די סומאטוכע מיט קלינטאן'ס בילד אין 'די צייטונג'

די אחראים: אחראי, געלעגער

משמש
שר חמישים ומאתים
תגובות: 358
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 29, 2009 10:02 am

די סומאטוכע מיט קלינטאן'ס בילד אין 'די צייטונג'

תגובהדורך משמש » מאנטאג מאי 09, 2011 10:37 am

די אלגעמיינע מידיא כאפט זיך צו דערצו, ווי צו געבראטענס. עס איז דאס ערשטע ערשינען אינעם פאסט פונעם סעלף-העיטינג דשוא, און פון דארט האט זיך עס פארשפרייט ווייטער.
וואס קיינער צייכענט אבער נישט אן איז, אז דאס האט גארנישט צוטאן מיט קלינטאן, קיין שום בילד פון קיין שום פרוי קומט נישט אן אין די חרד'ישע אויסגאבעס. איך ווייס נאר נישט אויב וויסנדיג דאס וועט דאס צופרידנשטעלן די אלע, אדער גאר אויפרעגן נאכמער.
קאמענטארן זענען איבעריג?! אינגאנצן נישט!

אוועטאר
leiby
שר שלשת אלפים
תגובות: 3905
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 16, 2008 11:08 pm
לאקאציע: צווישן אידן

תגובהדורך leiby » מאנטאג מאי 09, 2011 10:49 am

גראדע פין די קאמענטס קוקט נישט אויס ווי זיי רעגן זיך

theblaze.com/stories/jewish-newspaper-photoshops-hillary-clinton-out-of-iconic-photo/
שש מצות תמידיות: אהבת ה',יראת ה', יחוד ה', אמונה בה', שלילת ע"ז, ולא תתורו.

אוועטאר
farshlufen
שר עשרים אלפים
תגובות: 22086
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג נובעמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

תגובהדורך farshlufen » מאנטאג מאי 09, 2011 11:05 am

גראדע מרת קלינטאן תחי' פארשטייט דאס גאנץ זיכער זייענדיג אין גוטע באציאונגען מיט פיל היימישע עסקנים, אריינגערעכנט אלבערט פריעדמאן זז"ג.
סימן דלא ידע כלום, שבוחי.

אוועטאר
שוועמל
שר עשרת אלפים
תגובות: 14185
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 19, 2006 8:40 pm
לאקאציע: גידולו בכל מקום

תגובהדורך שוועמל » מאנטאג מאי 09, 2011 11:11 am

איך האב געזען דאס שטאמט פון דעם עוכר ישראל "פעילד מעסייע", דאס זאגט שוין אלעס.
שוש אשיש בה', תגל נפשי באלקי! (ישעיה סא)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » מאנטאג מאי 09, 2011 11:20 am

גראדע שטאמט דאס בילד און מעלדונג פון "הירשל ציג" אויף זיין בלאג, און דער דורכגעפאלענער משיח האט דאס פון דארט גענומען און פארשפרייט אין אלע מידיע קוועלער אנצוזייען א כלומר'שטע חילול השם.

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מאי 09, 2011 1:11 pm

איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מאנטאג מאי 09, 2011 2:27 pm

ווי איך פארשטיי, אויב וואלט 'די צייטונג' פארדעקט די צוויי פרויען, וואלט נישט געווען אזא אויפרודער. מאניפולאציע איז שוין אן אנדער מסכתא.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מאי 09, 2011 2:44 pm

עס איז ממש היינט פון די העכסטע נייעס ביי די גרעסטע נייעס סטאנציע'ס. אונטערסאנט ווי עס איז די צווייט העכסטע נייעס ביי פאקס נויז און די דריטע נייעס ביי סי.ען.ען. אזוי אויך אלע אנדערע לינק'ס וואס איך האב אויבן געברענגט, אנגעפאגען ביים לאקאלן ניו יארק פאוסט און גענדיגט ביי דזשערוסעלעם פאוסט און די אויסטראליער נייעס באריכט.

די עיקר פראבלעם - חוץ די מאדנעקייט ביי די גיום - איז אז דאס קען מעגליך זיין א געהעריגע פאברעכען ווייל דאס ווייסע הויז ביים פארענפענטליכן דעם בילד (אזוי אויך אלע זייערע בילדער) שרייבן זיי קלאר אז מ'טאר דערמיט נישט ארומפאשטקענען פאר סיי וועלעכע סיבה:
This official White House photograph is being made available only for publication by news organizations and/or for personal use printing by the subject(s) of the photograph. The photograph may not be manipulated in any way and may not be used in commercial or political materials, advertisements, emails, products, promotions that in any way suggests approval or endorsement of the President, the First Family, or the White House.


די ווייסע הויז האט היינט געזאגט אז "מיר וועלן נישט קאמענטירן דערוועגן".
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מאי 09, 2011 2:51 pm

אויב וויל זיך די ווייסע הויז נעמען איבער איינעמ'ס ביינער, וועלן זיי זיך קודם נעמען איבער די וואס האבן פארדרייט דעם בילד כאילו פרעזידענט אבאמא שפילט א געים בשעת מעשה.
An article a day keeps the babies away

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג מאי 09, 2011 2:52 pm

"We're not going to comment" on this matter, a White House senior official told CNN.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מאי 09, 2011 2:59 pm

מאשקע האט געשריבן:אויב וויל זיך די ווייסע הויז נעמען איבער איינעמ'ס ביינער, וועלן זיי זיך קודם נעמען איבער די וואס האבן פארדרייט דעם בילד כאילו פרעזידענט אבאמא שפילט א געים בשעת מעשה.

יענער בילד קומט פון אן אנאמיער בלאגער וכדו'. משא"כ "די צייטונג" איז א אפציעלער לעגאלער צייטונג. אבער ווי געזאגט, דאס ווייסע הויז קאמאנטריט נישט דעראויף.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מאשקע
מ. ראש הקהל
תגובות: 12582
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 15, 2006 2:40 am
לאקאציע: אין די חיפוש

תגובהדורך מאשקע » מאנטאג מאי 09, 2011 3:02 pm

גערעכט, צייטליך.

נאך א מזל אז דאס שווארצע הויז קאמענטירט נישט דערויף.
An article a day keeps the babies away

הימל און ערד
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג מארטש 31, 2011 8:56 am

תגובהדורך הימל און ערד » מאנטאג מאי 09, 2011 3:36 pm

היימישע אויסגאבע אין הייס וואסער צוליב העצע פון אידישע בלאג

א היימישע צייטונג וואס ערשיינט אין ניו יארק אין די אידישע שפראך, האט געדריקט פארגאנגענע וואך א בילד פון די פרעזידענט מיט זיין קאבינעט בשעת די אקציע אויף בין לאדין, וויבאלד אויף די בילד איז אויך געווען אנוועזנד די סעקרעטארשע אוו סטעיט, מרת קלינטאן, האט די צייטונג עס אויסגעמעקט, אזוי ווי עס איז די זעלבסט פארשטענדליכע סטאנדארט אלע יארן ביי ערליכע אויסגאבעס נישט צו דריקן קיין בילדער פון נשים אין אויסגאבעס וואס ווערן געליינט
דורך מענער.
ליידער איז עס אריינגעפאלן אין מויל פון א געמיינע אידישע בלאג, די אפגעטרינענע געמיינע נפשות האבן שוין א שמוציגע רעקארד פון כסדר העצן אויף אידן ווען אימער א איד פארפלאנטערט זיך מיטן געזעץ, עס ווערט ליידער מקוים היינטיגע צייטן די תוכחה “ורדו בכם שנאיכם: בשעה שאעמיד עליכם מכם ובכם, הם מחפשים אחר המטמוניות שלכם“.
פון דארט איז עס געווארן אויפגעכאפט -מן הסתם צוליב די מאסיווע מידיע אינטערעסע אין די היסטארישע בין לאדין געשעניש- דורך צענדליגע ריזיגע צייטונגען און נייעס ארגענעזאציעס דאהי און אויסלאנד, וואס האבן עס אויסגעטייטשט א טייל מיט וואונדער און א טייל מיט אפשיי.
א מאדערנע ראביי א מה יפה’ניק, האט זיך צוגעשטעלט צום וואגן און געגעבן סטעיטמענטס פאר די פרעסע אז אויסמעקן א פערזאן פון א בילד איז אקעגן די אידישע פרינציפאל פון “גניבת דעת”…
עס האט נישט צוגעהאלפן די פאקט אז די ווייסע הויז האט ארויסגעגעבן די בילד מיט דעם תנאי אז עס טאר נישט ווערן מאדעפיצירט אויף קיין שום אופן. וואס לויט דעם האט דאס בילד נישט געטארט געענדערט ווערן פון
דעם ארגינעלן אינהאלט.
אין א שמועס מיט א לעגאלע עקספערט אויף קאפירייט ענינים, האט ער אנגעוויזן אז עס וועט לכאורה נישט זיין קיין לעגאלע פראבלעמען וויבאלד די איינציגסטע וואס קענען עס פארסירן איז די ווייסע הויז, וואס זיי האלטן די קאפירייט אויפן בילד. און עס איז זייער נישט מסתבר אז די ווייסע הויז וועט זיין אינטערעסירט אריינצוגעבן א קלאגע דערוועגן. עס איז טאקע נישט קיין בעטעמ’טע עסק, אבער ב”ה נישט מער פון דעם.

