא, אנדערשט ווי רוב אויסגאבעס וואס זיכן חודש אייר צו לייגן א בילד פון מירון, אבער לשיטתם איז פארן קיין מירון זייער א הארבע זאך, דעריבער האבן זיי אהין געלייגט דעם רמ"א שול אויפן פראנט דעקל,
גאנץ א אינטרעסאנטע איידיע,

איך האב עס דורך געליינט מ'זעהט נאך אלץ אז ס'איז היפש פנימי'דיג, ווען א האלבע גליון איז לאקאלע נייעס'ן פון שיעורי תורה און מסיבות אינערהאלב דעם קרייז,
לויט זיין עדעטאריעל איז ערווארטעט אז דער גליון זאלן ווערן מפורסם און פאבליצירט אין די קומענדיגע חדשים אויף א גרעסערע אופן, עיי"ש,


וואס הייסט לשיטתם, ביי אלע סאטמארע חסידים איז פארן אויף מירון סתם אזוי, נישט לכתחילה (אפשר נישט זייער א הארבע זאך, אבער עכ''פ נישט איי איי איי), ווי איך דענק האט מהר''א געהאלטן אמאל א שארפע דרשה דערקעגן
וישתדל ברוב אוהבים, שאין לך אוהב שאין לו מקום, ובמשלי הערב אמרו, אל ימעט בעיניך שונא אחד, ואל ירבו בעיניך אלף אוהבים (מאירי, סנהדרין מ''ה)

אוועטאר
יאסל
שר האלפיים
תגובות: 2866
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג דעצמבער 16, 2007 6:40 pm

תגובהדורך יאסל » מיטוואך יולי 27, 2011 3:38 pm

אמשטרדם האט געשריבן:
שאץ מאץ האט געשריבן:ס'איז מיר געוועהן אינטרעסאנסט אין דער גליון לחודש אייר איז אויפן דעקל געוועהן א בילד פונעם רמ"א שול אין קראקא, אנדערשט ווי רוב אויסגאבעס וואס זיכן חודש אייר צו לייגן א בילד פון מירון, אבער לשיטתם איז פארן קיין מירון זייער א הארבע זאך, דעריבער האבן זיי אהין געלייגט דעם רמ"א שול אויפן פראנט דעקל,
גאנץ א אינטרעסאנטע איידיע,

איך האב עס דורך געליינט מ'זעהט נאך אלץ אז ס'איז היפש פנימי'דיג, ווען א האלבע גליון איז לאקאלע נייעס'ן פון שיעורי תורה און מסיבות אינערהאלב דעם קרייז,
לויט זיין עדעטאריעל איז ערווארטעט אז דער גליון זאלן ווערן מפורסם און פאבליצירט אין די קומענדיגע חדשים אויף א גרעסערע אופן, עיי"ש,


וואס הייסט לשיטתם, ביי אלע סאטמארע חסידים איז פארן אויף מירון סתם אזוי, נישט לכתחילה (אפשר נישט זייער א הארבע זאך, אבער עכ''פ נישט איי איי איי), ווי איך דענק האט מהר''א געהאלטן אמאל א שארפע דרשה דערקעגן

יאפ, מהר"א שליט"א אויב איז עס נאר פארן קיין מירון נישט ארום טורן דאס לאנד האלט אז סאיז נישט קיין פראבלעים דאס פארן

אוועטאר
ים רויבער
שר האלף
תגובות: 1927
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 2:13 pm

תגובהדורך ים רויבער » מאנטאג אוגוסט 08, 2011 5:24 pm

איך האב יעצט געכאפט א בליק אין "דער אוצר" פון חודש אב גאנץ א פיינע ארבעט צווישן אנדערע איז זייער א שיינע שילדערונג איבער דער משיח שקר "בן כוזיבא" דער שרייבער האט געמאכט א מייסטער ליקוט איבער יענע היסטארישע תקופה אין פארשטייט זיך פארענדיקט מיט א "ממשנתו של רבינו" א ליקוט פון רביה"ק איבער בן כוזיבא אין ר' עקיבא
נאר איין זאך ווען ער הערט מיר אויס וואלט איך אים געזאגט אז ער זאל ארויסנעמען די עטליכע בלעטער באריכטען אינערהאלב די קהילה וכו'
כא כא כא האבן זיך די רויבער צולאכט (מנחם מענדל)
pirate.ivelt@gmail.com

דעפרעסט
שר חמש מאות
תגובות: 899
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 27, 2011 2:51 pm

תגובהדורך דעפרעסט » מיטוואך אוגוסט 10, 2011 12:48 pm

דער בר כוכבא ארטיקל איז טאקע גאנץ גוט, דער פראבלעם איז אבער אז ס'איז נאר די איין ארטיקל וואס איז ליינבאר, במילא טראכט מען 2 מאל פאר מ'ספענט די 6 דאלער (אויך א נייע ערשיינונג דעם חודש). קוקט אויס ווי זייער א ארימע שטאב, וואס קען נישט צופיל אויפאמאל.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 11:12 pm

א מין מאדנע עפיזאד ליין איך דא אין 'דער אוצר', זיי פארציילן אז דער רבי זי"ע איז אמאל געפארן פון שעראן ספרינג'ס קיין סאראטאגע צו גיין אין מקוה פרייטאג פארן זמן. אויפן וועג צוריק איז געווען א שווערע טראפיק צוליב א עקסידענט. נאך א שטיק צייט ווען ס'איז געווארן שפעט האט דער רבי זי"ע געזאגט אז אויף די אנדערע זייט איז לעהר דער וועג און געהייסן דעם דרייווער פארן דארט אויף די פארקערטע ריכטונג. וכן טאקע ער איז געפארן קייגן די שטראם און אנגעקומען שנעל און גרינג אן קיין שום פראבלעם. זכותו הגדול יגן עלינו.

