בלאט 23 פון 31

געשריבן: דינסטאג מארטש 21, 2017 7:34 pm
דורך אוי אוי אוי
האט איינער די אינפא ווי אזוי מען קען זיך סובסקרייבן פאר די פאמיליע אוצרות?

געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2017 11:02 am
דורך בנימין
אוי אוי אוי האט געשריבן:האט איינער די אינפא ווי אזוי מען קען זיך סובסקרייבן פאר די פאמיליע אוצרות?

פאר סובסקריבשאן רופט: 718-878-6867
אדער שיקט אריין אייער אינפארמאציע דורך די פאסט צו:
Familia Inc.
183 Wilson St. #360
Brooklyn, NY 11211

געשריבן: מיטוואך מארטש 22, 2017 5:28 pm
דורך קברנה סובניון
וואס באשרייבט משה יודא יואל?

געשריבן: דאנערשטאג מארטש 23, 2017 7:27 pm
דורך אוי אוי אוי
קברנה סובניון האט געשריבן:וואס באשרייבט משה יודא יואל?
די השתדלת הדברים ווי אזוי יודישקייט האט באזיגט קאמינוזעם

געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2017 8:45 pm
דורך מאטכע
IMG_0605.JPG

געשריבן: דינסטאג מארטש 28, 2017 9:01 pm
דורך מאטכע
עס שטייט אויפן עד וועגן א עקסטערע אויסגאבע פאר א יודישע מאמע

געשריבן: מיטוואך אפריל 05, 2017 12:14 am
דורך מאטכע
איך מיז זאגן ,
היינט געקויפט פין חודש ניסן, א מאסיווען ארבייט אריינגעלייגט!
אנגעהויבן ביי די געהעריגע אויסגאבע פין יעדן חודש , אינטערסאנטע קראנטע מעשיות וואס איז נישט באקאנט, אפאר מיט די נעמען ,
אין צו דעם קומט צו אן עקסטערע ביילאגע וואס זיי רופן ״ספעציעל פאר די אידישע מאמע״ 4 גאר אינטערסאנטע מעשיות וואס ברענגט ארויס די מסירות נפש פין א אידישע מאמע אין שווערע אומשטענדן ,
אלעס רייך דיזיינט אן עכטע שיינע ארבייט!

געשריבן: מוצ"ש אפריל 15, 2017 10:57 pm
דורך אוי אוי אוי
געליינט די פסח אויסגאבע, געווען היבש אסאך תוכן ,
עס האט זיך געלוינט די געלט דערפאר,
אזוי ווי יעצט איז דיר עולם ביזי מיט די חלומות מעשיות גיז אינטערסאנט אז עס איז אויך דא א מעשה מיט א חלום מיט ר שמואל ראזענפעלטס גראסערי אין די חודש פאמיליע.

געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2017 1:07 am
דורך יענקעלע
אוי אוי אוי האט געשריבן:אזוי ווי יעצט איז דיר עולם ביזי מיט די חלומות מעשיות
??

געשריבן: זונטאג אפריל 16, 2017 11:17 am
דורך אוי אוי אוי
יענקעלע האט געשריבן:
אוי אוי אוי האט געשריבן:אזוי ווי יעצט איז דיר עולם ביזי מיט די חלומות מעשיות
??

פרעג דיך אביסל נאך, עס איז באוויסט איבעראל ,
קול מבשר האט יעצט אינטערוויאס מיט 23 מענטשן וועגן חלומות וואס זיי האבן געהאט

געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2017 12:07 am
דורך מאטכע
געהערט אז מען האט עס געטיילט ביי סאטמאר מהרז״ל די חודש אין הויך שולע

געשריבן: מיטוואך מאי 17, 2017 1:01 am
דורך נא_שכל
מאטכע האט געשריבן:געהערט אז מען האט עס געטיילט ביי סאטמאר מהרז״ל די חודש אין הויך שולע

איך קאנפירם די שמועה.

מ'האט זייער הנאה געהאט דערפון אין שטוב דאס גאנצע פרויען געזונדל, מ'האט שוין פארלאנגט א סובסקריפשן. ס'געווען א גוטע פי.אר. מיטל.

ס'זאל זיין מיט הצלחה.

