מאנטאג מאי 09, 2011 3:58 pm
אין ווי פאלטישאנע רב זאגט פאר די שטערן, אז אלע צרות קומען נאר פין אידן, ווי מ'זעהט טאקע דא,
פין די דארף מען זיך סאך מער באהיטן, ממש ווי די אמאליגע משומדים.
Advertisement
מאנטאג מאי 09, 2011 4:02 pm
איז דא ערגעץ וואו מען קען זעהן דעם בריוו פון "די צייטונג" אויף די וועב? איך וויל עס מפרסם זיין אויף טוויטער
מאנטאג מאי 09, 2011 4:03 pm
מאנטאג מאי 09, 2011 4:03 pm
וואס איז נייעס
מאנטאג מאי 09, 2011 4:04 pm
משה, עס פעלט נישט אויס,
צושפרייט נישט דיין לינק, דאכט זיך אז מיר זיכען נישט די איבריגע פובליסעטי
מאנטאג מאי 09, 2011 4:05 pm
אין ווייניגער ווי 2 שעה האלט עס ביי 9398 קאמענט'ס !
קרעמער יאהו האט עס צוגעלייט איצט אונטען אלס א אפדעיט
לעצט פאראכטן דורך
פייווישעל אום מאנטאג מאי 09, 2011 4:11 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.
מאנטאג מאי 09, 2011 4:07 pm
די סטעיטמענט פון "די צייטונג" איז געוואלדיג! אט דאס איז לדעתי א "קידוש השם".
מאנטאג מאי 09, 2011 4:10 pm
הימל און ערד האט געשריבן:היימישע אויסגאבע אין הייס וואסער צוליב העצע פון אידישע בלאג
א היימישע צייטונג וואס ערשיינט אין ניו יארק אין די אידישע שפראך, האט געדריקט פארגאנגענע וואך א בילד פון די פרעזידענט מיט זיין קאבינעט בשעת די אקציע אויף בין לאדין, וויבאלד אויף די בילד איז אויך געווען אנוועזנד די סעקרעטארשע אוו סטעיט, מרת קלינטאן, האט די צייטונג עס אויסגעמעקט, אזוי ווי עס איז די זעלבסט פארשטענדליכע סטאנדארט אלע יארן ביי ערליכע אויסגאבעס נישט צו דריקן קיין בילדער פון נשים אין אויסגאבעס וואס ווערן געליינט
דורך מענער.
ליידער איז עס אריינגעפאלן אין מויל פון א געמיינע אידישע בלאג, די אפגעטרינענע געמיינע נפשות האבן שוין א שמוציגע רעקארד פון כסדר העצן אויף אידן ווען אימער א איד פארפלאנטערט זיך מיטן געזעץ, עס ווערט ליידער מקוים היינטיגע צייטן די תוכחה “ורדו בכם שנאיכם: בשעה שאעמיד עליכם מכם ובכם, הם מחפשים אחר המטמוניות שלכם“.
פון דארט איז עס געווארן אויפגעכאפט -מן הסתם צוליב די מאסיווע מידיע אינטערעסע אין די היסטארישע בין לאדין געשעניש- דורך צענדליגע ריזיגע צייטונגען און נייעס ארגענעזאציעס דאהי און אויסלאנד, וואס האבן עס אויסגעטייטשט א טייל מיט וואונדער און א טייל מיט אפשיי.
א מאדערנע ראביי א מה יפה’ניק, האט זיך צוגעשטעלט צום וואגן און געגעבן סטעיטמענטס פאר די פרעסע אז אויסמעקן א פערזאן פון א בילד איז אקעגן די אידישע פרינציפאל פון “גניבת דעת”…
עס האט נישט צוגעהאלפן די פאקט אז די ווייסע הויז האט ארויסגעגעבן די בילד מיט דעם תנאי אז עס טאר נישט ווערן מאדעפיצירט אויף קיין שום אופן. וואס לויט דעם האט דאס בילד נישט געטארט געענדערט ווערן פון
דעם ארגינעלן אינהאלט.
אין א שמועס מיט א לעגאלע עקספערט אויף קאפירייט ענינים, האט ער אנגעוויזן אז עס וועט לכאורה נישט זיין קיין לעגאלע פראבלעמען וויבאלד די איינציגסטע וואס קענען עס פארסירן איז די ווייסע הויז, וואס זיי האלטן די קאפירייט אויפן בילד. און עס איז זייער נישט מסתבר אז די ווייסע הויז וועט זיין אינטערעסירט אריינצוגעבן א קלאגע דערוועגן. עס איז טאקע נישט קיין בעטעמ’טע עסק, אבער ב”ה נישט מער פון דעם.
וואס מיר דארפען יא ארויסנעמען דערפון
1 ליידער איז שוין היינט נישטא אזא באגריף ווי “עס בלייבט צווישן אונז” אפילו ווען עס פאסירט אין די אייגענע ד’ אמות.
2 די אינטערנעט איז זייער א אפענע פלאץ, א זאך וואס מען שרייבט סיי ווי, ווי נישטיג און ווערטלאז די זייטל זאל נישט אויסקוקען, איז נאר א קליק אוועק פון סיי וועלכע רעפארטער, אנטיסעמיט און רעגירונג אינסטאנצן.
3 אויב מען נוצט א בילד פון די אינטערנעט פאר סיי וועלכע סיבה זאל מען מאכן זיכער אז מען האט די לעגאלע רעכטן דערצו, און אז מען פאלגט אויס די תנאים פון די לייסענס.
גענומען פון balboos
די חידוש דערויף איז, אז אין די זעלבע אויסגאבע פון די בעל בית איז דא א חושן משפט שאלה וואס "עס בלייבט צווישן אונז" איז נויטיג דערפאר....
מאנטאג מאי 09, 2011 4:12 pm
זייענדיג אויף טוויטער זעה איך אז די נאציאנאלע מידיע דעקט שוין גאנץ ברייט די צייטונג'ס אנטשולדיגונג, אט פון וואשינגטאן פאוסט:
http://www.washingtonpost.com/blogs/blo ... _blog.htmlאגב, איז נישט צום פארשטיין ווי די גרויסע צייטונג ברענגט א קאפי פונעם צייטונג וואו עס שטייט קלאר אז דאס איז בלעטל 56, און זיי באריכטן אז דאס איז געווען אויפן פאדערשטן בלאט
מאנטאג מאי 09, 2011 4:13 pm
וואשינגטן פאסט האט די בריוו פינעם צייטונג
מאנטאג מאי 09, 2011 4:17 pm
ווי אויך שרייבן זיי דארט אז "די צייטונג" איז נישט באגאנגען קיין שום ליגאלע עוולה מיטן עדיטן דאס בילד:
Correction: An earlier version of this blogpost stated that it violated the White House’s copyright. As Dave, a BlogPost reader points out, “The U.S. government cannot, under law, hold copyrights. Anything created by the government is in the public domain from the moment of inception.”
מאנטאג מאי 09, 2011 4:23 pm
קרעמער האט געשריבן:איז דא ערגעץ וואו מען קען זעהן דעם בריוו פון "די צייטונג" אויף די וועב? איך וויל עס מפרסם זיין אויף טוויטער
די צייטונג אליין האט דאס ארויפגעלייגט אויף זייער וועבזייטל
http://www.ditzeitung.com
מאנטאג מאי 09, 2011 4:38 pm
מאנטאג מאי 09, 2011 4:54 pm
איך ווייס נישט ווי איז די שכל פון די עדיטארס, ביי די משפחה מאגאזין האט עס שוין פאסירט און סהאט אנגעמאכט א שטיקל סאמאטוכא
עכ"פ ברוך היא אלוקינו.. והבדילנו מן התועים, ב"ה מזוכט פון אונטערן טיש פראבלעמן ביי היימישע ערליכע אידן און מהאט זיי געפאקט! אה א באנדע משוגעים... זאלן זיי ווייטער נאר טרעפן אזעלכע פראבלעמן...
וואס זאל איך ענק זאגן איך בין היינט מער פראוד און שטאלץ צו זיין פון די "משוגעים" ווי ענדערש די "נארמאלע" מענטשען און זייער "נארמאלע" נייעס וואס קומט ארויף ביי זיי טעגליך
מאנטאג מאי 09, 2011 4:55 pm
There are no comments yet
מאנטאג מאי 09, 2011 4:56 pm
אז מ'רעדט וועגן פעלשן, פארוואס האט "וואס איז נייעס" געדארפט נעמען די אפיציעלע סטעיטמענט פון "די צייטונג" און ארום טוישן די ווערטער, און אויסמעקן גאנצע שורות.
