"פאמיליע" חודש'ליכע אויסגאבע (מלפנים "אוצרות" שע"י חסידי סאטמאר)

די אחראים: אחראי, געלעגער

קארל
שר חמש מאות
תגובות: 796
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך סעפטעמבער 09, 2009 11:16 pm

"פאמיליע" חודש'ליכע אויסגאבע (מלפנים "אוצרות" שע"י חסידי סאטמאר)

תגובהדורך קארל » מיטוואך אפריל 13, 2011 11:04 am

אין די טעג איז ערשינען דער ערשטער גליון פון דער נייער אויסגאבע מיט'ן נאמען "אוצרות", וואס ווערט ארויסגעגעבן דורך חסידי האדמורי"ם מסאטמאר זצ"ל, והאדמו"ר שליט"א. ווי אנדערע האבן שוין אנגעוויזן, איז אין דער פארגאנגענהייט שוין ארויסגעקומען דורך דער זעלבער פראקציע פון סאטמאר אן אויסגאבע מיט'ן נאמען "דער אידישער געדאנק". דער "געדאנק" איז געווען אן אויסגאבע פון א הויכן קוואליטעט און האט פארמאגט גאר שיינע ארומנעמענדיגע ביאגראפיע-מאמרים אויף רבנים וועלכע זענען געווען נאנט צו שיטות סאטמאר. עטליכע פון די היינטיגע בעסטע שרייבער האבן אנגעהויבן זייער קאריערע טאקע אין דעם "געדאנק" – ווי ר' פינחס גלויבער און ר' שמעון ראלניצקי.

"דער אידישער געדאנק", די ערשטע סאטמארער פראבע צו מאכן א שיינע חודש'ליכע אויסגאבע פאר דער גאנצער פאמיליע, איז אבער גאר שטארק געפאלן אין קוואליטעט אנגעפאנגען פון יאר תש"ס ווען די זעלבע סאטמארער פראקציע האט געעפנט איר וועכנטליכע צייטונג – "דער בלאט". עס האט נישט גענומען צו לאנג ביז דער "געדאנק" איז פארוואנדלט געווארן אין א קונטרס פון קאפיעס פון אנדערע אויסגאבעס, און דערנאך אין אן אדווערטייזמענט בלעטל וואס האט זיך פארקויפט פאר 25 סענט.

א צייט שפעטער איז ערשינען די צווייטע פראבע צו עפענען א שיינע סאטמארער אויסגאבע אונטער'ן נאמען "דאס אידישע פלאם". אט די נייע אויסגאבע האט ווידער נישט לאנג אנגעהאלטן אין דעם פארמאט, און איז פארוואנדלט געווארן אין א פשוט'ע נישט-סאטמארער אויסגאבע ווען שניצלער פון ק"י (דער היינטיגער רעדאקטאר פון דעם "המספיק גאזעט") האט איר אפגעקויפט און געטוישט דעם נאמען צו "דער אידישער פלאם". ווען די אויסגאבע האט ווידער געטוישט הענט און איז פארקויפט געווארן פאר ר' יצחק שלמה דרעזדנער האט די קוואליטעט אנגעהויבן שטארק צו פאלן, און א קורצע תקופה נאכדעם וואס די "צייטשריפט" האט זיך געעפנט, האט דער "פלאם" מער נישט אויסגעהאלטן דעם קאנקורענץ און האט אויסגעהויכט זיין נשמה.

די דריטע פראבע צו עפענען א היימישע אויסגאבע פאר חסידי סאטמאר איז געווען "דער אידישער קוואל". דער "קוואל" האט פרובירט נאכצומאכן דעם אמאליגן סטאנדארט פון דעם "געדאנק" און האט טיילווייז מצליח געווען. נאך דער פטירה פון דעם סאטמארער רבי'ן בעל "ברך משה" זצ"ל איז דער "קוואל" צום ערשטן מאל ארויסגעקומען מיט א קאלירטן דעקל, וואו דער מ"מ שליט"א פון חסידי האדמורי"ם מסאטמאר האט פראמינענט פיגורירט. דאס איז געווען די לעצטע אויסגאבע פון דעם "קוואל".