נ.ב. כ'גלייב שווער די מעשה, סיידן אמאל איז אנדערש געווען די צושטאנד פון די הייוועי'ס...
----

אונטערסאנט ביי די בריוו פון ליינער אפטיילונג, שרייבן עטליכע אריין אז זיי האבן אויפגעהערט דאווענען פרי מנחה ערב שבת נאך די לענגערע ארטיקל פון ר' מנשה פאריגע חודש. (עמיציר האט עס מעתיק געווען בקיצור אין אנדערן אשכול) זעהט אויס אז מענטשן טון דאס מחמת א חסרון ידיעה. אז מ'איז מעורר הערט מען זיך צו.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 11:33 pm

עלטערע יונגערמאן שרייבט מיר; דאס איז א אלטע קראנטע מעשה געהערט גאר אסאך מאל פון רבין'ס תלמידים נאך אלץ קליין קינד - מעגליך בחיי רבינו..

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מאנטאג אוגוסט 15, 2011 11:46 pm

די מעשה מיטן רבי'ן האב איך שוין עטליכע מאל געהערט, מיט נעמען פון מענטשן וואס זענען געווען אין קאר.

בנוגע די בריווען, ביסט נאך אלץ נאאיוו צו טראכטן אז בריווען אין אויסגאבעס זענען אויטענטיש?

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 21565
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 1:06 am

לאז געמאכט האט געשריבן:עלטערע יונגערמאן שרייבט מיר; דאס איז א אלטע קראנטע מעשה געהערט גאר אסאך מאל פון רבין'ס תלמידים נאך אלץ קליין קינד - מעגליך בחיי רבינו..

זייטזשע אזוי גוט און ברענגט די נעמען פון די וואס סענען געוועזן דארט.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2749
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

תגובהדורך והוא פלאי » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 1:28 am

לאז געמאכט האט געשריבן:א מין מאדנע עפיזאד ליין איך דא אין 'דער אוצר', זיי פארציילן אז דער רבי זי"ע איז אמאל געפארן פון שעראן ספרינג'ס קיין סאראטאגע צו גיין אין מקוה פרייטאג פארן זמן. אויפן וועג צוריק איז געווען א שווערע טראפיק צוליב א עקסידענט. נאך א שטיק צייט ווען ס'איז געווארן שפעט האט דער רבי זי"ע געזאגט אז אויף די אנדערע זייט איז לעהר דער וועג און געהייסן דעם דרייווער פארן דארט אויף די פארקערטע ריכטונג. וכן טאקע ער איז געפארן קייגן די שטראם און אנגעקומען שנעל און גרינג אן קיין שום פראבלעם. זכותו הגדול יגן עלינו.

נ.ב. כ'גלייב שווער די מעשה, סיידן אמאל איז אנדערש געווען די צושטאנד פון די הייוועי'ס...
----

אונטערסאנט ביי די בריוו פון ליינער אפטיילונג, שרייבן עטליכע אריין אז זיי האבן אויפגעהערט דאווענען פרי מנחה ערב שבת נאך די לענגערע ארטיקל פון ר' מנשה פאריגע חודש. (עמיציר האט עס מעתיק געווען בקיצור אין אנדערן אשכול) זעהט אויס אז מענטשן טון דאס מחמת א חסרון ידיעה. אז מ'איז מעורר הערט מען זיך צו.

המעשה שמעתי בעצמי מבעל המעשה ר' הערש מלך ווערצבערגער שליט"א ממאנסי,
וכבר נדפס בשמו במושיען של ישראל מהד"ת חלק ב' עמוד קכ"ה
למה זה תשאל לשמי...

Latke
שר העשר
תגובות: 49
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מאי 23, 2011 11:26 pm

תגובהדורך Latke » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 2:38 am

די מעשה איז אויך לעצטנס געשטאנען אין איינע פון די סאטמארע קובצים מיט נאך פרטים, דאכט זיך אין בית ועד לחכמים.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 10:17 am

שכח פארן קאנפירמען די מעשה, עס מאכט עס פיל אונטערסאנטער
---
וועגן די בריוו איבער דאווענן פר כ'בין ניש זיכער אז ס'איז אויטענטיש אבער ווארשיינליך יא. עס איז טאקע דא פעלער ווי ס'קוקט אויס ווי א רעדאקציע-פאברעצירטע בריוו אבער דא איניש על הכלל כולו יצא, מענטשן שיקן און פאקט אריין בריוו, דאס איז קלאר

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2453
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » דינסטאג אוגוסט 16, 2011 11:46 am

דעקל אב
IMG_00000004.jpg

אוועטאר
ראמני 08
שר האלף
תגובות: 1908
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 22, 2008 12:29 pm
לאקאציע: אויפן קאמפיין באס
פארבינד זיך:

תגובהדורך ראמני 08 » מיטוואך אוגוסט 17, 2011 6:20 pm

מהאמער עס שוין באקומען אויף די פאסט מוועלמער מאכן צייט עס צובלעטרן


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט