די צייטונג - די אידישע צייט

די אחראים: אחראי, געלעגער

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 1:16 pm

פון פלעטבוש קען מען אויך זיין היימיש דא!...

אוועטאר
פונקטליך
שר האלפיים
תגובות: 2218
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך אפריל 07, 2010 11:23 am

תגובהדורך פונקטליך » דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 1:26 pm

אויב שוין יא, וויל איך אים זאגן: דיין שפראך און וועג פון רעדן איז מייסטער!!
האלט אן אין מער אפטער
די זייגער לויפט, זעה צו זיין פונקטליך!

אוועטאר
אויש
אנשי שלומינו
תגובות: 3
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג ינואר 24, 2011 4:06 pm

תגובהדורך אויש » דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 5:42 pm

מיין דעה אויף הרב יצחק קלאר 'ער ליינט ארויס פון ערגעצוואו...' נו פארוואס זאל ער נישט געבן א לינק??

פונקטליך האט געשריבן:כ'ווייס נישט ווער ער איז, אבער דאס איז זיכער: א רעפאבליקן עד הסוף!



אזא רעפאבליקאנער אז די גאנצע עגיפטישע אנאליז דרייט זיך ארום אבאמא...
וד"ל ודו"ק ותח"ח וכו'....
לאזטו איבער ברוקלין?? אוי וויי!..(קרעדיט: ברוקלין בארא פרעזידענט מארטי מארקאוויטש)

אוועטאר
קרעמער
שר עשרים אלפים
תגובות: 28277
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג יוני 25, 2006 12:34 pm

תגובהדורך קרעמער » דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 6:01 pm

אויש האט געשריבן:מיין דעה אויף הרב יצחק קלאר 'ער ליינט ארויס פון ערגעצוואו...' נו פארוואס זאל ער נישט געבן א לינק??

ער שרייבט זיך פאר אויף פאפיר, לייגט נישט אויפן וועב

אוועטאר
געלעגער
שר עשרת אלפים
תגובות: 11890
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג מאי 17, 2009 5:52 pm

תגובהדורך געלעגער » דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 7:17 pm

אויש האסט מיך אויסגעכאפט די ווערטער פון מויל. איך האב אראפגעלייגט די טעלעפאון נאך אפאר מינוט. נישט אז איך גיי אים נישט ווייטער הערן אבער איך דארף מיך שטארק פלאגן. ער רעדט ממש ארויס פונעם פאפיר (ווען ער פאנגט אן "געוואלדטאטן אין עגיפטאן" זאגט ער עס אביסל העכער, ווייל אויפן צעטיל איז עס 'באלד' לאל. ) געהערט האב איך אז מענטשען ווערן משוגע פאר אים. אבער איך וואלט ליבערשט געליינט די ארטיקל ווי געהערט.

יארצייטן
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 06, 2010 6:04 pm

תגובהדורך יארצייטן » דאנארשטאג פאברואר 03, 2011 9:51 pm

וועגן ר' יצחק'ן, וואס זאל איך אייך זאגן, אז ער איז יא א היימישער דא, אזוי ווי קרעמער באהויפטעט, וויל איך אייך זאגן נאר אזויפיל, איך האב אייך קיין סך נישט געהערט, אינגאנצן איינמאל ביי די וויקיליעקס פרשה.

אייער סטיל פון רעדן, אייער לעבהאפט, און רייכע שפראך איז גלעצענד. אבער, איך קען בשום אופן נישט אויסהערן איינער וואס לייגט נאר פאר איין זייט פון יעדע מטבע, וויאזוי קען איך אריינגיין אין א געשעפט מיט א הונדערטער וואס פארמאגט נאר אויף איין זייט דאס ווייסע הויז, און אויפ'ן אנדערען זייט דארט ווי ר' בנימין פראנקלין ברויך צו זיצן איז ליידיג.....

פארוואס געבט איר נישט ארויס, כאטש אויפן שפיץ גאפל די אנדערע ריכטונג פון מחשבה אויך. מען מעג האבן א מיינונג, מען מעג אבער אראפמאלן עטוואס מער א קאלירפולען בילד.