די נייע "אוצרות" אויסגאבע איז שוין די פערטע פראבע אין לויף פון א צירקע פון בלויז 15 יאר. פונקט ווי אין די פריערדיגע פראבעס, שטעלט זיך ארויס אז דער ערשטער גליון פון דעם "אוצרות" ווייזט א בפירוש'ער מאס פראפעסיאנאליזם, און אויב עס וועט מצליח זיין אנצוהאלטן אויף דעם שטייגער, וועט עס אוודאי צוגעבן א רייכן אוצר פון אינהאלטסרייכע לייען-מאטעריאל פאר חסידי סאטמאר.

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובהדורך prowed jew » מיטוואך אפריל 13, 2011 11:14 am

פאר דעי וואס ווייסן נישט מרעדט דא פון מהר''א מסאטמאר
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...

אליש
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג מארטש 14, 2011 4:54 pm

תגובהדורך אליש » מיטוואך אפריל 13, 2011 12:39 pm

די דעקל פון די נייע אויסגאבע אוצרות האט שוין איינער געניצט!
חסידי בעלזא אין א"י האבן געניצט אזא דעקל פאר בערך צוויי יאר צוריק מיט די זעלבע אויסשטעל און קאליר'ס

אוועטאר
עמקות שלמה
שר מאה
תגובות: 137
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 26, 2011 12:46 pm

תגובהדורך עמקות שלמה » מיטוואך אפריל 13, 2011 1:12 pm

היינט אין גראסערי האב איך דורכגעבלעטערט דעם אוצרות.

אויפן ערשטן מינוט האט דאס מיר נישט געכאפט. פארוואס? ווייל די דעקל גלייך איך נישט, ס'איז נישט מיין טעיסט, און היות איך בין א בשר ודם, גייטעס אזוי, אז אויב זעהט עס מיר אויס אויסערליך "פאצעריש" ווערט דאס דער בליק אויפן גאנצן ענין.

למעשה... כבין אביסל דורכגעפאלן. בלעטערנדיג איעווייניג, האב איך געזעהן אז דאס איז נישט תוכו כברו. אינעווייניג איז דאס סיי רייך אין ארטיקלען, און אויך גאר שיין און געשמאק אויסגעשעטלט. (איך ווייס נישט צו דער דעקל און די סעטינג אינעווייניג איז פונעם זעלבן גרעפיקער, קען זיין אז יא, אבער אויב יא איז ער מער געאייגנט אויף טייפסעטינג ווי אויף קאליר גרעפיק).

בלייבט אבער איבער צו וויסן, צו דא איז פאראן א פלאן צו פארדינען געלט.

אויב יא, וועט דאס לכאורה בלייבן ביי א פערטע פרויבע [קרעדיט" קארל], ווייל צופיל געלט קען מען פון א ריין סאטמארע אויסגאבע [אן קיין דרויסנדיגע ליינער באזע] נישט פארדינען. אויב אבער נישט, דאן קען מען גיבן גוטע שאנסן.
זיי נישט קלוג, זיי נאר אויפגעלייגט.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך אפריל 13, 2011 2:58 pm

עמקות שלמה האט געשריבן:
בלייבט אבער איבער צו וויסן, צו דא איז פאראן א פלאן צו פארדינען געלט.

אויב יא, וועט דאס לכאורה בלייבן ביי א פערטע פרויבע [קרעדיט" קארל], ווייל צופיל געלט קען מען פון א ריין סאטמארע אויסגאבע [אן קיין דרויסנדיגע ליינער באזע] נישט פארדינען. אויב אבער נישט, דאן קען מען גיבן גוטע שאנסן.


