"פאמיליע" חודש'ליכע אויסגאבע (מלפנים "אוצרות")

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

לתועלת הרבים, פאלגענד איז דער בריוו וואס דער שבט הלוי ז"ל האט געשריבן צום רבי'ן, מיט איבער פערציג יאר צוריק ווען דער רבי האט באזוכט בהיכלו כבוד , נאך א לאנגע משא ומתן של תורה האָט דער שבט הלוי געשריבן זיינע ווערטער מיט גרויס התרגשות און שטארקע אויסדרוקן.

ח"י אייר תשל"ה, ל"ג בעומר

הנה כבוד האברך השלם מאד בתורה הה"ג חריף ובקי
פאר היחס רבי אהרן טייטלבוים שליט”א,
בכה"ר הגאון הגדול בנש"ק ר' משה טייטלבוים שליט”א האב"ד סיגעט-ברוקלין,
וחתנא דבי נשיאה ידיד נפשי כ"ק האדמו"ר הצה"ר משה יהושע האַגער מוויזניץ שליט”א,
הראה לפנינו כתבי ידיו בגפ"ת אגדה דרוש וכו', דברים מתוקים מדבש ונופת צופים,
וגם בגפ"ת מפלפּל בטוטו"ד ע"ד החידוד והפלפול דברים נאים ראוים לשבח,
אעפ"י שלא נאמרו להלכה, מכ"מ חדי קוב"ה בפלפולי אורייתא.

ורוצה אני להגיד שמחתי בראותי תורה מחזרת לאכסניא שלה,
אבותיו ואבות אבותיו גאוני וצדיקי ארץ זי"ע,
וניכר מתוך הדברים שכבוד הרב הג' מהר”א שליט”א יגע ומתעמל הרבה בתורה יגע ומצא כדי מדתו,
על כן זוכים להעלות מרגלאין טבים ציצים ופרחים.

וכה יעזרהו ה' הטוב להרבות כאלה וכאלה, וגם לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא
שזה היא המדריגה הכי גדולה בתלמוד תורה לשמה תורת אמת.

הכ"ד ידידו דוש"ת מצפּה לרחמי ה'
שמואל הלוי וואָזנער
לעצט פארראכטן דורך ישמחו אום מיטוואך אפריל 29, 2015 11:51 am, פארראכטן געווארן 1 מאל.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27044
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

ישמחו האט געשריבן:לויט ווי איך הער איז דער בריוו פון שבט הלוי ז"ל פאר אדמו"ר מהר"א מסאטמאר שליט"א (אוצרות דעקל)
אויך געווען אין די היסטארישע ארכיוון אויפן בוידעם אין די דירה אויף 152 הויז סטריט העכער סיגעטער ביהמ"ד
וואס דער רבי האט געהאט פארפאקט מיט צענדליגער יארן צוריק, ווען ער האט זיך געצויגן קיין קרית יואל,
און מ'האט דאס געטראפן אין די לעצטע רגע בעת פינוי הבית, ביים איבערבויען די דירה אויף הויז סטריט.

איינער קען קאנפירמען? און מער דערציילן איבער דעם?

צווישן אנדערע האט מען אויך געטראפן א הערליכע כתב סמיכה אויף הל' מקוואות און יו"ד פון הגאון רבי פינחס עפשטיין ז"ל ראב"ד ירושלים (געדריקט אין ספר ומשה היה רועה).
א מכתב הוראה פון שאפראנער רב ז"ל (פון די איינציגסטע בחייו אין אמעריקא, נאך איינס איז געווען פאר הג"ר אברהם לייטנער ז"ל ממאנטיווידעאו, געדריקט אין ספרו תורת א' ח"ה).

וואס נאך איז געווען דארט?

געווען באריכטעט בשעתו:
viewtopic.php?p=304487#p304487

דער בריוו פון הרב וואזנער ווערט שוין דערמאנט אין יענעם באריכט

מיללער האט געשריבן:ברוקלין נ.י.
דורך: יעקב דוב מיללער

וויליאמסבורג: אין ליכט פון די רענאוואציעס בבית אדמו"ר מהר"א מסאטמאר אויף היוז סט. איז וואונדערליך אנטדעקט געווארן גאר טייערע און ווערטפולע חפיצים וועלכע זענען מיסטריעז פארשוואונדען געווארן פאר באלד דרייסיג יאר פון ווען דער רבי האט זיך געצויגען קיין קרית יואל אנצונעמען דאס ארטיגע רבנות.