עס זעהט אויס אז ס'איז זיי נישט געפאלן פונקטליך וואס זיי האבן געשריבן.
נ.ב. אלץ והייתם נקיים, דארף איך שרייבן אז ב"ה איך באזוך נישט דארט זייט די קול קורא פון הרבנים שליט"א, נאר איינער האט מיר געשיקט די לינק אויף "וואס איז נייעס" פאר איך האב געוואוסט פון אנדערע פלעצער (און כ'האב מיך נישט געקענט איינהאלטן פאר אזא גרויסע נייעס). אבער נאכן ליינען דא די אפיציעלע ווירסיע פון "די צייטונג" האב איך באמערקט אז ס'איז דא א נפקא מינה צווישן זיי.
מאנטאג מאי 09, 2011 4:59 pm
דא קענט איר זעהן די נפקא מינה'ס
- עטעטשמענטס
-
- Compare Result 3.pdf
- (52.05 KiB) געדאון לאודעד 103 מאל
מאנטאג מאי 09, 2011 5:01 pm
ישיבה ווארלדאה אנשטאט די ישיבה ווארלד זאל זיך אננעמן אדער כאטשיג שווייגן גיסן זיי צו אויל צום פייער, כאילו די ליטווישע צייטונגען לייגן פרויען... ממש עקעלדיג
מאנטאג מאי 09, 2011 5:09 pm
ומכאן הקריאה יוצאת, מען דארף נעמען א מוסר השכל און געדענקן, וואס איר שרייבט סיי ווי אימער, און בפרט אויפן וועב, און בפרט דא צווישן היימישע אידן
ווערט געזען אויך דורוך אזעלכע וואס איר ווילט נישט אז זיי זאלן עס זען, און זיי וועלן עס צושמירען איבעראל כדי צו פארשעמען די ארטאדאקסישע אידענטום, גיבט אכטונג בעפאר איר שרייבט
ווייל די אחרוית איז גרויס,
דאס איז באמת די וויכטיגסטע ארויסצונעמען. זייער אפט זעט מען שטיקלעך אין די צייטונגען וואס אויב איינע פון די אידיש-רעדנדע אידן-פיינט זאלן האבן געדולד צו ליינען און נאכברענגען וואלט אסאך מאל געקענט זיין פיל ערגערע "סקאנדאלן" ווי יעצט.
אגב, יעצט איז עס שוין אפיציעל צווישן די "6 וועקיעסט בין לאדין קאנספיראציע טעאריעס". קוקט
דא. און עס איז אומגלויבליך וויאזוי זיי לייגן עס אראפ נאך די אנדערע 5 ווילדע קאנספיראציעס (אויסער דעם וואס עס קומט בכלל בכלל נישט אריין אין די "קאנספיראציע" טעאריע:
No Women in the Situation Room
While not exactly a conspiracy theory, this at least qualifies as a bit of unexplained intrigue: One Hasidic Jewish newspaper appears to be
boldly proposing that no women were with the president and other security chiefs in the Situation Room during the raid on bin Laden’s compound. Most people are familiar with the now-ubiquitous photograph, which rocketed to the top of flikr within days of being released, showing Obama, Joe Biden, Hillary Clinton and other administration honchos in the Situation Room. Well, the Brooklyn-based Hasidic newspaper Der Zeitung Photoshopped Hillary Clinton and administration official Audrey Tomason out of the photo.
The paper had no comment on its photo, but many conjectured that the picture was doctored either because of editors’ concerns about immodesty
or desire not to show women in positions of power.
איר זעט זייער שרעקליכע טעות? זיי שרייבן "דער צייטונג" אנשטאט "די צייטונג". דזשאסט קידינג.
יא, אזוי ווערן געבוירן אומגעבוירענע קאנספיראציעס...