ווי עס קוקט אויס איז דאס נישט געעפענט געווארן מיטן פלאן צו מאכן געלט.
1. זיי האבן נישט קיין אדווערטייזמענטס, 2. אין דעם פארווארט שרייבן זיי אז די הנהלה רוחניות וויל מיט די אויסגאבע אהערשטעלן אינהאלטסרייכע אויסגעהאלטענע ארטיקלן.

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך אפריל 13, 2011 3:02 pm

נאך אן אינטערעסאנטער זאך אין די נייע אויסגאבע, אז די שרייבער אינדענטיפיצירן זיך מיט די אקטועלע נעמען, נישט קיין פסעוודאנימען.

לבונה זכה
שר העשר
תגובות: 16
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג סעפטעמבער 21, 2010 1:37 pm

תגובהדורך לבונה זכה » מיטוואך אפריל 13, 2011 3:17 pm

אפשר קענט איר אראפשרייבן דא די אקטועלע נעמען פון די שרייבער'ס?

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך אפריל 13, 2011 3:32 pm

די 85 יעריגע היסטאריע פון תלמידי וחסידי סאטמאר אין אנטווערפן - יעקב שרייבער

דער אידישער לוח - שאול יחזקאל רייכמאן

מדור הצדיקים, מרן בעל דברי חיים זי"ע - יואל דאסקאל

ובלשון חסידים תתקדש - שמואל שלמה טעלער - יצחק מיטטעלמאן

מלחמה לה' בעמלק - שמואל שלמה טעלער

ווייץ אויף פסח - לוי יצחק סופר

דער מנהג פון זיך נישט מישן אום פסח - יואל מיטטעלמאן

ונפשו קשורה בנפשו - משה יהודה יואל ווייס

און נאך אסאך ארטיקלן אן די נעמען פון די שרייבער

אוועטאר
צייטליך
מ. ראש הקהל
תגובות: 12466
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך נובעמבער 01, 2006 6:13 pm
לאקאציע: ערגעץ דא אין די געגענט.

תגובהדורך צייטליך » מיטוואך אפריל 13, 2011 5:12 pm

ווי אויפריכטיג האט שוין ארויסגעברענגט. די "אוצרות" אויסגאבע ווערט ארויסגעגעבן דורך די הנהלה רוחניות און וועד החינוך פון די סאטמארע מוסדות צוצישטעלן בלויז אויסגעהאלטענע ארטיקלן. זיי האבן נישט קיין עדווערטייזמענט'ס און קיינער זוכט נישט צו מאכן קיין געלט דערפון.

פון די ליסטע פון זייערע שרייבער'ס וואס אויפריכטיג ברענגט אראפ קוקט מיר אויס אז זיי האבן גענומען א געלונגענער סטעף.
איך בין צייטליך און איך האב עפראווד די תגובה.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » מיטוואך אפריל 13, 2011 9:13 pm

ווער פירט אן דער ווירטשאפט?
ווער האט דאס אויסגעשטעלט?
__________________________________
This signature was intentionally left blank

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » מיטוואך אפריל 13, 2011 9:36 pm

די קאווער האט געמאכט א געוויסער ניק דא אין קרעטשמע, איך מיין אז די לעיאוט אינעווייניג אויך, אז ער וויל קען ער זיך אנרופן.

מי חכם
שר ארבעת האלפים
תגובות: 4080
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מארטש 13, 2011 2:02 pm

תגובהדורך מי חכם » דאנארשטאג אפריל 14, 2011 2:08 am

קוקט אויס גאר גוט. א אויסגאבע מיט טעם. און שטילערהייט קען מען צוגעבן אז דער אויסגאבע קען פונקט אזוי געקויפט ווערן דורך סתם סאטמארע חסידים, נישט דוקא פון די א.ד. פראקציע. עס שטופט מיט גארנישט די אגענדע פון די פראקציע, חוץ פשוט אז די מו"ל און שרייבער באלאנגען אהין.
מִ֚י כְּהֶ֣חָכָ֔ם וּמִ֥י יוֹדֵ֖עַ פֵּ֣שֶׁר דָּבָ֑ר חָכְמַ֤ת אָדָם֙ תָּאִ֣יר פָּנָ֔יו וְעֹ֥ז פָּנָ֖יו יְשֻׁנֶּֽא׃