עס רעדט זיך פון א פריוואטע זאמלונג פון כ"ק אדמו"ר מסאטמאר רבי אהרן טייטלבוים שליט"א בן מרן הברך משה מסאטמאר זצ"ל וועלכער האט אלס אינגערמאן זייענדיג דער סיגוטער רב פון וומ"ס געוואונט אויף 152 היוז סט. העכער דעם סיגוטער ביהמ"ד, מיט די צייט זענען די זאכען באהאלטן געווארן און שפעטער פארפאקט געווארן מאין רואה ביז מיט דריי וואכען צוריק ווען עס איז אונטערגענומען געווארן רענאוואציעס אויף די דירה און די אנטיקען זענען אפגעשוינט געווארן פון מיסט (!) דורך א נייגעריגער חסיד.

דער זאמלונג איז כולל צווישען אנדערע;
1) דער ערשטער שטעקן פון אדמו"ר הברך משה אלס סיגעטער רב
2) די אריגינעלע מכתב מיט די חתימת ידי קדשו פונעם רבי'ן זי"ע אויף דאס איבערדרוקען דעם ספר תולדות אדם מזקינו פאר זיין פלימעניק מהר"א
3) חידושי תורה מרביה"ק זצ"ל וואס מרן הברך משה ז"ל האט אפגעשריבען נאכען וויילען עטליכע שבתים במחיצתו בקרית חוצות בשעראן ספרינגס
4) פארשידענע כתבי ידות וועלכע ווערן נאך די טעג איבערגעקוקט דורך מומחים וואס דער רבי אדמו"ר מהר"א האט געזאמעלט אין די אינגע יארען
5) פינף העפטן חידו"ת פון מהר"א געשריבען בימי חורפו בהסכמת המנח"י הרמ"א פריינד זצ"ל ולהבחל"ח הגאון בעל שבט הלוי שליט"א
6) צוויי מכתבי הורמנא פאר'ן רבי'ן מהר"א; איינס פונעם שאפראנער רב ר' שמעון ישראל פאזען זי"ע בעמח"ס תורת א' (דאס איינציגסטע וואס ער האט געגעבן על אדמת אמעריקא ווי ער שרייבט "בראותי איך שהתורה מחזרת על אכסניא שלה, יצאתי מגדרי") און דאס אנדערע פונעם טשאקעווער רב ר' שמואל אברהם זעלטענרייך יו"ר מערכת אוצר הפוסקים בארה"ב זצ"ל.

די מעשה גייט צוריק מיט א דריי וואכען ווען הרב ר' שמואל שלמה טעללער מעורכי ספר ומשה היה רועה ומגיד מישרים בק"ק סאטמאר, האט זיך פאראינטערעסירט ביי איינע פון די ארבייטער אויפן פלאץ צו עס איז נישט פארהאן דארט קיין היסטארישע זאכען. דער אינגערמאן האט אוועקגעמאכט זאגנדיג "נאר אלטע טשעקס און שטרות פון מכירת חמץ וכדו" הרב טעללער האט געבעטן אז ער זאל אים דאס אוועקלייגען ווייל עס קען דאך זיין אינטערעסאנט.

יענער טאג איז דער דערמאנטער אינגערמאן (נאמען געהיט אין רעדאקציע) צוריקגעגאנגען צו די דירה און צו זיין שטוינונג איז דער קעסטל געליגען צווישען די זאכען אנגעגרייט געווארען צו גיין אין מיסט, ער האט דאס זאפארט אריינגעשטעלט צו זיך אין קאר און דאס געליפערט צו ר' שמואל שלמה'ן.

צום ערשיטערונג פון ר' שמואל שלמה, האט ער אונטען פונעם קעסטל געפונען די דערמאנטע היסטארישע אנטיקען (דער שטעקן איז עקסטער געפונען געווארן) וואס ער האט שיין מסדר געווען און ארגענעזירט, ביום ג' דחנוכה הבעעל"ט האט ער דאס אריינגעטראגען צום רבי'ן אדמו"ר מהר"א להשיב אבידה לבעלים, וועלכער איז געווען גאר מרוגש טרעפענדיג זיך מיט זאכען וואס ער האט שוין נישט געקלערט ווידער צו זעהן.