וואס מיר דארפען יא ארויסנעמען דערפון

1 ליידער איז שוין היינט נישטא אזא באגריף ווי “עס בלייבט צווישן אונז” אפילו ווען עס פאסירט אין די אייגענע ד’ אמות.
2 די אינטערנעט איז זייער א אפענע פלאץ, א זאך וואס מען שרייבט סיי ווי, ווי נישטיג און ווערטלאז די זייטל זאל נישט אויסקוקען, איז נאר א קליק אוועק פון סיי וועלכע רעפארטער, אנטיסעמיט און רעגירונג אינסטאנצן.
3 אויב מען נוצט א בילד פון די אינטערנעט פאר סיי וועלכע סיבה זאל מען מאכן זיכער אז מען האט די לעגאלע רעכטן דערצו, און אז מען פאלגט אויס די תנאים פון די לייסענס.

גענומען פון balboos

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מאנטאג מאי 09, 2011 3:47 pm

קרעמער האט געשריבן: דער דורכגעפאלענער משיח האט דאס פון דארט גענומען און פארשפרייט אין אלע מידיע קוועלער אנצוזייען א כלומר'שטע חילול השם.


תנא שנה ופירש יותר מכולן. (פסחים מט:)

אוועטאר
משיח
שר האלפיים
תגובות: 2677
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך יולי 22, 2009 1:09 pm

תגובהדורך משיח » מאנטאג מאי 09, 2011 3:52 pm

קרעמער האט געשריבן:גראדע שטאמט דאס בילד און מעלדונג פון "הירשל ציג" אויף זיין בלאג, און דער דורכגעפאלענער משיח האט דאס פון דארט גענומען און פארשפרייט אין אלע מידיע קוועלער אנצוזייען א כלומר'שטע חילול השם.

וואס???
Professional bookkeeping for your small business
benyomin@thebookkeepingpro.com | 347-708-2079

אוועטאר
צום זאך
שר האלפיים
תגובות: 2827
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך פאברואר 25, 2009 3:31 pm
לאקאציע: רעסט עריע

תגובהדורך צום זאך » מאנטאג מאי 09, 2011 3:58 pm

צייטליך האט געשריבן:די ווייסע הויז האט היינט געזאגט אז "מיר וועלן נישט קאמענטירן דערוועגן".

זייער א דיפלאמאטישע קאמענט.

matovu
שר מאה
תגובות: 202
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יולי 26, 2007 12:08 pm

תגובהדורך matovu » מאנטאג מאי 09, 2011 4:01 pm

failed messiah

אוועטאר
יודל מענדלזאהן
שר שלשת אלפים
תגובות: 3082
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג נובעמבער 09, 2008 4:19 pm
לאקאציע: ואנה מפניך אברח?

תגובהדורך יודל מענדלזאהן » מאנטאג מאי 09, 2011 4:02 pm

משה קארנפעלד האט געשריבן:"We're not going to comment" on this matter, a White House senior official told CNN.