באמבאסטיש
שר האלף
תגובות: 1765
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 22, 2010 12:46 pm

תגובהדורך באמבאסטיש » דאנארשטאג אפריל 14, 2011 8:04 am

מי חכם האט געשריבן:קוקט אויס גאר גוט. א אויסגאבע מיט טעם. און שטילערהייט קען מען צוגעבן אז דער אויסגאבע קען פונקט אזוי געקויפט ווערן דורך סתם סאטמארע חסידים, נישט דוקא פון די א.ד. פראקציע. עס שטופט מיט גארנישט די אגענדע פון די פראקציע, חוץ פשוט אז די מו"ל און שרייבער באלאנגען אהין.

גראדע איז דא איין גאנצע מאמר פון געקליבענע ווערטער און תורות פונעם מנהיג העדה.

אךשמח
שר חמש מאות
תגובות: 793
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 14, 2008 11:09 am

תגובהדורך אךשמח » דאנארשטאג אפריל 14, 2011 11:22 am

מי יתן און די צוויי זאלן זיך צוזאמשטעלן און ארויסגעבן איין גוטער אויסגאבע, אבער לאמיר בעסער מתפלל זיין אויף משיח'ן...

מען זעט אבער פון די צייטונגען וואס אפילו יעדער ווייסט ווער עס געט ארויס וועלכע צייטונג, איז די וואס האבן בעסערע קוואליטעט שרייבער אדער ארטיקלען דאס מערסטע צוכאפט אין די געשעפטן און נישט דווקא ווייל יענעמס פארטיי האט מער מעמבערס.

מענדלס_שיסטער
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 11, 2011 10:22 pm

תגובהדורך מענדלס_שיסטער » דאנארשטאג אפריל 14, 2011 9:32 pm

לדעתי הפעוט, פאלט די גרעפיק פון אינעוויניג זייער א סאך צום גרעפיק פון די דעקל! (וואס הגם דארט (דעקל) פעלט אויך אויס אביסל סדר, עס געבט אבסיל א צופארענע אפעקט, עס פעלט זיך אביסל קלאסע, אבער) די דעקל איז א סאך שענער ווי אינעווייניג.

די תוכן איז 'זייער רייך' און שיין פאר 'סאטמרע חסידים' סטריקטלי! הגם עס געפינט זיך אביסעלע סחורה פאר פרעמדע אויך, אבער ווען מען אריינלייגן די הענט אין טאש ארויסצונעמען דעם פינעפ'ער ($5) וויל מען אז לכל הפחות 'פינעף אין זעכציג' פראצענט זאל זיין געעאייגנט פאר'ן קונה.

לגבי די פראפענסינאל'ישקייט שבו, איז נישט דא פון וואס צו רעדן; דאס האבן א געמאכט חברה וואס קומען פון א קאריריע, דהיינו שרייבער'ס חוקרים (פון די חצר) וכדומה!
עסאיז א שיינע רייכע ארבעט

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג אפריל 14, 2011 10:40 pm

האמיר שוין א נייעם ניק אויכעט דערפאר....

מענדלס_שיסטער
אנשי שלומינו
תגובות: 4
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג אפריל 11, 2011 10:22 pm

תגובהדורך מענדלס_שיסטער » דאנארשטאג אפריל 14, 2011 11:24 pm

די האסט א גרויסן מיסטעיק! איך האב גארנישט (מיט א גרויס א'לף) מיט'ן נייעם אויסגאבע

צעיר באלפי ישראל
שר חמישים ומאתים
תגובות: 316
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג ינואר 07, 2010 12:54 pm

תגובהדורך צעיר באלפי ישראל » זונטאג אפריל 17, 2011 4:40 pm

פארוואס זאל נישט מעגליך זיין צו מאכן געלט פאר אזא אויסגאבע?