ביים רבי'ן אין שטוב האט איינער אנגעמערקט צו דאס גייט אריין אין די שאלה פון המציל מזוטו של ים, אבער עס איז אנגעוויזען געווארן דורכן רבי'ן פון תוס' און ראשונים אין ב"מ אז וויבאלד די חפיצים זענען למעשה נישט ארויס פונעם רשות פונעם בעה"ב הייסט דאס נישט קיין אבידה בכלל.

סאמארער חסידים האבן אויפגענומען די נייעס מיט גרויס סאטיספאקציע און שמחת הנפש, וואוסענדיג אז די חפיצים האבן גאר א טייערען שאץ און ווערט לכל קדשי בית סאטמאר.

ברוך משיב אבידה
להודיע
שר שלשת אלפים
תגובות: 3080
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 27, 2014 11:09 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך להודיע »

דער שבט הלוי שרייבט גראדע אז אפילו סאיז נישט בהלכה איז אבער הקב"ה חדי בפלפולא דאואייתא. ער דריקט אויס א ברכה זאל אויך זיין אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא.
לעכטיגער
שר חמש מאות
תגובות: 800
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג יולי 08, 2014 11:43 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך לעכטיגער »

ישמחו האט געשריבן:לתועלת הרבים, פאלגענד איז דער בריוו וואס דער שבט הלוי ז"ל האט געשריבן צום רבי'ן, מיט איבער פערציג יאר צוריק ווען דער רבי האט באזוכט בהיכלו כבוד , נאך א לאנגע משא ומתן של תורה האָט דער שבט הלוי געשריבן זיינע ווערטער מיט גרויס התרגשות און שטארקע אויסדרוקן.

ח"י אייר תשל"ה, ל"ג בעומר

הנה כבוד האברך השלם מאד בתורה הה"ג חריף ובקי
פאר היחס רבי אהרן טייטלבוים שליט”א,
בכה"ר הגאון הגדול בנש"ק ר' משה טייטלבוים שליט”א האב"ד סיגעט-ברוקלין,
וחתנא דבי נשיאה ידיד נפשי כ"ק האדמו"ר הצה"ר משה יהושע האַגער מוויזניץ שליט”א,
הראה לפנינו כתבי ידיו בגפ"ת אגדה דרוש וכו', דברים מתוקים מדבש ונופת צופים,
וגם בגפ"ת מפלפּל בטוטו"ד ע"ד החידוד והפלפול דברים נאים ראוים לשבח,
אעפ"י שלא נאמרו להלכה, מכ"מ חדי קוב"ה בפלפולי אורייתא.

ורוצה אני להגיד שמחתי בראותי תורה מחזרת לאכסניא שלה,
אבותיו ואבות אבותיו גאוני וצדיקי ארץ זי"ע,
וניכר מתוך הדברים שכבוד הרב הג' מהר”א שליט”א יגע ומתעמל הרבה בתורה יגע ומצא כדי מדתו,
על כן זוכים להעלות מרגלאין טבים ציצים ופרחים.

וכה יעזרהו ה' הטוב להרבות כאלה וכאלה, וגם לאסוקי שמעתתא אליבא דהילכתא
שזה היא המדריגה הכי גדולה בתלמוד תורה לשמה תורת אמת.

הכ"ד ידידו דוש"ת מצפּה לרחמי ה'
שמואל הלוי וואָזנער

הצה"ר?? אדער הצה"ק?
אוועטאר
שמעלקא טויב
שר חמשת אלפים
תגובות: 5396
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג מאי 04, 2010 2:41 pm
לאקאציע: אויפ'ן באשעפער'ס וועלט'ל!

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך שמעלקא טויב »

להודיע האט געשריבן:דער שבט הלוי שרייבט גראדע אז אפילו סאיז נישט בהלכה איז אבער הקב"ה חדי בפלפולא דאואייתא. ער דריקט אויס א ברכה זאל אויך זיין אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא.

דער ברכה איז טאקע מקיום געווארן, דאכט זיך אז אדמו"ר מהר"א האט אסאך תלמידים מורי הוראה און ער אליין האט א שיינע פאר יאר משמש געווען אלץ א מורה הוראה.
הק' שמעלקא טויב
נו"נ להחסיד המפורסם רבי שלום טויב ע"ה
[email protected]
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

השי"ת חדי בפלפולא דאורייתא ואע"פ שאינו אמת

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

להודיע האט געשריבן:דער שבט הלוי שרייבט גראדע אז אפילו סאיז נישט בהלכה איז אבער הקב"ה חדי בפלפולא דאואייתא. ער דריקט אויס א ברכה זאל אויך זיין אסוקי שמעתתא אליבא דהלכתא.

