"פאמיליע" חודש'ליכע אויסגאבע (מלפנים "אוצרות")

די אחראים: יאנאש,אחראי,געלעגער

אוועטאר
ניק ניק
שר האלפיים
תגובות: 2424
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 20, 2011 8:17 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ניק ניק »

זייער נישט א שיינע דעקל!

(געזאגט פאר כ'האב געוויסט וואס ווען ווי)
אל תסתכל בספעלינג אלא במה שיש בה.
הק' נ'חמן י'עקב ק'אהן המכונה ני"ק.
חאצקעל
שר העשר
תגובות: 45
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך יאנואר 19, 2011 3:13 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך חאצקעל »

אז איך רעד שוין וועגן די "אוצרות" וויל איך מיך דא אויסרעדן, אולי וועט עס אנקומען צו די רעדאקציע.

אין חודש סיון איז געווען א געלונגענער ארטיקל איבער די "אונגארישע רעוואלוציע" פונעם פאליטישן שטאנדפונקט, און צום סוף האט דער שרייבער אויסגעפירט אז אין קומענדיגן חודש וועט ער ממשיך זיין מיט היסטאריע דערציילונגען פון היימישע אידן וואס זענען דעמאלט אנטלאפן פון אונגארן קיין אמעריקע. למעשה האט דער ארטיקל נישט ממשיך געווען דעם חודש.

איך האף אז עס וועט משלים ווערן קומענדיגע חודש, און דאס נישט שרייבן דערפון די חודש איז צוליב די איבערפלוס פון חומר וכדומה, נישט אז מען לאזט דאס הענגען.
געלינקטער
שר מאה
תגובות: 109
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 12, 2010 9:08 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך געלינקטער »

אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגי מען »

חודש אב איז שוין ארויסגעקומען?
דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד פיישוט »

אין די פאריגע איז געשטאנען אז ס'דארף היינט ארויסקומען
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

אוצרות חודש אב-אלול שוין צו באקומען אין די געשעפטן.

דאס מאל איז עס אן אויסטערלישער איבערראשונג!

הערליך שיין אויסגעשטעלט און גראפיק דעזיינט מיט א שלל פון אינטערעסאנטע ארטיקלען און א באזונדערע ביילאגע צום יארצייט פון רביה"ק מסאטמאר זי"ע.
א טענצל!
שר האלף
תגובות: 1412
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אקטאבער 04, 2009 11:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך א טענצל! »

נו? איינער קען מאכן א סך הכל פונעם נייעם אוצרות, וואס איז די אינהאלט?
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

די נייע אויסגאבע איז א זעלטנהייט פון א רייכקייט, אין די ספעציעלער 24 זייטיגע ביילאגע ערשיינט א הערליכע אינטערוויו/פאנעל מיט 8 געוועזענע משבק"ים ביי הרה''ק מ'סאטמאר זי''ע דורכגעפירט דורך די טאלאנטפולע מו''ל פון ומשה היה רועה.
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

א טענצל, פאר א סך הכל זאלסטו דאס אליינס דורכליינען. דער תוכן איך זייער רייך, און דער גרעפיקס האט זיך אויך זייער פארבעסערט.

דער ספעציעלער אויסגאבע לרגל די יארצייט פון רבי'ן ז"ל האט מיך געהאלטן געשפאנט פון ווען כ'האב איר אנגעפאנגן ביז'ן ענדיגן.

קודם כל בין איך געוואויר געווארן אסאאך נייע זאכן פון די שמועסן מיט די הויז בחורים, וואס פירט אייך אריין אין א אנדערע וועלט, לפני ולפנים בקודש פנימה, און בעיקר אויף די שעות וואס דער רבי איז געזיצן ביי זיך פריוואט, און נאר די הויז בחורים האבן מיטגעהאלטן. די צוויי פאר שיך וואס דער רבי פלעגט אנטון, די קאווע אריינטראגן יעדן אינדערפרי, דעם רבי'נס זאגן די תפילה פון הרה"ק מבוטשאטש זי"ע, די עבודת אכילה פון רבי'ן, דאס קריאת שמע של שחרית וערבית און אזוי ווייטער.

אינע'ם הויפט אויסגאבע איז דא א העכסט אינטערעסאנטע געשיכטע איבער וויאזוי רביה"ק זי"ע האט בייגעשטייערט די פאנטאסטישע סומע פון 15 טויזענט דאללער פאר די גערער ישיבה אין ארץ ישראל. אראפגעלייגט מיטן גאנצן קנאק און טעם.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
אוועטאר
צים פינטעל
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4988
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג יולי 31, 2009 11:07 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צים פינטעל »

קען איינער לייגן די קאווער?
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

באקומען פון א חבר, אויב דאס העלפט עפעס. עס איז די דריי אויסגאבעס איינער הונטער דעם אנדערן.
אטעטשמענטס
p.JPG
אבי.גערעדט
שר האלף
תגובות: 1332
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג דעצעמבער 13, 2009 12:07 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אבי.גערעדט »