איז נישט יתכן אז א חסידות וואס האט לאמיר זאגן פיר צו פינף אלפים מעמבערס דא אין אמעריקא עס זאל גיין דערפון ביז 2 האלב אלפים שטיקלעך א חודש?

און מען קען דאס פארקויפן אין אייראפא אויך.

כנלפענ"ד.

אבער אלץ איינער וואס קומט פון דעם חדר, וואלט איך נישט געזאגט אז דער ערשטער איז א גליון מוצלח, אבער לאמיר זעהן נאך עטליכע חדשים.

[אם כי עדותו של קארל, שכתיבתו משובחת מאד, נאמנת בעיני].

אגב דארף אזא גליון האבן א מהלך, ווי 'אור הצפון', באלאנגט נישט דערין קיין אויסגאבע פאר פרויען מיט קינדער. ווידער אן דעם ערווארטעט עס נישט קיין סוקסעס. וצ"ע.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » זונטאג אפריל 17, 2011 6:37 pm

געבליקט אביסעלע אין דער אויסגאבע, אט זענען מיינע אבזערוואציעס:
דער קוואליטעט פון די ארטיקלען איז גאר גוט.
דאס ארויסשרייבן אויטענטישע נעמען גיט צו אסאך ערנסטקייט.
די טעמעס זענען נישט קיין חידושים (אידישער לוח, צאנזער רב, ברך משה, וכדו').
דער אויסשטעל אינעווייניג איז גאנץ גוט.
דער דעקל איז נישט אויג-פארכאפנד.
לויט ווי איך האב געהערט, איז דאס געמאכט געווארן בחפזון, וועל מיר ווארטן נאך א חודש פאר מער אפהאנדלונגען.
אין דער פארווארט שרייבט דער רעדאקציע, אז דאס איז בלויז א התחלה פאר מער שרייב-מאטעריאל, קומט א רעוואלוציע אין אידיש ליין-מאטעריאל?
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אוועטאר
טהור-עיניים
שר חמשת אלפים
תגובות: 5055
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יולי 22, 2007 1:29 pm

תגובהדורך טהור-עיניים » מיטוואך אפריל 27, 2011 1:52 am

ערב יו"ט גאנץ שפעט אריין אין א גרויסן געשעפט וועלכער פארקויפט זייער אסאך פון די חודש'ליכע/וועכנטליכע סארט ליין מאטריאל, כמעט אלעס געווען אויספארקויפט, געבליבן זענען בלויז געציילטע עקזעמפלארן פון דעם שפאקטיוו, און א גאנצער מאסע פון די אוצרות...
חי עולמים - טהור עיניים
NO man is a failure who has friends

prowed jew
שר חמש מאות
תגובות: 632
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג יוני 09, 2009 4:30 pm
לאקאציע: אין מיינע גלייזן

תגובהדורך prowed jew » מיטוואך אפריל 27, 2011 9:01 am

נאר נארמאל פאר vol. 1
לאמיר זיך נעמען פון דאסניי פון יעצט אנגעהויבן..... נא הייב אן... אקעי יעצט צוזאמען...

פארשריבן
שר האלף
תגובות: 1438
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג אוגוסט 03, 2010 6:58 am
לאקאציע: אין די העכערע ספערן...

תגובהדורך פארשריבן » דאנארשטאג אפריל 28, 2011 9:20 pm

שוין דורכגעלעזט מדאשקע למאשקע, און איך האב גאנץ אסאך הערות. ס'איז נאר א שאד אז זיי גיבן נישט קיין אי-מעיל אדרעס וואו אריינצושיקן קאמענטארן.