אינטרעסאנט דער מקור דערצו, ווי דער הייליגער בית יוסף שרייבט אין זיין ספר מגיד מישרים (פרשת ויקהל), וואס ער האט האט געהאט גילויים פון א מגיד מן השמים, שרייבט ער אז אמאל האט דער בית יוסף ז"ל מעיין געווען גאר לאנג אין א סוגיא, און געשריבן א לאנגן פלפול, און צום סוף האט ער איבערגעטראכט אז ס'איז נישט לאמיתה של תורה און ער האט דאס געוואלט אויסמעקן, אבער דער מלאך המגיד האט אים נישט געלאזט, ער האט אים געזאגט, אז דער רבוש"ע איז זיך משמח מיט א תורה'דיגן פלפול אפילו ס'איז נישט אמת'דיג להלכה.

שרייבט ער דארט דאס לשון:
ואמר שהשי"ת חדי בפלפולא דאורייתא ואף על פי שאינו אמת, ומאי דפלפלת וכו' תירוצא בתראה לאו קושטא ומכל מקום לא תמחוק יתיה דיקריה דקוב"ה סליק בפלפולא אף על גב דלאו קושטא אינון וכו'
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
חובב_ספרים
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חובב_ספרים »

יונה כהן האט געשריבן:אוי וויי

דער בעל זכרון יהוסף איז געווען א גאון הגאונים און ווער עס קוקט אריין אין זיינע ספרים ווערט נשתומם איבער זיין געוואלדיגע זיכרון און אופן פון זיינע צושטעלען ענינים.
לפי זיכרוני איז ער אויך געווען א ציוני אדער א סימפאטיקער. ער ווערט געברענגט אין שדי חמד אן א שיעור.

נ.ב. ובזיכרוני ברענגט ער אין א תשובה הובא בשד"ח אז מציצה בפה איז נישט א חלק פון מצות מילה מעיקר הדין און ער צייכענט צו דעם קצות אין הלכות שליחות אין חושן משפט, שאינו מצוה בכלל על כן אין בו מצוה בו יותר מבשלוחו ויכול לצוות לאחר...

בעל הזכר יהוסף [כן צ"ל כמו שהעיר הרב מיללער] איז נישט געווען א ציוני. המזרחיניקס האבן פארבירט צו מאכ'ן אים פון איינער פון זייערע כדרכם בטומאה, אבער לויט וואס איך האב געזעהן אין בזה ממש. ער איז געווען איינער פון די אוסרים פון דעם היתר מכירה אבער די ציונים פרסמו שהוא התיר און ער האט געשריבן א שטארקע בריב צו דאס מכחיש זיין. איך מיין אז דאס איז געבריינגט דאס חוברת הפלס.
יוסף שרייבער האט געשריבן:ר' אלתר קויפמאן איז דער זעלבער ווי ר' אליהו קויפמאן?

ניין.
אוועטאר
ענדע צדיק!
שר שמונת אלפים
תגובות: 8100
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יולי 17, 2013 4:44 pm
פארבינד זיך:

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ענדע צדיק! »

כהאב געקויפט די אוצרות נאך א לענגערע צייט אפשניט, סהאט מיר זייער נישט געכאפט. מיט ממש גארנישט.
צ' כפופה וץ' פשוטה... היינו נאמן כפוף נאמן פשוט. וברש"י: נאמן כפוף - אדם כשר צריך להיות כפוף ועניו וסופו להיות פשוט וזקוף לעולם הבא: (שבת קד.)
בלאג - מיינע ארכיוון
חובב_ספרים
שר מאה
תגובות: 149
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג מארטש 26, 2015 5:42 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חובב_ספרים »

חובב_ספרים האט געשריבן:
יונה כהן האט געשריבן:אוי וויי

דער בעל זכרון יהוסף איז געווען א גאון הגאונים און ווער עס קוקט אריין אין זיינע ספרים ווערט נשתומם איבער זיין געוואלדיגע זיכרון און אופן פון זיינע צושטעלען ענינים.
לפי זיכרוני איז ער אויך געווען א ציוני אדער א סימפאטיקער. ער ווערט געברענגט אין שדי חמד אן א שיעור.