אוועטאר
bailout
שר האלפיים
תגובות: 2208
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג נובעמבער 25, 2008 10:27 am

תגובהדורך bailout » פרייטאג פאברואר 04, 2011 10:07 am

איך בין מיט יארצייטן אויף די זעלבע בלעטל.

דאס בין איך גרייט מוותר צו זיין איך פארשטיי אז ער מסתם - אלץ רעפובליקען - זעט פשוט נישט די אנדערע זייט... מ'האט שוין געהערט אזאנס אויכעט.

נאר אנאנדער זאך וואס איך וואלט אים באאויפטראגט, ער רעדט זייער פליסיג ווי א ערשט קלאסיגע ריפארטער. ס'סאונד ווי מען הערט יעצט פון א גאר הויכע פערזענליכקייט, פון די סאמע העכסטע למשל פון די וואל סטריט דזשורנאל, לאמיר זיך נאר דמיון'ען, און אינמיטן די פליסיגע געשפרעך געט ער א ווארף אריין אזעלכע קאמענט'ס, איך וואלט עס אנגערופן עכט בחוריש קעגן די וועליא פון די באריכט.

ער קען רואיג אנגיין וויאזוי ער וויל, אין מיינע אויגן איז עס פשוט א שאד.

אוועטאר
לאז געמאכט
שר האלפיים
תגובות: 2458
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג דעצמבער 14, 2007 11:55 am

תגובהדורך לאז געמאכט » פרייטאג פאברואר 04, 2011 12:59 pm

אין מיינע אויג'ן איז עס זייער זיס. ביי די לענגערע געלונגענע באריכט איבער סטאקס נעט האביך אפט געהאט א פיינע שמייכל אינמיטן די ערענסטע אפהאנדלונג.

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » מאנטאג פאברואר 21, 2011 11:06 am

איז דא אן אפדעיט וואו עס האלט דער מקח פון די צייטונג?
אדער איז דאס שוין אונטער די נייע בעלי בתים?
בלעטערנדיג אינעם נייעס באריכט זעט זיך נישט אן קיין שיניום, אבער אפשר איז דאס גאר די סטראטעגיע, מי יודע?

1x1
שר האלפיים
תגובות: 2825
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך מאי 27, 2009 6:15 pm

תגובהדורך 1x1 » מיטוואך מארטש 02, 2011 10:33 am

Fwd: Der Yid, Der Blatt, & now Di Tzeitung. Adding a magazine inside the newspaper, (same size paper) "Di Yiddishe Tzeit" for Torah & history.
http://www.teoria.com/ Music Theory

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך מארטש 02, 2011 10:38 am

לאמיך פארשטיין, די צייטונג באקומט א נייע מאגאזין פון תורה און היסטארי אינסייד, דאס איז די נייעס.

די בלאט און יוד גייט אויך זיין עפעס אנדערש?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך מארטש 02, 2011 2:52 pm

דער בלאט און דער איד האבן דאס שוין פון לאנג.

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » דאנארשטאג מארטש 03, 2011 4:08 pm

איך זעה אז די צייטונג האט געשריבן אן עדיטאריעל איבער דעם נייעם אויסזעהן זייערן, וואו ער באגריסט זיך אז ער איז געווען דער ערשטער צו לייגן תורה ארטיקלען אין דערמיט.
כ'דערמאן זיך אמאל ערב פסח האט מיין זיידע מיר געגעבן א פעקל צייטונגען צו טראגן צו שמות, אויפקלערנדיג אים אז א צייטונג איז נישט קיין שמות, זאגט ער מיר אז דאס איז נאר די מיטל בלעטער וואס ער שניידט אויס ווייל סאיז שמות.
אוי ווי נעמען מיר דעם אמאליגן יר"ש.

יארצייטן
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 06, 2010 6:04 pm

תגובהדורך יארצייטן » דאנארשטאג מארטש 03, 2011 11:18 pm

אין אנדערע נייעס, קען זיין שוין פון לאנג, איך מיין אז עס איז שפאגל ניי. המודיע ענגליש איז געגאנגען דידזשיטאל.