.
אטעטשמענטס
IMAG0128.jpg
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

איצט געלעזט אביסל
סחורה א פולע שיסל
עטליכע הערות פון אויבנאויף:
דער ארטיקל "כשרות אין אמעריקא" איז זייער ווייט פון א דבר השלם, רובא דרובא פון די כשרות הבשר היסטאריע האט הרב הכותב איבערגעהיפט מן הסתם מחמת חסרון ידיעה.
די אינטערוויוס מיט די הויז בחורים וואלט איך געגליכן ווען עס איז על הסדר יעדער באזונדער, נישט א געמיש אווי איצטערט, בנוסף וואס אני הקטן האב געהערט פיל עובדות מפי אט די הויז בחורים וואס ווערן גענצליך נישט ערווענט.

ר' מרדכי דוד עסטרייכערס ארטיקל איז הערליך, שיין און צוציענד אראפגעשטעלט.

דער ארטיקל איבער אמעריקאנער היסטאריע האט אריינגעבלאנדזשעט בטעות, עס געהערט נישט אין אט דעם אויסגאבע.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
מי חכם
שר ששת אלפים
תגובות: 6329
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי חכם »

כמדומה אז דער בליק (ז"ל) האט געהאט אפאר יאר צוריק אזא ענליכע ארטיקל מיט די גאנץ ברידער, ועוד.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃
אוועטאר
מי יודע
שר שמונת אלפים
תגובות: 8741
זיך איינגעשריבן אום: מאנטאג אוגוסט 31, 2009 4:35 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מי יודע »

farshlufen האט געשריבן:איצט געלעזט אביסל
סחורה א פולע שיסל
עטליכע הערות פון אויבנאויף:
דער ארטיקל "כשרות אין אמעריקא" איז זייער ווייט פון א דבר השלם, רובא דרובא פון די כשרות הבשר היסטאריע האט הרב הכותב איבערגעהיפט מן הסתם מחמת חסרון ידיעה.
די אינטערוויוס מיט די הויז בחורים וואלט איך געגליכן ווען עס איז על הסדר יעדער באזונדער, נישט א געמיש אווי איצטערט, בנוסף וואס אני הקטן האב געהערט פיל עובדות מפי אט די הויז בחורים וואס ווערן גענצליך נישט ערווענט.

ר' מרדכי דוד עסטרייכערס ארטיקל איז הערליך, שיין און צוציענד אראפגעשטעלט.

דער ארטיקל איבער אמעריקאנער היסטאריע האט אריינגעבלאנדזשעט בטעות, עס געהערט נישט אין אט דעם אויסגאבע.

וואס שרייבט ר' מרדכי דוד?
אידעלע זיי פרייליך, שטארק דיך שטארק דיך אצינד, ווייל דו ביסט דאך א בן מלך, דעם באשעפער'ס קינד.
ארעסטאנט
שר האלף
תגובות: 1791
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג נאוועמבער 10, 2009 11:55 pm
לאקאציע: בעסער אז מ'רעדט נישט..

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך ארעסטאנט »

די ארטיקל איבער ר' מאניס.
זאג נישט לא איש דברים אנוכי!
ווייל יעדע מענטש האט זיך זיין טאלאנט, וואס קען מאכן די וועלט מער אינטערעסאנט, זיך עס נאר אויף, ברענג עס ארויף, ווייל דאס קען פארשענערן די וועלט.
(קרעדיט: מאטי אילאוויטש - מחשבות)
צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 317
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יאנואר 07, 2010 12:54 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך צעיר באלפי ישראל »

לשבחם פון אוצרות יאמר אז זיי זענען עולה מעלה מעלה, וראויים לשבח. נייגעריק ווער דער מח איז דארט.

און אויף דעם וואס האט משוה געווען די גאנץ ברודערס, צו די פון וועמען מען רעדט יעצט, סלתה ושמנה פון סאטמאר, בינהם גאו"צ חשובי העדה.

נאר פליאה בעיני, אויף דעם פארווארט צום ביילאגע, וואס האט אין זיך אנדערע שטריכן, בניגוד צום כלל פון דור ודור ודורשיו, כידוע די מימרא פון צדיקים אויף ולא ידע איש את קבורתו.
והוא פלאי
שר האלפיים
תגובות: 2754
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג אוגוסט 23, 2009 3:18 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך והוא פלאי »

צעיר באלפי ישראל האט געשריבן:לשבחם פון אוצרות יאמר אז זיי זענען עולה מעלה מעלה, וראויים לשבח. נייגעריק ווער דער מח איז דארט.

און אויף דעם וואס האט משוה געווען די גאנץ ברודערס, צו די פון וועמען מען רעדט יעצט, סלתה ושמנה פון סאטמאר, בינהם גאו"צ חשובי העדה.