געשריבן: מיטוואך מאי 24, 2017 12:54 am
דורך מאטכע
נא_שכל האט געשריבן:
מאטכע האט געשריבן:געהערט אז מען האט עס געטיילט ביי סאטמאר מהרז״ל די חודש אין הויך שולע

איך קאנפירם די שמועה.

מ'האט זייער הנאה געהאט דערפון אין שטוב דאס גאנצע פרויען געזונדל, מ'האט שוין פארלאנגט א סובסקריפשן. ס'געווען א גוטע פי.אר. מיטל.

ס'זאל זיין מיט הצלחה.

וואס איז געווען זייער איידיע עס צו טיילן ?
עס קאסט דאך מן הסתם זייער אסאך געלט עס אויסצוטיילן ,

געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2017 12:57 am
דורך אוי אוי אוי
יעצט באקומען די עד פין איינעם ,
יעצט באקומען די עד פין איינעם ,
IMG_1031.JPG (349.9 KiB) געזען 4507 מאל

געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2017 1:51 am
דורך נא_שכל
כ'ווייס נישט וועמענס געדאנק ס'געווען, צו די מו"ל, אדער די הנהלת הבית רחל - וואס ארבייטן זייער שטארק פאר כשר'ע לייען מאטריאל, סיי מיט אליינס ארויסגעבן א חודש'ליכע אויסגאבע, און סיי מיט די כשר'ע אוצר הספרים, אא"וו.

בכל אופן איז עס געווען א געלונגע זאך, ווייל ס'האט זייער גוט אויסגענומען, סיי ביינוז אין שטוב און סיי ביי אנדערע וואס האבן עס נאכנישט געקויפט ביז יעצט.

געשריבן: מאנטאג מאי 29, 2017 9:16 am
דורך סידיראם
אויב די הנהלת בית רחל ארבעט אויף כשר'ע ליין מאטריאל האלט איך אז מען זאל ארויסגעבן אן אויסגאבע פאר די גאס אויף ענגליש וואס זאל קאמפיטן מיט די טריפה'נע עמי און משפחה.

די פאקט איז אז דער עולם קויפט יענץ און מען זאפט זיך אריין אלע זייערע ציוניסטישע השקפות.

אנשטאט צו שרייען אויף דעים, דארף מען טוען וואס מרן מסאטמאר האט געטוהן בשעתו, דהיינו ער האט ארויסגעגעבן אן אייגענע צייטונג.

די זעלבע זאך דא דארף מען ארויסגעבן אן אויסגאבע אויף ענגליש וואס זאל זיין סיי באמבאסטיש גענוג אז פאר די נשים זאל אפילו מער נישט ציען צו קויפן פרעמדע אויסגאבעס, און סיי אז דאס זאל פארקויפן ערליכע ריינע השקפות קעגן ציונות.

געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2017 1:33 pm
דורך א גוט אויג
סידיראם האט געשריבן:אויב די הנהלת בית רחל ארבעט אויף כשר'ע ליין מאטריאל האלט איך אז מען זאל ארויסגעבן אן אויסגאבע פאר די גאס אויף ענגליש וואס זאל קאמפיטן מיט די טריפה'נע עמי און משפחה.

נאך א גרויסע חסרון האט עס אז ס'קומט ארויס נאר איין מאל א חודש, די אנדערע קומען ארויס יעדע וואך.

געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2017 1:34 pm
דורך א גוט אויג
סידיראם האט געשריבן:אויב די הנהלת בית רחל ארבעט אויף כשר'ע ליין מאטריאל האלט איך אז מען זאל ארויסגעבן אן אויסגאבע פאר די גאס אויף ענגליש וואס זאל קאמפיטן מיט די טריפה'נע עמי און משפחה.

די פאקט איז אז דער עולם קויפט יענץ און מען זאפט זיך אריין אלע זייערע ציוניסטישע השקפות.

אנשטאט צו שרייען אויף דעים, דארף מען טוען וואס מרן מסאטמאר האט געטוהן בשעתו, דהיינו ער האט ארויסגעגעבן אן אייגענע צייטונג.

די זעלבע זאך דא דארף מען ארויסגעבן אן אויסגאבע אויף ענגליש וואס זאל זיין סיי באמבאסטיש גענוג אז פאר די נשים זאל אפילו מער נישט ציען צו קויפן פרעמדע אויסגאבעס, און סיי אז דאס זאל פארקויפן ערליכע ריינע השקפות קעגן ציונות.