טשעקט עס אויס. רעכטע זייט אויבן

ווער פון די אנדערע אידישע אדער העברעאיש שפרונגען נאך??

יקוםפרקן
שר חמישים ומאתים
תגובות: 392
זיך איינגעשריבען אום: זונטאג ינואר 30, 2011 4:03 pm

תגובהדורך יקוםפרקן » מאנטאג מארטש 07, 2011 11:27 am

די צייטונג איז שוין אויך עפעס אן-ליין
ditzeitung.com

יארצייטן
שר מאה
תגובות: 245
זיך איינגעשריבען אום: מוצ"ש פאברואר 06, 2010 6:04 pm

תגובהדורך יארצייטן » מאנטאג מארטש 07, 2011 11:33 am

יקום פורקן, געוואלדיג!

כאטש ער האט מורא ארויפצולייגן דאס גאנצע, בלויז די ערשטע און די לעצטע זייט האט ער דארט, און אויך עטליכע דפים עד'ס, איז עס פארט א שריט פראנויס.

אלבערט יא, דו ביזט א "עכטע צייטונג" ביזט געגאנגען אנליין!!!

אלבערט ;l;p- ;l;p- ;l;p-

אוועטאר
אלף בית
שר האלפיים
תגובות: 2710
זיך איינגעשריבען אום: מאנטאג נובעמבער 10, 2008 4:37 pm

תגובהדורך אלף בית » מאנטאג מארטש 07, 2011 12:42 pm

שוין אן אלטע זאך.
א גוט ווארט איז אלעמאל גוט

שוטה
שר האלף
תגובות: 1238
זיך איינגעשריבען אום: פרייטאג אוגוסט 29, 2008 2:21 am

תגובהדורך שוטה » מיטוואך נובעמבער 14, 2012 8:18 pm

יעדער ווערט געבעטן מפרסם צו זיין:

די וואך אין 'די צייטונג' אינעם אידישע צייט אפטיילונג פעידש 18 איז ארויסגעשריבן דער שם הויה.
ונפשי יודעת מאד ידיעה ברורה שאין ביצת הנמלה כנגד הגלגל העליון צעירה כאשר חכמתי קטנה ודעתי קצרה (הקדמת הרמב"ן לפירושו עה"ת)

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מיטוואך נובעמבער 21, 2012 2:37 pm

לעצטענס דאכט זיך ווי האלב קול מבשר אינטערוויוס זעה איך אין צייטונג.

ווי למשל די שטורעם נייעס, איז דרעזדנער וואס שרייבט דארט די זעלבע וואס אינטערוויוט אויף 1-1+4?
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מיטוואך נובעמבער 21, 2012 2:39 pm

פריילאך האט געשריבן:לעצטענס דאכט זיך ווי האלב קול מבשר אינטערוויוס זעה איך אין צייטונג.

ווי למשל די שטורעם נייעס, איז דרעזדנער וואס שרייבט דארט די זעלבע וואס אינטערוויוט אויף 1-1+4?

יא
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אויפריכטיג
שר שלשת אלפים
תגובות: 3345
זיך איינגעשריבען אום: דינסטאג דעצמבער 16, 2008 8:10 pm
לאקאציע: ביים געפילטערטן קאמפיוטער

תגובהדורך אויפריכטיג » מיטוואך נובעמבער 21, 2012 5:08 pm

מאנ-יימער האט געשריבן:
פריילאך האט געשריבן:לעצטענס דאכט זיך ווי האלב קול מבשר אינטערוויוס זעה איך אין צייטונג.

ווי למשל די שטורעם נייעס, איז דרעזדנער וואס שרייבט דארט די זעלבע וואס אינטערוויוט אויף 1-1+4?

יא

און ער שרייבט אין בלאט אויך.

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:29 am

אינטערן נאמען?

ב.ד.וו. איך גלייך איהם בעסער אויף פאפיר.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט

אוועטאר
מאנ-יימער
שר עשרת אלפים
תגובות: 10552
זיך איינגעשריבען אום: מיטוואך דעצמבער 14, 2011 10:36 am
לאקאציע: אויפן וועג ארויף

תגובהדורך מאנ-יימער » מאנטאג דעצמבער 03, 2012 10:33 am

פריילאך האט געשריבן:אינטערן נאמען?