נאר איין זאך קען איך נישט דורכלאזן אן רעאגירן דערויף.
ביי די קינדער שאלה צום קומענדיגן חודש פרעגן זיי: "מיטן יעצטיגן שכל און פארשטאנד, וואס וואלסטו אנדערש געטוהן אין די פריערדיגע יארן" (זה הכוונה בקיצור).

איך וועל זיך נישט אריילאזן אינעם רוחניות'דיגן טייל דערפון, צו מען מעג טראכטן אז ווען ס'וואלט געווען אזוי [הנקרא: "העטעך פעטעך"] וואלט געווען אנדערש. און אז אן ערליכער איד דארף טראכטן: מה דהוה הוה, וואס ס'איז געווען איז געווען. פון איצט און ווייטער וועל איך טאן ווי אזוי מען דארף און איך פארשטיי אצינד פאר ריכטיג עפ"י תורה.

און אויך וועל איך נישט בארירן דאס אז ס'איז א שטיקל טיפשות אזוי צו רעדן. (ס'איז ווי גלייך מען זאל אנשרייען א קינד פון איין יאר אלט פארוואס עסטו מיט די הענט, ס'פאסט דאך נישט...).

נאר איך האלט אז עס איז בכלל גאר אומפאסיג פאר די היינטיגע שוואכע מוחות, זיי צו מאכן פלאגן מיט געוויסן-ביסן. "יוש איך וואלט ווען אנדערש געדארפט טוהן!" אד"ג.

אוודאי אז מען האט געטוהן אן עוולה, דארף מען תשובה טוהן און חרטה האבן על העבר און גלייכצייטיג זיך מקבל זיין א פעסטע קבלה על העתיד צו טוהן ווי אזוי מען דארף.
אבער זיך פלאגן מיט חרטה געפילן, און האלטן אין איין קלערן "אוי, ווען איך האב ווען דאן שכל... איך וואלט געדארפט אנדערש טוהן!" מיין איך אז עס איז נישט אויסגעהאלטן.

קצרתי יותר מן הצורך, ווייל איך וויל נישט בארעדן אזא חשובער גליון וואס האט א גרויסן פאטענציעלן עתיד - אויב עס ליגט אין די ריכטיגע הענט פארשטייט זיך.

(אויב עמיצער האט פארבינדונגען מיט די רעדאקציע פונעם באטרעפנדן אויסגאבע, זאל ער ביטע מוחל זיין און עס זיי צושיקן. ויהי' חלקו ממזכי הרבים).

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11877
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג אפריל 28, 2011 10:36 pm

איך האב נישט געליינט דעם אויסגאבע. אבער מיט דעם וואס פארשריבן שרייבט בין איך נישט איינשטומיג.
איך קוק אן די שאלה וואו חומר למחשבה. און דאס איז גראדע א זיסע שאלה וואס קען האלטן דעם מענטש פארקלערט פאר א וויילע. קיינער זוכט נישט דא זיך צו באשולדיגן אדער שרייען 'העטעך פעטעך' .
דאס וואס דו זאגסט וועגן האבן שולד געפיל. נעה, דו טרייבסט שטארק איבער.

אוועטאר
יואל ווייס
שר האלף
תגובות: 1118
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך ינואר 28, 2009 9:25 am
לאקאציע: אין גוטע הענט, ב"ה

תגובהדורך יואל ווייס » פרייטאג אפריל 29, 2011 10:41 am

אני הקטן זע אויך נישט א פראבלעם מיט דער שאלה, פארקערט, עס ברענגט ארויס פאר'ן קינד: קוק, דו פארשטייסט שוין היינט סאך מער ווי אמאל, וועסט נאך אמאל פארשטיין וואס דו פארשטייסט נישט איצט.
__________________________________
This signature was intentionally left blank

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3340
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך מאי 11, 2011 11:49 pm

די פרישע אוצרות פון חודש אייר איז שוין דא צובאקומען אין די געשעפטן


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: שנעלקע און 7 געסט