די פראבלעם איז נישט נאר ציונות, ס'איז פיל מיט פארדרייטע אידישע השקפות וואס דו ווילסט נישט אז דיינע קינדער זאלן ליינען.

געשריבן: דינסטאג מאי 30, 2017 3:53 pm
דורך סידיראם
אינטער וועמענס מענעזשמענט איז דאס?

געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2017 10:54 am
דורך א גוט אויג
איך ווייס נישט,

זיי האבן מיר אזוי געזאגט, איך האב אבער נישט אויסגעפרעגט מער.

געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2017 10:56 am
דורך א גוט אויג
דו קענסט זיי דא אימעילן
[email protected]

געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2017 10:57 am
דורך farshlufen
סידיראם האט געשריבן:אויב די הנהלת בית רחל ארבעט אויף כשר'ע ליין מאטריאל האלט איך אז מען זאל ארויסגעבן אן אויסגאבע פאר די גאס אויף ענגליש וואס זאל קאמפיטן מיט די טריפה'נע עמי און משפחה.

אזוי אויך זאלן די פייער לעשער ארומפארן מיט א גאזאלין טאנקער..

פאר מער עיין בספרו של הרב ר' שלמה הערצאג.

געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2017 1:26 pm
דורך סידיראם
פארשלאפן ווען מרן מסאטמאר גיבט ווען נישט ארויס קיין "דער איד" קען איך דיר גאראנטירן אז ר' שלמה הערצאג וואלט געקענט ארויסגעבן סאך א דיקערע ספר איבער די שעדליכקייט פון א צייטונג פון גויאישע נייעס.

אויף דעים איז טאקע די ווייטאג אז מיר האבן נישט די אמאליגע מנהיגים א שטייגער ווי מרן מסאטמאר וואס האט געוויסט ווען מען דארף פארקוקן אויף פרומקייט צו בויען אידישקייט.

מיט די היינטיגע מהלך פון אומבאלאנסירטע פרומקייט וועט מען גארנישט קענען אויפטוהן פאר אידישקייט

הה"ד אם אין דעת הבדלה מנין

געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2017 1:29 pm
דורך בעל דעת
סידיראם האט געשריבן:פארשלאפן ווען מרן מסאטמאר גיבט ווען נישט ארויס קיין "דער איד" קען איך דיר גאראנטירן אז ר' שלמה הערצאג וואלט געקענט ארויסגעבן סאך א דיקערע ספר איבער די שעדליכקייט פון א צייטונג פון גויאישע נייעס.

אויף דעים איז טאקע די ווייטאג אז מיר האבן נישט די אמאליגע מנהיגים א שטייגער ווי מרן מסאטמאר וואס האט געוויסט ווען מען דארף פארקוקן אויף פרומקייט צו בויען אידישקייט.

מיט די היינטיגע מהלך פון אומבאלאנסירטע פרומקייט וועט מען גארנישט קענען אויפטוהן פאר אידישקייט

הה"ד אם אין דעת הבדלה מנין

למעשה ווי אזוי האט איר יא זוכה געווען צי דיעם דעת וואס ר' שלמה האט נישט זוכה געוווען?

געשריבן: פרייטאג יוני 02, 2017 1:34 pm
דורך סידיראם
בעל דעת האט געשריבן:
סידיראם האט געשריבן:פארשלאפן ווען מרן מסאטמאר גיבט ווען נישט ארויס קיין "דער איד" קען איך דיר גאראנטירן אז ר' שלמה הערצאג וואלט געקענט ארויסגעבן סאך א דיקערע ספר איבער די שעדליכקייט פון א צייטונג פון גויאישע נייעס.

אויף דעים איז טאקע די ווייטאג אז מיר האבן נישט די אמאליגע מנהיגים א שטייגער ווי מרן מסאטמאר וואס האט געוויסט ווען מען דארף פארקוקן אויף פרומקייט צו בויען אידישקייט.

מיט די היינטיגע מהלך פון אומבאלאנסירטע פרומקייט וועט מען גארנישט קענען אויפטוהן פאר אידישקייט

הה"ד אם אין דעת הבדלה מנין

למעשה ווי אזוי האט איר יא זוכה געווען צי דיעם דעת וואס ר' שלמה האט נישט זוכה געוווען?

אויף אזא תגובה פאסט זיך דער מאמר החכם: וואס נאך איז נייעס?