איך קען זיך נאר פארשטעלן ווי אזוי די ווערטער-אויסטויש אין די ווייסע הויז איז צוגעגאנגען:

דער טשיף אוו סטעף שפאצירט אריין האסטיג אין אוועל אפיס און גייט צו צום פרעזידענט'ס טישל. דער פרעזידענט זיצט מיט די פיס אויפ'ן טיש, נעקטיי לויז ארומגעבינדן, ציגארעטל אין מויל, און שמועסט מיט כאווער פוטין וועגן די לעצטע אנטוויקלונגען אין ליביע. ענדליך באמערקט ער ביל דעילי שטיין אין די זייט מיט דרך ארץ, אנגעצויגן ביז גאר, און וואונקט אים ער זאל צוקומען נענטער. ביל גייט צום פרעזידענט און לייגט אים אראפ די ארטיקל פון CNN מיט א קאַפּי פון דעם "נייעס באריכט."

דער פרעזידענט קוקט און קוקט. פלוצלונג גיבט ער א פרעג:
פרעזידענט: ווי אזוי הייסט די צייטונג?
ביל דעילי: Di Tzeitung, a Hasidic newspaper based in Brooklyn, New York
פרעזידענט: Who?
דעילי: נו, ווייסט דאך, Di Tzeitung, a Hasidic newspaper based in Brooklyn, New York.
פרעזידענט (אביסל אומגעדולדיג): ווער?
דעילי (נוסח ברוקלין): Fuggedaboutit!!!

און פאר CNN האט א "סיניער ווייסע הויז באאמטער" געזאגט:
...We're not going to comment on this matter

אוועטאר
ארט און מוזיק
שר חמש מאות
תגובות: 586
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג פאברואר 10, 2011 9:28 pm
לאקאציע: טיף אינמיטן די פאטאשאפ קארידארן

תגובהדורך ארט און מוזיק » מאנטאג מאי 09, 2011 4:05 pm

זייער אינטרעסאנט!

עס ווינדערט מיר נאר פארוואס זיי בעטען נישט א קאמענט פון "די צייטונג"...

דאס וואלט געוויס געווען א געלענגענהייט פאר א געוואלדיגע "קידוש השם".
איך מיין אז גרעפיקס און מוזיק זענען פירסט קאזענס...

אוועטאר
משה קארנפעלד
שר האלף
תגובות: 1674
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 08, 2009 12:06 pm

תגובהדורך משה קארנפעלד » מאנטאג מאי 09, 2011 4:09 pm

NEWS REPORT
1281 49th Street
Brooklyn, NY 11219
718-851-6607
Fax: 718-854-5282
mail@ditzeitung.com

May 9, '11

STATEMENT FROM NEWS REPORT (DI TZEITUNG)
REGARDING THE WHITE HOUSE PICTURE
The White House released a picture showing the President following "live" events of the apprehension of Osama Bin Laden, last week Sunday. Also present in the Situation Room were various high-ranking government and military officials including Secretary of State, the honorable Hillary Rodham Clinton and another female participant.

Our photo editor realizing the significance of this historic moment, published the picture, but in his haste, did not read the "fine print" that accompanied the picture, forbidding any changes and published a picture omitting the female participants in the room.
Because we wanted to honor the President and our armed forces for the historic significance of the moment, we opted to publish the photo, but without the women included, as is our long standing editorial policy.

Our editorial policies are guided by a Rabbinical Board and because of laws of modesty, does not allow for the publishing of photos of women.

The readership of the Tzeitung believe that women should be appreciated for who they are and what they do, not for what they look like, and the Jewish laws of modesty are an expression of respect for women, not the opposite.

The allegations by some, that Orthodox Judaism denigrates women or do not respect women in public office,is a malicious slander and libel. The Jewish religion does not allow for discrimination based or gender, race, etc.

The current Secretary of State, the Honorable Hillary R. Clinton, was for eight years, a Senator representing New York State with great distinction. She won overwhelming majorities in the Orthodox Jewish communities in her initial campaign in '00, and when she was re-elected in '06 it was because the religious community, among others, appreciated her unique capabilities, talents and compassion for all.

We respect all government officials. We even have special prayers for the welfare of our Government and the government leaders.

In retrospect, we apologize for any misunderstanding that this might have caused. We should not have published the altered picture, and we have conveyed our regrets and apologies to the White House and to the State Department.
לעצט פאראכטן דורך משה קארנפעלד אום מאנטאג מאי 09, 2011 4:13 pm, פאראכטן געווארן 4 מאל סך הכל.
©2012 קארנפעלד על. על. סי.
אלע רעכטן רעזערווירט

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מאי 09, 2011 4:10 pm

ארט און מוזיק האט געשריבן:זייער אינטרעסאנט!