ב.ד.וו. איך גלייך איהם בעסער אויף פאפיר.

עוזר טענענבוים
ווער זאגט?... ער האט געזאגט איז וואס?... נו! האט ער געזאגט, ווער איז ער צו זאגן?

אוועטאר
מיללער
שר עשרים אלפים
תגובות: 25690
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג יוני 14, 2007 9:48 am

תגובהדורך מיללער » מאנטאג דעצמבער 03, 2012 11:38 am

די אידישע צייט האט די פארגאנגענע וואך א הערליכע באשרייבונג אויף ר' שלמה היימאן זצ"ל ר"י תורה ודעת.

אויף ענגליש זאגט מען it goes without say אז די בילדער אינעם באשרייבונג קומט קרעדיט נישט פאר קיין אנדערע ווי 'אידישע וועלט' און אוצר החכמה שרייבערס, אבער [ליידער] איז דאך דאס שוין א נחלת הכלל ווי מ'קאפירט אינגרויסען אן די מינדענסטע הכרת הטוב, ועבר ושנה נעשה להיתר להם ולכל הבאים אחריהם, ואין פוצה פה ומצפצף.

וואס מיר האט אבער מער געגבערט איז די פאקט אז דער שרייבער [באכנער?] ברענגט דארט צוויי גאר היסטארישע טעלעגראמען אדרעסירט צו ר' שלמה היימאן, אינמיטען די מלחמה יארען, בעטנדיג הילף צו העלפן ראטעווען אידען און פארשאפען אמעריקאנער וויזעס, דער שרייבער ברעגנט די טעלעגראמען און מיט א הילכיגע טריקעניש שרייבט ער אינעם קעפשאן (אונטערן בילד) בערך בזה"ל "טעלעגראמען געשיקט צו ר' שלמה היימאן ביי די צווייטע וועלט מחלחמה" דער שרייבער נעמט נישט די מינימום מיה צו באצייכענען, לכה"פ ווער די משלחים פון די טעלעגראמען זענען געווען, די רעדע איז פון צוויי גדולי ישראל וגאוניה, ר' חנוך העניך אייגעש מווילנא בעל המרחשת און ר' ראובן גראזאווסקי חדב"ן ר' ברוך בער ור"י ביהמ"ד עליון, און איבער וועם איז די רעדע וואס מ'זוכט וויזעס פאר זיי?

לפע"ד הייסט דאס געטרעטן אויף די ליינערס אינטעליגענץ, עס צייגט א שטיקל גאות און ביטול כלפי די ליינערס, ואם שגיתי באכנער הטוב יכפר בעדי.

[איבער די 'קהל חסידים' ארטיקל גיי איך מיך נישט דא עסן דאס געזונט, ווייל עס וועט נישט העלפן סייווי, עס איז אבער ווערט צו באטענען אז עס איז דא דארט צוויי היסטארישע בילדער, איינס איז פון די חתונה פונעם היינטיגער בלאזובער רבי'ן בשנת תשי"ח, עס פעלט פרטים פון די באטייליגטע וועם מ'זעהט אויפן בילד, אולי קען איינער אהערדערלאנגען דעם בילד]

אוועטאר
פריילאך
שר האלפיים
תגובות: 2571
זיך איינגעשריבען אום: דאנארשטאג דעצמבער 10, 2009 8:45 am

תגובהדורך פריילאך » דאנארשטאג דעצמבער 06, 2012 10:37 am

הרב מיללער איז דאס זיכער פון דא?

איך האב לעצטענס אנגעהויבן צו גלייכן "די אידישע צייט'ס" אינטרעסאנטע ארטיקלן. יעצט נאכן אנצייכענען די 'מקור' וועל איך עס ליינען דא.
מען זאגט לחיים און מ'איז פריילאך, און מען גייט א קאראהוט


צוריק צו “היימישע אויסגאבעס און נייעס קוועלער”

ווער איז אונליין

באנוצערס וואס דרייען זיך דא: נישטא קיין איינגעשריבענע באנוצערס און 6 געסט