נ.ב. ובזיכרוני ברענגט ער אין א תשובה הובא בשד"ח אז מציצה בפה איז נישט א חלק פון מצות מילה מעיקר הדין און ער צייכענט צו דעם קצות אין הלכות שליחות אין חושן משפט, שאינו מצוה בכלל על כן אין בו מצוה בו יותר מבשלוחו ויכול לצוות לאחר...

בעל הזכר יהוסף [כן צ"ל כמו שהעיר הרב מיללער] איז נישט געווען א ציוני. המזרחיניקס האבן פארבירט צו מאכ'ן אים פון איינער פון זייערע כדרכם בטומאה, אבער לויט וואס איך האב געזעהן אין בזה ממש. ער איז געווען איינער פון די אוסרים פון דעם היתר מכירה אבער די ציונים פרסמו שהוא התיר און ער האט געשריבן א שטארקע בריב צו דאס מכחיש זיין. איך מיין אז דאס איז געבריינגט דאס חוברת הפלס.

איך האב געטראפן דאס הפלס דא: http://beta.hebrewbooks.org/reader/read ... %99%d7%9f#.
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

ענדע צדיק! האט געשריבן:כהאב געקויפט די אוצרות נאך א לענגערע צייט אפשניט, סהאט מיר זייער נישט געכאפט. מיט ממש גארנישט.

מיך אויך נישט... ס'געמאכט נאר פאר חסידים
געראדע קויף איך יא די אוצרות מיינע קינדער האבן עס זייער ליב.
קוה אל השם רבותי
אוועטאר
קאווע באנדל
שר חמש מאות
תגובות: 716
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך אפריל 29, 2015 2:43 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך קאווע באנדל »

געראדע זייער היסטאריע פון דערהיים איז גאנץ אינטערסאנט
קוה אל השם רבותי
חכימא
שר חמישים ומאתים
תגובות: 401
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך פעברואר 18, 2015 7:34 am

מאמר ב"אוצרות" על ר' אברהם זוסמאן

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חכימא »

מע"כ חכמי ורבני האשכול,

א שמועה האט דערגרייכט מיינע אויערן, אז און "אוצרות" איז אמאהל באשריבן געווארן ר' אברהם זוסמאן (אברהמ'ס) זצ"ל, א איד וואס האט זוכה געווען בילדותו לחזות בזיו פני הרה"ק מבארדיטשוב והמגיד מקוז'ניץ והרבי מלובלין, וגם הסתופף בצל השר שלום מבעלזא ושאר צדיקים, ואח"כ השתקע בלאנדאן שבענגלאנד ווי ער האט משמש געווען אלס שו"ב. ער האט מחבר געווען כמה ספרים (ויעש אברהם, ברוך מבנים, זכור לאברהם, ועוד).

צו האט איינער דעם מאמר, אדער לפחות געדענקט איינער און וועלכער גליון איז ערשינען אט דעם מאמר?
(לפי מיין אינפארמאציע רעדט זיך וועגן ניסן ע"ב אדער ע"ג, ונקוט האי סימנא בידך: באותו גליון גם הופיע מאמר על (פטירת) העצי חיים מסיגוט. אך יכול להיות שכל זה אינו מדוייק)

א דאנק פון פאראויס פאר אלע עוזרים ומסייעים!
ודי לחכימא ברמיזא
אוועטאר
פארוואס נישט
שר חמש מאות
תגובות: 772
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג אפריל 07, 2015 4:08 am
לאקאציע: רינגס און ארום

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פארוואס נישט »

לויט ווי איך האב געהערט האט זיך אוצרות שוין צוגעמאכט . ווייסט איינער אפשר ווי איך קען נאך באקומען א געוויסע ארטיקל (לכחילה פי.די.עף)
מאטכע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטכע »

הער איך אז סענטרעל מארקעט אין וויליאמסבורג געט די וואך פאר אלע זייערע איינקויפערס די אוצרות פאמיליע פון חודש כסלו,
געהערט האב איך אז עס האט שוין גארנישט ספעציעל מיט סאטמאר
אוועטאר
סעטינגס
שר חמש מאות
תגובות: 833
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אוגוסט 13, 2015 2:59 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך סעטינגס »

האט יא, נאר ביי א 'פאמיליע אויסגאבע' איז נישט שייך צו שרייבן עניני חסידות, איינס פין די קינדער פין די הנהלה גיבט זיך אפ דערמיט
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

זייער אינטערסאנט אין חודש כסליו האב איך שוין געזעהן צוויי פאמיליע אויסגאבע'ס פון אוצרות
קיין איינע דערמאנט נישט א מלה אז מען האלט יעצט בעפאר כ"א כסליו
מאטכע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטכע »

רצון טוב האט געשריבן:זייער אינטערסאנט אין חודש כסליו האב איך שוין געזעהן צוויי פאמיליע אויסגאבע'ס פון אוצרות
קיין איינע דערמאנט נישט א מלה אז מען האלט יעצט בעפאר כ"א כסליו

וואס מיינסט צווי פאמיליע׳ס ?
ב.ד.וו. איך האב עס די חודש דורך געבלעטערט איך מוז זאגן עס איז עכט עכט פיל פיל מיט שיינע תוכנ׳דיגע באשרייבונגן, הערליך דיגזיינט ,
איך בין געווען עכט סופרייסט
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

עס איז טאקע זייער א שיינע און רייכע אויסגאבע

אבער די לעצטערע 2 וואס אנטהאלטען אין זיך אויך חודש כסליו ווערט בכלל נישט דערמאנט אז עס איז די חודש פון כ"א כסליו, קוקט אויס ווי עס האט באקימען נייע בעלנים.
אוועטאר
ישמחו
שר חמישים ומאתים
תגובות: 348
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג אפריל 11, 2013 12:38 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ישמחו »

רצון טוב האט געשריבן:עס איז טאקע זייער א שיינע און רייכע אויסגאבע

אבער די לעצטערע 2 וואס אנטהאלטען אין זיך אויך חודש כסליו ווערט בכלל נישט דערמאנט אז עס איז די חודש פון כ"א כסליו, קוקט אויס ווי עס האט באקימען נייע בעלנים.

זאג, ווען דיין אשת חיל זעט א קעפל אן ארטיקל אויף כ"א כסלו, ליינט זי דאס?
אדער מישט גלייך איבער ווייטער?

#סתם געהאקט א טשייניק.
ישמחו - דער עיקר ס'זאל זיין פרייליך ביי אידן, בשמחת עולם על ראשם!
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

מיין אשת חיל באדערט נישט אז די אויסגאבע דעקט די יום השמחה פון סאטמארע אידן, פארוואס זאל מען עס איגנארירן? חוץ אויב די בעלות געהערט שוין נישט צו די וואס האבן עס געהאט אמאל.
מאטכע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטכע »

רצון טוב האט געשריבן:מיין אשת חיל באדערט נישט אז די אויסגאבע דעקט די יום השמחה פון סאטמארע אידן, פארוואס זאל מען עס איגנארירן? חוץ אויב די בעלות געהערט שוין נישט צו די וואס האבן עס געהאט אמאל.

וואס פארא חידושים איז נאך דא אויף כ״א כסלו ?, אלעס ווייסט מען שוין.....
חוץ די מוסדות׳ער וואס דארפן עס פאר געלט שרייבן אלעס ארום כ״א וועגן געלט
מאטכע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטכע »

מאטכע האט געשריבן:

Don't get me wrong......
איך מיין נישט אינטערצוהאקן ח״ו כ״א כסלו....... נאר אין א אויסגאבע קומט באשרייבונגן און חידושים ,
נישט זאכן וואס יעדער ווייסט שוין ...
רצון טוב
שר האלפיים
תגובות: 2288
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך מארטש 02, 2016 3:12 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך רצון טוב »

מאטכע האט געשריבן:
רצון טוב האט געשריבן:מיין אשת חיל באדערט נישט אז די אויסגאבע דעקט די יום השמחה פון סאטמארע אידן, פארוואס זאל מען עס איגנארירן? חוץ אויב די בעלות געהערט שוין נישט צו די וואס האבן עס געהאט אמאל.

וואס פארא חידושים איז נאך דא אויף כ״א כסלו ?, אלעס ווייסט מען שוין.

ימים טובים וואס זענען שוין ביים אידישן פאלק זינט קבלת התורה איז דא אלץ גענוג וואס אפירצוזיכען צו מאכן עפעס פריש
א יומא דפגרא וואס איז בסך הכל קוים אריבער די 70 יאר, איז דא גענוג וואס צו טרעפן אויב מען וויל.
מאטכע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטכע »

שוין דא צובאקומען פון חודש טבת ?
מאטכע
שר חמישים ומאתים
תגובות: 298
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 23, 2016 8:09 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מאטכע »

מאטכע האט געשריבן:שוין דא צובאקומען פון חודש טבת ?

????
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”