אגב, האלט איך אז די צייטונג האט אפשר נישט גענוג קלאר געשריבן זייער ענטפער, והא ראיה אז אזויפיל כאפן נאך יעצט אויף די נייעס און קענען שרייבן אזעלכע שטותים און אייגענע טעאריעס. איידער'ן אריינגיין אין לאנגע הסבירים וואלט ער די ערשטע געדארפט שרייבן זייער קלאר אז "זייענדיג אן ארטאדאקסישע צייטונג לייגן מיר קיינמאל קיינמאל קיין בילדער פון א פרוי, נישט קיין חילוק וועלכע ראנג אדער רעליגיע. יעצט וויבאלד מיר האבן דאך נישט געוואלט ארויסלאזן אזא היסטארישע בילד האבן מיר עס געהאט שטארק חשק צו לייגן, און מיר האבן דאס נאר געקענט טאן דורכ'ן פארמעקן די פרויען אינעם בילד. און דאס האבן מיר געטאן. אבער יעצט שטעלט זיך ארויס אז דאס איז נישט געווען אפריפריעט ווייל מען טאר מיט אן אפיציעלע בילד נישט שפילן און אנטשולדיגט אז מיר האבן זיך נישט געכאפט אויף דעם פארדריסליכן טעות. דערנאך האט ער העכסטנס געקענט ארויסברענגען בדרך אגב אז עס מיינט גארנישט קעגן פרויען בעצם וכו' וכו', אבער דאס אז ער שרייבט אזוי באריכות און נישט גענוג קלאר גלייך אין אנהייב, ברענגט אנדערע צו קענען ווייטער קייען די מעשה און קאנספיראציע , אז יאהו קען אפילו שרייבן אז אפשר האבן זיי עס געטון ווייל not to show women in positions of power. און די אנדערע מיט זייערע שטותים.
גראדע פין די קאמענטס קוקט נישט אויס ווי זיי רעגן זיך
קוקט אויס האסט נישט געהעריג געליינט.
לעצט פאראכטן דורך
תהוובהו אום מאנטאג מאי 09, 2011 5:52 pm, פאראכטן געווארן 2 מאל בסך הכל.
מאנטאג מאי 09, 2011 5:14 pm
קליקו האט געשריבן:ישיבה ווארלדאה אנשטאט די ישיבה ווארלד זאל זיך אננעמן אדער כאטשיג שווייגן גיסן זיי צו אויל צום פייער, כאילו די ליטווישע צייטונגען לייגן פרויען... ממש עקעלדיג
און זיי האבן אויך געשפירט פאר וויכטיגע עס צו באצייכענען אלץ א "וויליאמסבורגע" צייטונג.
Media Exposes Williamsburg Newspaper For Removing Hilary Clinton From Famous White House Photo
Additional Media Outlets Continue Expose On Williamsburg Paper For Removing Hillary Clinton From Famous White House Photo
די לשון הרע סטאנדארט צו וואס די זייטל איז פארפליכטעט איז פלוצלונג אנטלאפן.
אפשר גאר האט די זייטל נישט געוואלט רעדן לשון הרע אויף בארא פארק האט מען געשריבן וויליאמסבורג אזוי איז עס א פשוטער ליגענט.
בדרך אפשר.
מאנטאג מאי 09, 2011 5:14 pm
v
- עטעטשמענטס
-

מאנטאג מאי 09, 2011 5:17 pm
כאף איז די חברה האבן זיך אויך פארבינדן מיט די ראבייס צו פארשטיין געבן וואס באבוד רשעים רינה מיינט.
אגב איז העכסט צייט אז אייוועלט זאל ארויס שטעלן א ווארט זאגער וואס וועט אויך קענען זאגן סטעיטמענטס אין אזעלכע פעלער...
מאנטאג מאי 09, 2011 5:22 pm
זאלען זיי זיך אלע הענגען, ס'געפעלט זיי נישט אז אונז האב מיר א באשיידענע לעבען, איטס זשאסט טו בעד, צי זיי ואלטען יא אדער נישט געדארפט ארויס נעמען קלינטאן איז א צווייטע זאך, כ'האלט נישט אז ס'איז אזא פראבלעם בכלל מ'מאכט עס אביסעל בלארד אין פארטיג,
מאנטאג מאי 09, 2011 5:23 pm
משה קארנפעלד האט געשריבן:אגב איז העכסט צייט אז אייוועלט זאל ארויס שטעלן א ווארט זאגער וואס וועט אויך קענען זאגן סטעיטמענטס אין אזעלכע פעלער...
אויך גערעכט, אבער דאן איז די ריזיקע פון פרעמדע אויגן פילפאכיג גרעסער, און ווי אויך דארף מען וואטשן ווער עס וועט שטיין בראש...
מאנטאג מאי 09, 2011 5:53 pm