עס ווינדערט מיר נאר פארוואס זיי בעטען נישט א קאמענט פון "די צייטונג"...

דאס וואלט געוויס געווען א געלענגענהייט פאר א געוואלדיגע "קידוש השם".


זיי בעטן נישט?? אלע בעטן זיי! אבער "די צייטונג" גיבט נישט.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
פאקטיש
שר מאה
תגובות: 235
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 30, 2010 8:47 am
לאקאציע: נישט אין ארבעט

תגובהדורך פאקטיש » מאנטאג מאי 09, 2011 4:10 pm

יעצט געזען אויפן דעילי נוס זייטל, די קאמענטס דארטן איז אויסגעשפראכן אקעגן, נאך דערצו ווען אזויגערופענע ווארטזאגערס ראבייס האבן אונטערגעשטראכן אז מצד התורה איז נישטא קיין שום פראבלעם פון לייגן פרויען בילדער, דאס האט צוגעגאסן אויל צום פייער. נו זאכן וועלן אויך דאסמאל פעסן בעז"ה.
איך פארשטיי אז דו וואלסט געוואלט ס'זאל זיין אזוי, אבער פאקט בלייבט פאקט!

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מאנטאג מאי 09, 2011 4:20 pm

יישר כח משה! גוט געשריבן אלבערט!

יודל, גווט!
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מאי 09, 2011 4:38 pm

די פאלגאנדע מעשה האב צוגעברענגט און א אנדערע אשכול בנוגע א אנדערע ענין, אבער איך האלט אז עס איז זייער פאסיג דא אויך

"לפני כמה מאות שנים שלח הקיסר יוזף את אחד מעבדיו, שיבדוק מה קורה אצל היהודים. השליח הגיע לשכונה היהודית, וראה את כל הקהילה עומדת ומסתכלת על השמים. השליח סיפר לקיסר, את מה שראו עיניו, והקיסר קרא לרב לברר בשל מה נעשה הטקס המוזר.
"הרב שהיה מופתע מהשאלה התקשה להסביר את מהות מצוות קידוש לבנה, וענה לקיסר: 'מידי חודש אנחנו רואים שהלבנה נהיית קטנה. אנחנו מתפללים לאלוקים שיעשה אותה גדולה. ותראה, כל חודש היא נהיית גדולה. אלוקים מקבל את תפילותינו.
"הקיסר צחק, ואמר לרב: אם זה מה שמדאיג אותכם, המצב שלכם כנראה יותר מידי טוב".

רבותי, אמעריקע שטייט און גאר א גיטע פאזציע סיי אינערליך און סיי אויסערליך!!

אויב די נייעס אוטלעטס האבן נישט בעסער וואס צו טיען, נאר יעדער איינער איז ביזי מיט די שטות, איז א סימן אז די עקאנעמי שטייט ב"ה גאר גוט
אנענפלוימענט איז אינטער 5 פראצענט, אינפלעשין איז נידריג, גאז פרייזען איז די נידריגעסטע און 10 יאר, אא"וו, קיין טעראר געפאר איז נישט דא מער, אא"וו

האבן זיי טאקע נישט בעסער וואס צו באריכטען??
יאהו האט שוין קרוב צו 8 טויזענט קאמעונטס דערוועגן

אוועטאר
מחותן
שר תשעת אלפים
תגובות: 9999
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 09, 2010 11:39 am

תגובהדורך מחותן » מאנטאג מאי 09, 2011 4:47 pm

ומכאן הקריאה יוצאת, מען דארף נעמען א מוסר השכל און געדענקן, וואס איר שרייבט סיי ווי אימער, און בפרט אויפן וועב, און בפרט דא צווישן היימישע אידן
ווערט געזען אויך דורוך אזעלכע וואס איר ווילט נישט אז זיי זאלן עס זען, און זיי וועלן עס צושמירען איבעראל כדי צו פארשעמען די ארטאדאקסישע אידענטום, גיבט אכטונג בעפאר איר שרייבט
ווייל די אחרוית איז גרויס,


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 3 געסט