נאר פליאה בעיני, אויף דעם פארווארט צום ביילאגע, וואס האט אין זיך אנדערע שטריכן, בניגוד צום כלל פון דור ודור ודורשיו, כידוע די מימרא פון צדיקים אויף ולא ידע איש את קבורתו.

אין זה סתירה בכלל לדור דור ודורשיו
וכידוע מה שאמר החי' הרי"ם, שהרבי מלובלין נקרא סתם רבי בפולין עד ביאת משיח
כי יש צדיק שמייסד או שותל דבר מחדש, ועל שמו נקרא הכל עד דרא בתראה
לבד מזה, ידוע מה שאמר בשבועות תשל"ח כאשר אמרו לפניו התפארת שלמה של דור לדור ישבח מעשיך
והשיב למחרתו, עס איז נישט קיין דור
למה זה תשאל לשמי...
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

ימחול נא הרב הצעיר, אזוי בין איך נתחנך געווארן און גענוי דאס וואלט איך געשריבן. 
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
באגי מען
שר חמישים ומאתים
תגובות: 311
זיך איינגעשריבן אום: זונטאג יולי 24, 2011 9:57 pm

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך באגי מען »

איך האב געוואלדיג הנאה געהאט פון די מעשה אז די רעבעצין האט אמאל אריינגעטראגן אין א הייסע זומער טאג היימישע אייז-קרים פארן רבי'ן, און געזאגט אז עס איז געזונט, ס'איז בלויז אייער; סמייטע; און צוקער. האט דער רבי געזאגט אזוי? ס'איז געזונט? דאן גיב מיר די אייער עקסטער, די סמייטע עקסטער, און די צוקער עקסטער, אבער דאס צוזאמען נישט...
דוד פיישוט
שר חמישים ומאתים
תגובות: 297
זיך איינגעשריבן אום: מיטוואך נאוועמבער 10, 2010 9:28 pm
לאקאציע: אין ישיבה

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך דוד פיישוט »

די מאראקא ארטיקל איז זייער שיין (זעט אויס אז ער שרייבט עס דא אנשטאט אין בלאט)
אוועטאר
פליגל
שר חמשת אלפים
תגובות: 5994
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2009 1:27 pm
לאקאציע: ביים פענסטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך פליגל »

די מעשה מיטן אייז קרעים איז לויט ווי כ'אב געהערט פון איינעם וואס איז אביסל באקאנט מיט דעם, ער זאגט אז די דאקטוירים האבן געהייסן עס צי געבן פארן רבין, מ'האט'ם דערציילט אז דער נאסאדער רב זצ"ל האט דאס אויך געגעסן, ער איז נישט אינגעגאנגן דערויף, ער האט געפרעגט וואס ליגט דערין האט מען אים געזאגט ווי אויבן דערמאנט, אויף דעם האט ער געזאגט אז מ'זאל'ס'ם גיבן איעדע באשטאנטייל באזינדער.

אגב, אויפן נאסאדער רב דערציילט מען אז ער האט געבעטן אויב מ'קען'ס אנווארעמען, ווי באקאנט פלעגט ער עסן גאר הייסע זאכן.
אוועטאר
farshlufen
שר שלשים אלף
תגובות: 35437
זיך איינגעשריבן אום: פרייטאג נאוועמבער 16, 2007 8:26 am
לאקאציע: אויף די פאליצעס אין ספרים שאנק

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך farshlufen »

נאך איין בויענדע קריטיק, איך בעט מ'זאל מיר נישט פארשטיינערן..

די גלידה אדווערטייזמענט פאסט נישט אהער.
דאע"ג דכבר למד הרבה פעמים כל התורה והמצות, מ"מ כשיגיע המועד חייב לשאול ולדרוש בהלכות כל מועד ומועד בזמנו [ב"ח]
אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלף
תגובות: 27049
זיך איינגעשריבן אום: דאנערשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך מיללער »

געליינט די געוואלדיגע ווערק פון 'אוצרות' צאמגענומען פון די ערשטע הויז-בחורים בני עלי' וואס האבן זוכה געווען משמש צו זיין דעם הייליגען רבי'ן זי"ע לפני ולפנים, תחזקנה ידי בעלי האוצרות! שכרכם גדול וכפול.
אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3447
זיך איינגעשריבן אום: דינסטאג דעצעמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

  • ציטיר
  • צו לייגן א דאנק דארפט איר זיין אריינגעלאגט

תגובה דורך אויפריכטיג »

farshlufen האט געשריבן:
דער ארטיקל איבער אמעריקאנער היסטאריע האט אריינגעבלאנדזשעט בטעות, עס געהערט נישט אין אט דעם אויסגאבע.


זיי פרובירן צו צושטעלן אויסגעהאלטענע ליין מאטעריאל פאר אלע סארטן ליינער.
שרייב תגובה

צוריק צו “אויסגאבעס און נייעס קוועלער”